בעצם איז דער פראבלעם נישט קיין נייער, אדרבא, ס'איז באקאנט אז היסטאריש ווען ס'איז געווען פיל שווערער נאכצוגיין זאכן און מענטשן זענען נישט געווען אזוי געלערנט, האט עולם גולם פיל שנעלער אפגעקויפט וואס מ'האט זיי פארקויפט, אריינגערעכנט זאכן וואס האבן נישט געהאט קיין קראנטע מקורות אויב בכלל.
אבער היינט אין די וועלט פון סאציאלע מידיא ואביזרייהו איז די אנשיקעניש מער אין די איכות פון דער פראבלעם, אז ווען א נישט אמת'ע זאך ווערט באשאפן גייט עס "וויירעל" גאר שנעל, וואס מאכט אז יעדע ליגנט וואס ווערט פראדוצירט האט גאר שטארקע אויסזיכטן צו אנקומען צו אייך אין קאך, און אז איר זאלט אייך פארסמאקעווען דערמיט אויב ס'דינט אייער צוועק.
מ'קען אויך צולייגן אז טאקע ווייל ס'איז אזא אפענע וועלט וועלן מענטשן פיל ווייניגער חושש זיין אויף עפעס וואס זיי הערן אז ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל "ווער גייט דען זאגן עפעס וואס איז נישט אמת אין א צייט וואס מ'קען אזוי שנעל נאכגיין די קראנטקייט פון זאכן?".
מ'קען טאקע זען וויאזוי מענטשן האלטן און איין דערמאנען מיט אייפער וויאזוי "יענער האט געזאגט דאס", "דארט איז געשטאנען יענץ", און "ס'איז אנגענומען אזוי" א.א.וו., און מ'זעט נישט אן אז מענטשן זאלן זיין סקעפטיש צו דאס אז יענער זאגט, דער שרייבט, אדער אז "אין די גאס הייסט" מיינט טאקע אז ס'איז אזוי.
די זאך גייט אזוי ווייט, אז אסאך מאל האבן מענטשן אויפגעבויטע בנינים פון מיינונגען אויף נושאים אדער טענות אויף זאכן, ווען די יסוד אויף וואס די בנינים זענען געבויט איז פשוט. נישט. אמת.
איבערהויפט דא אינעם קאך לעפל וואו מ'קומט זיך אויסצוליפטערן דורכ'ן לאזן הערן מיינונגען און ארויסגעבן טענות אדער גאר ברענגען מענות צו די נושאים וואס זענען אויפ'ן טיש, קען מען אסאך מאל שטוינען וויאזוי ניקים שרייבן זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געשריבן ווען זיי וואלטן געוואוסט דאס וואס זיי ווייסן נישט, און פארדעם זענען טאקע דא ב"ה צענדליגער אדער הונדערטער מגיבים וואס קענען אריינקומען אין יעדע אשכול צו מאכן קאנטער ארגומענטן בכלל, און צו אפצושלאגן פאלשע באהויפטונגען בפרט.
די פראבלעם ווערט אבער, אז אסאך מאל זענען דא ווערטער וואס ווערן געזאגט וואס זענען קלאר געשניטן "נישט אמת", און אז איינער ליינט עס אן צו גרונטליך אדורכטוהן די פארדעם און די נאכדעם וואו מ'ווייזט אויף אז ס'איז נישט אמת - און איבערהויפט אויב ער זען עס מערערע מאל אין מערערע אשכולות - קען ער עס אנהייבן צו אריינזאפן אין זיך, און שפעטער שוין אליינס ארומלויפן צו פארקויפן אלס "פאקט" וואס ער "ווייסט", און "יעדער איינער ווייסט", און ער קען שוין נישט מער ווי לאכן פון איינער וואס זאגט אים אז ס'איז בכלל נישט אזוי.
___
דערפאר הייבן מיר בעזהשי"ת אן מיט דעם פראיעקט פון צו אנצייכענען (פלעג"ן בלע"ז) ווערטער אין תגובות וואס קענען נוצן די אנצייכענונגען אלס ווארענונג פאר'ן ליינער, פארשטייט זיך אז דאס איז נישט א פרעזענליכע זאך קעגן דער וואס האט געשריבן יענע אינפארמאציע, ווייל רוב מאל ווייסט ער נישט בעסער, און ער זאגט בלויז נאך פון אנדערע.
ווי אויך וועלן מיר היטן אויף די כבוד פון די מגיבים וועמענ'ס תגובה ווערט אנגעצייכנט, דורכ'ן נוצן איידעלע לשונות פאר די אנצייכענונגען, און מיר וועלן אויף קיין שום פאל נישט קאמענטירן אדער ערקלערן א צייכענונג אדער זיך טענה'ען מיט ניקים אינעם באטראפענעם אשכול, כדי צו האלטן די צייכענונג תגובה ריין פון אלעס אויסער די ארגינעלע תגובה און די צייכענונג.
מיר וועלן האבן אן אפענע אויער דא אין דעם אשכול, וואו מ'וועט קענען ציטירן סיי וועלכע צייכענונג מיט טענות, מענות, ערעורים און וואס נישט, און מיר וועלן פרובירן צו מסביר זיין אונזער שטאנד דא אינעם אשכול, ווי אויך וועלן מיר צוריקגיין צו טוישן אונזער צייכענונג אויב מ'קלערט אונז אויף אז מיר האבן נישט געהאנדלט ריכטיג.
___
די סיסטעם וויאזוי די צייכענונגען וועלן ארבעטן וועט זיין ווי פאלגענד.
אויף יעצט וועלן מיר אנהייבן מיט די צייכענונגען (מעגליך אז מיט די צייט וועלן מיר צולייגן מער):
די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג
אפיציעל איז עס אנדערש ווי ס'ווערט דא באהויפטעט
אין קאנטעקסט הערן זיך די ווערטער אינגאנצן אנדערש
ווען ווערטער אין א תגובה דארף ווערן אנגעצייכנט, וועלן מיר ציטירן די תגובה און צולייגן די צייכענונג, און די ווערטער וואס ווערן געצייכנט וועט ווערן קאלירט לויט די קאליר פונעם צייכן כדי אז ס'זאל זיין קלאר וועלכע חלק פונעם תגובה ס'ווערט געצייכנט, אין פאל פון א תגובה מיט מער ווי איין שטיקל אינפארמאציע אדער באהויפטונג (מיר וועלן פרובירן נישט צו שניידן די תגובה כדי נישט ארויסצונעמען זאכן פון קאנטעקסט).
למשל דאס:
יענער האט געשריבן:הגם די דעמאקראטן ווילן עס נישט מודה זיין, איז אבער קלאר ווי די טאג אז טראמפ האט געוואונען די 2020 עלעקשאן, מיט קאוויד און די העצערייען אין די מידיא.די באהויפטונג איז באשטעטיגט אלס אומריכטיג
אדער דאס:
יענער האט געשריבן:טראמפ שטעלט זיך אויף און זאגט נישט מער און נישט ווייניגער, אז ווען ס'איז נאציס קעגן קאנטער פראטעסטירער, זענען דא גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן.אין קאנטעקסט הערן זיך די ווערטער אינגאנצן אנדערש
און אזוי ווייטער.
___
צום שלוס ווילן מיר אפעלירן דא בשער בת רבים, אז מיר ווילן האבן די אמת'דיגע ריכטיגע אינפארמאציע, און אז ס'זאל נישט ארויסגיין קיין מכשול מתחת ידינו, און דערפאר זוכן מיר אנצושליסן אנדערע חברים אין אונזער טים, כדי אז ס'זאל זיין א צוזאמארבעט פון אסאך מיינונגען אז מ'זאל קענען טוהן די ארבעט מיט אויפריכטיגקייט.
אלזא, אויב ווילט איר זיך אנצושליסן אין אונזער טים, קענט איר אונז שיקן אן אישי אדער אימעיל צו [email protected], ווי אויך אויב איר באמערקט סיי וועלכע ווערטער אין א תגובה וואס קען נוצן א צייכן (ס'וועט אי"ה זיין סטריקלי קאנפידנשאל) אדער פאר סיי וועלכע הערה, חיזוק, און אודאי קריטיק זענען מיר גרייט צו הערן , און אויב ווילט איר אז אייער קול זאל דערהערט ווערן און אז ס'זאל פראקלאמירט ווערן ברבים, האלט אייך נישט אפ פון עס צו לאזן הערן דא אינעם אשכול פון דעם פראיעקט.
___
צום שלוס ווילן מיר באטאנען אז דער פראיעקט איז אויף קיין שום וועג נישט פארבונדן מיט די הנהלה פונעם סייט, און איז א גענצליך פריוואטע אונטערנעמונג.
___
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו, און אז די חשוב'ע מגיבים זאלן ווערעפייען פאר'ן שרייבן אזוי אז מיר זאלן נישט בלייבן מיט קיין שטאך ארבעט, וואס דאס איז אונזער גאנצע ציל!