וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג
107
53%
ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג
96
47%
 
סך הכל שטימען: 203

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

עס ווערט מער און מער קלאר אז פרעזידענט ביידען פארלירט שטיצע ביי די דעמאקראטישע פארטיי, פילע דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען באשולדיגן אז דער פרעזידענט איז שולדיג פאר די ציפעדיגע פארלוסטן ביי די פארגאנגענע וואלן, און דאס איז חוץ וואס אפילו בעפאר דעם האט ער שוין געהאלטן אין איין פארלירן שטיצע ביי דעמאקראטן אפגערעדט פון אינדעפענדענטס וואס האבן ממש אוועקגעשטראמט פון אים אין די מאסן.

אנדערש פון געוועזענע פרעזידענט טראמפ וואס האט אויך געליטן פון אומפאפולערקייט איז עס אבער דאן געקומען פון מעשים וואס ער האט געטון וואס מ'האט געקענט דעבאטירן אויב ס'איז גוט אדער פארקערט, משא''כ ביים היינטיגן פרעזידענט קומט עס פון וואס ער טוט נישט.... דעמאקראטן טרעפן זיך מיט א אומבאחנטן פארשלאפענעם פערזאן אין ווייסן הויז וואס די גרעסטע אויפטו זיינע איז ווען ער דעליווערט א גאנצע רעדע אן קיין איין איינציגע טעות....

עס איז קלאר ווי די טאג אז מיט ביידען אין אמט האבן דעמאקראטן גאר שוואכע שאנסן אנצוהאלטן דעם ווייסן הויז, אין דאס האט טאקע אפגעשפיגלט א לעצטיגע אנקעטע צווישן דעמאקראטן ווי א שטוינעדע 64 פראצענט האבן געזאגט אז זיי ווילן אויפטוישן ביידען מיט א צווייטן קאנדידאט אין 2024, וואס דאס איז שוידערליכע נייעס פארן פרעזידענט.

די דעמאקראטישע פארטיי האט שוין געוויזן אין פארגאנגענהייט אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו באזייטיגן איינעם וואס זיי האלטן וועט שטערן די פארטיי'ס אגענדע, זאל עס זיין בערני סענדערס, אדער נענסי פעלאוסי וואס איז אויך אויסגעשטאנען היבשע דרוק.

ממילא שטעלט זיך די פראגע וועט די פארטיי זיך האלטן געטריי צום פרעזידענט און אים געבן פרישע פיר יאר, אדער וועלן זיי דאס מאל לייגן דרוק אויף פרעזידענט ביידען אפצוטרעטן און מאכן פלאץ לרעותו הטובה ממנו, אדער גאר וועט ביידען אליינס איינזען אז ער וועט שענער ענדיגן מיטן אפענדיגן זיין ערשטן טערמין און בכבוד'יגערהייט רעטייערן.

וואס האלט דער עולם קען מען ערווארטן?
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

מנחם גאלד די וואך אין מאמענט האט א שיינע אפהאנדלונג איבער דעם, שרייבט דארט עטליכע גוטע נקודות... כאפ א בליק דארט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

יעדע פרעזידענט האט זיך זיינע שווערע צייטן, אויב גייען זאכן ווייטער אזוי ווי נארמאל זע איך נישט פארוואס ער זאל נישט פרובירן נאכאמאל
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

טורקס טענה'עט שוין לאנג אז דאס איז די דעמ'ס פלאן
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אויב אזא טויש וועט עס זיין גאר אומגעראכטן און דראמאטיש. בכלל נישט פשוט. איינס, ווייל ס'איז נאך נישט געווען אזאנס אין מאדערנע אמעריקאנער היסטאריע, חוץ איינמאל ביי דזשאנסאן נאך וויעטנאם, און צווייטנס ווייל זיין וויצעטע איז גארנישט בעסער, אפשר נאך שוואכער, חוץ מיט אלטקייט.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אויב אזא טויש וועט עס זיין גאר אומגעראכטן און דראמאטיש. בכלל נישט פשוט. איינס, ווייל ס'איז נאך נישט געווען אזאנס אין מאדערנע אמעריקאנער היסטאריע, חוץ איינמאל ביי דזשאנסאן נאך וויעטנאם, און צווייטנס ווייל זיין וויצעטע איז גארנישט בעסער, אפשר נאך שוואכער, חוץ מיט אלטקייט.

וואס רעדסטע ערשטע שווארצע פרוי פרעסידענט די בעסטע וואס קען זיין
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

לקדש שם שמים האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אויב אזא טויש וועט עס זיין גאר אומגעראכטן און דראמאטיש. בכלל נישט פשוט. איינס, ווייל ס'איז נאך נישט געווען אזאנס אין מאדערנע אמעריקאנער היסטאריע, חוץ איינמאל ביי דזשאנסאן נאך וויעטנאם, און צווייטנס ווייל זיין וויצעטע איז גארנישט בעסער, אפשר נאך שוואכער, חוץ מיט אלטקייט.

וואס רעדסטע ערשטע שווארצע פרוי פרעסידענט די בעסטע וואס קען זיין

די ראסע קארטל ארבעט שוין נישט כהיום
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

און זי טויג נישט אויף וויצע ניטאמאל
אין עוד מלבדו
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אויב אזא טויש וועט עס זיין גאר אומגעראכטן און דראמאטיש. בכלל נישט פשוט. איינס, ווייל ס'איז נאך נישט געווען אזאנס אין מאדערנע אמעריקאנער היסטאריע, חוץ איינמאל ביי דזשאנסאן נאך וויעטנאם, און צווייטנס ווייל זיין וויצעטע איז גארנישט בעסער, אפשר נאך שוואכער, חוץ מיט אלטקייט.

ווען מ'רעדט פון א פרעזידענט וואס איז אין טשארדזש איז דא א מעגליכקייט ער זאל זיך אויפבויען א באזע אדער בכלל אים אנקוקן פאזיטיוו.

דא רעדט מען אבער פון די ערשטע פרעזידענט אין היסטאריע וואס יעדע זעלבסטשטענדיגע מענטש האלט אז נישט דער פרעזידענט פירט דאס לאנד, אמעריקע איז אין א צושטאנד פון א שיף אן א רודער.

צו פארשטיין בעסער לאמיר פארגלייכן ביידען מיט טראמפ, טראמפס פראבלעמען זענען געקומען למשל פון זיין טאריף מלחמה אדער זיין זיך ארויסציען פון איראן דיעל אא''וו משא''כ ביידען האט בעצם גארנישט שלעכט געטון די גאנצע סיטואציע איז אוט אף קאנטראל די גרעניץ איז אפן אינפלאציע שיסט ארויף אפגאניסטאן איז א חאזעריי...

ממילא קען מען בעצם נישט ברענגען קיין ראי' פון היסטאריע.
לעצט פארראכטן דורך בן כלבא שבוע אום דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 4:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

שבח ארואל האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אויב אזא טויש וועט עס זיין גאר אומגעראכטן און דראמאטיש. בכלל נישט פשוט. איינס, ווייל ס'איז נאך נישט געווען אזאנס אין מאדערנע אמעריקאנער היסטאריע, חוץ איינמאל ביי דזשאנסאן נאך וויעטנאם, און צווייטנס ווייל זיין וויצעטע איז גארנישט בעסער, אפשר נאך שוואכער, חוץ מיט אלטקייט.

וואס רעדסטע ערשטע שווארצע פרוי פרעסידענט די בעסטע וואס קען זיין

די ראסע קארטל ארבעט שוין נישט כהיום

נאר אויב ס אויך דא כאריזמע - נישט ווען מ'לאכט ווי א זיבעלע קינדיש פאר יעדע שטות
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כלבא'לע פרעגסט פיין, איך גלייב אז ער גייט לויפן פאר נאך א טערמין, אבער מיט א מענטש אין אזא יארגאנג קען מען גארנישט וויסן.
אוועטאר
עמאציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:20 pm
לאקאציע: ערגעצוואו אויבן...

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמאציע »

אויב איז טאקע אמת די אנקעטע אינערהאלב דעמאקראטן וואס דער פותח האט געברענגט, ווייס איך נישט וואס צו זאגן.
וויאזוי שפירסטו?
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

צק,
אויב ער לעבט נאך, יא
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

יעצט קען ער זיכער באשטיין צו לויפן נאכאמאל, אבער מקען נישט וואס סגייט זיין דעמעלטס צו די דעמאקראטישע פירער גייען נאך זיין אינטעררעסיט און אים.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אויב די דעמאקראטן טוישן אים אויף מיט א צווייטן מיינט אז זענען מודה אז זיין פרעזידענטשאפט איז געווען א אנזעץ א זאך וואס איך קען נישט גלייבן זיי זאלן טוהן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

צ/ק

לויפן זיכער נישט, אפשר שטופן אין רעדער בענקל.

דער וועג צום ווייסן הויז איז מער קאמפליצירט ווי די עיר פארס וואן שטיגן.
יענעמס נאז איז גרינער…
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ר' זעקל האט געשריבן:אויב די דעמאקראטן טוישן אים אויף מיט א צווייטן מיינט אז זענען מודה אז זיין פרעזידענטשאפט איז געווען א אנזעץ א זאך וואס איך קען נישט גלייבן זיי זאלן טוהן.

זיי טוען עס שוין יעצט
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

וואס דעמאקראטן זאגן פאר פאולסטערס איז איין זאך, אבער די דעמאקראטישע פארטי קען עס נישט עמטליך זאגן, וואס נעמען א צווייטע קאנדידאט אין 24 וואלט עס געזאגט זייער הויעך.
א_נייע_גרינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_נייע_גרינער »

די לינקע האבן נישט קיין פראבלעם צו אויס-פלאגען די מאשינען
וואס האלטן ביידען ביים לעבן
און נאכדעם נאך איין קעש'ן פי.אר. דורך פראווענען א הערליכע באגרעמעניש צערעמארניע
און אויף שפילן ביידען א געשטארבנע העלד - וואספארא כבוד ער האט געברענגט צום לאנד וכו'
און אזוי פטור ווערן פון איהם און אפ ראטעווען די פארטיי

-----
אין פאנטאזיע (אבער קרוב לאמת)
וועלן זיי אונטער שטעלן כאילו א רעפ. מיט ווילדע מאטיווען האט איהם גע'הרג'ט
און דורדעם כאפן צוויי פייגלעך מיט איין "שאס"

.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

מוז נישט גיין אזוי ווייט, די ווייט הויז קען אנשטעלן א "העלט סקעיר," כלומרשט א מיני סטראוק, און ער וועט זיך אפזאגן פרייוויליג.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונדערנאנט »

ר' זעקל האט געשריבן:כלבא'לע פרעגסט פיין, איך גלייב אז ער גייט לויפן פאר נאך א טערמין, אבער מיט א מענטש אין אזא יארגאנג קען מען גארנישט וויסן.

יאפ אויסגעכאפט מיינע ווערטער
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

זיי גיין עם צווינגן זיך פרייוויליג אפצוזאגן פון לויפן אין '24. איך געב עס ניטאמאל א פערטל פראצענט טשאנס ער וועט זיין פרעזידענט נאך 24'.
ביז דארט איז אויך נישט 100 פראצענט.. ער איז דאך נישט א אינגערמאן
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פונדערנאנט האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:כלבא'לע פרעגסט פיין, איך גלייב אז ער גייט לויפן פאר נאך א טערמין, אבער מיט א מענטש אין אזא יארגאנג קען מען גארנישט וויסן.

יאפ אויסגעכאפט מיינע ווערטער

ווילסט עס צוריק?
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונדערנאנט »

ר' זעקל האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:כלבא'לע פרעגסט פיין, איך גלייב אז ער גייט לויפן פאר נאך א טערמין, אבער מיט א מענטש אין אזא יארגאנג קען מען גארנישט וויסן.

יאפ אויסגעכאפט מיינע ווערטער

ווילסט עס צוריק?

וואס הייסט? כ׳בין דאך עס געקומען צוריקכאפען מיט געוואלד
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: וועט פרעזידענט ביידען לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ער וועט שוין לאנג זיין אימפיטשט, טראמפ ווערט דאך ספיקער אויף די האוז נאך די מידטורמס ניין? לול
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”