די געדאנק דערפון איז, אז אזוי האבן זייערע נאכפאלגער א ווינקל וואו זיי קענען זיך צונויף טרעפן און עס רואיג דיסקוסירן אין א אייגענע פלאץ, און ווי אויך קען מען דארט טריאומפירן ווען ס'גייט גוט, זיך מחזק זיין ווען ס'גייט נישט אזוי גוט, און דמיונ'ען מיט האפענונג אז ס'גייט זיין גוט... און וואס נישט.
אין אזוינע אשכולות וועט מען געווענליך נישט טרעפן ביידע זייטן פון די מטבע אויסגעשמועסט פון א נייטראלע שטאנדפונקט און אויפ'ן זעלבן פארנעם, ווייל די אשכולות ווערן געעפנט און פארוואלטעט דורך שטיצער פונעם באוועגונג אדער קאמפיין (און די אפטייטש פון זיין אין שטיצע פון עפעס איז אז מ'איז נישט נייטראל דערוועגן), און געווענליך וועלן זייערע מתנגדים רעספעקטירן זייער ציל פון צו האבן א ווינקל וואס איז געצילט פאר שטיצע פאר יענע באוועגונג אדער קאמפיין.
אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער אינטערסאנט, ווייל אדרבא, דורכ'ן אריינגיין אין אזא ווינקל קען מען דערשנאפן וויאזוי "זיי" קוקן אן זאכן פון זייער שטאנדפונקט, און דערנאך קען מען אריבערגיין צום קעגנערישן הויפטקווארטיר צו זען וויאזוי "זיי" לייגן עס אראפ, און אזוי האט מען ביידע זייטן פון די מטבע אויף א געזונטע פארנעם.
געווענליך וועלן די סארט אשכולות ווערן געעפנט און זיין אקטיוו בעיקר פאר וואלן, למשל יעצט פאר די 2022 מידטוירם וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען די אשכולות פון 2022 רויטע צונאמי (Red wave) רעפאבליקאנער הויפקווארטיר, פון דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמפיין הויפטקווארטיר, פון לי זעלדין קאמפיין הויפטקווארטיר, פון האוקול פאר גאווערנאר, און פון נאך עטליכע קאמפיינ'ס וואס איז אי אפשר לפרטם כי רבים הם.
ביז נישט לאנג צוריק איז עס ווייט נישט געווען אזוי שטארק, ווען בלויז צוריק אין 2020 זענען בסך הכל געווען צוויי אזוינע אשכולות, איינס די בארימטע צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול, און איינס די צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ, און אינעם טראמפ קאדענץ האבן זיך די מתנגדים צונויפגערעדט אין די צענטראלע רעזיסטענס אשכול.
אלזא, מיין איך אז ס'איז צייט צו עפענען א "פּרא-לינקע-אגענדע הויפּטקווארטיר", וואו מ'וועט אויסשמועסן די צד אז לינקס איז בעסער ווי רעכטס און אלעס ארום.
איידער איך דרוק "שיק" וויל איך נאר קלארשטעלן עטליכע פונקטן.
1) ס'איז נישט קיין סוד אז ממש יעדער ביי אונז איז רעכט געשטימט צו עפעס א מאס, אויך די וואס זענען נישט אזוי שטארק רעכט ווי אנדערע.
אסאך פון די וואס מ'רופט ביי אונז "לינק" זענען עכטע רעכטע, נאר זענען פשוט אויסגעשפראכן קעגן דעם טראמפ פענאמען און/אדער אנדערע כאראקטעריסטיקס פון די היינטיגע רעכטע, און דערפאר ווערן זיי אנגעקוקט ווי לינק גענויגט אין א תקופה ווען טראמפיזם און יענע געוויסע כאראקטעריסטיקס האבן איבערגענומען דעם רעכטן לאגער.
אנדערע ביי אונז זענען טאקע נישט אזוי רעכט, אבער זייער עיקר פראבלעם מיט רעכטס איז ווען ס'גייט צו ווייט, און זיי זעען זיך אלס לינק קעגן די היינטיגע רעכטע וואס זענען - לויט זייער מיינונג - צו עקסטרעם.
און אנדערע האלטן אז רעכטס איז בכלל נישט די גאלד גרוב וואס אנדערע מיינען אז ס'איז, נאר ביידע מהלכים זענען שקר מיסודם און מ'דארף שטיין אינדערמיט און לוחם זיין קעגן ביידע זייטן גלייך.
אבער כמעט קיינער האלט נישט אז לינקס איז פשוט בעסער, מער אויסגעהאלטן, און די וועג צו גיין - פאר די וועלט בכלל, און פאר אונז ערליכע אידן בכלל.
די אשכול וועט יא פארשטעלן יענע צד, און אויב איר קענט עס נישט עסן קענט איר גיין ווייטער.
2) איך פארשטיי אז רוב ליינער דא זענען נישט אויף מיין זייט אין דעם נושא - ווי דערמאנט אין פאריגן פונקט, און איך זוך זיך נישט איינצורעדן אז יא. אלזא, אנדערש ווי אנדערע אגענדע הויפטקווארטירן וועט מען דא יא דירעקט וועלקאמען פראגן - אפילו הארבע - געוואנדן קעגן לינקע דעות און פאליסיס, נאר מיין איינע ציל מיט די לינקע אשכול איז אז דאס זאל זיין אויף א רואיגע אופן פון שאלה ותשובה ווי ס'פאסט ווען מ'קומט אריין צו יענעם אין הויפטקווארטיר, און נישט סתם אראפרייסן און סעקירן מיט זינלאזע שטעכערייען און באשולדיגונגען, נאר רעפעקטירן דעם פאקט אז דאס איז א לינקע ווינקל.
3) איך האלט נישט פון קיין פרישע אשכולות פאר יעדע קליינע נייעסל אדער דעבאטע וואס צוויי ניקים האלטן אפ פאר א האלבן טאג, און נישט דאס איז מיין ציל צו סתם עפענען נאך אן אשכול.
דערפאר וויל איך קלארשטעלן מיין רצון אז אלע דעסקוסיעס וואס פיטן אריין אין דעם קאטאגאריע פון דעבאטעס אין שטיצע פון לינקע פאליטיק זאל בלייבן דא, און אז די אשכול זאל פארבלייבן די "צענטראלע" פּרא-לינקע-אגענדע אשכול, אפילו אויב די אשכול פארפארט צו רעדן פון בלויז איין ענגע - און אפילו עטוואס זייטיגע - נושא פאר עטליכע טעג - פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז א נושא וואס האט שייכות אהער.
4) אויסער די אויבנדערמאנטע כאראקטעריסטיקס וועט דער אשכול דינען ווי א געהעריגע הויפטקווארטיר ארויסצוברענגען און אויסצושמועסן סיי וואס פאזעטיוו איבער די לינקע אגענדע און אירע דעות, פאליסיס, און רעזולטאטן, אבער ווי דערמאנט וועלן קשיות דערויף אויך זיין מער ווי וועלקאם דא.
ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו.