קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

למשל אויב וויל ער באקומען א מארגעזש אין אמעריקע קען ער עס נישט באקומען?
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די סטעיט דעפארטמענט האט פארארעדנט 24 רוסישע דיפלאמאטן פון איר וואשינגטאן אמבאסאדע אהיימצוגיין קיין רוסלאנד, צוליב די קאנפליקט מיט אוקריינא.

סמיינט אז ער פלאנט צו אינוואדירן אמעריקא?
פארשטיי איך אז נישט, דעמאלס וואס יא?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז אזא סארט שטראף.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

שנעלער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די סטעיט דעפארטמענט האט פארארעדנט 24 רוסישע דיפלאמאטן פון איר וואשינגטאן אמבאסאדע אהיימצוגיין קיין רוסלאנד, צוליב די קאנפליקט מיט אוקריינא.

סמיינט אז ער פלאנט צו אינוואדירן אמעריקא?
פארשטיי איך אז נישט, דעמאלס וואס יא?

יעדער פון די 24 איז א טראבל מעיקער, ער איז נישט סתם דא אין אמעריקע, ער איז בעצם א שפיאן וואס איז דא ליגאל אינטער דער נאמען דיפלאמאט. דער סי-איי-עי פראבירט האלטן א אויג אויף יעדער טריט זייערס אבער זיי קליגן זיי איבער און מאכן גרויס קאפ וויי פאר די וואס דארפן האלטן א אויג און א אויער. איז דערובער ווען עס קומט צו א יעצטיגע מצב און א שעת הכושר, זענען די וואס דיעלן מיט דער געזונטן קאפ ווייטאג די ערשטע צו פארלאנגן אז מען זאל זיי אהיים שיקן. יעדער פון די 24 איז א געקליבענע און איז א געזונטן פאטש פאר רוסלאנד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

וואס האט די שיסעריי צוטוהן מיט די אלגעמיינע קריזיס?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

קען זיין אז ס'איז שוין אויסגעשמועסט געווארן, אבער וואס איז די חילוק פון קאוועיט אין יארע 91 וואס די וועלט האט פארשטאנען אז אויב א לאנד עסט אויף א שכן פאר פרישטאג איז א זאך וואס מ'טאר נישט צולאזן און ס'איז יעדענס אחריות להציל עשוק מיד עושקו, ומאי שנא הכא?

איז די איינציגסטע תירוץ אז רוסלאנד איז נוקלעארע מאכט און מ'קען זיך סייווי נישט שלאגן מיט זיי?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ס'איז נישט נאר ווייל זי איז א נוקלעארער מאכט. נאר פשוט רוסלאנד איז בכלליות א גאר מאכטפולער לאנד. א מלחמה מיט איר, אפילו בלויז מיט קאנווענציאנאלע וואפן, וואלט באדייט גאר א גרויסער בלוט-באד. ווידער איראק, איז א לאנד מיט וועם אמעריקע האט זיך נאך געקענט עפארדן א מלחמה. און טאקע, דער קריג האט זיך געצויגן נישט מער פון עטליכע וואכן.

און עס איז אויך אז די אידאלאגיעס און פרינציפן האבן זיך שארף געטוישט זינט דעמאלט. די וועלט איז געווארן זייער אנטי מלחמה און מער ליבעראל אין דעם נושא.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיק, איראק האט דעמאלטס געהייסן די פערט שטערקסטע לאנד אויף דער וועלט, נאר די אידעאלאגיע האט זיך שטארק געטוישט, אויסער דעם איז געווען נאך פילע אידעאלאגישע און עקאנאמישע סיבות, איראק האט דאך פלאנירט צו גיין ווייטער ביז אריין אין סאודי אראביע, און די וועלט האט נישט געקענט ערלויבן צו פארלירן אויל

איך וואלט געזאגט אויל איז זייער א שטארקע פאקטאר, און דערפאר טאקע ווען איראן האט אונטער אבאמע געדראעט אפצושפארן די הארמוז סטרעיט האט אבאמע רעאגירט מיט מיליטערישע שיפן אויף גאר א רייצנדע אופן און קלארגעשטעלט אז אויב איראן בלאקירט עס וועט עס געעפנט ווערן מיט מיליטערישע מאכט, זינט דאס פארשפארן מיינט אז סאודי אראביע קען מער נישט ליפערן אויל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די פערט גרעסטע מיליטער, אין צאל טרופן. לאו דוקא די שטערקסטע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פעיק ניוז האט געשריבן:די פערט גרעסטע מיליטער, אין צאל טרופן. לאו דוקא די שטערקסטע.

דאס האט מען זיך איבערצייגט דערנאך
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איראק האט נישט פלאנירט סאודי אראביע... נאר סאודיע האט פארלאנגט אמעריקע צו גיין נישט וועלנדיג איראק זאל קומען אזוי נאנט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די פערט גרעסטע מיליטער, אין צאל טרופן. לאו דוקא די שטערקסטע.

דאס האט מען זיך איבערצייגט דערנאך

עס קען זיין אז מענטשן האבן אנגעקוקט אז ווער עס האט די מערסטע טרופן איז שטארק. איך גלייב אז אמעריקע האט געהאט א שטיקל ידיעה איבער ווי שטארקע וואפן זיי פארמאגן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אבער ביים אריינגיין האט מען געציטערט פון WMD (כ'געדענק נישט צו ביי די ערשטע קריג אויכעט) כעמישע וואפן, אבער מ'איז אלץ גרייט געווען, און לכאורה צוליב א געמיש פון די אויבערדערמאנטע טעמים, אידעאילאגיע, רייץ אפצוווישן די וויעטנאם דורכפאל פלעק, אויל וכו', ובנוסף וואס לויט זייער שפיאנאזש האבן זיי עקספעקטעט א זיג, איז עס ווערט געווען.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פעיק ניוז האט געשריבן:די פערט גרעסטע מיליטער, אין צאל טרופן. לאו דוקא די שטערקסטע.

סאדאם האט זיך ארומגעשלאגן מיט איראן פאר לאנגע יארן צו א סטעילמעיט, דאס מיינט אז איראק איז קיינמאל געווען אפילו נאנט צו די פערט שטערקסטע מיליטערישע מאכט אויף דער וועלט.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פעיק, איראק האט דעמאלטס געהייסן די פערט שטערקסטע לאנד אויף דער וועלט, נאר די אידעאלאגיע האט זיך שטארק געטוישט, אויסער דעם איז געווען נאך פילע אידעאלאגישע און עקאנאמישע סיבות, איראק האט דאך פלאנירט צו גיין ווייטער ביז אריין אין סאודי אראביע, און די וועלט האט נישט געקענט ערלויבן צו פארלירן אויל

איך וואלט געזאגט אויל איז זייער א שטארקע פאקטאר, און דערפאר טאקע ווען איראן האט אונטער אבאמע געדראעט אפצושפארן די הארמוז סטרעיט האט אבאמע רעאגירט מיט מיליטערישע שיפן אויף גאר א רייצנדע אופן און קלארגעשטעלט אז אויב איראן בלאקירט עס וועט עס געעפנט ווערן מיט מיליטערישע מאכט, זינט דאס פארשפארן מיינט אז סאודי אראביע קען מער נישט ליפערן אויל

נישט אומזיסט האט טראמפ געשטורעמט,
take the oil!!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די פערט גרעסטע מיליטער, אין צאל טרופן. לאו דוקא די שטערקסטע.

סאדאם האט זיך ארומגעשלאגן מיט איראן פאר לאנגע יארן צו א סטעילמעיט, דאס מיינט אז איראק איז קיינמאל געווען אפילו נאנט צו די פערט שטערקסטע מיליטערישע מאכט אויף דער וועלט.

דעט'ס קארעקט. ווער עס האט געהאט אפענע אויגן, האט פארשטאנען אז זיי האבן נישט קיין שאנס קעגן אמעריקע. דער איינציגסטער פחד פון זיי איז געווען די נוקלער וואפן וואס זיי האבן נישט געהאט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ר' זעקל האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ וואלט געסטראשעט דעם קרעיזי "מידזשיט פון מאסקווע" וואס גלייכט צו רייטן אויף פערדן אז ער גייט נעמען דעם ארקטישן ים פון רוסלאנד, און פוטין וואלט געענטפערט אז טראמפ איז צו איבערוואגיג צו נעמען א דייעט קאוק פון די פרידזש און אז אלאסקע איז איין קנעפל אוועק פון זיין א טייך פון געשמאלצענע שטאל און בעטאן. דערנאך וואלט טראמפ געמאלדן א סאמיט מיט פוטין אין קרים וואו די אויסקום וואלט געווען אז פוטין מעג נעמען *איין קוקי*, נעמליך, די אוקראינישע ראיאנען פון דאנבאס און לוהאנסק וואס "זענען עכט אריגינעל רוסישע טעריטאריעס." נאך א פוטין טעמפער טענטרום וואלט ער באקומען רשות צו נעמען נאך א האלבע קוקי (אויב ער זאגט צו צו זיין וואויל, שטייטצעך), דהיינו, איינשטעלן א פרישע רעזשים אין קיעוו, ווייל "העי, אמעריקאנער האט אויך א לאנגע היסטאריע פון רעזשים טויש אין אנדערע לענדער."
דאס וואלט דערקלערט געווארן אלס די געניטסטער אויסערן פאליטיק סוקסעס אין אמעריקאנער היסטאריע, און געגאנגען ווייטער...

מעגליך אז די אלע זאכן וואלטן געווען

אבער אין פאקט איז געווען גאר עפעס אנדרעש. אונטער בוש דער דיפלאמאט האט פוטין געקריגן גרוזיע. אונטער אבאמא דער שלום מאכער האט פוטין באקומען קריימיע. אונטער ביידען דער נייס גיי קוקט אויס מער און מער אז פוטין באקומט א חלק פון אוקריינע אויב נישט די גאנצע

משא"כ אונטער טראמפ...

יעצט ענטפער צוריק אז פוטין האט געהאט טראמפ אין טאש.. בלא בלא בלא

יאפ. נאכדערצו ווען טראמפ האט אויפגעגעבן זילטש פון די סאנקציעס וואס איז געווען אויף נארט קאריע בשעת וואס אבאמא האט נאך צוגעשיקט פאר איראן אויף שבת צו מאכן הויפענעס קעש.

אבאמא האט אויפגעלאזט איראנער געלטער וואס ער אבאמא האט געפרוירן, איבער $50 ביליאן אין איראנער אויל געלטער וואס לענדער ארום דער וועלט האבן פארהאלטן אויפן פארלאנג פון אבאמא פון 2012-2015, ביז איראן איז איינגעגאנגען, און איינגעהאלטן, א גוטע נוקלעארע אפמאך.
אין די פאל פון נארט קארעא האט טראמפ קודם געהעכערט די שפאנונג צו טויזנט, אפגעהאלטן א גרויסארטיגע באגעגעניש וואס איז אויסגעפויקט געווארן אלס די געניטסטע פארהאנדלונג אין היסטאריע און נאך אלעם געהאט פונקטליך נול צו ווייזן דערפאר, בשעת קים האט געהויבן זיין שטאנד און לעגעטימיטעט און אויפגעגעבן נאך ווייניגער ווי נול.
טראמפ האט דורכאויס זיין קאדענץ מער ווי איינמאל פארטיידיגט און בארעכטיגט רוסישע אגרעסיע און פראוואקאציעס, און האט נישט געצעגערט קיין מינוט צו סטראשענען און דראען אוקראינער נאציאנאלע זיכערהייט ווען ער האט געדארפט א -פערזענליכע, קארופטירטע- טובה פון זעלענסקי. און דאס איז טראצדעם וואס יעדן ווארט און שריט וואס טראמפ האט גענומען איבער רוסלאנד/אוקראינע איז געווארן נאכגעקוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז.
איך בין געווען צו יונג צו וויסן פונקטליכע דעטאלן איבער אבכאזיע און דרום אסעטיע קאנפליקט אין 2008, מער ווי דאס וואס קול מבשר האט ארויפגעשטעלט אין יענע יארן, אבער די 2014 אינוואזיע און אקופאציע פון די קרים האלב-אינזל איז געווען א רוסישער רעאקציע צו די 2014 רעוואלוציע ווען דער אוקראינער פאלק האט ארויסשטויסן דער קארופטירטער, רוסישער פאפעט יאנוקאוויטש פון אמט.
דורכאויס זיין קאדענץ האט טראמפ געשטופט פאר די דזשי 7 צוריק אריינצונעמען רוסלאנד אין די פאראיין, פון וואו זי איז געווארן ארויסגעשטויסן נאך די קרים אקופאציע. טראמפ האט געזאגט פאר די דזשי 7 מיטגלידער אז קרים געהערט פאר רוסלאנד. אין 2018 האט ער וועטאאירט א סעיף וואס פארבאט אמעריקע פון אנערקענען קרים אלס טייל פון רוסלאנד און נישט געוואלט ענטפערן ווען מען האט אים געפרעגט צי זיין אדמיניסטראציע גייט אנערקענען רוסישע בעלות אויף קרים, צו די אנטריסונג פון נאטא לענדער. (איך גיי ניטאמאל אריינגיין איבער זיין 2016 קאמפיין, די העלסינקי באגעגעניש און זיין ריינוואשן פוטינ'ס שריט אין 2016).
פון צווייטן זייט האט ער אפט, שארף און אפן אראפגעריסן די אנטי רוסישע רעגירונג אין אוקראינע אלס טיף קארופטירט, אונטערמינעווענדיג איינער פון פוטינ'ס גרעסטע שונאים אינעם ראיאן.

צוריק צו היינט. איך גלייב שווער אז פוטין פלאנט צו פארכאפן אוקראינע מיליטעריש. אפילו אויב ער קען דאס באווייזן מיט מינימאלע שאדן גייט אים דאס ווערן א ביין אין האלדז גאר שנעל. אקופירן א גרויסע לאנד פון צענדליגע מיליאנען בירגער וואס ווילן פרייהייט איז נישט קיין קינדערשפיל. אנשטאט דעם, גלייב איך, גייט ער פראבירן אויסציען די מיליטערישע כמו-באלאגערונג פאר ווי לאנג ער וועט קענען און אזוי פראבירן אויף טויזנט וועגן אויסצומוטשענען דאס פאלק גייסטיש ביז ער וועט באווייזן אונטערצוברענגען די יעצטיגע פיינטליכע רעגירונג אין קיעוו און אינסטאלירן זיינס א פאפעט. צי ער גייט דורכפירן אקציעס אינערהאלב אוקראינע דירעקט, צי אויפפלאמען די רוסיש-געשטיצטע סעפעראטיסטן אין דאנבאס און לוהאנסק, צי שטיצן אנטי רעגירונג באוועגונגען אין לאנד צי עפעס אנדערש. ער גייט פראבירן צו מאכן די אוקראינער שרייען און וויינען 'רוצה אני,' by hook or by crook, ווי מען זאגט אין אידיש.

דערווייל בין איך נישט אזוי זיכער אז ער האט נישט געמאכט א שווערע מיסקאלקולאציע. אויב באווייזן די אוקראינער מיט אמעריקאנער און נאטא שטיצע צו צווינגען פוטין צו זיצן איינגעלייגט מיט אלע זיינע טאנקען און פליגערס, בשעת מערב וועלט וואפן, טרענירונג און שטיצע פליסן אריין צו אוקראינע, קען דאס העלפן בויען קאנפידענץ צווישן די אוקראינער בירגערשאפט און נאר פארשטארקערן אנטי-רוסישע סענטימענטן צווישן אלע שיכטן פון פאלק (פארשטייט זיך אז די מערב וועלט דארף אויך אין די זעלבע צייט העלפן די אוקראינער רעגירונג פארבעסערן די עקאנאמישע צושטאנד פון די ארטיגע בירגער).

אויב שפילן דאס זעלענסקי און די מערב וועלט גוט, קען זיך פוטין (און לוקאשענקא אין בעלארוס) טרעפן מער איזאלירט און סאנקציאנירט און 'overextended' בלע"ז, און אין א שוואכערע צושטאנד ביי זיך אינדערהיים ווי ביז היינט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

לויט דעם אנאליז קומט אויס אז די אוקראינער זענען גערעכט מיטן פארבעטן מערב וועלט דיפלאמאטן צו פארבלייבן, ווייל ווען אמעריקאנער און אייראפעישע דיפלאמאטישע שטאב אנטלויפן פון לאנד צוליב אנגעבליכע זיכערהייט זארגן האקט דאס אונטער די ארטיגע פירערשאפט און זייער פארזוך אנצוהאלטן רואיקייט און ארדענונג אין לאנד (שוין אפגערעדט פון ביידענ'ס זיך פאררעדן אז בדעיבד מען פוטין דורכפירן א "minor incursion"...)
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ערעב שלמה פון די שטאט הילדעסהיים, זייער זייער שיין,
ווייסט דאך איך האב אן אנדערע בליק איבער טראמפס פאליטיק וואס ער האט געוואלט מיט נאורט קארעא צי טראמפס בליק אויף פוטין,
אבער האסט אראפגעלייגט זייער א שיינע שטיקעל מיט אסאך גוטע פוינטס
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שיינע אנאליז @שלמה!

(חוץ די אנטי טראמפ חלק...)
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער א קלארער אנאליז!!!

איך וועל גיין א טריט ווייטער. די סיבה פארוואס ביידן און ענגלאנד הערן נישט אויף צו מורמלען אז ס'קומט מעגליך א פול פלעדזש אינוואזיע איז טאקע נאר ווייל זיי ווייסן אז דאס איז נישט פוטין'ס פלאן.

זיי זאגן אים נו נו, גיי שוין, מיר ווארטן... ס'קוקט אויס אז זיי האבן אינפארמאציע אז פוטין פלאנט טאקע נישט קיין שום אינוואזיע נאר ענדערש ארויסקעשן אנדערע זאכן מיט זיין סטראשענען. קומט דער ביידען און ווארט מיט פארלייגטע הענט דו גיי נאר אריין. דאס איז פוטין'ס ערגסטע קאשמאר אזא צייט. זעלענסקי שפילט נאר מיט אדער כאפט ער נישט...

מאכט סענס?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.

ס'איז דא א סברא אזוי צו זאגן, אבער ס'איז בכלל נישט מוכרח!!

איך וואלט אפי' געגעבן אזא 15 פראצענט שאנס אז פוטין אליין איז נאכנישט זיכער מיט זיך וואס ער גייט למעשה טון.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אפילו עס איז אמת, איז קלאר אז מען האלט ביי א מסוכנדיגער צייט, דאך האטער אלעס גרייט פאר א מלחמה.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.

אפיילו נאך אפגאניסטאן?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”