ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור (און נאך..) + אלעס פון "מדינת ישראל"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

צל עובר האט געשריבן:אוכל נבילות, דארט שטעקט דאס אידישקייט? דער איד איז מחלל שבת יעדע וואך אפיציעל...

(חוץ זיין אנפירן די מרידה במלכות שמים, וואס דאס וועט בענעט מעגליך בקרוב איבערנעמען.)

כבין נייגעריג אויב אויף ״בערני סענדערס״ וואלסטי אויך געשריבען....
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

יידישע קהילות האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
אנשיל האט געשריבן:אז מען רעדט פון זאגן ימ''ש אויף די ציונים, איז אינטערסאנט אנצומערקן א סיפור וואס ווערט געברענגט אין ''שר התורה'' אז די טשעבינער רב ז''ל האט אמאל געהערט וויא איינער נוצט עס אויף א ציוני און ער האט אים פארגעהאלטן אויף דעם, זאגענדיג אז אין שו''ע איז עס א ספק צו ביי א מומר איז דא דיני יבום ''שלא ימחה שמו'' און ער זאל נישט מכריע זיין

אין ס' משכנות הרועים ח"ב ע' תל"ד ווערט געברענגט אז אין שנת תרפ"ה האט דער הייליגער נאסוידער רב געזאגט א כל נדרי דרשה ווי פאלגענד:
(צעק בקול גדול) ציוניסטען ימח שמם, כל נדרי...

מ'איז דן דא אויף א יחיד, וואס דעמאלטס ווען מ'זאגט 'ימ"ש' באדייט עס אויסמעקן דעם איד גופא, דאס איז א גאר הארבע זאך וצריך שיקול גדול. געוויס האט מען זיך אויסגעדריקט אויף 'ציונים בכלליות' ימ"ש

פעם דיבר אחד לפני הרה"ק מרוזין זי"ע בגנותם של יושבי ארץ ישראל שאינם מתנהגים כראוי. גער בו הרבי ואמר לו: הלא הנך גרוע יותר מן המרגלים, הם למעשה שבחו את ארץ ישראל באומרם: ארץ זבת חלב ודבש, ולא דברו אלא על הגויים עובדי עבודה זרה, שאמרו 'אפס כי עז העם היושב בה', ובכל זאת נענשו כל כך קשה, מכ"ש כשמדברים על בני ישראל יושבי הארץ הקדושה על אחת כמה וכמה.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

בפשטות הם לא דיברו לשה"ר על יושבי הארץ, שהרי אינו דבר רע להיות ענקים וגבורים, אלא דיברו על הארץ עצמה שהיא ארץ אוכלת יושביה, וגם דיברו דברים רעים כאילו הקב"ה אינו יכול להביאם לא"י בגלל חוזק האנשים שנמצאים בה, אבל אין ללמוד מכאן שיש איסור לדבר כנגד אנשים הגרים בא"י, כשאין איסור לשה"ר עליהם כי אינם בכלל עמיתיך.

אבל כ"ז רק ע"פ הפשטות, אבל למעשה אכן ידוע איך הרבה צדיקים הקפידו מאוד ע"ז, ובכללם הרה"ק מרוז'ין זי"ע, וע"כ בעל נפש יש לו להקפיד ע"ז, אבל א"א לבוא בטענות גדולות לאנשים שהולכים בדרכי הקנאים וכן מדברים על חילונים הגרים בא"י [וגם אלו שאינם קנאים, הרי הם מדברים על הערבים שגרים בא"י כל דבר רע, וכנראה שגם הם לא כ"כ מקפידים על הענין הנ"ל].
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איך מיין אז די לעצטע פאר בלעטער קען אריינגיין אין צענזור אשכול, להחיות בהם נפש כל חי..
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

Programming האט געשריבן:ראנג אשכול...

דאס איז דאך געווען די כונה...
דרך אגב איך פארשטיי סי”פ אבער איך מיז דיר זאגן אז איך גלייך ווי אזוי די שרייבסט אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיר ווייל די ברענגסט ארויס פונקט די פארקערטער סברה ווי מיין דעת בעל הבתים מיט א מורא'דיגער קלארקייט און איך גלייך עס. איך ווייס אז ייעדער נושא האט צויי צדדים.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:דער פאפא רב זצ"ל בעל ויחי יוסף האט ביי איינע פון די פראטעסטן קעגן חטוטי שכבי אין די אנהייב מ' יארן געשריגן אויף די ציונים מיטן אויסדרוק "ימח שמם".

איש חמודות האט געשריבן:ר' ברוך'ל גארליצער האט אמאל שבת מברכין שנת תרס"ו געשריגן ביי ברכת החודש: ולגאולה קרובה אבל לא ע"י ציונים ימח שמם.

ופשוט הוא

מרעדט, אדער פון די מזידים אדער פון די חלק הרע וואס געפונט זיך אין די תינוקות שנשבעו (מקען זיין א פרומע חסידישע יוד און דאך זיין א תינוק שנשבעו בנוגע ציונות)

זייער גוט ארויסגעברענגט. ווייל א יעדע חסיד דארף פאלגן זיין רבי, אלזא, פון א סאטמארע שטאנדפונקט איז עס אזוי ווי די זאגסט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שמו האט געשריבן:לחיים אידן

איך האב אריין שפאצירט צו זעהן וואס איז געבליבן, כן ביבי או לא ביבי
און פלוצלינג אזא סאמעטוכע, דער גאנצער אשכול גייט חאדאראום (קרעדיט הערשל פר"מ ק"מ)

איך מיין שוין גענוג מיט די יא ימ"ש נישט ימ"ש
צוריק צום קעפל

איז דא נייעס אין דעם אינזיכט?

פארדעם איז דא בעיקר יענער אשכול
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איך האלט אז ביבי גייט אהיים נאר אויף א קורץ שטיק צייט.
ער וועט נישט בלייבן לאנג אינדערהיים.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

והיתם נקיים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:אבער פראגרעמינג איז א משכיל. פעך. ופני אייוועלט חפו.

אמת ער שרייבט אסאך מאל השכלה, ח״ו האב איך דען געשריבן אויף איהם ימ״ש? וואס ווילסטו רבוש״ע

ח״ו האסט נישט געשריבן אויף אים ימ"ש, כ'האב מיר פשוט דערמאנט אז דו האסט א פראבלעם מיט השכלה, ווען דאס האבן א פראבלעם אז מ'שרייבט ימ"ש אויף "א איד" איז גראבע השכלה אין מיינע אויגן.

וואס גייט פאר מיט אייך מיין פריינט? ווער האט דען נישט א פראבלעם אז די שם ושארית פון א אידיש קינד א חלק אלו-ה ממעל ווערט אויסגעמעקט? ס'איז דאך א אומגעהויערע ווייטאג און צער אז אזאנס געשעהט, די שכינה הק' וויינט אויף דעם. ליידער ליידער איז דא אמאל וואס דער עקזיסטענץ פונעם איד איז גורם מער כאב ואע"כ בלית ברירה דארף מען האפן אז זיין נאמען ווערט אויסגעמעקט, אבער אזוי זיך צי ווארפן דערמיט אן אריינגיין בדקות הדברים צי שוקל זיין אויב איז עס טאקע אזוי קומט פון קרומע פאלשע השקפות.

אזוי ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן אין קורצן:

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:זאגן ימח שמו אויף א איד קומט נישט געווענליך פון גרויס אהבת ה', ס'איז ליידער דא אמאל וואס מ'דארף האפן און בעטן אז דער איד'ס נאמען און געדענקעניש זאל אויסגעמעקט ווערן, אבער ס'איז דאך א צער פאר די שכינה הק' נאר וואס? די קיום פונעם נאמען איז א גרעסערע צער פאר די שכינה, און דערפאר דארף מען קלאר וויסן אויף יעדע פאל באזינדער צי ס'איז טאקע אזוי חמור עד כדאי אויסמעקן די שם ושארית פון א אידיש קינד.

(פיללייכט ווייסט איר נישט וואס השכלה מיינט, ווייל דער באגריף קומט נישט אריין אין דעם שמועס בכלל. דאס עס אריינמישן דא קומט אדער פון אי ידיעה אדער איז עס א נבהל להשיב אפעקט)

דער אמת איז אז איך ווייס נישט אין וועלכע קרייז איר זענט אויפגעוואקסן.

אבער דארט ווי איך בין (און רוב אייוועלט ליינער/שרייבער זענען) איז שעלטן די מנאצי ה' געווען פון די וויכטיגסטע זאכן און מ'האט אלעמאל געזען ווי דעת תורה טוט עס, און דערפאר האב איך געזען א געוויסע אויפגעקלערטקייט אין דאס שרייבן "מ'שרייבט נישט (ימ"ש) אויף קיין איד".

קען זיין אז דו ביסט אויפגעוואקסן ערגעץ אנדערש, אויב דאס איז דער פאל בעט איך דיר איבער.

אויף וואו ווייט איך ווייס האט דו רבי זי”ע, און קאשוי רב ביי וועם איך האב אסאך געהאט דו זכיה זיך צו דרייען, קיינמאל געניצט קיין קללות קעגן פערזענליכע מענטשן.

דאס שעלטן דו מנאצי השם זענען פראדוקטן פין תלמידים שלא שמשו
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

בין איך שוין טאטאל צומישט....
וואסא שייכות האבן די לעצטע פאר ציונות/קנאות/נשמות/חרמות/נאצות/גלגולי אשמות פלפולים מיט ביבי’ס אהיים גיין?!
ביטע עפענען א באזינדער חילופי השקפות אשכול און לאזן פריי דעם אשכול.
מיילא א ווערטל צוויי... אבער גאנצעטע געפעכטן?!
אכהמ”ל.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:בין איך שוין טאטאל צומישט....
וואסא שייכות האבן די לעצטע פאר ציונות/קנאות/נשמות/חרמות/נאצות/גלגולי אשמות פלפולים מיט ביבי’ס אהיים גיין?!
ביטע עפענען א באזינדער חילופי השקפות אשכול און לאזן פריי דעם אשכול.
מיילא א ווערטל צוויי... אבער גאנצעטע געפעכטן?!
אכהמ”ל.

.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אהבת ישראל האט געשריבן:אפשר מאכט מען א אייוועלט תקנה אז אייינער מענטשענט דעם רבין זאל מען מוזן מסבירן וועלכע?
סנישט פעיר אז משיסט סתם דעם רעבען אן עקספלארירן מה מי מא.....

גא"מ
עס איז נישט מענטשליך צו שרייבען אויף א פאבליק פלאץ "דעם רבי'ן" סתם אויף דיין רבי, עס מאכט נאר די נישט-סאטמערע פילען ווייניגער אין פלאץ דא.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איינס האט געשריבן:וואט א אשכול וואס דא גייט נישט פאר

צעך געלוינט אבי צו זעהן ווי סטאוו געבט א לייק פאר פראגרעמינג....

כ’קלער די זעלבע, אידן זענען פארט אידן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:פיין פיין!

ר’ איינס:
ביטע איבערגראמען אויף אידיש

אין אידיש שטייט דארט

אלע צרות וואס פאלט דיר נאר ביי
וועט מיטגיין ווען ביבי זאגט ביי
אפילו די מאסקיטא וועט דיר מער נישט שטעכן
ווען ביביס בענקל וועט זיך צובערכן

פיין פיין!!
ביזט נאך בעסער ווי עמית
תמשיך..

ווען די שוהלן און חדרים וועלן זיין פארשליסן
וועלן אונזערע קאזינען נאו מאר שיסן
ביבי האט אלעס אנגעמאכט זאלט עטץ וויסן
אבער ביזדערווייל מיט באנטעט’ן קען מען נאר היסן...

לפיד גנץ מיכאלי און מנסור
אזא ממשלה זאל קענען האלטן? איי עם נאט סאו שאר
און ליבערמאן אלס שר האוצר אזוי גאר
דאס איז ממש ווי אייכלער א מגי”ש אין מוסדות גור...

ליצמאן דרעי גפני זיצן בבושת פנים
נאכן זיצן על סיר הבשר לאורך ימים ושנים
די ממשלת שינוי אזא בייזע חלום
און ביבי ווער רעדט... מ’קען אויך אן אים....

:lol: :lol:
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ציונית איז מנאץ דעם כביכול מער ווי א גוי קען אפילו.

דער שורה איז א שטארקע לימוד זכות אויף אלע ליבעראלן ביים היימישן ציבור, כ'האב שוין לאנג געווארט אויף אזאנס. און נאך אזוי בפה מלא... זאלט עטס ווען באגרייפן און פארשטיין וואס פאר א חורבן עולם די ליבעראלע גוים זייען אן, וואס פאר א עקירת מעשה בראשית, וואס פאר א טומאה און זוהמא שלא הי' מאז בריאת העולם וואלט עטס זיך נישט געוואגט צי שרייבן אזאנס.

איך בין נישט געניג ערליך צי פארשטיין די גודל טומאת הציונות היינטיגע צייטן, כ'פארשטיי די חטא דערפון אבער ווי שטארק מטמא און מנאץ דאס איז ווייס איך כלל וכלל נישט, און דערפאר קען איך נישט זאגן ווער ס'איז מער מנאץ דעם אייבערשטן (רביה"ק האט געלעבט איבער 40 יאר צוריק, ווען די דעמאלטסדיגע ליבעראלן זענען געווען פרומער פונעם היינטיגן קאנסערוועטיוו...) אבער כ'בין לפחות געניג געבויט אין פארשטיי די שרעקליכע מלחמה בהשי"ת וואס די סטרא אחרא פירט אויפן וועלט מיט די ליבעראליזם

דברים כדברונות

הערסט @צל, ליבעראליזם איז נישט קיין פארטיי אדער אידעאלאגיע, ליבעראליזם איז א קליפה וואס סאיז א ספק אויב די וועלט האט אזאנס שוין אמאל געזעהן!!!
השכלה, דעמאקראטיע, כפירה, אויבער-חכמה וכל שם וחניכה דאית ליה איז נאר אן הקדמה און א משל צו ליבעראליזעם
ליבעראליזם איז די שורש פון די אלע טומאות!! ליבעראליזם רי-דעפיינד די גרונדן פון די גאנצע הנהגת העולם אויף יעדע לעוול!! דהיינו סאיז פוגם אינעם סאמע מידת היסוד ווי קיינמאל בעפאר אין די וועלטס היסטאריע!!

סאיז א שאד צו טיקען דעם קאפ אין די קרקע, וואס מהאט נישט געקענט זעהן מיט 40 יאר צוריק קען שוין היינט יעדעס בחור'ל איינזעהן

אויב איר קענט אייך ביטע מער קלעריפייען, וואס גייט ביי אייך אריין אין די גדר פון "ליבעראליזם"? דהיינו, יעדע דעמאקראט גייט אריין אין די קאטאגאריע פון די 'קליפה'?

פארוואס פרעגסטו קשיות? דעת תורה (סטאוו און מסתמא) האט גע'פסק'נט אזוי...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:אפשר מאכט מען א אייוועלט תקנה אז אייינער מענטשענט דעם רבין זאל מען מוזן מסבירן וועלכע?
סנישט פעיר אז משיסט סתם דעם רעבען אן עקספלארירן מה מי מא.....

גא"מ
עס איז נישט מענטשליך צו שרייבען אויף א פאבליק פלאץ "דעם רבי'ן" סתם אויף דיין רבי, עס מאכט נאר די נישט-סאטמערע פילען ווייניגער אין פלאץ דא.

אין די תקנות שטייט אז דאס פלאץ איז געגרינדעט געווארן דורך סאטמארע יונגעלייט און די רוב אייוועלט שרייבער זענען סאטמארע יונגעלייט

דוכט זיך אז יעדער ווייסט ווער דער רבי ז"ל סתם איז... אין די אנדערע חסידותער האט יעדער רבי א נאמען, אפילו אין סאטמאר רופט מען נישט דעם רבין דעם ברך משה מיטן נאמען "רבי זכרונו לברכה" סתם אן צילייגן די ווערטער "דער ברך משה", גענוג א גרויסע עולם מקען זאגן א חלק הארי פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק זעהט דעם רבי'ן (דער הייליגער על הגאולה) אלץ א שטייגער ווי דער חת"ס און דברי חיים בימיהם און בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע פון די אנדערע גדולים וצדיקים בדורו

מיט פארשטענדעניש

-------

אנטשולדיגט פארן שרייבן שלא מנושא האשכול, אבער דיין קשיא פארלאנגט טאקע א תירוץ
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

מסתמא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:אפשר מאכט מען א אייוועלט תקנה אז אייינער מענטשענט דעם רבין זאל מען מוזן מסבירן וועלכע?
סנישט פעיר אז משיסט סתם דעם רעבען אן עקספלארירן מה מי מא.....

גא"מ
עס איז נישט מענטשליך צו שרייבען אויף א פאבליק פלאץ "דעם רבי'ן" סתם אויף דיין רבי, עס מאכט נאר די נישט-סאטמערע פילען ווייניגער אין פלאץ דא.

אין די תקנות שטייט אז דאס פלאץ איז געגרינדעט געווארן דורך סאטמארע יונגעלייט און די רוב אייוועלט שרייבער זענען סאטמארע יונגעלייט

דוכט זיך אז יעדער ווייסט ווער דער רבי ז"ל סתם איז... אין די אנדערע חסידותער האט יעדער רבי א נאמען, אפילו אין סאטמאר רופט מען נישט דעם רבין דעם ברך משה מיטן נאמען "רבי זכרונו לברכה" סתם אן צילייגן די ווערטער "דער ברך משה", גענוג א גרויסע עולם מקען זאגן א חלק הארי פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק זעהט דעם רבי'ן (דער הייליגער על הגאולה) אלץ א שטייגער ווי דער חת"ס און דברי חיים בימיהם און בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע פון די אנדערע גדולים וצדיקים בדורו

מיט פארשטענדעניש

-------

אנטשולדיגט פארן שרייבן שלא מנושא האשכול, אבער דיין קשיא פארלאנגט טאקע א תירוץ

שקר מוחלט שקר וכזב איין שטיק גאווה אלע קהלות ריפט מען די רבי ז''ל עס קומט אביסל פון א ,,,באקס און ווען איך הער ד' רבי ז''ל סתם אויף הרה''ק מסאטמר נערווירט מיר עס
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

תיקו האט געשריבן:

נאכאלס וועסטו אבער וויסן פון וועם מרעדט
אנדערש ווי ווען א בעלזער וועט דא שרייבן סתמא רב ז״ל וועט רוב עולם דא נישט כאפן פון וועם ער רעדט

דברים פשוטים, לוינט זיך נישט צו מאכן א פארווייטאגטע נושא פון דעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

בדרך אפשר האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:ראנג אשכול...

דאס איז דאך געווען די כונה...
דרך אגב איך פארשטיי סי”פ אבער איך מיז דיר זאגן אז איך גלייך ווי אזוי די שרייבסט אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיר ווייל די ברענגסט ארויס פונקט די פארקערטער סברה ווי מיין דעת בעל הבתים מיט א מורא'דיגער קלארקייט און איך גלייך עס. איך ווייס אז ייעדער נושא האט צויי צדדים.

דאס איז א וויכטיגער פונקט.

איך ווייס נישט וויפיל שעה א טאג פראגרעמינג לערנט, און לויט וויפיל שעה מ'דארף לערנען צו זיין א דעת תורה איז ער מסתמא נישט קיין דעת תורה פונקט ווי כמעט אלע ניקים דא, אבער אויב דער ניק מיט וועם ער איז זיך מחולק איז אויך נישט קיין דעת תורה, איז עס בסך הכל צוויי זייטן פון דעת בעלי בתים.

דער איינציגסטער וואס איז עובר אויף עפעס אין אזא דעבאטע, איז דער וואס טענה'עט אז דאס וואס ער פארשטייט אלס דער אידישער וועג מוז זיין דער אידישער וועג טראצדעם וואס ער איז קיין דעת תורה, ווייל ער איגנארירט חכמינו ז"ל וואס האבן געזאגט אז מ'דארף זיין א דעת תורה דאס צו קענען פסק'נען.

ס'איז ממש א שאד, ווייל ס'איז אזוי גרינג צו זיין א ערליכע איד אין דעם הינזיכט, מ'דארף פשוט איינזען אז ס'איז דא א מציאות פון מענטשן אויף די זעלבע מדריגה ווי דיר, וואס האלטן אבער פונקט פארקערט ווי דיר, און דערפאר האט אפילו נישט קיין זין צו זיין אזוי קאנווינסד אז וואס מ'זעט אלס ריכטיג איז טאקע תורת משה.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
תיקו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 11:00 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיקו »

איינס האט געשריבן:
תיקו האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:אפשר מאכט מען א אייוועלט תקנה אז אייינער מענטשענט דעם רבין זאל מען מוזן מסבירן וועלכע?
סנישט פעיר אז משיסט סתם דעם רעבען אן עקספלארירן מה מי מא.....

גא"מ
עס איז נישט מענטשליך צו שרייבען אויף א פאבליק פלאץ "דעם רבי'ן" סתם אויף דיין רבי, עס מאכט נאר די נישט-סאטמערע פילען ווייניגער אין פלאץ דא.

אין די תקנות שטייט אז דאס פלאץ איז געגרינדעט געווארן דורך סאטמארע יונגעלייט און די רוב אייוועלט שרייבער זענען סאטמארע יונגעלייט

דוכט זיך אז יעדער ווייסט ווער דער רבי ז"ל סתם איז... אין די אנדערע חסידותער האט יעדער רבי א נאמען, אפילו אין סאטמאר רופט מען נישט דעם רבין דעם ברך משה מיטן נאמען "רבי זכרונו לברכה" סתם אן צילייגן די ווערטער "דער ברך משה", גענוג א גרויסע עולם מקען זאגן א חלק הארי פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק זעהט דעם רבי'ן (דער הייליגער על הגאולה) אלץ א שטייגער ווי דער חת"ס און דברי חיים בימיהם און בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע פון די אנדערע גדולים וצדיקים בדורו

מיט פארשטענדעניש

-------

אנטשולדיגט פארן שרייבן שלא מנושא האשכול, אבער דיין קשיא פארלאנגט טאקע א תירוץ

שקר מוחלט שקר וכזב איין שטיק גאווה אלע קהלות ריפט מען די רבי ז''ל עס קומט אביסל פון א ,,,באקס און ווען איך הער ד' רבי ז''ל סתם אויף הרה''ק מסאטמר נערווירט מיר עס

נאכאלס וועסטו אבער וויסן פון וועם מרעדט
אנדערש ווי ווען א בעלזער וועט דא שרייבן סתמא רב ז״ל וועט רוב עולם דא נישט כאפן פון וועם ער רעדט

דברים פשוטים, לוינט זיך נישט צו מאכן א פארווייטאגטע נושא פון דעם

יא ווען ער וועט דא שרייבן אין הכי נמי אבער ווען איך הער ווען איינער פארציילט א מעשה פון די רב ז''ל ווייס איך אז מען רעד פון די בעלזע רב ז''ל און עס איז אנדערש ווייל רוב קהילות ריפט מען נישט די רב ז''ל משא''כ די רבי ז''ל
ומכאן הקריא צו הרב טוביה מאיר ניימאן אז די וולסט פון מיר געלט פארצייל מיר מעשיות פון די הייליגע סאטמערע רבי זצ''ל נישט די רבי איך האב א רבי ב''ה
לעצט פארראכטן דורך תיקו אום פרייטאג יוני 04, 2021 2:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

תיקו האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:אפשר מאכט מען א אייוועלט תקנה אז אייינער מענטשענט דעם רבין זאל מען מוזן מסבירן וועלכע?
סנישט פעיר אז משיסט סתם דעם רעבען אן עקספלארירן מה מי מא.....

גא"מ
עס איז נישט מענטשליך צו שרייבען אויף א פאבליק פלאץ "דעם רבי'ן" סתם אויף דיין רבי, עס מאכט נאר די נישט-סאטמערע פילען ווייניגער אין פלאץ דא.

אין די תקנות שטייט אז דאס פלאץ איז געגרינדעט געווארן דורך סאטמארע יונגעלייט און די רוב אייוועלט שרייבער זענען סאטמארע יונגעלייט

דוכט זיך אז יעדער ווייסט ווער דער רבי ז"ל סתם איז... אין די אנדערע חסידותער האט יעדער רבי א נאמען, אפילו אין סאטמאר רופט מען נישט דעם רבין דעם ברך משה מיטן נאמען "רבי זכרונו לברכה" סתם אן צילייגן די ווערטער "דער ברך משה", גענוג א גרויסע עולם מקען זאגן א חלק הארי פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק זעהט דעם רבי'ן (דער הייליגער על הגאולה) אלץ א שטייגער ווי דער חת"ס און דברי חיים בימיהם און בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע פון די אנדערע גדולים וצדיקים בדורו

מיט פארשטענדעניש

-------

אנטשולדיגט פארן שרייבן שלא מנושא האשכול, אבער דיין קשיא פארלאנגט טאקע א תירוץ

שקר מוחלט שקר וכזב איין שטיק גאווה אלע קהלות ריפט מען די רבי ז''ל עס קומט אביסל פון א ,,,באקס און ווען איך הער ד' רבי ז''ל סתם אויף הרה''ק מסאטמר נערווירט מיר עס

יעדער טוט עס, אבער סאמהאו נערווירט עס דיר ווען מ'טוט עס אויפ'ן רבי'ן...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ליין איבער מיין תגובה,
איך האב נישט גערעדט פון דיר
נאר ווען איינער שרייבט דא אויף אייוועלט בסתמא רבי ז״ל וועט יעדער פארשטיין אז מסתם איז יענער א סאטמארע און באציהט זיך צו סאטמאר רב
ווען איינער וועט אבער שרייבן רב ז״ל וועלן רוב ליינער (אויסער די בעלזער...) נישט כאפן פון וועם יענער רעדט (און בכלל וועלן די ***** מיינען אז דו רעדסט בכלל פון זייער רב..)

---
האקט
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג יוני 04, 2021 1:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:לייק! פראגרעמינג, אזעלעכע סארט תגובות וויל דער עולם ליינען פון דיר.

---
אמר"ש פון מיין שטעלונג אין דעם נושא, דאכט זיך אז כ'האב עד כה נישט געשריבן אדער אפילו מרמז געווען מיינע מיינונגען. איך פערזענליך בין זייער פריילעך און צופרידן אז די חרדים האבן זיך געטראפן אינדרויסן פון די ממשלה, און כ'האף אז זיי גייען קיינמאל נישט צוריק (מתפלל אז ס'זאל אינגאנצן בטל ווערן, און ביז דעמאלטס זאל זיין ילמדו טועים בינה און זיי זאלן זיך עפענען די אויגן און זיך מתבדל זיין פון די מדינה אינגאנצן)

א גאר שטארקע פארגעניגן האב איך אז ביבי האט סוכ"ס באקומען זיין מפלה, נאך אזוחפיל יארן פון גאוה און שטאלץ, אזויפיל חילול ה' האט ער ענדליך געליטן א מפלה און דער מעכטיגער פיהרער גייט אהיים (צ/ק..)

אבער בנט'ס געווינס טוט וויי.. דער דל גאה איז אויף א וועג נאך ערגער פון ביבי, ער איז א קלענערע מאמין בה' לדעתי.

איך בין הונדערט פראצענט מיט דיר אז בענעט איז א גרעסערע קליפה ווי ביבי, אבער איך האלט אז ס'האט מיט דעם וואס רעכטס איז א קליפה (און בענעט איז מער צו רעכטס).

איך מעג מיך קריגן מיט די מיינונג פון זיין עקסעלענס?
לעצט פארראכטן דורך והיתם נקיים אום פרייטאג יוני 04, 2021 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דער ביבי איז טאקע א קוסם.

פון א פשוט'ער אשכול געמאכט א קריגעריי איבער לשונות, א שיעור אין הל' קליפות, שלום געמאכט בין .. ל.. און נאך אריינגעשלעפט דעם רבי'ן ז"ל!
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: ביבי נתניהו גייט אהיים פון בלפור / נייעס און באריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

שמואל בארג האט געשריבן:דער ביבי איז טאקע א קוסם.

פון א פשוט'ער אשכול געמאכט א קריגעריי איבער לשונות, א שיעור אין הל' קליפות, שלום געמאכט בין .. ל.. און נאך אריינגעשלעפט דעם רבי'ן ז"ל!

:lol: :lol: :lol:
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”