שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2340
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
- לאקאציע: ביי די ארבעט
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
צי די אלע וואס זאגט אז עס איז ביידן׳ס קרעדיט אז געז גייט אראפ. דעס אז געז גייט יעצט אראפ איז באמת נישט אזא גיטע זאך. פארוואס? וועגן די ריזען פארוואס געז גייט יעצט אראפ איז וועגן מען האט מורא פין א רעסעשאן פינטל! סא עס איז שוין איינמאל זיידי ביידן׳ס קרעדיט…
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.

- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
אזוי זאג איך האט געשריבן:צי די אלע וואס זאגט אז עס איז ביידן׳ס קרעדיט אז געז גייט אראפ. דעס אז געז גייט יעצט אראפ איז באמת נישט אזא גיטע זאך. פארוואס? וועגן די ריזען פארוואס געז גייט יעצט אראפ איז וועגן מען האט מורא פין א רעסעשאן פינטל! סא עס איז שוין איינמאל זיידי ביידן׳ס קרעדיט…
גראדע היינט זאגן די עקספערטן אז ביז עטליכע טעג גייען די געז פרייזן צירוק אנפאנגן שטייגען.
רעסעסיע זארגן אראפ, מאסיווע ביידען אקאמפלישמענט, איא?
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2340
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
- לאקאציע: ביי די ארבעט
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
נועם המידות האט געשריבן:אזוי זאג איך האט געשריבן:צי די אלע וואס זאגט אז עס איז ביידן׳ס קרעדיט אז געז גייט אראפ. דעס אז געז גייט יעצט אראפ איז באמת נישט אזא גיטע זאך. פארוואס? וועגן די ריזען פארוואס געז גייט יעצט אראפ איז וועגן מען האט מורא פין א רעסעשאן פינטל! סא עס איז שוין איינמאל זיידי ביידן׳ס קרעדיט…
גראדע היינט זאגן די עקספערטן אז ביז עטליכע טעג גייען די געז פרייזן צירוק אנפאנגן שטייגען.
רעסעסיע זארגן אראפ, מאסיווע ביידען אקאמפלישמענט, איא?
אט דאס האב איך געזאגט. געז איז גארנישט געפאלן וועגן ביידען׳ס אקאפלישמענט׳ס ווי @צל אין נאך איינדערע ווילן איינרעדן די ציבור. עס איז געפאל פאר אסאך א ערגערע ריזן. די מניט די ריזען גייט אוועק איז געז צירוק העכער
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
אגב, בנוגע די שמועס איבער די טראנספארמאציע צו עלעקטריק קארס האב איך געזעהן א זיסע קליפ ווי א קאמפאני טוט ווייזן און זיך גרויסן מיט זייער עלעקטריק קאר וועלכע וועט ראטעווען די וועלט פון "קליימעט טויש", פרעגט איינער דארט פון ווי קומט די עלעקטריק וועלכע טשארדשט די קאר און די שויטע ענטפערט "פון די בילדינג" פרעגט ער "אבער פון וואס איז די עלעקטריק אין די בילדינג?" אויף וועלכע זיי האבן נישט קיין ענטפער, גייט ער צו די עלעקטריק קאמפאני פרעגן, זאגט ער "עס קומט פון פאסיל פיואל"!
שרייטס אלע מען ראטעוועט די וועלט!
אנטשולדיגט איך טרעפ עס נישט יעצט אויב איינער קען עס טרעפן און כשר'ן וואלט געווען דאנקבאר!

- שר האלף
- תגובות: 1809
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
צל עובר האט געשריבן:איפכא מיסתבר האט געשריבן:געז איז אזוי שטארק געפאלן אז ס'לוינט שוין נישט צו פארקויפן.....
וועלערא נעבן ק"י האט גארנישט! מאביל, האט נאר 93 פאר 5.67.
שרייטס אלע מ'גראבט מער אונטער ביידן!!!
פינג @צל
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, אבער עס איז גוט...
גראדע, גאז סטאנציעס - על כל פנים אינדרויסן פון מאווהא והגלילות - מאכן היסטארישע פראפיטן, לויט וויפיל זיי בעטן מער ווי די האלסעיל פרייז וואס דרייט זיך צווישן 3.00 און 3.15 היינטיגע צייטן. (פארוואס די סטאנציעס אין מאווהא זענען אזויפיל ביליגער ווי דעם גאנצן ארום און ארום אויך אין ניי גערסי, פארשטיי איך נישט געהעריג, און אדרבה, ווער עס פארשטייט, זאל זיך ביטע מעלדן.)
אז די צוויי סטאנציעס האבן זיך פארעכענט מיט זייערע סעילס/סופליי, מיין איך, אז עס איז נאנסענס צו באשולדיגן ביידן'ס אראפרוקן די פרייזן אין דעם וואס זיי האבן נישט קיין גאזאלין, זוי מיינעך.
[offtopic]פאקט בלייבט נאך אלץ אז אמעריקאנער פראדוקציע איז העכער ווי 2019, בו בזמן וואס דער אמעריקאנער באנוץ איז נידעריגער ווי דעמאלטס.[/offtopic]
אינטערסאנט אזא לאנגע תשובה נאר מסביר צו זיין אז די פארשטייסט נישט....
וואס איך האב געשריבן איז אזוי: געווען אמאל א יוד איז אריין אין געשעפט און געוואלט קויפן א פלעשלייט, בעט אים די פארקויפער 3 טאללער, טענה'ט ער אז די סטאר נעקסט דאר בעט נאר צוויי דאלאר... פראגט די פארקויפער צוריק דעמאלטס פארוואס קויפסטו נישט דארט? ענטפערט ער, אז יענער האט עס נישט יעצט... זאגט אים דער פארקויפער, קום צוריק ווען איך האב עס נישט און איך וועל דיר עס געבן פאר א דאלאר פיפציג...
פארשטייסט? געז פאלט ווייל מ'גראבט מער, אבער אינטערסאנט אז צוויי געשעפטן איינס נעבן אנדערן האבן נישט קיין געז...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
אז איבעראל חוץ דארט איז דא.
איז פשט אז עס איז טפשות צו רעדן אפילו פון דעם אין דעם אשכול, ווייל עס האט אבוויעסלי גארנישט מיט די רעגירונג.
איז פשט אז עס איז טפשות צו רעדן אפילו פון דעם אין דעם אשכול, ווייל עס האט אבוויעסלי גארנישט מיט די רעגירונג.
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
נועם המידות האט געשריבן:אזוי זאג איך האט געשריבן:צי די אלע וואס זאגט אז עס איז ביידן׳ס קרעדיט אז געז גייט אראפ. דעס אז געז גייט יעצט אראפ איז באמת נישט אזא גיטע זאך. פארוואס? וועגן די ריזען פארוואס געז גייט יעצט אראפ איז וועגן מען האט מורא פין א רעסעשאן פינטל! סא עס איז שוין איינמאל זיידי ביידן׳ס קרעדיט…
גראדע היינט זאגן די עקספערטן אז ביז עטליכע טעג גייען די געז פרייזן צירוק אנפאנגן שטייגען.
רעסעסיע זארגן אראפ, מאסיווע ביידען אקאמפלישמענט, איא?
איך ווייס נישט צו שטייגן, אויפהערן פאלן.
און יאפ, די סיבה איז לכאורה ווייל די זארג פון אן ערנסטן קראך האט זיך שוין היפש בארואיגט... (עין ערך דער סטאק מארקעט.)
(אין מאווהא איז עס שוין ארויף, אבער דארט האט עס מעיקרא נישט געמאכט קיין סענס ווי ווייט איך פארשטיי, ווי געשריבן נעכטן.)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
צל עובר האט געשריבן:נועם המידות האט געשריבן:אזוי זאג איך האט געשריבן:צי די אלע וואס זאגט אז עס איז ביידן׳ס קרעדיט אז געז גייט אראפ. דעס אז געז גייט יעצט אראפ איז באמת נישט אזא גיטע זאך. פארוואס? וועגן די ריזען פארוואס געז גייט יעצט אראפ איז וועגן מען האט מורא פין א רעסעשאן פינטל! סא עס איז שוין איינמאל זיידי ביידן׳ס קרעדיט…
גראדע היינט זאגן די עקספערטן אז ביז עטליכע טעג גייען די געז פרייזן צירוק אנפאנגן שטייגען.
רעסעסיע זארגן אראפ, מאסיווע ביידען אקאמפלישמענט, איא?
איך ווייס נישט צו שטייגן, אויפהערן פאלן.
און יאפ, די סיבה איז לכאורה ווייל די זארג פון אן ערנסטן קראך האט זיך שוין היפש בארואיגט... (עין ערך דער סטאק מארקעט.)
(אין מאווהא איז עס שוין ארויף, אבער דארט האט עס מעיקרא נישט געמאכט קיין סענס ווי ווייט איך פארשטיי, ווי געשריבן נעכטן.)
איך זעה נישט פארוואס עס זאל אויפהערן פאלן. א פעסל אויל שטייט יעצט ביי $95, געז וואלט ווען געדארפט זיין צווישן $3.50 - $3.75
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
נאר אויף שימחות האט געשריבן:ווען סגייט ארויף שרייט עטס אויף ביידן אין ווען סגייט אראפ?
זעה איך מהאט מיר געמעקט, והוא רחות יכפר עון.
עס איז נאכאלץ היסטאריש טייער, ווען די פרייז וואלט מתחילה נישט געווען טייערער וואלט עס אויך געווען א הימל שרייענדע פארברעכען, נו ווייל דער פרעזעדענט איז אזוי אומגעלונגען, און די פרייזען זענען געווען נאך אסאך העכער, דארף ער יעצט פארדינען ווייל עס איז נישט אזוי געפערליך ווי עס איז אמאל געווען?
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
אפדעיט, רבאב (האלסעיל גאזאלין) איז שיין צוריקגעפאלן היינט, וואס מיינט אז גאזאלין וועט יא מעגליך ווייטער שיין פאלן.
(וואס דאס איז פילייכט געשען צוליב עקאנאמישע זארגן כנ"ל...)

- אטעטשמענטס
-
- מערק ווי עס איז ארויף כמעט ביז 3.20, און נאכדעם שיין צוריקגעפאלן צו א נעט לאס פון ארום 3 צענט דערווייל..
- Screenshot_20220726-143556_Chrome.jpg (151.97 KiB) געזען 1305 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
צ"ק
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220727-095918_Chrome.jpg (74.61 KiB) געזען 1288 מאל
-
- Screenshot_20220727-095949_Chrome.jpg (95.2 KiB) געזען 1288 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
געז איז היינט געפאלן מיט 4 אהאלב צענט א געלאן - די גרעסטע טעגליכע דראפ אין היסטערי.
16 סטעיטס האבן שוין א עווריזש פון אינטער $4 א געלאן אינקלודעט טעקסעס פלארידע ווירזשיניע און אייאווע.
וועלן מיר ווארטן פאר די אפדעיט פון @צל צו האלסעיל געז גייט ווייטער ארויף.
16 סטעיטס האבן שוין א עווריזש פון אינטער $4 א געלאן אינקלודעט טעקסעס פלארידע ווירזשיניע און אייאווע.
וועלן מיר ווארטן פאר די אפדעיט פון @צל צו האלסעיל געז גייט ווייטער ארויף.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
נועם המידות האט געשריבן:
וועלן מיר ווארטן פאר די אפדעיט פון @צל צו האלסעיל געז גייט ווייטער ארויף.
דא האסטו די רבאב/האולסעיל גאזאלין פרייזן פון די לעצטע פינעף ביזנעס טעג, די פארבעסערטע עקאנאמישע אויסקוק לייגט ווייטער דרוק אויף ארויף.
די זאך איז נאר אז עס נאך פארט דא עפעס פלאץ פאר די ריטעיל צו פאלן לויט אזאלכע האולסעיל פרייזן, לויט ווי איך פארשטיי פון דעם געז באדי קען עס נאך גרייכן אין עוורידזש ביז עטוואס העכער אדער ארום 4$ נאציאנאל.
- אטעטשמענטס
-
- דער געז באדי האט זיך דערשראקן פון דעם ספייק עטליכע טאג צוריק, נאכער איז עס היפש אראפ דעם נעקסטן טאג, אבער למעשה האלט מען יעצט דארט ווע מען האט געהאלטן ווען ער האט זיך דערשראקן פון דעם ספייק.
- Screenshot_20220728-010411_Chrome.jpg (123.14 KiB) געזען 1224 מאל
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
דער [טעכנישער] רעסעשן [וואס זעהט אויס ווי א בול מארקעט, די מארקעט איז ארויף דעם מאנאט די העכסטע אין א לאנגע צייט..] העלפט גאנץ קנאפ אין דעם גאזאלין פרייזן פראנט, נאר פארקערט, די פארבעסערטע עקאנאמישע אויסקוק לעצטענס לייגט ווייטער דרוק אויף ארויף אויף די האלסעיל גאזאלין פרייזן, וואס מיינט אז די שאצונג איז ווײטער אז דער פרייז דראפ וועט נישט צו לאנג אנהאלטן.
(איך קלער אז דא אין ניו יארק, ווי עס איז נאך פיל העכער ווי נאציאנאל, האט עס נאך יא מער פלאץ צו פאלן, זוי קלער איך.)
(איך קלער אז דא אין ניו יארק, ווי עס איז נאך פיל העכער ווי נאציאנאל, האט עס נאך יא מער פלאץ צו פאלן, זוי קלער איך.)
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220729-120830_Chrome.jpg (144.84 KiB) געזען 1177 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
געז פרייזן וועלן לכאורה ווייטער פאלן, מען קען ערווארטען א עוורעזש פון $4 א געלאן אין די נאנטע צוקונפט.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220801-092645_Chrome.jpg (217.23 KiB) געזען 1137 מאל
-
- Screenshot_20220801-092739_Chrome.jpg (120.48 KiB) געזען 1137 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
נועם המידות האט געשריבן:געז פרייזן וועלן לכאורה ווייטער פאלן, מען קען ערווארטען א עוורעזש פון $4 א געלאן אין די נאנטע צוקונפט.
הפלא'דיגע טשארטס..
זאגסט מיר אבער, וואו לייגט איר די בעיס ליין ווען איר רעדט פון די געז פרייזן? צו נעכטן? צו לעצטע וואך? צו לעצטע חודש? צו לעצטע יאר? צו בעפאר קאוויד? אדער צו וואו עס גייט ארויסקומען אויפן טשארט אז די געז פרייזן זענען ביליג...
אויב דענק איך גוט פלעגט מען צאלן קארגע צוויי דאללער פער גאלאן געז... וואס אזאנס האט דא פאסירט? 4 דאללער פאר גאלאן געז?!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
מסתמא האט געשריבן:נועם המידות האט געשריבן:געז פרייזן וועלן לכאורה ווייטער פאלן, מען קען ערווארטען א עוורעזש פון $4 א געלאן אין די נאנטע צוקונפט.
הפלא'דיגע טשארטס..
זאגסט מיר אבער, וואו לייגט איר די בעיס ליין ווען איר רעדט פון די געז פרייזן? צו נעכטן? צו לעצטע וואך? צו לעצטע חודש? צו לעצטע יאר? צו בעפאר קאוויד? אדער צו וואו עס גייט ארויסקומען אויפן טשארט אז די געז פרייזן זענען ביליג...
אויב דענק איך גוט פלעגט מען צאלן קארגע צוויי דאללער פער גאלאן געז... וואס אזאנס האט דא פאסירט? 4 דאללער פאר גאלאן געז?!
א נארמאלע מענטש איז צופרידן אז ער צאלט היינט $15 ווייניגער א טאנק ווי בלויז עטליכע וואכן צירוק, אז פאר דיך באדערט עס קאן איך אייך נישט העלפן.
ב.ד.וו מען פלעגט צאלן בערך $3 א טאנק.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
די לעצטיגע דראפ אין געז איז די גרעסטע באווייז אז עס האט גארנישט מיט די פרעזידענט.
ווען עס האט אנגעפאנגן צו פאלן האבן די עקספערטן געזאגט אז עס גייט פאלן 20-30 צענט און נאכדעם צירוק שטייגן, פארוואס פאלט עס יעצט?
קיינער ווייסט נישט עכט.
ווען עס האט אנגעפאנגן צו פאלן האבן די עקספערטן געזאגט אז עס גייט פאלן 20-30 צענט און נאכדעם צירוק שטייגן, פארוואס פאלט עס יעצט?
קיינער ווייסט נישט עכט.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
נועם המידות האט געשריבן:די לעצטיגע דראפ אין געז איז די גרעסטע באווייז אז עס האט גארנישט מיט די פרעזידענט.
ווען עס האט אנגעפאנגן צו פאלן האבן די עקספערטן געזאגט אז עס גייט פאלן 20-30 צענט און נאכדעם צירוק שטייגן, פארוואס פאלט עס יעצט?
קיינער ווייסט נישט עכט.
יאפ, @נועם זאגט פיין, די דראפ אין געז האט גארנישט מיטן פרעזידענט..
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
מסתמא האט געשריבן:נועם המידות האט געשריבן:געז פרייזן וועלן לכאורה ווייטער פאלן, מען קען ערווארטען א עוורעזש פון $4 א געלאן אין די נאנטע צוקונפט.
הפלא'דיגע טשארטס..
זאגסט מיר אבער, וואו לייגט איר די בעיס ליין ווען איר רעדט פון די געז פרייזן? צו נעכטן? צו לעצטע וואך? צו לעצטע חודש? צו לעצטע יאר? צו בעפאר קאוויד? אדער צו וואו עס גייט ארויסקומען אויפן טשארט אז די געז פרייזן זענען ביליג...
אויב דענק איך גוט פלעגט מען צאלן קארגע צוויי דאללער פער גאלאן געז... וואס אזאנס האט דא פאסירט? 4 דאללער פאר גאלאן געז?!
אונטער 2.00$ האט מען געצאלט ממש א קורצע וויילע, אבאמא האט טאקע איבערגעגעבן פאר טראמפ מיט די פרייזן ביי בלויז עטוואס איבער 2.00$, אבער געווענליך אונטער טראמפ איז עס געווען מער ארום 2.50 א קוואדער ארויף אדער אראפ, וואס מיינט אז מיט די היינטיגע געלט וואלט 3.00 א קוואדער ארויף אדער אראפ געווען ביליג.
דאס וועט לכאורה נאר געשען נאכן קריג.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220731-115302_Twitter_copy_874x573.jpg (241.98 KiB) געזען 1048 מאל
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
האלסעיל גאזאלין פרייזן איז שוין אראפ פון דעם פיעק מיט בערך א דאלער פופציג.
דאס מיינט אז ווען די יעצטיגע האולסעיל פרייזן וועלן גרייכן דעם ריטעיל קאנסומער, דארף עס אראפצוגיין ביז צו ארום 3.50 א גאלאן, סיי נאציאנאל, און לכאורה טעארעטיש אויך אין ניו יארק, ווי דער פיעק איז געווען בערך די זעלבע ווי נאציאנאל. (דערווייל פאלן עפעס נישט די ניו יארקער פרייזן אזוי שטארק ווי נאציאנאל, על כל פנים נישט ווי איך דריי זיך, און די עצה איז אריינצופאלן אין מאווהא מזמן לזמן.)

- רבאב האלסעיל גאזאלין פרייזן די לעצטע האלבע יאר
- Screenshot_20220804-122306_Chrome.jpg (150.31 KiB) געזען 984 מאל
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
מזל טוב אמעריקא! גוטע נייעס ברוך השם.
געז איז ווייניגער פון $3 ביי א געז סטאנציע.
געז איז ווייניגער פון $3 ביי א געז סטאנציע.
- אטעטשמענטס
-
- C367F142-48E4-41EB-8524-699CC2DD8571.png (43.31 KiB) געזען 808 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 963
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
אינטערעסאנט, ביידען האט אפגעשטעלט די גראבונגען אבער די אויל קאמפאניס גרייטן זיך צו גראבן א רעקארד צאל אויל קומענדיגע יאר נאך מער ווי סיי ווען אינטער טראמפ!
נאך א פאקט פון די שקרנים רעפובליקאנער דיבאנקט!
נאך א פאקט פון די שקרנים רעפובליקאנער דיבאנקט!
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220810-124249_Chrome.jpg (310.26 KiB) געזען 737 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
בכלל נישט קיין שקרים. ביידען האט אזוי צוגעזאגט צו טון, און האט טאקע אזוי געטון אנהייב פון זיין טערמין. ער האט אויפגעהערט דערמיט, קען זיין טאקע צוליב די גאז קריזיס. נישט געזארגט, די דעמאקראטן האבן נאך גרויסע פלענער פאר דעם אינדוסטריע, אין דער צוקונפט..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: שרעקליך הויכע געז פרייזן, וואס טוט די רעגירונג דערצו ??
ווי שוין געשריבן, ביידן האט אלעמאל גערעדט פון לאונג טוירם א ווייכע טויש אריבער צו גרינע ענערגיע, דורך פארבעסערן גרינע, וכן הוא עושה.