קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:40 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהק »

נאטא פירער האבן יעצט גרעדט זייער פארווע איך פארשטיי נישט זעלנסקי מהלך וועגן נאטא
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פראקטיש האט געשריבן:
סארי פאר'ן פארדרייען דעם שמועס.

ביטע אויסקלארן.

1. ווער איז די אייגנטימער פון די נארד סטריעם פייפליין.
2. די ארט ווי די ליעקס האבן פאסירט זענען אפיציעל אין אינטערנאציאנאלע וואסערן אדער אין א געוויסע לאנד?
3. וועמענס אויפגאבע איז געווען אבאכט צו געבן אויף די פייפליין.
4. וועמענס אויפגאבע איז עס צו פארעכטן און אויפרייניגן.
5. וועלכע ענטיטי גייט זיין די אלטימאט דעסיידער אונז צו זאגן וויאזוי דאס האט פאסירט און ווער ס'האט עס געטאהן.
גא"מ
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

הולך האט געשריבן:
וואס פשט אז אלע לענדער פאניקן יעצט מזאל פארלאזן רוסלאנד? עני הסבר?
פשוט פשט איז, אז מען האט מורא אז ער וועט זיי מאבעליזירן. (זיי האבן געווענליך צוויי פאספארטן).

א טיפערע פשט'ל איז, אז עס איז ווי א שטילע סטראשע, אז אויב רוסלאנד נוצט נוקס, דאן וועט דאך קומען א נקמה, ממילא זאלן זיי נישט דארט זיין בשעת מעשה.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

@ישראל_הלוי
פוטין: די החלטה צו אומווארפן די סאוויעטישע פארבאנד איז געמאכט געווארן דורך פארטיי פירער אנע באטראכט נעמען די מיינונגן פונעם פאלק. עס האט אונז צוריסן לעבעדיגערהייט און האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א נאציאנאלע קאטאסטראפע.
דאס זינגט ער אגאנצע צייט
ס’איז קלאר אז ווי נאר ער וועט קומען צו זיך וועט ער זיך ווארפן אויף די אנדערע לענדער פון די געוועזענע סווועיטישע פארבאנד, טון סטראשענען מיט נוקלעארע מעגליכקייטן, דעם מערדער דארף מען מסדר זיין בכל אופן שהוא, די וועלט האט נישט געהאט אזאנס פון היטלער און סטאלין ימ”ש
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

די 12 נעטא פרעסע קאנפערענץ איז שוין פארביי?

אויב יא וואס איז די הויעך פאָנקטן?
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

נקדימון האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
ברעיקינג

זעלענסקי יעצט נאך די מיטינג מיט זיין נעשענאל סעקיורוטי.

''אוקריינא גייט אפלייען זיך אנצושליסן אין נאטא אין א שנעלע באשלוס''
ווי שוין פריער באריכטעט גייט די נאטא פירער אפהאלטן א אומגעראכטענע פרעסע קאנפרענץ 12 אזייגער אמעריקאנע זייגער.

דאס איז מאסיווע נייעס ס'מיינט אז נאטא גייט גיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מסתמא צוליב די פייפליין סאבאטדזש
רואיג. נישט אזוי שנעל.
:lol:
גראדע האט ער דערמאנט אז מ'האלט נאך אינמיטן דורכקוקן ווער ס'איז שולדיג אין די פייפליין און רעספאנדן צו די שולדיגע...

איך האלט נאכאלץ ס'האט שיכות מ'ווארט נאר אויף א פאראייניגטע באשלוס פון אלע נאטא לענדער.

מסתמא בין איך ווראנג.....
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

@נאר אויף שימחות
מיר האבן אסאך שטיצער אין אמעריקע, איך פיל דאס
טאקער מאכט א גוד זשאב
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Jhon האט געשריבן:
@ישראל_הלוי
פוטין: די החלטה צו אומווארפן די סאוויעטישע פארבאנד איז געמאכט געווארן דורך פארטיי פירער אנע באטראכט נעמען די מיינונגן פונעם פאלק. עס האט אונז צוריסן לעבעדיגערהייט און האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א נאציאנאלע קאטאסטראפע.
דאס זינגט ער אגאנצע צייט
ס’איז קלאר אז ווי נאר ער וועט קומען צו זיך וועט ער זיך ווארפן אויף די אנדערע לענדער פון די געוועזענע סווועיטישע פארבאנד, טון סטראשענען מיט נוקלעארע מעגליכקייטן, דעם מערדער דארף מען מסדר זיין בכל אופן שהוא, די וועלט האט נישט געהאט אזאנס פון היטלער און סטאלין ימ”ש
מיר האט געוואנדערט אז ער רעדט אגאנצן צייט וועגן די ווילן פון פאלק, אז די יעצטיגע אנעקסירונג איז לויטן פאלקס ווילן, און די אויפלעזונג פונעם סאוויעט יוניאן איז נישט געוועהן.
איז דען סטאלין ארויף אויפן בענקל נאך וואלן? איז דען די סאוויעט יוניאן געשאפן געווארן לויט'ן ווילן פון פאלק? איז דען די KGB אנגעגאנגען לויט'ן ווילן פון פאלק?
ווי אויך, ער רעדט אז די אויפלעזונג איז געווען נישט לויטן פאלקס ווילן, רעדט ער לכאורה פון די רוסישע פאלק און נישט די אנדער לענדער/קאלאניעס וואס האבן קלאר יא געוואלגט די אויפלעזונג. ד"ה אז רוסלאנד וואלט ווען געדארפט הערשן אויף האלב אייראפע אלץ קאלאניעס
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Rak Tov האט געשריבן:

ריכטיג. ער איז אזויפיל ביזי צו באוויינען דעם צוזאמפאל פון סאוויעט יוניאן: צו האבן די אלע לענדער געהערט צו די סאוויעט יוניאן מחמת דעם ווילן פון דעם פאלק?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שואלכענין האט געשריבן:
פאקטיש, האט סטאלטענבערג מיט זיין דרשה יעצט אפגעווארפן דעם געדאנק אז נאטא וועט זיך אננעמען פאר אוקריינע אויב רוסלאנד וועט ווארפן אן אטאם באמבע.
ער האט עס נישט ממש געזאגט אפן, אבער צווישן די שורות איז עס כמעט אפן ארויסגעזאגט.
ער האט עס כמעט קלאר ארויסגעזאגט, אויף די שורות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

נארמאליזעם האט געשריבן:
אין Dagestan - רוסלאנד דרייט זיך ארום א ווערטעל, אז חודש SEP וועט ווערן אנגערופן "די חודש פון צובראכענע פיס".
סקומט נאכדעם וואס אסאך מענער האבן זיך צובראכן זייער פיס כדי נישט צו דארפן גיין אין מיליטער.

א טשו טשו טרעין פון ווילטשערס זענען געזעהן געווארן ארום ראולען די גאסן....

אין אנדערע נייעס איז מען דארט ארומגעפארן מיט א טרעקל וואס האט אויסגערופן אין די גאסן ווי מזאל זיך גיין שטעלן, און די פירער פון שטאט האט געשאלטן דערויף ביי זיין נעכטיגע פרעסע קאנפרענץ.

Screenshot (394).png
Screenshot (393).png
די חברה האבן טאקע געבראכן פוס, אדער נאר אנגעטון א קעסט און אריין אין א ווילטשער און פטור פון גיין?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

שואלכענין האט געשריבן:
הולך האט געשריבן:
וואס פשט אז אלע לענדער פאניקן יעצט מזאל פארלאזן רוסלאנד? עני הסבר?
פשוט פשט איז, אז מען האט מורא אז ער וועט זיי מאבעליזירן. (זיי האבן געווענליך צוויי פאספארטן).

א טיפערע פשט'ל איז, אז עס איז ווי א שטילע סטראשע, אז אויב רוסלאנד נוצט נוקס, דאן וועט דאך קומען א נקמה, ממילא זאלן זיי נישט דארט זיין בשעת מעשה.
און דאס איז איין פון די סיבות פארוואס איך בין נאך נישט אזוי באזארגט. ווען די רוסישע שישקעס וועלן אהיימרופן זייערע קינדער פון די מערב וועלט יוניווערסיטיס וואו זיי האקן א לעבן, וועל איך זען אז ס'האלט שוין ערנסט.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
ווען די רוסישע שישקעס וועלן אהיימרופן זייערע קינדער פון די מערב וועלט יוניווערסיטיס וואו זיי האקן א לעבן, וועל איך זען אז ס'האלט שוין ערנסט.
פאר רוסלאנד גייט נישט אן אז זייערע בירגער שטארבן אדער זענען אין א סכנה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

באקסער בוים האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
אין Dagestan - רוסלאנד דרייט זיך ארום א ווערטעל, אז חודש SEP וועט ווערן אנגערופן "די חודש פון צובראכענע פיס".
סקומט נאכדעם וואס אסאך מענער האבן זיך צובראכן זייער פיס כדי נישט צו דארפן גיין אין מיליטער.

א טשו טשו טרעין פון ווילטשערס זענען געזעהן געווארן ארום ראולען די גאסן....

אין אנדערע נייעס איז מען דארט ארומגעפארן מיט א טרעקל וואס האט אויסגערופן אין די גאסן ווי מזאל זיך גיין שטעלן, און די פירער פון שטאט האט געשאלטן דערויף ביי זיין נעכטיגע פרעסע קאנפרענץ.

Screenshot (394).png
Screenshot (393).png
די חברה האבן טאקע געבראכן פוס, אדער נאר אנגעטון א קעסט און אריין אין א ווילטשער און פטור פון גיין?
יא סאיז דא קליפס דערפון
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הער חנן האט געשריבן:
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
ווען די רוסישע שישקעס וועלן אהיימרופן זייערע קינדער פון די מערב וועלט יוניווערסיטיס וואו זיי האקן א לעבן, וועל איך זען אז ס'האלט שוין ערנסט.
פאר רוסלאנד גייט נישט אן אז זייערע בירגער שטארבן אדער זענען אין א סכנה
אייגענע קינדער.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

הולך האט געשריבן:
וואס פשט אז אלע לענדער פאניקן יעצט מזאל פארלאזן רוסלאנד? עני הסבר?
ווייל טאמער וועט פוטין נוצן נוקלער אויף יוקריינא (איך האלט ער וועט עס נישט טון, כ'בין נישט איבערצייגט אז ער האט אפילו די מעגליכקייט) און אמעריקע/נעטא וועט פילן אז מ'דארף ריספאנדן, וועט עס נישט זיין א פאטש-פאר-א-פאטש, ווייל זיי קענען נישט עפפארדען אז ער זאל נאכדעם שיסן נוקלער אויף זיי, נאר די ריספאנס וועט מוזען זיין איינס-אבער-א-גוטס, אזוינס וואס די וועלט האט נאכנישט בייגעוואונט, דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט איבער אונז
אוועטאר
קִרְיַת חָנָה
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קִרְיַת חָנָה »

הער חנן האט געשריבן:
קִרְיַת חָנָה האט געשריבן:
ווען די רוסישע שישקעס וועלן אהיימרופן זייערע קינדער פון די מערב וועלט יוניווערסיטיס וואו זיי האקן א לעבן, וועל איך זען אז ס'האלט שוין ערנסט.
פאר רוסלאנד גייט נישט אן אז זייערע בירגער שטארבן אדער זענען אין א סכנה
פאר רוסלאנד נישט, פאר די שישקעס גייט יא אן ווען זיי פארלירן אייגענע קינדער (חוץ אפשר דוגין.. איינער געדענקט נאך)
ווען פוטין קען אליין ארויסשיסן איז איין זאך, אבער ער קען נישט. ס'גייט דורך א גאנצע טשעין און די שישקעס וואלטן זיך שוין באווארנט קודם צו ראטעווען די אייגענע משפחה.
הושענא, חנה דוד, הושענא!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

הייסט כ'האב סתם דערשראקן דעם עולם דא....

מ'ברויך וואטשן אויף א פאבליק פלאטפורמע.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:
עס זאל נישט אויסגערעדט זיין: פוטין אין זיין דרשה ברענגט ארויס עטליכע ריכטיגע פונקטן בנוגע די מערב וועלט און אין אמעריקאנער קולטור און בליק אויף דער וועלט.
יאפ. שטארק געזאגט. רוסלאנד האט גאר שטארקע אנטי-נארישקייט געזעצן און די ארטיגע באפעלקערונג (מיט ריזיגע חלקים פון די וועלט) זענען איינשטימיג דערמיט.
מסתמא האט געשריבן:
מקען נישט נעמען פאר לייכט פוטין’ס ווערטער קעגן קאלאניאליזם. ער רעדט בכלל נישט צו די מערב, ער רעדט צו די מיטל מזרח, צו אפריקע, צו די ווייטע מזרח ווי אינדיע און אירע ארומיגע לענדער. בכדי צו באקומען א שטארקע יו ען רעזאלוציע און א ”וועלטליכע” סטעיטמענט דארף מען האבן יעדעם אן באורד און פוטין רייט אויף זייער פעין.

כהאב שוין אפאר מאל אויסגעשמיעסט אינדיע אבער זיי זענען בלויז די גרעסטע און שטערקסטע פון צווישן א גאנצע וועלט (אין פולן זינן פון ווארט) פון אנגעווייטאגטע לענדער אויף די מערב’ס דאמינאנץ און הערשאפט
איך וואלט שטארק געראטן דערוילעם צו ליינען הרב מסתמא'ס מייסטערווערק איבער אינדיע'ס היסטאריע און פאליטיק צו בעסער פארשטיין וואס ער מיינט.

----

אבער.. איך האלט אז פוטינ'ס אפעלאט צו די דאזיגע לענדער, ספעציעל אין אפריקע, זיד אמעריקא, און אפילו חלקים פון אזיע וועט נישט העלפן. יא, אידיאלאגיש זענען זיי איינשטימיג מיט אים. יא, זיי פארמאגן טאקע די סארט קאלאניעל האס אויף די מערב וועלט. למעשה, איז די וויכטיגסטע זאך 'ברויט אויפ'ן טיש', און דאס איז א זאך וואס פוטין שטעלט נישט צו. נישט נאר דאס, ער שטייט דירעקט אין וועג.

אבער פאר איך גיי אריין אין די אנאליז איבער די עסן סיטואציע, לאמיר כאפן א בליק אויף וועלכע לענדער די אמאליגע קאלאניעס קענען האבן טענות אויף.

5 מערב וועלט לענדער זענען געווען די גרעסטע אימפעריאליסטישע מאכטן מיט קאלאניעס: בריטאניע, פראנקרייך, שפאניע, פארטוגאל, און נידערלאנדן (האלאנד). זיי האבן געוועלטיגט אויף כמעט די גאנצע דרום חלק פון די וועלט פאר איבער 500 יאר ארייננעמענדיג 3 קאנטינענטן.

דייטשלאנד, פוילן, די באלטישע לענדער, און נאך זענען קיינמאל געווען אימפעריאליסטישע מאכטן. פארקערט זיי האבן געליטן פון רוסישע אימפעריאליזם. אויב די לענדער אפעלירן צו די אנדערע קאלאניעס ארום די וועלט, פארוואס זאלן זיי נישט האבן סימפאטיע?

אמעריקע איז דאך איבערהויפט נישט געווען אן אימפעריאליסטישע מאכט. אמעריקע האט דאך אפן אראפגעווארפן די בריטישע אימפעריע פון זייערע קאלאניעס, אמעריקע איז דאן נישט געווען א וועלט'ס מאכט, נאר א שוואכע האלב אפגעריסענע מיליטער מיט גאר הויכע מאראל וואס האבן פארטריבן די בריטן.

דאס האט עווענטועל געפירט צו א דאמינא אפעקט און אנדערע לענדער אין זיד אמעריקא האבן אויך אנגעהויבן אראפווארפן זייערע שפאנישע און פארטוגעזישע געוועלטיגער. יא, זיד אמעריקאנע לענדער האבן זיך זייערע דיפערענצן מיט אמעריקע, אבער זיי זענען אויסדרוקליך נישט ברוגז אויף אמעריקע צוליב קאלאניאליזם.

שפעטער ווען אמעריקע איז יא געווארן א שטיקל מאכט און טעדי רוזעוועלט האט גענומען אפאר טעריטאריעס פאר זיך אין 1900 האט עס אבער פרענקלין רוזוועלט האט עס אלעס צוריקגעגעבן אין 1930 (ס'דא א וויץ "דער רוזעוועלט נעמט און דער רוזעוועלט גיבט"...). און קיינע פון די פאר טעריטאריעס זענען נישט ברוגז אויף אמעריקע, פארקערט, זיי זענען אליאירטע, א דוגמא איז די פיליפינען.

די זעלבע מיט יאפאן, קארעא, אדער סיי וואס דער פוטין האט דערמאנט. יא, אמעריקע האט געשמיסן, אבער אמעריקע האט זיי אויפגעבויעט און זיי זענען די שטערקסטע אליאירטע. הכלל, איך זיי נישט קיין איין לענדל וואס זאל זיין ברוגז אויף אמעריקע צוליב קאלאניאליזם (חוץ קובא). די לענדער וועלן נישט האבן סימפאטיע מיט מערב וועלט אייראפעישע לענדער, מסכים. אבער ווען עס קומט צו אמעריקע אנטקעגן רוסלאנד, איז דאך קלאר ווער דער אימפעריאליסט און געוועזענע קאלאניאליסט איזַ. קיין לאנד וועט זיך נישט צוליב קאלאניאליזם אננעמען פאר רוסלאנד אנטקעגן אמעריקע.

לאמיר גיין א טריט ווייטער. אמעריקע האט זיך נאך די צווייטע וועלט מלחמה געשלאגן מיט זייערע מערב וועלט אימפעריאליסטישע אליאירטע. לאמיר נעמען אלזשעריע אלס אן עקזאמפל. אלזשעריע איז יארן לאנג געווען א חלק פון פראנצויזישע קאלאניעס, און דאס האט אנגעהאלטן ביז אינמיטן די זעכציגער יארן, די פראנצויזן האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן זייערע קאלאניעס אפילו 20 יאר נאך די מלחמה.

ביי די צווייטע וועלט-מלחמה האט די נאצי פראנצויזישע ווישי רעגירונג געוועלטיגט איבער אלזשעריע וואס איז שוין יארן געווען א פראנצויזישע קאלאניע, אין פאקט אלזשעריע איז ניטאמאל געווען א קאלאניע פאר זיך, נאר א חלק פון זייטיגע קאלאניעס. אין 1942 האט אמעריקע איינגענומען אלזשעריע און אומגעווארפן די ווישי רעגירונג. די אלזשעריע נאציאנאליסטן האבן אנגעהויבן פארמירן א זעלבסטשטענדיגע שטאט 'אלזשעריע' און אמעריקע האט געזאגט 'זייער גערן'.

נאכ'ן מלחמה ווען אמעריקע האאלעס איבערגעגעבן פאר די אייראפעישע אליאירטע האבן די פראנצויזן צוריקגענומען שליטה אויף די אלזשעריע קאלאניע. דאס האט נישט געשמעקט פאר אמעריקע, אבער עס איז נישט געווען זייער באשלוס.

דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן אמעריקאנער פאליטיקאנטן פון אראפרייסן די אייראפעאישע אימפעריעס. אין 1957 האט דזשאן קענעדי (דאן א סענאטאר) געגעבן א גרויסע דרשה "אימפעריאליזם - די שונא פון דעמאקראטיע", ער האט שארף אראפגעריסן פראנקרייך פאר אנהאלטן זייערע קאלאניעס, ער האט געזאגט אז די וויכטיגסטע זאך אין די וועלט איז נישט קאמוניזם אדער קאפיטאליזם נאר זעלבסטשטענדיגקייט פון אימפעריאליזם! ער האט ספעציפיש קאמפיינט פאר אלזשעריע, און אלזשעריע געדענקט נאך היינט צוטאגס די דרשה.

ווען קענעדי איז געווארן פרעזידענט אין 1961 האט ער געשטופט פראנקרייך אויפצוגעבן אלזשעריע. וכך הוה.

צוריק צו עסן. לאמיר קוקן אויף אוקריינא אליינס. 40% פון אלע ווייץ וואס די יו ען "וועלט עסן פראגראם" שטעלט צו פאר ארעמע לענדער ארום די וועלט קומט פון אוקריינא. אבער היי יאר האט צאר פוטין איידער חרוב געלייגט אדער גע'גנב'ט די ווייץ פאר זיך. זיצן די ארימע לענדער, אמאליגע קאלאניעס, און גייען אויס פאר הונגער. פארוואס? ווייל די וועלט'ס גרעסטע עסן פראגראם האט נישט די ווייץ צו דעליווערן פאר זיי. גייען זיי האבן סימפאטיע מיט פוטין פאר'ן זיי אויסהונגערן? יא אימפעריאליזם, נישט אימפעריאליזם, וואו איז מיין עסן?

אלע לענדער פון אפריקע, זיד אמעריקא, און נאך האבן אין זייערע דרשות ביי די יו ען פארזאמלונג זיך אפגערעדט איבער די עסן פראבלעם פאראורזאכט דורך די אוקריינע קאנפליקט.

ווער איז די וועלט'ס גרעסטע הומאניטארישע הילף גיבער פאר ארימע לענדער? נעוואדא אמעריקע!

אפילו פאר אינדיע האט אמעריקע מנדב געווען 110 מיליאן דאלאר אין יארע 2020 אליינס, 55 מיליאן דערפון איז געגאנגען פאר געזונטהייט. יעדער נעמט פון אמעריקע. יעדער שרייט אז אמעריקע האט א חיוב צו העלפן די גאנצע וועלט. כינע האט אויך באקומען 24 מיליאן, און 8 מיליאן דערפון איז געגאנגען פאר 'עקאנאמישע דעוועלאפמענט (5 מיליאן איז געגאנגען פאר דעמאקראטיע און מענטשן רעכטן...) רוסלאנד האט נאר באקומען 8 מיליאן פאר געזונטהייט צוועקן. אפילו ווענעזועלע וואס שעלט אמעריקע האט אויך באקומען 75 מיליאן. קובא האט אויך באקומען אזא 10 מיליאן. איין זאך האב איך יא באמערקט, איראן האט גארנישט באקומען א גרויסע פעטע $0, נאדא, זילטש.

(היי יאר האט רוסלאנד נאר באקומען א קנאפע 500 טויזנט, נו שוין.)

ווער עס וויל זען די ציפערן זאל קוקן דא אויפ'ן אמעריקאנער רעגירונג'ס וועבזייטל https://foreignassistance.gov/

ארימערע לענדער באקומען פיל מער. אין טאטאל האט אמעריקע אויסגעטיילט 46 ביליאן פאר 210 לענדער ארום די וועלט. וואס גייט די דרום העמיספער פון די וועלט טון אויב אמעריקע גייט אונטער? אויך אונטערגיין?! עס דינט נישט קיינעמ'ס אינטערעסן. אידיאלאגיע און אלטע ווייטאגן איז זייער גוט ווען מ'האט עסן און מעדיצין, ווען מ'שטארבט פון קרענק און הונגער איז גארנישט וויכטיג חוץ דער וואס טיילט די עסן און מעדיצין.

דאס איז די מעלה פון אמעריקע'ס ווירדן. אמעריקע טיילט אפ פאליטיק פון הומאניטארישע הילף. קענסט זיין איר גרעסטע שונא, וועסט אבער באקומען געלט פאר עסן, געזונטהייט, און נאך.

אין פרידנס צייטן לאכט מען פון אמעריקע. די וועלט'ס גרעסטע פארזארגער, ווי טיפשים טיילן זיי אזא 46 ביליאן א יאר פאר די גאנצע וועלט און באקומען גארנישט צוריק. יא יא, דאס איז אלעס גוט ווילאנג אמעריקע שטייט גוט, דאן קענען אלע לענדער שעלטן און באקומען געלט. אבער וואס טוט מען הלכה למעשה אויב אמעריקע ווערט אטאקירט? ווער גייט פארזיכערן אז די באפעלקערונג שטארבט נישט פון הונגער און קרענק?

דאן וועלן שוין די אלע לענדער אויפהערן שעלטן און וועלן אז אמעריקע זאל בלייבן געזונט ווייל אויב נישט בלייבן זיי נישט געזונט.

רוסלאנד קלויבט זיך פאר וועלכע לענדער זיי געבן אפאר ברעקלעך און די זעלבע לענדער באקומען שוין מער פון אמעריקע (חוץ איראן).

הכלל, פוטין קען פיין אנדרייען אידיאלאגיע, פארביסנקייט, און אלעם גוטן, אבער ווער עס האט די מאה האט די דעה.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

אקוראט און פיין געשריבן!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היכי, שטארק!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ווי עס קוקט אויס האט נעטא היינט נישט צוגעגאסן געזעלין צום פייער!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

קניש אינעם בעקל פון היכי.. זייער גוט געקענט די חומש..
שכויעך,..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
talmid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

900 pages
לעצט פארראכטן דורך talmid אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 1:33 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

לעכטל האט געשריבן:
ווי עס קוקט אויס האט נעטא היינט נישט צוגעגאסן געזעלין צום פייער!
זייער גיט געטאן, וויאזוי זאגט ער נאר? דזשאסט איגנאר די פלעי... סיי וועליכע גרויסע טויש וואלט געווען גיט פאר פוטין און געפראווט זיינע פוינטס פאר זיינע רוסישע מענטשן. ער טרייט עס צי מאכן רוסלאנד קעגן נעטא און סאיז אמת, אבער סאיז בעסער צי בלייבן רוסלאנד קעגן אוקראינע. פארשטייט זיך אז נעטא וועט למעשה זיכער מאכן און פארשטערקערן שטיצע פאר אוקריינע, לכאורה איז דאס איז די סיבה פארוואס ביידען רעדט אזוי זייטיג און נישט דירעקט, ער וויל נישט סזאל זיין אפיציעל רוסלאנד קעגן אמעריקע, דאס איז וואס פוטין וויל און זאגט.
האסט הנאה? געב א לייק
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”