טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

די פאליטישע וועלט איז היינט אויף נאכדעם וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך טראמפ זעלבסט אז ער האט זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג בארימטן אנטיסעמיט און ווייסער סופרעמעסיסט ניק פואנטעס, א נאנטער ידיד מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט'ס פרענד קאניע (יע) וועסט.

טראמפ איז לויט די באריכטן שטארק איבערגענומען געווארן פון זיין גאסט, כאטש ער האט שפעטער פרובירט זיך צו פארענטפערן אז ער האט נישט געוואוסט וואס פואנטעס רעפרעזענטירט. עס האבן זיך געהערט פארדאמונגען פון אלע זייטן, נעמליך, פון די דעמאקראטן, נעווער טראמפ'ערס ווי אויך א פיצעלע צאל געווענליכע רעפובליקאנער.

במאמר המוסגר איז אינטערעסאנט געווען צו ליינען קאמענטארן פון אזאלכע וועלכע האבן זיך געוואונדערט פארוואס די נייעס איז נישט אויפן פראנט פעיזש פון די בארימטע צייטונגען, אבער דערווייל זעה איך עס נישט אלס א העדליין דא ביי אונז אויך נישט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
פייער טראק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2022 8:14 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער טראק »

מי חכם האט געשריבן:
די פאליטישע וועלט איז היינט אויף נאכדעם וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך טראמפ זעלבסט אז ער האט זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג בארימטן אנטיסעמיט און ווייסער סופרעמעסיסט ניק פואנטעס, א נאנטער ידיד מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט'ס פרענד קאניע (יע) וועסט.

טראמפ איז לויט די באריכטן שטארק איבערגענומען געווארן פון זיין גאסט, כאטש ער האט שפעטער פרובירט זיך צו פארענטפערן אז ער האט נישט געוואוסט וואס פואנטעס רעפרעזענטירט. עס האבן זיך געהערט פארדאמונגען פון אלע זייטן, נעמליך, פון די דעמאקראטן, נעווער טראמפ'ערס ווי אויך א פיצעלע צאל געווענליכע רעפובליקאנער.

במאמר המוסגר איז אינטערעסאנט געווען צו ליינען קאמענטארן פון אזאלכע וועלכע האבן זיך געוואונדערט פארוואס די נייעס איז נישט אויפן פראנט פעיזש פון די בארימטע צייטונגען, אבער דערווייל זעה איך עס נישט אלס א העדליין דא ביי אונז אויך נישט.
אמעריקאנער אמבעסאדאר צו מדינת ישראל דעיוויד פרידמאן, פארלאנגט פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ ארויסצוקומען און זיך אנטשולדיגן אויפ'ן אויפנעמען פאר א מאלצייט צוויי אנטיסעמיטן, קעניע וועסט, און ניק פוענטאס. טראמפ פארענטפערט זיך אין א טרוט אז ער האט נישט געוואוסט וועם קעניע וועסט װעט מיטברענגען.
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

טראמפ איז שעדליך
אויב ער באקומט נישט וואס ער דארף אויף די געהעריגע וועג וועט ער עס נעמען אויף אנדערע וועגן
מ'דארף איהם אפשטעלן באצייטענס (אויב נאכנישט צו שפעט)
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

אפשר ברענגטסטו טראמפס טרוט
נודניק
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

Lol
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איניש דער וועסט ימ"ש א טונקעל הויטיקער? וויאזוי ארבעט דאס צוזאמען מיט א ווייס-סופרעמיסט?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

יידישע קהילות האט געשריבן:
איניש דער וועסט ימ"ש א טונקעל הויטיקער? וויאזוי ארבעט דאס צוזאמען מיט א ווייס-סופרעמיסט?
ביידע האבן פיינט אידן
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מואב און מדין

פארשטייט זיך אז דער וועסט איז אויך אנטי שווארצע און האט זיך אויסגעדרוקט בשבח פון קנעכטשאפט...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

מי חכם האט געשריבן:
די פאליטישע וועלט איז היינט אויף נאכדעם וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך טראמפ זעלבסט אז ער האט זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג בארימטן אנטיסעמיט און ווייסער סופרעמעסיסט ניק פואנטעס, א נאנטער ידיד מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט'ס פרענד קאניע (יע) וועסט.

טראמפ איז לויט די באריכטן שטארק איבערגענומען געווארן פון זיין גאסט, כאטש ער האט שפעטער פרובירט זיך צו פארענטפערן אז ער האט נישט געוואוסט וואס פואנטעס רעפרעזענטירט. עס האבן זיך געהערט פארדאמונגען פון אלע זייטן, נעמליך, פון די דעמאקראטן, נעווער טראמפ'ערס ווי אויך א פיצעלע צאל געווענליכע רעפובליקאנער.

במאמר המוסגר איז אינטערעסאנט געווען צו ליינען קאמענטארן פון אזאלכע וועלכע האבן זיך געוואונדערט פארוואס די נייעס איז נישט אויפן פראנט פעיזש פון די בארימטע צייטונגען, אבער דערווייל זעה איך עס נישט אלס א העדליין דא ביי אונז אויך נישט.
נע, דו פארשטייסט אינגאנצן נישט, וואס דארט איז געווען.

(איך אויך נישט, אבער מארגן וועט אויף קול מבשר און טוויטער זיין א פונקטליכער הסבר פארוואס טראמפ האט עס געמעגט טון, און אדרבא, די אנטיסעמיטן זענען די וואס קריטיקירן טראמפ דערפאר. די רעפובליקאנער דארפן טראסטן טראמפ'ן בלינדערהייט און נישט נאר זיך נישט אפשאקלען פון קאניע און פון פוענטאס, נאר אדרבא, טאקע ווייל זיי גייען נישט מיט קאניע און פוענטאס וועגן דעם ליידן די רעפובליקאנער ווייל טראמפ ווייסט וואס ס'איז גוט פאר די פארטיי, ואין לך רשות להרהר אחרי רבינו, און אידיאטן זענען רעפובליקאנער. #ריינאָס #קלאַונס.)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8846
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

תרי בדחנא האט געשריבן:
אפשר ברענגטסטו טראמפס טרוט
אידישליך האט געשריבן:
געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ פרובירט זיך צו פארענטפערן אויף זיין טרוט פלאטפארמע אין ליכט פון די קריטיק וואס ער שטייט אויס נאכן זיך טרעפן מיט קאניע וועסט און דער רעכטער אנטיסעמיט ניק פוענטאס.
בילד
]
פארענטפערט זיך גארנישט, סתם געמאלן וואסער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קודם וואס איז זיכער איז זיכער

אזא "ניק" ברויך מען זאפארט חוסם זיין!!!
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

פארוואס דארף טראמפ האלטן און איין פאר ענטפערן וועגן דעם נאצי דארט?
ער זאגט דאך קלאר איך האב נישט קיין אהנונג ווער דער מענטש איז געווען..

די זעלבע איז געווען פאר ווער ס’געדענקט אויפן ערשטע דיבעיט סטעיטש אין 2015 וועגן דעוויד דוק
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

און וואס איז מיט יע? טראמפ ווייסט יא ווער ער איז?
#בשיטה נישט
נאכטלאמפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 23, 2020 8:33 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטלאמפ »

איינער גלייבט דא אז טראמפ איז אזוי אומוויסנד, אזש ער האט קיין אהנונג נישט געהאט וועם יענער וועט ברענגען?
אריינצוקומען דארט איז א פראצעדור מיט דער סיקרעט סערוויס,און איך גלייב אז לויט זיין נייגעריגקייט, און היות ער איז אזא איינער וואס 'מוז' אלעמאל וויסן אלעס וואס טוט זיך ארום עם, האט ער פיין געוואוסט.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

נו שוין האט געשריבן:
און וואס איז מיט יע? טראמפ ווייסט יא ווער ער איז?
אים האט ער געוואלט געבן א חיזוק שמועס און הדרכה. האהא
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שאבעלע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
און וואס איז מיט יע? טראמפ ווייסט יא ווער ער איז?
אים האט ער געוואלט געבן א חיזוק שמועס און הדרכה. האהא
זענען גאר נאנטע חברים שוין פון יארן. ער האט אים באזוכט אין ווייסן הויז אלס פרעזידענט
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
און וואס איז מיט יע? טראמפ ווייסט יא ווער ער איז?
אים האט ער געוואלט געבן א חיזוק שמועס און הדרכה. האהא
זענען גאר נאנטע חברים שוין פון יארן. ער האט אים באזוכט אין ווייסן הויז אלס פרעזידענט
פאר ווער עס ווייסט נישט קאניע יעסט איז געלאפן אין 2020 צו העלפן טראמפ אין אוועקנעמען אפריקאנע אמעריקאנע וואיטס פין ביידען אין ער איז א נאנטע חבר מיט טראמפ
גוט שבת
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

תגובה דורך גוט שבת »

דאס בארעכטיגט נאכנישט זיין אויפנעמען אזא וויסטן אנטיסעמיט ווי קאניע וועסט.

די קאמפעני אדידאס האט צוריסן א 40 ביליאן דאלער'דיגע דיעל מיט אים, אין ער קען פשוט נישט אפהאקן א פריינדשאפט?!

גוט שבת האט געשריבן:

איך האב נישט גערעדט וועגן בארעכטיגט איך האב נאר געברענגט וואס האט קאניע מיט טראמפ
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

טראמפ איז נישט קיין אנטעסמיט. ער איז גרייט צו גיין מיט וועם נאר סוועט אים אויסרימען/ארויסהייבן נישט קיין חילוק וואס יענער טראגט מיט זיך, די סארט אויפירונג האט א נאמען…
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
גוט שבת
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט שבת »

בערגשטיין האט געשריבן:
טראמפ איז נישט קיין אנטעסמיט. ער איז גרייט צו גיין מיט וועם נאר סוועט אים אויסרימען/ארויסהייבן נישט קיין חילוק וואס יענער טראגט מיט זיך, די סארט אויפירונג האט א נאמען…
קיינער (חוץ..) זאגט נישט אז ער איז א אנטיסעמיט, אבער יא, מיטן נישט פארדאמען אין אפגערעדט אויפנעמען אזא איינעם, מיט דעם הייבט ער די קעפ פון די אנטיסעמיטן.
און אזא זאך דארף גאר שארף פארדאמט ווערן, און עס העלפט נישט אויף דעים קיין שום תירוץ!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

טראמפ האט זיך זייער אפגערעדט אויף די אידן לעצטנס. זיי זענען עם נישט גענוג מכיר טוב.

פארבינדן ? ווער ווייסט.

דא שרייבט ער קלאר אז קעניע וועסט איז געווען זייער ’גוט’ צו עם.

איך מיך און איך.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גוט שבת האט געשריבן:
בערגשטיין האט געשריבן:
טראמפ איז נישט קיין אנטעסמיט. ער איז גרייט צו גיין מיט וועם נאר סוועט אים אויסרימען/ארויסהייבן נישט קיין חילוק וואס יענער טראגט מיט זיך, די סארט אויפירונג האט א נאמען…
קיינער (חוץ..) זאגט נישט אז ער איז א אנטיסעמיט, אבער יא, מיטן נישט פארדאמען אין אפגערעדט אויפנעמען אזא איינעם, מיט דעם הייבט ער די קעפ פון די אנטיסעמיטן.
און אזא זאך דארף גאר שארף פארדאמט ווערן, און עס העלפט נישט אויף דעים קיין שום תירוץ!
טראמפ,
דיין תירוץ איז נישט אנגענומען.
אני הקטן מיט מיינע געמיינדעס אונטער מיר קענען דיך מער נישט שטיצן.
סאררי.
#דאמפ-טראמפ
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

מי חכם האט געשריבן:
די פאליטישע וועלט איז היינט אויף נאכדעם וואס עס איז באשטעטיגט געווארן דורך טראמפ זעלבסט אז ער האט זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג בארימטן אנטיסעמיט און ווייסער סופרעמעסיסט ניק פואנטעס, א נאנטער ידיד מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט'ס פרענד קאניע (יע) וועסט.

טראמפ איז לויט די באריכטן שטארק איבערגענומען געווארן פון זיין גאסט, כאטש ער האט שפעטער פרובירט זיך צו פארענטפערן אז ער האט נישט געוואוסט וואס פואנטעס רעפרעזענטירט. עס האבן זיך געהערט פארדאמונגען פון אלע זייטן, נעמליך, פון די דעמאקראטן, נעווער טראמפ'ערס ווי אויך א פיצעלע צאל געווענליכע רעפובליקאנער.

במאמר המוסגר איז אינטערעסאנט געווען צו ליינען קאמענטארן פון אזאלכע וועלכע האבן זיך געוואונדערט פארוואס די נייעס איז נישט אויפן פראנט פעיזש פון די בארימטע צייטונגען, אבער דערווייל זעה איך עס נישט אלס א העדליין דא ביי אונז אויך נישט.
דא איז נאר נייעס אז אבאמא איז אן אנטיסעמיט, ווען אבאמא /ביידען וואלטן איינגעלאדענט אזאנע פארשוינען שטעל דיר נאר פאר די קידוש לבנה קעפלעך וואס וואלט דא פארגעגאנגען...

ספעציעל אינטערסאנט פאר ווער סגעדענקט די גרויסע מערכה ווען סאיז אויפגעדעקט געוורן אז אבאמא איז אמאל געווען און א קלויסטער ווי איינער פון די גלחים האט בעבר גערעדט אנטקעגן יודן, און ווי שטארק אבאמא האט זיך אפגעטרייסעלט אז ער האט קיינמאל נישט געוויסט האט עס נישט געהאלפן סטאפן די היימישע "תהלים גרופעס" פון אנזייען פאניק..
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איינער קען אלערטן הייקינד? ער איז נישט בנמצא
#בשיטה נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”