דאפלטע ניק האט געשריבן:רעדענדיג מיט מענטשן וואס זענען געווען אין מירון האבן זיי געזאגט אז א חלק פארוואס היי יאר איז געווען אזוי שיין, נאכן איבערנעמען די פלאץ פון פאליציי איז ווייל די דערנעבענדיגע שטחים נעבן ציון זענען נישט געווען אקופירט דורך פריוואטע חסידות'ער צו פראווענען דארט זייערע מעמדים, און די פלאץ איז געווען צום באנוץ פונעם ברייטן ציבור, ממילא האט דער עולם געהאט פלאץ זיך אויסצוברייטערן, איז אויטאמאטיש אין ציון אויך געווען סדר.
עס איז צום האפן אז די אלע זאלן פארשטיין די רמז און נישט זיין קיין משלחת וחוזרת, לאזן דאס פלאץ פארן ציבור וואס קומט זיך אויסגיסן די הארץ ביי רבי שמעון, און זיך פרייען ביי רבי שמעון, אפשר אויפשטעלן אוהלים צו דאווענען, פלאץ פאר ריקודים ווי אנדערע האבן שוין געשריבן דא. און זיי קענען ווייטער פירן הערליכע גרויסע הדלקות איש על מחנהו במקהלות רבבות. אויב מוז עס זיין דווקא אין מירון זאל מען טרעפן אביסל ווייטערע שטחים. שלא יאמר אדם צר לי המקום
איך זעה, יעדער פריידט זיך אזוי מיט דעם מעסידזש.
דער ווייטאג איז נאר
אז פאר ל"ג בעומר, האט מען שוין גערעדט מיט די אינסטאנצן, די קהילות האבן גערעדט פון נעמען שטחים פאר זייערע מעמדים אונטן אין דארף, און די שטחים אויבן זאל בלייבן פארן ברייטן ציבור.
מען האט געהאט אונזערע עסקנים וואס האבן געשאפט געלטער צו ברייטער מאכן דעם שטח (אויפהייבן שטח תוא"י און דאס מאכן אייניג מיט שטח תו"א), אבער די מדינה האט נישט געוואלט.
יעצט נאכן דורך פאלן, קומט מען זינגען, הלוואי מען קען זיך צוזאמען שטעלן, הלוואי וכו', פון דעם האט מען דאך גערעדט פאר ל"ג בעומר, אבער די ציונים זענען נישט געווען אינטרעסירט.
די מדינה האט גערעדט פון איבער מאכן דעם שטח ארום, און מען טאר זיי דאס נישט צולאזן, אבער אונזערע היימישע עסקנים, האבן געהאט א פארטיגע פלאן, און אפילו נדבנים פאר דעם טייערן פראיעקט, פון אביסל אויפהייבן די שטחים ארום די מערה, און מאכן איין גרויסער שטח, ווי דער עולם זאל זיך קענען דורך דרייען.
אבער די מדינה איז בכלל נישטא פאר דעם, זיי זענען נאר דא, אוועק צו נעמען רבי שמעון פון די פרומע, און דאס איז וואס דער באשעפער האט זיי נישט געלאזט ב"ה.