דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

געבוירן איז ער א גוי און קווינס, און היינט איז ער א זיידע פאר יודישע אייניקלעך אינעם היימישן פלארידע.

זיין נאמען איז דניאל יאנאש, מען קען אים בעסער אלץ דאנעלד טראמפ, די געוועזענע און מעגליך צוקומפטיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

איך גיי דא געבן א שטיקעלע אנעליז וויאזוי איך זעה עס, וואס איז ער, וויאזוי ארבעט ער, און וויאזוי ער קומט אן. בנוגע די פאקטן אויב זעהט איר א טעות האלט אייך נישט צוריק, קומט ארויף און רייסט אראפ די געפערליכע פירצה. בנוגע מיין מיינונג אויף די פאקטן, דאס איז אמת ויציב, מיין אייגענע מיינונג, איך פיל אז עס קען מעגליך זיין אינטרעסאנט פאר איינעם, און היות ווייס איך דאך נישט ווער ער איז לייג איך עס ארויס און דער יענער גייט שוין אנקומען דערצו. בס''ד.

דער קליינער דאנעלד איז אויפגעוואקסן פון זיינע גאר יונגע יארן און א רייכע הויעכגעשעצטע שטוב, ער האט פון אייביג אן געוויסט אז ער איז אין א רייכע העכערע געזלשאפטליכע משפחה. און ווי די שטייגער פון אזעלכע שטובער בדרך כלל, האט ער קיין סאך ווארעמקייט און ליבשאפט נישט באקומען, אבער נישט געפערליך, קיינער האט אים נישט געטשעפעט.

ער האט פון אלטס קליין קינד געהאט גרעסערע שאיפות. דער ארים קינד וואס גייט שלאפן הינגעריג חלומט אז ער גייט יא האבן געלט, זיינע קינדער גייען גיין שלאפן זאט יעדע נאכט. א רייך קינד מיט שאיפות און אמבוציעס, חלומט אסאך גרעסער. דאנעלד האט אייביג געוויסט אז זיין טאטע איז א מיליאנער און איך גיי זיין א ביליאנער.

און סקול פלעגט ער נישט צופיל זיך אריינלייגן אין די נושאים, וואס פעלט אים אויס צו קענען די אלע נערישקייטן, איך בון דאך דער ציקומפטיגער ביליאנער. ווי אויך האט אים קיינער נישט עכט געשטיפט צו מצליח זיין. אבער ער האט אריבערגעשטיפט זיינע יארן אין סקול קאלידיש (מיליטער סקול) ווי אן עוורידזש סטודענט.

ווערנדיג אביסל עלטער האט אים זייו טאטע אריינגענימען אין די ביזנעס, און די רעסט איז היסטערי, ער האט מצליח געווען צו ארויפארבעטן די ביזנעס צו אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז געווען, און איווענטועל איז ער געווארן די פאקטישע בעה''ב פון די קאמפעני.

די כלל פון יש לו מנה איז אריין אין פילען קראפט, און זייענדיג א מיליאנער פון גאר א יונגע עלטער, האט ער אלטס געהאט א דרייוו אנצוקימען מער און מער צו זיין צוויי עיקר צילן, האבן די מערסטע געלט און די מערסטע כבוד. דאס הייסט ער האט פון א גאר יונגע עלטער געוואלט די צוויי זאכן. זיין די רייכסטע מענטש אין די וועלט, און זיין די אמעריקאנע פרעזידענט.

מאכן מער געלט האט ער אלטס פראבירט, און ער האט זיך געהאט זיינע תקיפות זיינע דעגרייכונגען און פארלוסטן, ווייניג מענטשן האבן אזויפיל דורכגעפאלענע ביזניסער, פשוט ווייל ווייניג מענטשן האבן פראבירט אזויפיל זאכן, געווענטליכע מענטשן אויב זענען זיי מצליח ביי זייער ערשטע מאל טרייען, בלייבן זיי שטעקן מיט זייער הצלחה, פארוואס זיך מיטשען מיט נאך עפעס. און אויב פאלט מען דורך געבט מען אויף און שוין.

טראמפ האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן נישט פון זיינע הצלחות און נישט פון זיינע כשלונות. ער האט אייביג נאר געקוקט אויף ווייטער, וויזאוי קען איך באקומען נאך געלט און נאך כבוד.

און ער איז אייביג געווען גרייט אוועקצוגעבן אביסל פון איינס פאר אסאך פון די צווייטע, ער האט פארקוקט אויף די כבוד אויב זיך באשמיצן אביסל ברענגט אים אסאך געלט, און ווי אויך איז ער געווען גרייט צו צאלן געלט אויב עס ברענגט אסאך כבוד.

המשך יבא.
לעצט פארראכטן דורך ר' דן אום זונטאג יאנואר 16, 2022 7:43 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קוקט אויס גוט. מיר ווארטן אויפ'ן המשך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

קוים אנגעהויבן לעזן... די שפראך איז מתוק... יעצט וועלמיר גיין ווייטער.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

הערליך, מורא׳דיג געשמאק ס׳פעדערל.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ר' דן האט געשריבן:
די כלל פון יש לו מנה איז אריין אין פילען קראפט, און זייענדיג א מיליאנער פון גאר א יונגע עלטער, האט ער אלטס געהאט א דרייוו אנצוקימען מער און מער צו זיין צוויי עיקר צילן, האבן די מערסטע געלט און די מערסטע כבוד. דאס הייסט ער האט פון א גאר יונגע עלטער געוואלט די צוויי זאכן. זיין די רייכסטע מענטש אין די וועלט, און זיין די אמעריקאנע פרעזידענט.


יאפ יאפ... דער האט מיך גוט ארויס... קענט עגרי מאר...

טו אלל מיי דזשואיש פרענדס... סטעי אין פיעס... איי לאוו יו אלל!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

דעווייל איז עס גאר גוט

סהאט מיר אפאר מאל געקאסט א פיינע לאך די הגדרות

אין די אניוגרעם איז ער א היבשע זיבענער, ער טאנצט מחיל על חיל, ער צאלט געלט פאר כבוד און נאכדעם צאלט כבוד פאר געלט.. ער האט נישט די מענטל קעפעסיטי צו פייערן נצחון נאר ער גייט ווייטער.. אזוי טוט ער אויכעט ווען סקומט צו דורכפעלער
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אריין אין דזשורנאל!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

דאס קעפל איז ארטיסטישע ווערק!!!
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זיס אין שטארק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קליגסטער טיפוש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

צוויי הערות.
ערשטנס טענק יו אל פאר זה קאמפלעמענטס.
צווייטנס לדעתי זאל מען לאזן די אשכול דא.
פערדנס, אי''ה גייט קומען נאך (לכאורה נאך עפעס היינט נאכט) די פאויקעס גייט מער זיין צום נושא ווי צום שפראך.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

טראמפ האט גאנץ שנעל איינגעזעהן אז צו ווערן די רייכסטע מענטש אויפן וועלט איז עפעס וואס ער גייט לכאורה נישט דעגרייכן, ער האט אבער קיינמאל נישט אויפגעגעבן. זיין עיקר פאויקעס איז למעשה אריבער צום ווייסן הויז.

שטרעבנדיג פאר די מאכטפולסטע פאזיציע אין די וועלט, האט ער שוין א לאנגע צייט באטראכט די פאליטישע ארענע, און געזיכט די בעסטע וועג פאר אים צו ווערן פרעזידענט, און ער האט עטליכע מאל כמעט געלאפן פאר 2016, אבער ער האט זיך צוריקגעהאלטן, פשוט צוליב די שרעק פון דערלייגן די וואלן און בלייבן אויסגעשפילט אינגאנצען.

ער האט באמערקט מיט די צייט אז זיין הצלחה ליגט ביי די רעפאבליקאנע, ער האט פשוט שוואכע שאנסן צו באקומען די שטיצע פון די גרעסערע אייזלען. די רעפאבליקאנע האבן מער אן אפענע פריימעריס וואס די מאסן וועלן אריין. און צו געווינען די מאסן האט ער געוויסט אז ער קען.

און ער האט געוויסט, אז עס ווארט אים שווערע ארבעט, אבער דאס איז געווען איינע פון זיינע לעבנס ווינטשן. ער האט געגעבן א טיפע אטעם אריין און איז אריין מיטן גאנצן קראפט, ער גייט קאנטרעלירן וואס גאנץ אמעריקא זאל רעדן פאר די נעקסטע פאר יאר. קאנטרעלירן די מידיע האט ער געוויסט אז דאס קען ער מיט סוקסעס, נאכן זיין אזוי העווי אין ביזנעס און די רוישיגע ניו יארק, פון אלץ יונגערמאנטשיק, מיט אביסל מחשבה האט ער געפילט קאנפידענס אז דאס העט אים נישט זיין קיין שווערע נושא.

צו געווינען די רעפאבליקאנע פריימעריס האט ער גוט געוויסט, אז א 'נארמאלע' דאנעלד טראמפ האט נול טשאנסן. מיט א ברייטע פעלד פון נאך 16 אויסגעביגלטע נארמאלע פאליטיקאנטן, ווער גייט וואויטען פאר אים, ווער גייט אים בכלל באמערקן. נא, גייט מען אויפגעבן אביסל כבוד פאר די טשענס צו באקומען אסאך אסאך מער כבוד אדער געלט, און מען גייט ווערן א שטיקל אינטרעסאנטע אינטרעסאנטקייט.

דאנעלד האט נישט געפלאנט ארויסצוגיין אינגאצן א באקלאפטער, און ער האט גאנץ גוט געוויסט אז ער האט גרויסע טשענסעס צו פארלירן. האט ער געהאט גרייט זיין צווייטע באהאלטענע פלאן, מער איבער דעם שפעטער.

מיט א שטורעם האט ער אראפשפאצירט די באגילדעטע עסקילעיטערס, און געמאלדן פאר די (געדינגענע) מאסן פארזאמלטע אז, דאנעלד טראמפ לויפט פאר פרעזידענט, און עס קומט אסאך פאן, ער האט געמאכט אפאר קאנטיווערסיואלע סטעיטמענטס, און געמאלדן פאר אלע מידיע הויפטקוואטירן, העי איך בון דא און קוק צו מיר ווען איך רעד. פון היינט און ווייטער רעדט מען וואס מער פון דאנעלד טראמפ.

און זיי האבן אים נישט אנטוישט, ער איז געווארן באזינגען איבעראל אלץ די קלאון וואס לויפט פאר פרעזידענט, און עס האט געארבעט פינקטליך וויאזוי טראמפ האט עס אויסגערעכנט, זיינע אנקעטעס זענען ארויף צום ערשטן פלאץ און געציילטע טעג און דארט געבליבן ביז די ענדע פון די פריימעריס.

זיין גרעסטע קעגנער איז געווען א גוי (נעבעך) מיטן נאמען בוש, טראמפ האט געוויסט אז אויב בלייבט בוש זיין הויפט קעגנער, קען מעגליך געשעהן א פאראייניגונג פון אלע אנדערע קאנדידאטן צו שטיצן די באקאנטע הייליגע נאמען בוש קעגן די צעפידלטע פארשוין וואס וויל איינעמען די פארטיי, מה שאין כן אויב זיין גרעסטע קעגנער איז א רוביאו אדער א קרוז, איז דא שוואכערע טשענסעס, אז יעדער זאל אים שטיצן. ווייל וואס איז קרוז בעסער ווי מיך.

האט ער זיך גענימען צו די ביינער פון בוש מיטן גאנצן קראפט, און אים היבש שנעל באזייטיגט, וואס דאס האט אים ערמעגליכט צו ווייטער שפאנען מיט א רואיגקייט דורך די גאנצע פריימעריס.

המשך יבא.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

פיינע נייעס! שרייב ווי מער!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

זיס און געשמאק!
(--ווערטערלאז--)
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

גאר גוט!
דיפרענט סטייל...
כ'האב זייער הנאה געהאט צו ליינען, גיי אן מיט א שטארקייט!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

דאקטער רפאל האט געשריבן:גאר גוט!
דיפרענט סטייל...
כ'האב זייער הנאה געהאט צו ליינען, גיי אן מיט א שטארקייט!


יישר כח.

איך האף איך וועל מיר נישט סותר זיין גארנישט. :wink:
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דן: אפשר נאך א קאפיטל היינט נאכט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יוד
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

דן ידון טראמפ כאחד-אחד מיוחד
ביסט אפילו -דן- זיינע מחשבות פון דעם דניאל אנדערש ווי אונזער באקאנטער דניאל-להבדיל... וואס האט געוויסט די חלומות אין מחשבות פון אנדערע...
דערווייל שפאנסטו גוט, דיסעפוינט אונז נישט אויף אן אופן אז אונז זאלן זיין ד-א-ן מיט דיך אין גיי אן ווייטער מיט דיין דיון איבער יאנאש
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

זעהט נישט אויס עס קומט היינט נאך.
ייש''כ: פעיק, יש לו, ווענגלייך, מסתמא, גיי פארשטיי, דעת גדול, מומחה יוחס, תרמב, בעסער אזוי, ד''ר רפאל, דריידל, און יוד. פאר די פאזעטיווע קאמענטארן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

א ישר כח ר׳ דן,

כ׳בין נייגעריג צו ער האט טאקע געהאט אזא געריבענע סטראטעגיע, איך מיין אז ער איז א פשוטע משוגענער, און ס׳איז איהם געלונגען.

אגב, כבין א שטארקע סופארטער פון טראמפ און זיינע פאלעסיס.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ווענגלייך האט געשריבן:א ישר כח ר׳ דן,

כ׳בין נייגעריג צו ער האט טאקע געהאט אזא געריבענע סטראטעגיע, איך מיין אז ער איז א פשוטע משוגענער, און ס׳איז איהם געלונגען.

אגב, כבין א שטארקע סופארטער פון טראמפ און זיינע פאלעסיס.


איר זענט בארעכטיגט צו אייער מיינונג.

מען האלט דערווייל נאר ביי די הקדמה...
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

ש'כח דני פארן מיר אהערשיקן, און ווייזן דיינע ווערק, וואס איז זייער גוט און טא דע פוינט.
אבער ס איז זייער ווייט פון דיין אינטערשריפט
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

א נייניקל האט געשריבן:ש'כח דני פארן מיר אהערשיקן, און ווייזן דיינע ווערק, וואס איז זייער גוט און טא דע פוינט.
אבער ס איז זייער ווייט פון דיין אינטערשריפט


יישר.

איר האט א שטיקל פוינט, אבער דאכצעך אז מען קען דאס דעבאטירן ווען מען גייט האלטן ביי די פלייש.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאר שיין און ציקערדיג!!!
מיר ווארטן פארן המשך!!!


כ'בין טויט נייגעריג אויף וועלכע האלב פון פאלעקס'ס אוואטער דו געפינסט דיך........????
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

אינטערסאנט און לייכט געשריבן.

שכוח!
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: דער קלוגסטער טיפש אין די פאליטישע היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

WOW WOW
גרעיט דזשאב
קען קוים ווארטן אויף נאך
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”