עולם האמת האט געשריבן:קאמעץ בארד האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:
איז דא עפעס קרעדיבל אינפארמאציע אויף די רוסישע פארלוסטן אין די יעצטיגע פאזע?
די בעלהאריווקע טייך-אריבערגאנג איז וועל דאקיומענטעד.
רוב פראנטן זענען אין א סטעילמעיט.
רוב פראנטן זענען אין א סטעילמעיט??
POPASNA, SEVERDONESK
אויב רעכעסנטו אז די פראנט ליין גייט פון כארקיוו ביז די ענדע פון כערסאן, זענען רוב פראנטן מאטעמאטיש אין א סטעילמעיט.
מן הסתם קוקסטו בעיקר אויף די ארט ווי עס קומט פאר די מערסטע העפטיגע שלאכטן, און כארקיוו האבן די אוקריינער געהאט סוקסעס לעצטע וואך און די רוסן האבן דערווייל סוקסעס אין פאפאסנע, סוועירידאנעטסק, ליימאן, אבער דאס איז טאקע גענוי די נקודה דא, נישט די רוסן און נישט די אוקריינער האבן באוויזן צו רוקן צופיל זאכן אויפן מאפע חוץ פון די כארקיוו / סווערעדאנעטסק, און די סיבה איז נישט ווייל עס פעלט "רצון" צו פארכאפן שטחים, די פראבלעם איז א חסרון אין "יכולת", קיינע פון די צוויי זייטן האבן נישט געהאט די יכולת זיך צו שטארקן אויפן שונא, און זיי פראבירן אפילו נישט ווייל זיי ווייסן אז זיי קענען נישט, און דאס גענוי מיינט א סטעילמעיט.
בין כך ובין כך איז די עכטע שאלה נישט פארענטפערט געווארן, א סטעילמעיט מיינט נישט אז עס זענען דא א סאך אדער ווייניג פארלוסטן, עס מיינט אז "מען רוקט זיך נישט".
צו די עצם שאלה, לכאורה די לעצטע דאקומענטירטע ערענסטע גרויסע פארלוסטן פאר די רוסן זענען געווען אין בילהאריווקע, אויסער דעם זאגן אוקריינע מיליטערישע באריכטן אפטמאל אז די רוסן האבן געליטן גרויסע פארלוסטן אבער דאס איז אן בילדער וכדו'.
די אוקריינע פארלוסטן די וואך ביים טרעינירונג לאגער איז דאקומעטירט, ביידע זייטן זענען מודה אז עס איז געווען ערענסטע פארלוסטן.
אומדאקומענטירטע פארלוסטן קען מען זיך אליינס משער זיין אז די אוקריינער ארום פאפאסנע האבן אריינגעהויבן פארלוסטן, ווען נישט וואלטן זיי זיך נישט צוריקגעצויגן.
זקן מלא רחמים.