ר' זעקל האט געשריבן:סיי בערנעט און סיי מאסטריאנא האבן מארשירט אין וואשינגטאן ינואר 6.
וויכטיג ארויסצוברענגען, אז מאסטריאנא האט אנגעפירט מיט די הירינגס קעגן די עלעקשאן רעזולטאטן אין פענסילוועניע אין די ארטיגע לעגיסלאטור.
לדעתי איז דאס זייער רעלעוואנט, ווייל אויב אמעריקאנער וואוטערס אונטערעסירט מער די אני מאמין אז די 2020 עלעקשאן איז געווען די איינציגסטע אויפריכטיגע עלעקשאן ווי אין וויפיל זייער ברויט און פוטער קאסט, זענען די רעפובליקאנער מיט סיי וועלכער קאנדידאט אויף גרויסע צרות. און אויב זענען זיי נישט אונטערעסירט דערינען, גלייב איך שווער אז ווייל בארנעט גלייבט דאס באמת, און די אנדערע זאגן נאר אז זיי גלייבן וועט דאס מאכן א גרויסע חילוק.
משא"כ מאסטריאנא, האבן זיכער גענוג פענסילוועניע וואטערס די ביטערע טעם אין מויל פון זיינע פארפיראציעס בשעתו און דאס קען אים שטארק שאטן.
נישט אז ער קען נישט געווינען, אבער דאס איז זיכער א מיינוס.