קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מסתמא האט געשריבן:מיין אישו מיט די פעקט טשעקערס איז אז רוב מאל ווארפן זיי אבי זאמד אין די אויגן און שטעלן זיך אויף ארומיגע נקודות וועלכע יעדער פארשטייט אליינס אז סאיז לאו דוקא הונדערט פראצענט אקוראט, חוץ א מעשה וואס די פעקט טשעקערס לייגן לאנגע ארטיקלען אין וועלכע זיי ווארפן צאם פיתאום ורמסס שלא מן הענין און דער ליינער מיט זיין לאו היי-קיו קלערט אז דא ליגט סאם האו דעקונג אויף דעם סאב טאטאל מסקנה/קעפל וועלכע לייגט מיסטעריעזיש בלויז איין פארטיי כסדר די הויזן אויפן פייער

בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

והאחרון והוא העיקר, אויב גייט דער פעקט טשעקינג קלויבן פערזענליכע אייוועלט ניקן און זיי טשעלענדזשן און ארינטערייסן איז דאס א חורבן. כבין נישט דא צו דעבאטירן, כזאג בלויז וואס כווייס, כהאלט און כפארשטיי און כבין אבסאלוטלי נישט וויליג מיך צו דארפן כסדר ריינוואשן און אויפווייזן פארוואס יענעמס פעקט טשעקינגס אויף מיינע תגובות זענען אומריכטיג, סאו דאס קען זיין א פאטענציאלע חורבן פאר די חשק צו וועלן שרייבן דא און קען פאטענציעל אנציען די געמיטער גאר שטארק. אבער דאס איז בלויז מיין אבזערוואציע
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

לעכטל האט געשריבן:ווי אזוי וועסטו האבן צייטל איבערציליינען אלע תגובות?

די טראלס וועלן עס אים אריין שיקען
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

זארג נישט האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:ווי אזוי וועסטו האבן צייטל איבערציליינען אלע תגובות?

די טראלס וועלן עס אים אריין שיקען

אזוי ווי ס'איז דא א באריכט קנעפעל גייט מען מאכן א פעקט טשעק קנעפל וואס גייט שיקן די תגובה פאר מיסטער פעקט טשעקער.

@וויכי אפשר קען מען עס צולייגן ביי די נייע אפדעיט..
אוועטאר
אייוועלט פאקט טשעק
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2022 9:04 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט פאקט טשעק »

ר' זעקל האט געשריבן:נא וואו איז דער פעקט טשעקער?? מען קען נישט אזוי לאנג רעדן פון א ניק מיט איין תגובה..

מיר זענען דא, מיר האבן פשוט געווארט אויף די רעאקציעס פונעם עולם, יעצט וועלן בס"ד ענטפערן אויף אייערע אנפראגעס.

ובזה החלי בעזהשי"ת.

אומר אני האט געשריבן:ווער גייט פאקט טשעקן די פאקט טשעקערס?
מ'קען זיך אויך מעלדן צום זעלבן אימעל אויב מען וויל זיך אנטראגן צו פאקט טשעקן די פאקט טשעקערס?

דא אינעם אשכול וועט מען אונז קענען פארהאלטן אויף די צייכענעס (אויך אין די אימעיל, אבער מיר שטעלן אויך צו די אשכול אז אויב מ'וויל זאל מען עס קענען טוהן לעיני השמש כדי אז ס'זאל זיין פראקלאמירט ברבים אז מ'האט אונז קריטיקירט), און אויב וועלן מיר צייכענען עפעס אומריכטיג וועט זיכער נישט בלייבן שטיל ביז מיר וועלן צוריקציען.

אויב מיר וועלן נישט צוריקציען פון ציכענונגען מיט שטארקע טענות דערקעגן, וועלן מיר אויפהערן צו ווערן גענומען ערנסט, און מיר וועלן פארלירן אונזער גאנצער רעפוטאציע, און דאס וועט "אונז" האלטן אין טשעק.

מסתמא האט געשריבן:מיין אישו מיט די פעקט טשעקערס איז אז רוב מאל ווארפן זיי אבי זאמד אין די אויגן און שטעלן זיך אויף ארומיגע נקודות וועלכע יעדער פארשטייט אליינס אז סאיז לאו דוקא הונדערט פראצענט אקוראט, חוץ א מעשה וואס די פעקט טשעקערס לייגן לאנגע ארטיקלען אין וועלכע זיי ווארפן צאם פיתאום ורמסס שלא מן הענין און דער ליינער מיט זיין לאו היי-קיו קלערט אז דא ליגט סאם האו דעקונג אויף דעם סאב טאטאל מסקנה/קעפל וועלכע לייגט מיסטעריעזיש בלויז איין פארטיי כסדר די הויזן אויפן פייער

בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

והאחרון והוא העיקר, אויב גייט דער פעקט טשעקינג קלויבן פערזענליכע אייוועלט ניקן און זיי טשעלענדזשן און ארינטערייסן איז דאס א חורבן. כבין נישט דא צו דעבאטירן, כזאג בלויז וואס כווייס, כהאלט און כפארשטיי און כבין אבסאלוטלי נישט וויליג מיך צו דארפן כסדר ריינוואשן און אויפווייזן פארוואס יענעמס פעקט טשעקינגס אויף מיינע תגובות זענען אומריכטיג, סאו דאס קען זיין א פאטענציאלע חורבן פאר די חשק צו וועלן שרייבן דא און קען פאטענציעל אנציען די געמיטער גאר שטארק. אבער דאס איז בלויז מיין אבזערוואציע

איר דארפט דאנקן דעם אויבערשטן אז איר פארשטייט אליינס אויף געוויסע זאכן אז ס'איז לאו דוקא הונדערט פראצענט אקוראט, אבער ס'זענען דא תמימי לב וואס נעמען אן גאר ערנסט עפעס וואס איינער שרייבט אלס פאקט, און זיכער ווען ער שטויסט זיך אן אין דעם "פאקט" איינמאל און נאכאמאל.

וועגן אייער פראבלעם מיט לאנגע ארטיקלען, מיר וועלן געבן בלויז א צייכן, און אויב מ'וויל הסבר קען מען אונז בעטן. אויב ס'איז א פארדרייטע הסבר און ס'קוקט אויס ווי מיר האבן זיך אונזערע אגענדעס און מיר זענען נישט אויפריכטיג, וועלן מיר פארלירן אונזער רעפוטאציע און מער נישט ווער גענומען ערנסט, כדלעיל.

אין אונזערע אויגן איז די טיטל "פעקט טשעקער" נישט אזא בייסיגער, און איז נישט אזוי שרעקעדיג פאר איינער וואס קעירט אז זאכן וואס ער שרייבט זאלן זיין פעקטועל ריכטיג, מיר זעען אונזערע צייכענונגען אלס די זעלבע בייסיג ווי בעטן א מקור אויף עפעס וואס א ניק שרייבט, וואס איז גאר אן אנגענומענע זאך צו טוהן דא אינעם וועלטל.

וועגן "קלויבן פערזענליכע אייוועלט ניקן און זיי טשעלענדזשן און ארינטערייסן", ווי שוין געשריבן איז דא עפעס וואס וועט אונז האלטן אין טשעק, און איינמאל מיר ווערן נישט גענומען ערנסט דארף קיינעם נישט באדערן אז ער באקומט שלעכטע צייכענעס פון אונז שלא ביושר.

אונזער מיינונג איז, אז ווען די ווערטער וואס מ'קלויבט אויס צו שרייבן זענען ריכטיג, צו אז מ'איז נאכגעגאנגען פאר'ן עפעס שרייבן צו ס'איז טאקע אזוי, צו אז מ'שרייבט נישט זאכן וואס מ'שטעלט זיך פאר אלס "פאקט" - נאר מ'לייגט צו דעם "לכאורה" פארדעם וכדו', זענען ליינער פיל מער באקוועם מיט וואס זיי ליינען, און זיי אפרישיעטן די דעסקוסיע אסאך מער, און דאס ברענגט עווענטועל אריין מער מגיבים און מער ליינער און ס'האלט דעם דיסקוסיע לעבעדיג.

ר' זעקל האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:בכלל כבוד הרב פעקט טשעקער אייערע קראדענשעלס זענען גארנישט מער ווי דער ניק מיט וועמען איר זענעט מחולק אוןן איר קענט בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט, ס'פעלט בכלל נישט אויס די בייסיגע טיטל פון פעקט טשעקער וואס דער טיטל באדייט טעכניש אז איר רולט די פאקט שלא ביושר ווייל ווער זענט איר?.

דאס איז די נקודה וואו ס'שטעקט די פראבלעם.

און גראד אין זיין ערשטע תגובה ברענגט ער נאך בעסער ארויס וואס זיין פראבלעם איז

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:למשל דאס:
יענער האט געשריבן:הגם די דעמאקראטן ווילן עס נישט מודה זיין, איז אבער קלאר ווי די טאג אז טראמפ האט געוואונען די 2020 עלעקשאן, מיט קאוויד און די העצערייען אין די מידיא.

;sp; די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג ;sp;

ער הייבט גראד אן מיט זאכן וואס מען דעבאטירט כסדר דא אויף אייוועלט איז יא געווען פראוד אדער איז נישט געווען פראוד. און קומט מיט א פעקט טשעק אז ס'איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג

דאס איז נישט קיין פעקט טשעקינג דאס איז טראלן נאך מיט א נאמען פון פעקט טשעקינג.

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:
אפיציעל איז עס אנדערש ווי ס'ווערט דא באהויפטעט

אפיציעל.....

א ישר כח פאר אייער שיינע הערה.

אמת אז מיר קומען נישט מיט'ן כח פון די הנהלה, און טאקע וועגן דעם האט יעדער איינער די פולסטע רעכט מחולק צו זיין מיט סיי וואס מיר שרייבן, און איר קענט אייך בארואיגן אז איר דארפט נישט ווערן געבאדערט פון אונז, און איר קענט אונז רואיג בלויז איגנארירן, ווייל אונזער ארבעט איז באמת ווי דאס וואס איר ציטירט פון הרב מסתמא "בלויז בתורת ניק דיסעגריען און אנצייגן מיט וואס אייער בר פלוגתא איז אומגערעכט".

יעצט וועגן אייער הערה אויף דעם משל וואס מיר האבן געברענגט, ערשט עס איז א בלויזער משל, און מיר ווייסן נישט אז ס'זאל זיין א תגובה מיט די זעלבע ווערטער.

איז צום ערשט דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז זאכן וואס זענען אנגענומען אלס פאקט איז נישט עפעס צו וואס "יעדער" איז מסכים אז דאס איז דער פאקט, און צוליב דעם קען מען נישט אננעמען א מהלך פון "פאקט טשעקן" אויב מ'רעכנט זיך מיט די מיינונגען פון "יעדעם" איינעם.

ס'איז אבער פארט דא א ברייטע ליניע פון זאכן וואס מענטשן מן הישוב זענען אלע מסכים אז דאס איז דער מציאות, און אויך אז דאס איז גענוג א קראנטע זאך צו ווערן אנגערופן פאקט, און צו זיי קעיטערן מיר, און די אנדערע קענען מיר באמת נישט העלפן.

יעצט צו אייער טענה קעגן אונזער "אומריכטיג" צייכן אויף די באהויפטונג אז טראמפ האט געוואונען די וואלן, ס'איז טאקע נאר א משל, אבער ס'איז וויכטיג עס מסביר זיין כדי אז מ'זאל פארשטיין וויאזוי מיר וועלן אפערירן.

אויב איר באמערקט האט יענער נישט געשריבן אז ס'איז געווען וואל פעלשערייען, וואס דאס איז א ברייטע דעבאטע, און לויט ווי מיר געדענקען פון אויסעווייניג איז אפשר גאר דא א איבערוויגנדער מערהייט וואס גלייבן אז דאס איז געווען דער פאל.

יענער האט אויך נישט געשריבן אז ביידען האט געוואונען "אומלעגיטים", אדער אז אויב מ'וואלט זיך באגאנגען מיט דין און יושר וואלט טראמפ היינט געווען פרעזידענט, ער האט פשוט געשריבן אז טראמפ איז במציאות דער געווינער.

ווי באקאנט ארבעטן די וואלן אז ערשט שטימען די מענטשן אין די סטעיטס, נאכדעם ציילט מען עס, נאכדעם טוען די סטעיטס סערטעפייען די עלעקשאן, און נאכדעם שיקט יעדע סטעיט א גרופע צו עמטליך שטימען פאר פרעזידענט.

אפגעזען צו ס'איז געווען פראוד אדער נישט, איז אבער זיכער אז מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט די טענות. די סטעיטס האבן סערטעפייט די עלעקשאנ'ס כמות שהיא, די עלעקטאראלע שטימען וואס זענען געשיקט געווארן לויט דעם זענען אפגעציילט און באשטעטיגט געווארן אינעם קאנגרעס דורך מייק פענס, און מיט דעם איז דזשאו ביידען במציאות דער געווינער פון די וואלן.

יעצט איך מיין אז ס'זענען דא מערערים אויף די געשיכטע וואס כ'האב יעצט געשילדערט, ווייל כ'האב געהערט אז געוויסע האלטן אז טראמפ איז נאך במציאות יעצט פרעזידענט.

אפשר האלטן זיי אז די מידיא האט אונז איינגערעדט די אלע זאכן, אדער אז ס'איז געווען אן אחוזת עינים אויף עפעס א וועג, אזוי צו אזוי גייען זיי אריין אינעם אויבנדערמאנטן כלל פון מענטשן וועמען מיר קענען נישט העלפן, און מיר קענען אייך שוין זאגן אז זיי גייען נישט אייביג מסכים זיין מיט אונזערע צייכענונגען, אבער אויב איר צילט זיך נישט צווישן זיי, קענט איר זיין רואיג אז איר וועט בלויז בענעפיטירן פון אונז.

לעכטל האט געשריבן:ווי אזוי וועסטו האבן צייטל איבערציליינען אלע תגובות?

איר רעדט בלשון יחיד צו אונז, און וועגן דעם איז עס טאקע א הארבע קשיא.

מיר צילן אבער אז מערערע ניקים זאלן זיך אנשליסן אין אונזער טים, טאקע אז מיר זאלן קענען טוהן מער, און אויך אז אונזער טים זאל האבן אין זיך אלע סארטן מיינונגען וואס זאל פארזיכערן די יושר פון אונזערע צייכענונגען.

מיר צילן אז אלע טים מעמבערס זאלן ווערן געבריפט ווען ווערטער אין א תגובה דארף מעגליך באקומען א צייכענונג, און אז די צייכן זאל געגעבן ווערן נאך אן אפשטימונג פון די טים.

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער א גוטע איידיע. עלה והצלח. וואס האט דער עולם אזוי מורא? אויב זענט איר נישט צופרידן פון וואס דער פעקט טשעקער באהויפטעט, קענט איר אלעמאל זיך דינגען. ער איז נישט גאט.

ש'כח פאר די חיזוק.

ס'איז ממש ווי איר זאגט, קיינער דארף נישט האבן א פראבלעם מיט אונז, ווייל ווילאנג קיינער איז נישט דא מיט די איינע ציל פון צו אינפילטרירן דעם ציבור מיט פאלשע אינפארמאציע, וועט קיינעמס ציל און הנאה פון זיין דא נישט פארשוועכט ווערן דורך אונזער אנוועזנהייט.
צו פארלאנגען אז א תגובה זאל ווערן געצייכנט, שיקט אונז אן אישי אדער אימעיל. אויב איר ווילט אז ס'זאל זיין פובליק א איר האט עס פארלאנגט, קענט איר עס פארלאנגען אין אונזער אשכול.

דיסקלעימער: דאס איז א פריוואטע פראיעקט, אן קיין שייכות מיט די סייט'ס הנהלה.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אה, ב"ה, דער איז צוריק דא, כ'האב שוין מורא געהאט אז דו קענסט נישט פארנעמען קיין קריטיק.

כ'האב הנאה פון דיין "מיר" און "אונז" שפראך, געט א גוטע אנשטעל ווי מ'רעדט דא פון א ערנסטע אפיס.

וואו, ס'סאונדט מורא'דיג, נאר א קליינע שאלה, וואס מיינט אז יעדע צייכענונג דארף באקומען די אפשטימונג? ס'גייט גיין אזויווי א פרעזידענטשעל עלעקשאן וואס מ'ציילט די עלעקטארס און לויט די רוב איז מען מחליט, אדער גייט יעדע טים מעבער דארפן מסכים זיין צו יעדע צייכענונג כדי ס'זאל ווערן אנגעצייכנט?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הרב פעיק טשעיק… איר ׳עטס׳ שרייבט מורעדיג גוט! איך באצוה מיר נישט צו די תוכן נאר פשוט די ווערטער אין וועג וויאזוי עס איז געשריבן… אנשטאט פארפאטשקענען טייערע צייט מיט דעם… נעמט אייך צו די עבודה אין שרייבט לענעגערע שיינע תגובות! בנוגע דיין פראיעקט אינטערעסירט מיר א רעטעך… אבער האו קעירס… וואס איך האלט…
איך האלט נאך אלס ווי @מסתמא אפי׳ נאכן ליינען דיינע תירוצים אויף זיין תגובה!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

הייסט פון היינט אין ווייטער העט זיין אז יעדע ניק וואס האט א טעהנעריי מיט עמיצן אין א אשכול איבער א געוויסע נושא העט סיי דארפן אפפרעגן די אנדערן אין יענע ספעציפישע אשכול ווי די טעהנעריי האט אויסגעבראכן, אין דערנאך העט ער זיך דארפן באפארענען אין דיין אשכול טאמער די וועסט עס פעקט טשעקן אלץ אומריכטיג, אין דארפן אויפווייזן אז איר זענט נישט גערעכט?? קאמאן סארבעט נישט אזוי.... דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון צעדליגער ניקים צי שרייבן דא אויפן וועלטעל.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אונזער אפיס האלט א נאנטע אויג אויף די גרינדונג פון די נייע ארגעניזאציע. עס איז אריינגעקומען באריכטן אז די ארגעניזאציע אפערירט אן די נויטיגע פערמיטן. מיר ווילן נאכנישט שפרינגען צו קיין החלטות, אבער יעדע באריכט וועט ווערן אריינגעקוקט דורך איינע פון אונזער סטעף מיט די פילסטע ערנסקייט.

פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.

א פרייליכע שושן פורים.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

@הקולמוס זאגט א גוטע נקודה, דער איז דאך א אויסנאם געלונגענע שרייבער, ממש א שאד צו פארפאטשקענען אויף דעם, ווען מ'קען אין די לייט מהנה זיין דעם עולם מיט גוטע סחורה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רעגענדיג האט געשריבן:@הקולמוס זאגט א גוטע נקודה, דער איז דאך א אויסנאם געלונגענע שרייבער, ממש א שאד צו פארפאטשקענען אויף דעם, ווען מ'קען אין די לייט מהנה זיין דעם עולם מיט גוטע סחורה.

דאס טוט ער שוין מיט זיין אנדערן ניק.

איך זע נישט וואס דעם עולם באדערט אזוי. לאזט אים אנהייבן טון זיינס, און לאמיר זען וויאזוי עס פארט. גיין אן פעקט טשעקער!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מזל טוב! די פעקט טשעקן איז אריין אין קראפט!

און אנדערש ווי געשמועסט ווערט עס נישט געטון אין דעם אשכול, נאר טאקע באותו מקום וואו ס'איז געשריבן געווארן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

רעגענדיג האט געשריבן:מזל טוב! די פעקט טשעקן איז אריין אין קראפט!

און אנדערש ווי געשמועסט ווערט עס נישט געטון אין דעם אשכול, נאר טאקע באותו מקום וואו ס'איז געשריבן געווארן.

בקיצור גייט זיך שטעלן אויף "ווערטער" גאטיט...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גראדע האב איך הנאה

אבער שטייצעך אז אנע לענגערע הסבר אויף יעדע פעקט טשעק איז עס ווערטלאז...
אוועטאר
אייוועלט פאקט טשעק
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2022 9:04 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט פאקט טשעק »

היינט האבן מיר צום ערשטן מאל געדארפט צייכענען צוויי תגובות (דאס און דאס) וואס האבן באהויפטעט אז ביי קאוויד איז נישט געווען קיין רעסעסיע אין אמעריקע.

אויב די מגיבים האבן געמיינט עפעס אנדערש זאלן זיי טוישן די ווערטער אין די תגובה אדער זיך מסביר זיין, און מיר וועלן זיין צופרידן צו אויסמעקן אונזער צייכענונג.
צו פארלאנגען אז א תגובה זאל ווערן געצייכנט, שיקט אונז אן אישי אדער אימעיל. אויב איר ווילט אז ס'זאל זיין פובליק א איר האט עס פארלאנגט, קענט איר עס פארלאנגען אין אונזער אשכול.

דיסקלעימער: דאס איז א פריוואטע פראיעקט, אן קיין שייכות מיט די סייט'ס הנהלה.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע האב איך הנאה

אבער שטייצעך אז אנע לענגערע הסבר אויף יעדע פעקט טשעק איז עס ווערטלאז...

און שטייצעך אז אויב די פעקט טוישט נישט די נושא וואס ווערט דעבאטירט מאכט עס נערוועז, כל שכן אין ווען עס איז נישט אין די אשכול.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:היינט האבן מיר צום ערשטן מאל געדארפט צייכענען צוויי תגובות (דאס און דאס) וואס האבן באהויפטעט אז ביי קאוויד איז נישט געווען קיין רעסעסיע אין אמעריקע.

אויב די מגיבים האבן געמיינט עפעס אנדערש זאלן זיי טוישן די ווערטער אין די תגובה אדער זיך מסביר זיין, און מיר וועלן זיין צופרידן צו אויסמעקן אונזער צייכענונג.

אפשר ברענגט איר מקורות צו אייער פעקט טשעק?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טוה א טובה האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע האב איך הנאה

אבער שטייצעך אז אנע לענגערע הסבר אויף יעדע פעקט טשעק איז עס ווערטלאז...

און שטייצעך אז אויב די פעקט טוישט נישט די נושא וואס ווערט דעבאטירט מאכט עס נערוועז, כל שכן אין ווען עס איז נישט אין די אשכול.

מיר נערווירט עס גראדע נישט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:היינט האבן מיר צום ערשטן מאל געדארפט צייכענען צוויי תגובות (דאס און דאס) וואס האבן באהויפטעט אז ביי קאוויד איז נישט געווען קיין רעסעסיע אין אמעריקע.

אויב די מגיבים האבן געמיינט עפעס אנדערש זאלן זיי טוישן די ווערטער אין די תגובה אדער זיך מסביר זיין, און מיר וועלן זיין צופרידן צו אויסמעקן אונזער צייכענונג.

אויך מיר א פעקט טשעקער..

פארשטייסט נישט וואס איך שרייב און דו צייכנסט שוין.. שיין שיין..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

הוסיף נודניק, נעקסט...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:ליגענט כמו שכתוב סהאט זיך שוין פיין אנגעהויבן אונטער זיין אדמיניסטראציע

זייער לאנג גענומען...

כהאב נישט געזאגט ס'איז זיין שולד אבער פאקטארן פון דעמאלטס איז אויך א גורם צי די יעצטיגע מצב

צו דעם עגרי איך, אבער קיין רעסעסיע האט זיך נישט אנגעהויבן דעמאלטס.

:!: אפיציעל איז עס אנדערש ווי ס'ווערט דא באהויפטעט :!:

אפיציעל וואו?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'מאכט היבש נערוועז... ענדערש דא אינעם אשכול...
אוועטאר
אייוועלט פאקט טשעק
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2022 9:04 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט פאקט טשעק »

טוה א טובה האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:מזל טוב! די פעקט טשעקן איז אריין אין קראפט!

און אנדערש ווי געשמועסט ווערט עס נישט געטון אין דעם אשכול, נאר טאקע באותו מקום וואו ס'איז געשריבן געווארן.

בקיצור גייט זיך שטעלן אויף "ווערטער" גאטיט...

ווערטער מיינען זאכן.

מיר שטעלן זיך פאר אז איר האט נישט געזוכט צו שרייבן אומריכטיגע אינפארמאציע נאר איר האט געהאט אנדערע סיבות דערביי (למשל אז איר האט נישט געוואלט - און איר האלט נישט אז מ'דארף - מעסטן די ווערטער וואס איר שרייבט וכדו').

אבער מענטשן קענען ארויסנעמען דערפון אינפארמאציע וואס איז אומריכטיג לויט די אפיציעלע קוועלער.

(באמערקט אז מיר האבן עס נישט געצייכנט אלס אומריכטיג, ווייל מ'קען טעכניש טענה'ען אז די רעגירונגס סטאטיסטיקס קענען זיין אומריכטיג און דערפאר איז אייער באהויפטונג נישט באשטעטיגט אלס אומריכטיג. אבער אנדערש ווי די אפיציעלע ווערסיע איז עס זיכער
צו פארלאנגען אז א תגובה זאל ווערן געצייכנט, שיקט אונז אן אישי אדער אימעיל. אויב איר ווילט אז ס'זאל זיין פובליק א איר האט עס פארלאנגט, קענט איר עס פארלאנגען אין אונזער אשכול.

דיסקלעימער: דאס איז א פריוואטע פראיעקט, אן קיין שייכות מיט די סייט'ס הנהלה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויאזוי ארבעט די אייוועלט פעקט טשעקעריי? אין וועלכע שעות זענען די פעקט טשעקערס אין ביזנעס? אין וועלכע אשכולות טשעקט מען יא און וועלכע נישט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:מזל טוב! די פעקט טשעקן איז אריין אין קראפט!

און אנדערש ווי געשמועסט ווערט עס נישט געטון אין דעם אשכול, נאר טאקע באותו מקום וואו ס'איז געשריבן געווארן.

בקיצור גייט זיך שטעלן אויף "ווערטער" גאטיט...

ווערטער מיינען זאכן.

מיר שטעלן זיך פאר אז איר האט נישט געזוכט צו שרייבן אומריכטיגע אינפארמאציע נאר איר האט געהאט אנדערע סיבות דערביי (למשל אז איר האט נישט געוואלט - און איר האלט נישט אז מ'דארף - מעסטן די ווערטער וואס איר שרייבט וכדו').

אבער מענטשן קענען ארויסנעמען דערפון אינפארמאציע וואס איז אומריכטיג לויט די אפיציעלע קוועלער.

(באמערקט אז מיר האבן עס נישט געצייכנט אלס אומריכטיג, ווייל מ'קען טעכניש טענה'ען אז די רעגירונגס סטאטיסטיקס קענען זיין אומריכטיג און דערפאר איז אייער באהויפטונג נישט באשטעטיגט אלס אומריכטיג. אבער אנדערש ווי די אפיציעלע ווערסיע איז עס זיכער

וואס רעדסטו הרב פעקט טשעק, פון די רעסעסיע אנפאנג קאוויד?

דאס איז נישט געווען די נושא. מען רעדט פון סוף טראמפ אנהויב ביידן צייטן.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: קאך לעפל פראיעקט: אייוועלט פאקט טשעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

אייוועלט פאקט טשעק האט געשריבן:ווערטער מיינען זאכן.

מיר שטעלן זיך פאר אז איר האט נישט געזוכט צו שרייבן אומריכטיגע אינפארמאציע נאר איר האט געהאט אנדערע סיבות דערביי (למשל אז איר האט נישט געוואלט - און איר האלט נישט אז מ'דארף - מעסטן די ווערטער וואס איר שרייבט וכדו').

אבער מענטשן קענען ארויסנעמען דערפון אינפארמאציע וואס איז אומריכטיג לויט די אפיציעלע קוועלער.

(באמערקט אז מיר האבן עס נישט געצייכנט אלס אומריכטיג, ווייל מ'קען טעכניש טענה'ען אז די רעגירונגס סטאטיסטיקס קענען זיין אומריכטיג און דערפאר איז אייער באהויפטונג נישט באשטעטיגט אלס אומריכטיג. אבער אנדערש ווי די אפיציעלע ווערסיע איז עס זיכער

טוה עס אין די אשכול געזונטערהיייט, באותו מקום ווען עס איז נישט נוגע די דעבאטע נערווירט.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”