אמעריקע'ס גרונדען: "אינדיווידואליזם"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

אמעריקע'ס גרונדען: "אינדיווידואליזם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מאנכע זעהען די אמעריקאנער פאונדינג פאדערס ווי צוריקגעשטאנענע פארצייטישע פויערן וועלכע האבן אנגעזעצט א סיסטעם וועלכע שטייט אין וועג פאר סיי וועלכע 2021 פראגמאטישקייט..

דער פאקט איז אבער אז אזאנע געלונגענע פילאזאפן זענען לכאורה קיינמאל נישט געווען אין די וועלטס סעקולערע היסטאריע

קיינער האט נאכנישט אזוי קלאר צונומען און געטשעלענדזשד דעם באגריף פון

1 פרייהייט

2 רעכטן

3 און רעגירונג סיסטעם

----

לאמיר נעמען פאר א דוגמה אפאר פשוטע פראגעס:

מאכט סענס אז ניו יארק זאל פאנדן דאס איבערבויען דעם גאלדן-געיט ברידזש אין סאן-פראנציסקאו קאליפארניע? אוואדע נישט!! ווער סאיז נהנה דערפון זאל צאלן דערפאר!!
אפילו סאן-פאנציסקאו זאל פארמאגן 100 מיליאן איינוואוינער און ניו יארק בלויז א מיליאן איינוואוינער וועט עס נישט טוישן די יושר דערפון

ניו יארק סטעיט איז א ריזיגע שטאט פון 6 שעה לאנג אויף 6 שעה ברייט, דאס קומט אויס ארום 360 מייל אויף 360 מייל ברייט
מאכט סענס אז ניו יארק סיטי, וועלכע פארמאגט כמעט האלב פון ניו יארק'ס פאפולאציע, זאל פארפיגן אויף א שטח פון ארום 300 מייל ווייט? אויב יא
פארוואס מעג נישט רוסלאנד מעדלען אין אמעריקעס עלעקשאנס? די אייגענע לאקאלע איינוואוינער האבן דאך סייווי נישט קיין רעכטן זיך אליינס צו גאווערנערן...

לויט די כלל פון גיין נאך רוב
מאכט סענס אז די 51 פראצענט זאל אינטערדריקן די 49 פראצענט, בלויז ווייל זיי האבן די רוב? אוואדע נישט!!
דאס איז נישט קיין העטעך פעטעך היכא תימצה, אין די אראבישע וועלט איז דאס לעבנס פראגע.. און אין יוראפ באדייט דאס די גאנצע רעגירונגס פירערשאפט און טאטאלע איגנאראנץ אויף די אנדערע כמעט האלב לאנד

די היסטארישע רעאליטעט איז אז:
די רוב האט אלץ אויסגעמארדעוועט די מיעוט
די רוב האט אלץ צוגענומען די רעליגיעזע רעכטן פון די מיעוט
די רוב האט אלץ פארפייניגט די מיעוט אויף אלע מיני אופנים, אנגעהויבן פון רויבן יענעמס געלט און קרקע, און געענדיגט ביים ארעסטירן און אינטערדריקן דעם מיעוט פון זיך קענען סיי ווען הייבן דעם קאפ


וועלקאם צום באגריף: "די טירעני אוו די מעדזשאריטי"..

די דאזיגע קאנצעפט זאגט אז:

1 פרייהייט איז בהחלט נישט געוואנדן אין דאס גיין נאך רוב שטימען

2 דאס רוב פאלק קען בשו"א נישט קובע זיין די גרינדן פון יושר

3 פרייהייט איז געמאסטן אינעם אינדיווידואל, און אויסדריקליך נישט אינעם קאלעקטיוו


די אמעריקאנער טאטעס האבן געבויט זייער יסוד פון פרייהייט אויפן פסוק פון "כי בצלם אלוקים נברא האדם", דהיינו אז דער מענטש איז געבוירן מיטן צלם אלוקים און זיין חשיבות איז א גא-ט געשענקטע מתנה וועלכע קיינער קען אים נישט צונעמען
זיי האבן אין די קאנסטיטוציע מגדיר געווען די דאזיגע אבסאלוטע גא-ט געשענקטע רעכטן און עס צעלייגט אויף קליינע טעלערלך, גערופן אמענדמענטס.

1 איינמאל מיר פארשטייען אז "פרייהייט" און "רעכטן" האבן גארנישט מיט דאס גיין נאכן "המון עם" (גערופן: די מאב..), נאר "דער מאב" איז אייגענטליך א שטער פאר אינדיווידועלע פרייהייט, פארשטייען מיר אז דער באגריף "מאב" דארף אויכעט געצוימט ווערן.

2 דא קומט אריין נאך א נקודה, "מאכט" געשעט פון א קאנצעטראציע פון מענטשן אדער געלט, און דאס איז די שורש פון "דער מאב" און אטא דאס דארף אויכעט געצוימט ווערן

3 די פראבלעם איז אז דער איינציגסטער ענטפער פאר "דער מאב" איז בפשטות א דיקטאטור.. ווייל סאיז אדער די מענטשן אדער א דיקטאטור, איא?

4 ניין!! וועלקאם צו די פאראייניגטע שטאטן..


----

נאך א קורצע היסטארישע הקדמה

נאך די מלחמה מיט די ענגלענדער פאר זעלבסטשטענדיגקייט
(געטריגערט ביי טעקסעס ארויפגעלייגט פון א דיקטאטור פון טויזענטער מיילן אוועק, קעגן די לאקאלע איינוואוינערס ווילן)
האט אויסגעבראכן אינערליכע ראבערייען צווישן די דעמאלטס'דיגע 13 קאלאניעס

צד א' די מלחמה העלדן האבן געוואלט פאראייניגן דאס לאנד און אריינגיין אין די ביכער אלץ גאר גרויסע מלחמה העלדן.. א טיפיקל תאוה וואס יעדער בשר ודגים פארמאגט,
חוץ א מעשה וואס צענטראליזירן די 13 עקסטערע קאלאניעס וועט קאנצעטרירן די מאכט צו איין גרויסע צענטער.. און מאכט איז א תאוה...,
די וועג וויאזוי דער דיקטאטור ראציאנאליזירט זיין תאוה פאר מאכט איז דורכן עס פארשלייערן אין די "טובה פון די מענטשהייט" וועלכע ער וויל אזוי שטארק רעגירן איבער זיי.. סיי, מקען נישט "טראסטן" דעם פשוטן מענטש... און סיי, ממוז צענטראליזירן די מאכט.. און "איך" מוז זיין דער וואס זיצט אויף די מאכט..
סימפל עז קען בי..
און אזוי זעהען אויס רוב מלחמה העלדן, אייגענטליך, רוב רעוואלוציעס ווערן דורכגעפירט דורך די מיליטער (עיין ערך מאינמאר וכו')
צד א' האט זיך גערופן: די פעדעראליסטן

צד ב' זענען באשטאנען פון געלערנטע געזעץ אקעדעמיקער וועלכע האבן פאר יעדע פרייז געוואלט אפהאלטן דאס פאראייניגן די 13 קאלאניעס אלץ 1 גרויסע לאנד, זיי האבן זיך געמאכט דעם חשבון, וואס האבן מיר פון גיין אין מלחמה מיט די ענגלענדער און איינשטעלן דא לאקאל א דיקטאטור? בימים ההם איז דאס געווען דער מציאות, סהאט נישט עקזיסטירט קיין געהעריגע פרייהייט, האבן זיי געוואלט כאטשיג בלייבן מיט 13 אפציעס וואו צו אנטלויפן אויב איינער פון די קאלאניעס ווערט אינטערדרוקט
און בכלל, ווי קלענער א לאנד איז אלץ קלענער איז דער מעגליכקייט פאר אינטערדריקונגען, ווייל די מאכט איז נישט אזוי קאנצעטרירט
זיי האבן אין איין ווארט געוואלט צישפלעטערן דעם באגריף פון "צענטראלע גאווערנמענט" און איינפעדימען "בלויז" לאקאלע גאווערנמענטס
חוץ א מעשה, זענען די דאזיגע פילאזאפער געווען גאר שטארקע "פרייהייט קעמפער" און זיי זענען געשטאנען אינטער די "ביל אוו רייטס" און בכלל זענען זיי געשטאנען אינטער די סיסטעם אויף וועלכע אמעריקע שטייט היינט.
צד ב' האט זיך גערופן: די אנטי פעדעראליסטן

למעשה זענען אלע איינגעגאנגען צו גרינדן די פאראייניגטע שטאטן בעיקר אלץ 1 סיבה, נעמליך, די ענגלענדער מאנארכיע איז געבליבן זיך שארפן די ציין נאכאמאל צו אינוואדירן די 13 קאלאניעס ווען די צייט וועט זיין רייף.. (אזויווי זיי האבן טאקע שפעטער פרובירט צו טון)
דאס האט באוואויגן אפילו די אנטי פעדעראליסטן צו איינגיין אויף א יוניאן וועלכע זאל שטיין גרייט צו אפשלאגן די ענגלענדער אטאקעס

---

יעצט לאמיר א בליק טון אויף אמעריקע'ס עקזיסטענץ:

1 אמעריקע איז געווארן געגרינדעט אלץ א יוניאן פאר אויסערן פאליטיק

2 דער פרעזידענט'ס פאזיציע לויט די קאנסטיטוציע איז בעיקר אלץ דער קאמאנדיר פאר אויסערן פאליטיק צו שטיין אויף דער וואך

3 דער פרעזידענט איז לויט דער קאנסטיטוציע דער אויסשליסליכער דיפלאמאט פאר דער פאראיין
(וועגן דעם איז אזוי אבסורד די דעמאקראטנס טענה אז טראמפ האט זיך צוקריגט מיט אמעריקעס אליאירטע... נעמליך, ער באשליסט ווער סאיז קאנסידערט אן אליאירטע לאנד)

4 לאקאלע געזעצן ליגט אויף די סטעיטס צו באשליסן

אמעריקע איז קיינמאל נישט געווארן קיין געהעריגע יוניאן פאר אינערן פאליטיק
דאס איז עפעס וואס די דעמאלטסדיגע פעדעראליסטן פראבירן נאך ביזן היינטיגן טאג אויסצירייסן

---

צוריק צו אונזער שמוס פון פרייהייט:
פון איין זייט האבן מיר דא די זארג פון די טירעני אוו די מעדזשאריטי
מצד שני, האבן מיר דא די זארג פון דיקטאטוריזעם
וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין? אוואדע גיין נאך רוב שטימען!!
אבער נישט צוליב דעם ווייל דאס רעפלעקטירט יושר, נאר פשוט ווייל דאס איז די נענטסטע צו יושר

מאנכע האבן געוואלט א פשוטע לאנד פארטרעטערשאפט, א קאנגרעס וועלכע זאל פארטרעטן דעם המון עם
מאנכע אנדערע ובראשם די קלענערע סטעיטס ווידעראום, האבן זיך נישט געוואלט אנשליסן אין דעם פאראיין, טענה'נדיג, אז די סטעיטס מיט א קלענערע באפעלקערונג וועלן נישט האבן גענוג פארטרעטערשאפט אין דעם פאראיין און אויב אזוי לוינט זיך זיי נישט זיך אנצישליסן אין דעם יוניאן..
און דא האט אויכעט געשפילט א ראלע אונזער אויבדערמאנטע טענה אז די "מאב" וועט אינטערדריקן די מינאריטי וועלכע איז נישט "אזוי" גרויס בכמות

----

יעצט לאמיר זעהן די ענטפער צו די אלע זארגן און וויאזוי מהאט זיך אן עצה געגעבן דערמיט:

1] אמעריקע איז בעיקר א יוניאן פאר אויסערן פאליטיק, יעדע לאקאלע געמיינדע קען זיך אליינס גאווערנערן

2] דער לעגיסלאטיווער פליגל איז צוזאמענגעשטעלט פון 2 הייזער,
איינס:
וועלכע פארטרעט בלויז די סטעיטס אן זיך בכלל רעכענען מיט באפעלקערונג
(דאס שטעלט אוועק די יסוד אז די סטעיטס אינדעפענדענס זענען קיינמאל נישט עכט אויפגעלעזט געווארן, סהאט א דין ווי א לענדער אפמאך)
די צווייטע: פארטרעט יא דאס פאלק צוזאמען, אבער אויכעט נישט געבויט אויף די אלטמאדישע כללים פון "מעדזשאריטי", נאר דאס ווערט אוועקגעשטעלט דורך אן עלעקטאראל קאלידזש, דהיינו, יעדע סטעיט באקומט ציגעטיילט כאטשיג איין קאנגרעס זיץ

3] די עלעקטאראל קאלידזש
דאס ווערט אוועקגעשטעלט דורכן נעמען אין חשבון די פאפולאציע צוזאמען מיט די שטח אויף וועלכע זיי וואוינען, דאס מיינט אז אויב זאל זיך ערגעץ ווי קאצעטרירן אין אמעריקע שווערע מיליאנען מענטשן וועלן זיי נאך אלץ נישט האבן אזוי גרינג די מאכט צו קאנטראלירן די וועלכע וואוינען טויזנט מייל אוועק פון זיי אין א גאר צווייטע סטעיט

4] די ביל אוו רייטס
דאס איז געשריבן געווארן ביי די אנטי פעדעראליסטן, מיטן ציל צו דעפינירן וואס איז דאס די גא-ט געגעבענע רעכטן

5] סמאלל גאווערנמענט
אמעריקעס גאנצער מהלך וויאזוי עס איז אוועקגעשטעלט שרייט ארויס פון זיך איין זאך, "סמאלל גאווערנמענט"
1 רוב אנגעלעגנהייטן האבן מיט די סטעיט און נישט מיט די פעדעראלע רעגירונג
2 די פעדעראלע רעגירונג איז בדוקא אויסגעשטעלט צו זיין אין גרידלאק ווייל דא טאר נישט הערשן קיין אוויר פון "טוישן" נאר דוקא אן "אויר" פון פרעזערווירן דאס פרייהייט, דאס איז די סיבה פון דעם פיליבאסטער
3 אמעריקע איז אויסגעשטעלט אז ווען סקומט צו אינערליכע איינגעלעגנהייטן איז עס טעכניש טויזנטער רעגירונגען, דהיינו, די סטעיט, די קאונטי, די טאון, די ווילידזש,
אויב איינער איז אומצופרידן קען ער מיט נאך אפאר צענדליג משפחות גרינדן א ווילידזש און מאכן שבת פאר זיך

אמעריקע איז אן ענטפער פאר די וואס זוכן א פרייע לעבן אוועק פון דיקטאטן
אמעריקע איז א פלאץ ווי קיינער קען דיך נישט צונעמען דיין "לעבן" "פרייהייט" און "פראפערטי" (די פרייהייטן זענען דעפינירט אין די ביל אוו רייטס)
אמעריקע איז נישט דא צו פיקסן דעם גלאוב
אמעריקע איז דא צו פרעזערווירן דיינע גא-ט געגעבענע רעכטן אז דו זאלסט קענען אויסלעבן דיינע יארן במנוחה פון סיי וועלכע פרעמד ארויפגעלייגטע עול

-----------------------

די מציאות איז אז די דעמאקראטן די פאן טרעגער פון די אמאליגע פעדעראליסטן פרובירן דאס אויסצירייסן און איינס פון די וועגן וויאזוי זיי טוען דאס איז דורכן שיפטן די ארגיומענטן

למשל, היינט איז די ארגיומענט איבער פעקן די סופרים קאורט א קאמאן סענס ארגיומענט קעגן ווילדע אומ'שכל'דיגע קינדער
מיט ביידענס אוועקגעשטעלטע קאמיטי וועט ביז אפאר יאר ווערן די ארגומענט, וואס די פיינעל באשלוס פון די קאמיטי איז געווען...
אין איין ווארט: קאמאן סענס ארויס פון די פענסטער..
וויאזוי?
דורכן שיפטן די ארגומענט

נאך א דוגמה, ביידענס אינפראסטראקטשער פלאן וועט בעיסיקלי איבערשרייבן זייער אסאך אנגעלעגנהייטן צום צענטראלער גאווערנמענט
דא קומט נאכאמאל אריין די נושא, ביידען און די דעמאקראטן ווילן נישט דעבאטירן די נושא פון "גאווערנמענט טעיקאווער"
זיי וועלן ליבערשט שיפטן די ארגומענט צו א כלומרשטע אינפראסטראקטשער ביל
און פון יעצט און ווייטער איז די נייע באז ווארט פאר די לינקע מידיע קעפלעך אינפראסטראקטשער

נאך א דוגמה, די באגריף פון מייקראו עקאנאמיקס איז געבויט אויף די זעלבע גרינדן ווי אמעריקע, נעמליך, דער יחיד דארף קענען גיין פארדינען געלט אויף די גרינגסטע אופן שייך אן קיין איבעריגע גאווערנמענט קאפ-דרייענישן
סאיז איבעריג אנציווייזן אין וויפיל הינזיכטן די דעמאקראטן מישן אלץ אריין די גאווערנמענט (ווייל זיי גלייבן בעצם נישט אין דיין פרייהייט)
רעגולאציעס, טעקסעס, לייסענסעס, מינימום וועידזש, וכו' וכו'
אנשטאטן דעבאטירן די חלק היושר דערפון און אויב דאס רעפלעקטירט טאקע אמעריקעס ווירדן וועלן זיי שיפטן די ארגיומענט צו:
וויפיל געלט די רעגירונג וועט פארדינען דערפון
אדער, וויפיל געלט די עקאנאמיע וועט פארדינען דערפון "קאלעקטיוולי"
דאס אלעס איז די זעלבע נקודה, שיפטן די ארגיומענט

די גאצע וועג וויאזוי מרעכנט היינט די עקאנאמיע איז בעצם ראנג, היינט קוקט מען אויף:
די עס ענד פי 500 וועלכע באשטייט פון די גרעסטע פאבליק קאמפעניס
די דאו דזשאונס וועלכע באשטייט אויכעט פון פאבליק טרעידעט קאמפעניס
די אנעמפלוימענט נאמבערס (וועלכע איז בעצם א פאלטשע בליק אויף די גאנצע עמפלוימענט סטאטוס)
די צוגעקומענע דזשאבס (וועלכע איז בעצם אן אנקעטע..)

די עכטע פאוקוס דארף זיין איבער:
ווי גרינג איז פארן "יחיד" אריינציגין אין ביזנעס?
וואסערע אפעקט האבן די אלע געזעצן און רעגולעישאנס אויפן "יחיד"?
וויפיל "מאם ענד פאפ" שאפס זענען נאך דא? וואס זענען זייערע טושעלענדזשעס?
וויאזוי קען מען מאכן גרינגער פארן "יחיד" דאס אריינגיין אין ביזנעס?

די מייקראו עקאנאמיקס(יחיד'ס עקאנאמיע) פרעספעקטיוו, איז נישט קיין שמוס צו דאס ארבעט (נאך ווי ארבעט דאס)
דאס איז א שמוס איבער אמעריקעס גרינדן
אמעריקע איז א לאנד פון אינדיווידואלן און אויף זיי, די אינדיווידואלן, דארף מען קוקן

וויאזוי פילט צו פארדינען סטימולוס געלט ווייל דו גייסט שפעטער אריינצאלן דאס געלט צוריק אריין אין די עקאנאמיע?
אזוי זעהט עס דער דעמאקראט, סקומט דא פאר עפעס אן עקאנאמיע אבער נישט קיין אינדיווידועלע מענטשן...

-------------------------------------------------

צוריק צו אונזער פריערדיגע שמוס "די טירעני אוו די מעדזשאריטי"
קען מען שוין גאנץ גוט פארשטיין די קאנצעפט פון דזשערימענדערינג

קודם אלעם ערשט, דזשערימענדערינג איז א פראקטיצירונג וואס קומט פאר סיי מטעם די דעמאקראטן און סיי מטעם די רעפאבליקאנער, דער וואס איז אין קאנטראל פרובירט עס זעלבסטפארטענדליך אנציהאלטן אפילו שלא ביושר..
און קיינער איז דא נישט מער בעול'ט פון דער צווייטער
לדוגמה, ראקלענד קאונטי איז היבש רעפאבליקען געשטימט (לויט די רעזאלטאטן פון די לעצטע פאר יאר עלעקשאנס) האט מען גענומען דעם קאנגרעסיאנאלער דיסטריקט און עס צאמגעשטעלט מיט די בלויע וועסטשעסטער קאונטי און אזוי האבן די דעמאקראטן נאך א קאנגרעס זיץ.. דאס איז בלויז נאר איין דוגמה,
סאו קודם אלעם זאלן די דעמאקראטן אויפהערן שרייען קאזאק הנגזל, דאס איז בעצם פונקט אזוי א דעמאקראטישע פראקטיצירונג

אבער לענינו,
1 איינמאל מיר פארשטייען אז די פעדעראלע רעגירונג דארף זיין א לימיטעט קליינע ענטיטי מיט רעלאטיוו ווייניג אויפגאבעס
2 איינמאל מיר פארשטייען אז יעדע לאקאלע מוניציפאליטעט איז טעכניש א לאנד פאר זיך, און קען זיך אליינס גאווערנערן
3 איינמאל מיר פארשטייען אז די מעדזשאריטי אין קאליפארניע קען נישט מחייב זיין ניו יארק אינעם פיקסן די גאלדן געיט ברידזש

4 ווייל טערעטאריע איז פונקט אזוי א פאקטאר ווען סקומט צו רעפרעזענטאציע

פונקט אזוי דארפן מיר פארשטיין אז די קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס דארפן זיין געלעוולט פון טערעטאריע צוזאמען מיט די שטארק באוואוינטע געגנטער.
אויב וועסטו גוט קוקן וועסט זעהן אז אין רעפאבליקאנער סטעיטס וועלכע פראקטיצירן דזשערימענדערינג לעוולען בסך הכל אויס די גרויסע סיטיס צוזאמען מיט די רורעל געגנטער

און יא, דאס איז יושר, ניו יארק סיטי קען נישט גאווערנערן די אנדערע עק ניו יארק וועלכע איז 300 מייל אוועק

סיכום: די רעפאבליקאנער דזשערימענדערינג איז נישט פאליטיש נאר דוקא גאר יושר'דיג
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דינסטאג אפריל 13, 2021 9:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW WOW WOW א באמבע ארטיקל!

פרייהייט - ליבערטי, און פאלק פירערשאפט - דעמאקרעסי, זענען צוויי באזונדערע זאכן. אמעריקע איז געשטעלט אויף ביידע אייניג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

Wow
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

נאכנישט אנגעהויבן ליינען, קוקט אויס געוואלדיג
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

אמעריקע'ס גרינדן, אינדיווידואליזעם.pdf
(79.62 KiB) געווארן דאונלאודעד 87 מאל
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מסתמא: פון דיין ארטיקל קוקט אויס ווי עס זענען געווען פאר בערעך 230 יאר צוריק אפאר נביאים וואס האבן אויפגעשטעלט א מדינה בשליחות פון כביכול אליין, און יעדע ווארט וואס זיי האבן געזאגט, אדער נאר געמיינט, איז הייליג...

למעשה איז די פרייהייט דאן געווען א נייע זאך און מען האט נישט געוויסט וויאזוי עס וועט אויסקוקן אין די לאנג-טערם, מען האלט זיך אינאיין לערנען,

למשל, נישט איך און נישט די ווילן אז עס זאל זיין 100% קאפילטוליסטיש, ווייל וואס? כדאי עס זאל זיך נישט נאך אמאל איבערשפילן א גרעיט דיפרעשאן. ועוד ועוד דוגמאות ואכמ"ל.

אויב אזוי, צו זאגן דאס אלעס וואס די שרייבסט, איז נאר גוט ווען עס איז תורה מסיני, ווייל אויב נישט וועל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי אנדערש.... און... איך מעג זיך קריגן מיט א צווייטע בשר ודם, איך מעג טוישן די געזעצן לפי צורך השעה, די אמעריקאנע טאטעס האבן נישט געוויסט צו זאגן פון 2021,
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זאגט ער דען אז איז תורה מסיני? ער איז דאך מסביר די קאממאן סענס דערפון. אויב עפעס שטימט נישט, אדרבה, קום אריין קלאר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

@מסתמא ;l;p-

די אמעריקאנע טאטעס האבן זייער גוט געוואוסט וויאזוי 2021 קען אויסזען, און פונקטליך דאס האבן זיי געוואלט באווארענען. איר קענט דאס באגריף: חכם עדיף מנביא? דאס מיינט דאס.
און אפילו פאר דיע וואס טראכטן אז 2021 האבן זיי נישט געמיינט, האבן זיי אויך איבערגעלאזט אן אפציע, דהיינו איר קענט טוישן די קאנסטיטוציע אויב עס געפעלט אייך נישט, איר דארפט נאר האבן א מערהייט פון שטאטן זאלן מסכים זיין מיט אייך.

און אגב, אז מען רעדט שוין פון די פונדאמענטן פון די יונייטעד סטעיטס, איז כדאי צוצוברענגען א מאמר פון ר' אביגדור מיללער ז"ל וואס קומט צום אויבערפלאך אין די יעצטיגע טעג, אויך א בחינה פו חכם עדיף מנביא.

א צוהערער פרעגט אים:
פראגע:
וואס ענטפערט מען פאר מענטשן וואס זאגן אז רעיגען און זיינע קאנסערוואטיווע פאליסיס שעדיגן די ארימע מענטשן און איז שלעכט פאר ישיבות?

ענטפער:
און דער ענטפער איז, ס'איז שקר וכזב. איר דארפט פארשטיין אז רעיגען העלפט מענטשן אין די בעסטע וועג. אודאי ווערט ער
צוריקגעהאלטן דורך מענטשן ווי סאלארז און אנדערע ליבעראלן אין קאנגרעס וואס פארשווערן זיין ארבעט אויף טריט און שריט. אבער יעצט אין זיין צווייטן טערמין, ווען ער ווייסט אז ער דארף שוין נישט טראכטן וועגן ווידערערוויילונג, קען ער באמת זיין זעלבסטשטענדיג און אויפטון נאך מער.
רעיגען האט גענידערט טעקסעס. ער האט פרובירט דאס בעסטע צו נידערן שטייערן. ווייניגער שטייערן מיינט אז מען באצאלט ווייניגער פאר א פונט קארטאפל. נאַרט אייך נישט. און אפילו די פאליטיקאנטן קומען אהער, א לאקאלער פאליטיקאנט וועט אהערקומען און זאגן, "קוק, מיר באקומען געוויסע גרענטס פון די רעגירונג, און די ישיבות קענען נוצן די פראגראמען, און רעיגען וויל שניידן פראגראמען," ווערט נישט פארנארט דורך די ליבעראלע פאליטיקאנטן. מיינט נישט אז די פראגראמען וועט מען באקומען פאר גארנישט. מען באקומט טאקע עפעס יעצט, אבער מען וועט צוריקצאלן פיל מער אין אנדערע וועגן; ווייל די ישיבות באקומען בלויז א ברוכטייל פון די גרענטס. צי ווייסט איר וואו די גאנצע געלט גייט?
איינמאל די פרינציפ פון געבן עפעס פאר גארנישט ווערט גענוצט, ווייסן די אנדערע וויאזוי צו באקומען מער. די ישיבה-מענטשן זענען נאך אלעם נאר א פיצינקע חלק פון די רעגירונגס אויסגאבן. די פראגראמען וואס העלפן די ישיבות זענען כמעט גארנישט. אבער די געלטער וואס גייט פאר אנדערע – איך וויל אפילו נישט זאגן פאר וועם – אבער ס'איז אויסגעפאטשקעט געלט אין די ביליאנען! און עווענטועל קומט עס ארויס פון דעם ישיבה-מאנ'ס טאש.
דא באקומט דער ישיבה-מאן, לאמיר זאגן א גרענט פון די רעגירונג. יעצט גייט ער אין געשעפט אין צאלט פיל מער. ער דארף שפענדן געלט פאר די פראדוקטן וואס ער וואלט ווען באקומען פאר פיל ווייניגער אויב שטייערן וואלטן גענידערט געווארן. קארס קאסטן מער ווען שטייערן ווערן געהעכערט און דערפאר איז טראנספארטאציע טייערער. במילא, שפארט מען זיך גארנישט קיין געלט דורכ'ן באקומען פראגראמען פון די רעגירונג.
די אלע לאקאלע פאליטיקאנטן האנדלען מיט די נארישע מאסן און זיי שלאגן זיי פאר פראגראמען ווייל פראגראמען ברענגט זיי שטימען. אבער די פראגראמען קומען פון זייער אייגענע געלט! עס איז נאריש ווי ס'קען נאר זיין! ס'איז א ליגנט אז רעפובליקאנער העלפן די רייכע מענטשן; ווייל ווען די רייכע מענטשן דארפן העכערן די פרייזן פאר קארס; פרייזן פון אייזן, ווייל זיי מאכן נישט גענוג פראפיט, גייט דער פשוט'ער מענטש צום סוף באצאלן דערפאר. נארט אייך נישט. יעדער וועט דארפן באצאלן. און דערפאר פארדינט קיינער גארנישט ווען די רעגירונג פארפאטשקעט געלט. און זיי פארפאטשקענען ביליאנען! ביליאנען אויף ביליאנען ווערט אויסגעווארפן.
נישט נאר אויף גארנישט. געלט ווערן פארפאטשקעט צו העלפן קרימינאלן פארמיידן יוסטיץ. די "ליגעל עיד סאסייעטי" איז הונדערט פראצענט פארפאטשקעטע געלט. אמאליגע צייטן האט אן ארימער פארברעכער געוואוסט אז עס לוינט זיך נישט צו שפילן מיט'ן געזעץ. ווייל ער גייט גיין אין תפיסה. ער וועט ווערן פאראורטיילט. היינט האט ער טייערע אדוואקאטן אויסגעצאלט דורך די רעגירונג – לויערס וואס העלפן מערדער זיך ארויסדרייען מיט גארנישט, חוץ פראהבעישאן.
ריזיגע סומעס ווערן געגעבן דורך די רעגירונג צו קאמוניסטישע לענדער. אודאי, מענטשן ווי סאלארז און אנדערע זענען פריינד מיט די קאמוניסטישע לענדער. און די אלע הלואות וועט מען קיינמאל נישט צוריקבאקומען. אמעריקאנער בענק דערטרענקען זיך צוליב דעם און יעצט ווילן זיי אז די רעגירונג זאל זיי ראטעווען.
און דעריבער, די אלע גוטהארציגע זאכן וואס די ליבעראלן טוען מיט אונזער געלט, קומען ארויס פון אונזער טאש, און צום סוף מיינט עס אז מיר דערלייגן.

ודפח"ח
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שטארק!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

מסתמא האט געשריבן:דעמאקראטן די פאן טרעגער פון די אמאליגע פעדעראליסטן

סתם פאר ווער ס'ווייסט נישט, די פעדרעליסטן זענען געווען ווייט רעכט, אין די לינקע זענען געווען זייער אפאזיציע (וועמען מ'האט גערופן אנטי-פעדרעליסטן).
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווייזט אויס אז די היינטיגע דעמאקראטן זענען די ריכטיג רעכטע עקסטרעמיסטן.

אז מען דערלעבט דערלעבט מען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

סאציאליסט האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:דעמאקראטן די פאן טרעגער פון די אמאליגע פעדעראליסטן

סתם פאר ווער ס'ווייסט נישט, די פעדרעליסטן זענען געווען ווייט רעכט, אין די לינקע זענען געווען זייער אפאזיציע (וועמען מ'האט גערופן אנטי-פעדרעליסטן).

און פאר ווער ס'וויל טאקע וויסן

דא האט איר

דזשאן עדעמס דער 2'טער פרעזידענט און פעדעראליסט פאן-טרעגער
האט זיך פאררופן אויף צוויי פארטייען (לויט די מצב)
די פראו אדמיניסטרעישאן פארטיי און די פעדעראליסט פארטיי

די דאזיגע פארטייען האבן זיך אויפגעלעזט און אמעריקע איז געבליבן מיט בלויז 1 פארטיי, די דעמאקראטיק רעפאבליקען פארטיי, וועלכע איז געווארן געגרינדעט ביי טאמאס דזשעפערסאן דער 3'טער פרעזידענט און דזשעימס מעדיסאן
ביידע פון זיי זענען געווען די אנטי פעדעראליסט פאן-טרעגער

די היינטיגע רעפאבליקאנער GOP פאררופט זיך אויף די אלטע 1 פארטיי פון יענע צייטן געגרינדעט ביי די אנטי פעדעראליסטן
זעה דא
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

גוט ארויסגעברענגט די ראדיקאל קאנסערוואטיווע געדאנקענגאנג אין א נאטשעל, אלעס איז א "שיטה" וואס אוועררולד עני קאממענסענס סעלושענס אימידיעטלי.

ווילסט עניטינג פיקסן אין אמעריקא, זאל עס זיין העלטקעיר, גאן ווייעלענס, אינפערסטרוקטור, וכו' וכו' וכו' נאופ מ'קען נישט! ס'וואקסט תיכף ארויס עפעס א שיטה. וואס פונקטליך? וועט מען שוין צופאסן דערצו... אבער עפעס א טיפע אויסגעארבעטע אידעלאגישע הסבר פארוואס "נישט" איז גאראנטירט צו פאלאוען.

און שטייצעך אז די רעדע איז נישט איבער עכט קאנסטיטוציאנאלע פראגעס ווייל פאר דעם איז דאך דא די געריכטן און אפילו דער איבערוויגענדער סופרים קורט, סאו פארדעם איז דאך נישט שייך קיין זארג, נאר די רעדע איז איבער סייוועכע טויש אינעם סטאטוס קוואו, ווייל ווער ווייסט אפשר אפשר איז דא א צד שבצד כל שהוא ספק אז איינס פון די גרינדער זיידעס אדער באבעס 300 יאר צוריק קען אפשר געבן א קנייטש מיט די אויגנברעמען דארט אין קבר.. און אזוי שטיפט מען דורך דעקעיד נאך דעקעיד, זשענערעישאן נאך זשענערעישאן אן בשו"א סאלווען אמעריקאס מערסט געדרוקטע פראבלעמען.

אין עי סייד נאוט, שטייצעך אז ווען ס'קומט צו די אייגענע פירער/פארטיי וועלן אלע שיטות ווערן באגראבן אינעם בעק פאקעט און אלעס וועט ווערן געכשר'ט. אן אייגענער פרעזידענטס עקזעקיוטיוו ארדער איבער גאן קאנטראל ווערט "געוואלדיג" בעת ווען דער פרעזידענט פונעם אנדערן צד טוט דאס זעלביגע וועט דאס זיין הימלשרייענדע "אנטי קאנסטעטוציע".. אן אייגענער פרעזידענטס אינפערסטרוקטור פארשלאג איז "ווארקינג פאר די אמעריקאס פיפל" בעת דער צווייטענס צד וועט זיין אן הימלשרייענדע "צענטראל פעדעראליסטישע אקט"... אן אייגענער פרעזידענטס טיילן געלטער וועט זיין "קאממען סימס גוטהארציגע סעלושענס" בעת דאס זעלביגע ביים אנדערן צד איז זאפארט אן אומגלויבליכע "סאציאליסטישע פארשפרייטונג פון דאס רייכקייט".. און אזוי ווייטער און ווייטער מיט יעדע סעלושען וואס איינער וועט זיך נאר וואגן ארויפברענגען.

באטטאם ליין איז גוט צו וויסן ווען מ'לייענט אזוינע "קלארע" אידעלאגישע שיטות אז קאפ אין וואנט אידעלאגיע איז וואס איז דער שורש פון אונזער גרידלאק און דאס אמעריקאנער נעשאנעל אישו פון בלייבן לעולמי עד פארזינקען אין אלע אונזערע פראבלעמען.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג אפריל 11, 2021 3:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מ'מאך מיר גאולס און יאלא.. סברויך זאפארט געשעהן.. הו קעירס.. אלטע באבעס האבן געגעסן בארשט.. סאו וואט?
לעטס גאו!! וואטס נעקסט? הייליגע שמייליגע קאנסטיטושאן.. דריי א קאפ א צווייטן..

----

שוין.. האמיר דא קלאר ביידע צדדים

בהמיות אינסטינקט ווס. מענטשליכע ראציאנאליזעם
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווען אן אייגענער פרעזידענט טוט נישט גארנישט צו באקעמפן די מגיפה, אויסער זיך אנטון א מאסק, איז ער דער פרעזידענט וואס באקעמפט און נעמט קעיר פון די מגיפה, אבער ווען דער פרעזידענט פון די אנדערע זייט טוט גענוי דאס זעלביגע, איז ער גאר די מגיפה ברענגער. זארג זיך נישט מען וועט שוין טרעפן עפעס א פראגרעסיווע שיטה דאס מסביר צו זיין....
ווען אן אייגענער פרעזידענט טיילט טשעקלעך מיט מוציא'ס איז ער דער היראו פון דעם יאר הונדערט, זייענדיג דער פרעזידענט וואס שלעפט ארויס דאס לאנד פון רעסעסיע און הייבט צוריק אויף איר עקאנאמיע. אבער ווען דער פרעזידענט פון די אנדערע זייט טוט גענוי דאס זעלביגע איז ער דער קארגער מלך סדום וואס פארטיילט בלויזע זעקס הונדערט דאלער'דיגע טשעקלעך... זארג זיך נישט מען וועט שוין טרעפן עפעס א הויכגעשפריצטער שוטה וואס האט שטודירט אין יונעווערסיטי פלוני וואס זאל דיר דאס מסביר זיין...

באטטאם ליין איז גוט צו וויסן ווען מ'לייענט אזוינע "פראפאגאנדיסטישע" ספינערייען צו פארענטפערן יעדן שגץ שטיק וואס מען טוט. דאס איז דער שורש פון אונזער צעפראסקעטע פאליטישע סאסייעיטי אין וואס מיר געפונען זיך כעת.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

@מסתמא! פשוט WOW!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

פעיק ניוז האט געשריבן:ווען אן אייגענער פרעזידענט טוט נישט גארנישט צו באקעמפן די מגיפה, אויסער זיך אנטון א מאסק, איז ער דער פרעזידענט וואס באקעמפט און נעמט קעיר פון די מגיפה, אבער ווען דער פרעזידענט פון די אנדערע זייט טוט גענוי דאס זעלביגע, איז ער גאר די מגיפה ברענגער. זארג זיך נישט מען וועט שוין טרעפן עפעס א פראגרעסיווע שיטה דאס מסביר צו זיין....
ווען אן אייגענער פרעזידענט טיילט טשעקלעך מיט מוציא'ס איז ער דער היראו פון דעם יאר הונדערט, זייענדיג דער פרעזידענט וואס שלעפט ארויס דאס לאנד פון רעסעסיע און הייבט צוריק אויף איר עקאנאמיע. אבער ווען דער פרעזידענט פון די אנדערע זייט טוט גענוי דאס זעלביגע איז ער דער קארגער מלך סדום וואס פארטיילט בלויזע זעקס הונדערט דאלער'דיגע טשעקלעך... זארג זיך נישט מען וועט שוין טרעפן עפעס א הויכגעשפריצטער שוטה וואס האט שטודירט אין יונעווערסיטי פלוני וואס זאל דיר דאס מסביר זיין...

באטטאם ליין איז גוט צו וויסן ווען מ'לייענט אזוינע "פראפאגאנדיסטישע" ספינערייען צו פארענטפערן יעדן שגץ שטיק וואס מען טוט. דאס איז דער שורש פון אונזער צעפראסקעטע פאליטישע סאסייעיטי אין וואס מיר געפונען זיך כעת.


אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

בעל מדרגה האט געשריבן:אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.

אויב געבסטו די גאנצע קרעדיט פון די 150 מיליאן וואקסינען פאר ביידען, דאן מיזסטו געבן עפעס קרעדיט פאר טראמפ פאר די 2 מיליאן וויירוס טעסט פער טאג וואס זענען דורכגעפירט געווארן די טאג וואס טראמפ איז ארויס, פאר די וואקסין וואס מען האט ערלעדיגט אין רעקארד צייט, 6 חדשים שנעלער פון דאס וואס די עקספערטס האבן געזאגט, פאר די פאקט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געווארן צוריקגעוויזן פון באקומען א ווענטילעיטאר, פאר די הונדערטער מיליאנען מאסקעס און גלאווס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארטיילט, פאר די טריליאנען דאלארן וואס איז געווארן אריינגעגאסן אין די עקאנאמיע

נישט אז איך האלט אז טראמפ איז געווען אויסגעצייכנט ווען סאיז געקומען צו קאוויד, אבער דיין ליין פון
"אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש" איז פארפירעריש און נאריש
(--ווערטערלאז--)
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בעסער אזוי האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.

אויב געבסטו די גאנצע קרעדיט פון די 150 מיליאן וואקסינען פאר ביידען, דאן מיזסטו געבן עפעס קרעדיט פאר טראמפ פאר די 2 מיליאן וויירוס טעסט פער טאג וואס זענען דורכגעפירט געווארן די טאג וואס טראמפ איז ארויס, פאר די וואקסין וואס מען האט ערלעדיגט אין רעקארד צייט, 6 חדשים שנעלער פון דאס וואס די עקספערטס האבן געזאגט, פאר די פאקט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געווארן צוריקגעוויזן פון באקומען א ווענטילעיטאר, פאר די הונדערטער מיליאנען מאסקעס און גלאווס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארטיילט, פאר די טריליאנען דאלארן וואס איז געווארן אריינגעגאסן אין די עקאנאמיע

נישט אז איך האלט אז טראמפ איז געווען אויסגעצייכנט ווען סאיז געקומען צו קאוויד, אבער דיין ליין פון
"אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש" איז פארפירעריש און נאריש


מיין פוינט איז אז די ווייסט זייער גוט ווי טראמפ האט זיך אויסגעלאכט פון קעראנע בשעת טויזענטער מענטשן זענען געשטארבן א טאג, סא זאל ער נישט זאגן אז מען שרייט אין די וועלט אריין.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעל מדרגה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:ווען אן אייגענער פרעזידענט טוט נישט גארנישט צו באקעמפן די מגיפה, אויסער זיך אנטון א מאסק, איז ער דער פרעזידענט וואס באקעמפט און נעמט קעיר פון די מגיפה, אבער ווען דער פרעזידענט פון די אנדערע זייט טוט גענוי דאס זעלביגע, איז ער גאר די מגיפה ברענגער. זארג זיך נישט מען וועט שוין טרעפן עפעס א פראגרעסיווע שיטה דאס מסביר צו זיין....
ווען אן אייגענער פרעזידענט טיילט טשעקלעך מיט מוציא'ס איז ער דער היראו פון דעם יאר הונדערט, זייענדיג דער פרעזידענט וואס שלעפט ארויס דאס לאנד פון רעסעסיע און הייבט צוריק אויף איר עקאנאמיע. אבער ווען דער פרעזידענט פון די אנדערע זייט טוט גענוי דאס זעלביגע איז ער דער קארגער מלך סדום וואס פארטיילט בלויזע זעקס הונדערט דאלער'דיגע טשעקלעך... זארג זיך נישט מען וועט שוין טרעפן עפעס א הויכגעשפריצטער שוטה וואס האט שטודירט אין יונעווערסיטי פלוני וואס זאל דיר דאס מסביר זיין...

באטטאם ליין איז גוט צו וויסן ווען מ'לייענט אזוינע "פראפאגאנדיסטישע" ספינערייען צו פארענטפערן יעדן שגץ שטיק וואס מען טוט. דאס איז דער שורש פון אונזער צעפראסקעטע פאליטישע סאסייעיטי אין וואס מיר געפונען זיך כעת.


אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.

דו נעמסט טראמפ'ס וואקסין סוקסעס און דו פראווסט מיט דעם ביידענ'ס סוקסעס צו באקעמפן דעם וויירוס? אין טורמס פון לאקדאונס וכדו' האט ביידען נישט געטון קיין כי הוא זה מער פון טראמפ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

בעל מדרגה האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.

אויב געבסטו די גאנצע קרעדיט פון די 150 מיליאן וואקסינען פאר ביידען, דאן מיזסטו געבן עפעס קרעדיט פאר טראמפ פאר די 2 מיליאן וויירוס טעסט פער טאג וואס זענען דורכגעפירט געווארן די טאג וואס טראמפ איז ארויס, פאר די וואקסין וואס מען האט ערלעדיגט אין רעקארד צייט, 6 חדשים שנעלער פון דאס וואס די עקספערטס האבן געזאגט, פאר די פאקט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געווארן צוריקגעוויזן פון באקומען א ווענטילעיטאר, פאר די הונדערטער מיליאנען מאסקעס און גלאווס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארטיילט, פאר די טריליאנען דאלארן וואס איז געווארן אריינגעגאסן אין די עקאנאמיע

נישט אז איך האלט אז טראמפ איז געווען אויסגעצייכנט ווען סאיז געקומען צו קאוויד, אבער דיין ליין פון
"אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש" איז פארפירעריש און נאריש


מיין פוינט איז אז די ווייסט זייער גוט ווי טראמפ האט זיך אויסגעלאכט פון קעראנע בשעת טויזענטער מענטשן זענען געשטארבן א טאג, סא זאל ער נישט זאגן אז מען שרייט אין די וועלט אריין.

דיין פוינט ווערט נישט א טראפקעלע ווייניגער נאריש, טראמפ זיך אויסלאכן פון קאראנע איז פונקט אזוי ווי ערלויבן בלמ ראיאטן און צענטער פון לאקדאנס!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאך א עקזעמפל פון אמעריקאנער פאליטישער גרידלאק אין רעזולטאט פון אזויגערופענע שיטות. שוין יארן וואס רעפובליקאנער ווילן פארבעסערן די עלעקשאן סיסטעם, אז עס זאל זיין מער אקוראט. אבער צוליב דעמאקראטישע אפגעפרעגטע פיליזאפיעס און דמיונות איבער ראסיזם און מינאריטי אונטערדרוקונג, אדער צוליב עפעס אן אייגן אויסגעטראכטע יסוד, אז מען דארף זען אז ווי מער מענטשן זאלן האבן עקסעס צו שטים בודקעס, קען מען נישט דורכפירן קיין זאכן וואס וועלן פארבעסערן דאס לאנד.

שוין אפגערעדט פון די "דעמאקראטישע דזשערימענדרינג" אין פארעם פון אריינלייגן אומלעגאלע איינוואוינער אין די צענזוס חשבון וואס דאס פארעמט ווי אזוי דיסטריקטס זאלן זיין אויסגעשטעלט. אלעס אין רעזולטאט פון דמיונות און איינרעדענישן, אלעס אבי מען זאל נישט קענען זיין פראדאקטיוו און רוקן זאכן פאראויס לטובת דאס לאנד און אירע בירגער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

בעל מדרגה האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.

אויב געבסטו די גאנצע קרעדיט פון די 150 מיליאן וואקסינען פאר ביידען, דאן מיזסטו געבן עפעס קרעדיט פאר טראמפ פאר די 2 מיליאן וויירוס טעסט פער טאג וואס זענען דורכגעפירט געווארן די טאג וואס טראמפ איז ארויס, פאר די וואקסין וואס מען האט ערלעדיגט אין רעקארד צייט, 6 חדשים שנעלער פון דאס וואס די עקספערטס האבן געזאגט, פאר די פאקט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געווארן צוריקגעוויזן פון באקומען א ווענטילעיטאר, פאר די הונדערטער מיליאנען מאסקעס און גלאווס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארטיילט, פאר די טריליאנען דאלארן וואס איז געווארן אריינגעגאסן אין די עקאנאמיע

נישט אז איך האלט אז טראמפ איז געווען אויסגעצייכנט ווען סאיז געקומען צו קאוויד, אבער דיין ליין פון
"אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש" איז פארפירעריש און נאריש


מיין פוינט איז אז די ווייסט זייער גוט ווי טראמפ האט זיך אויסגעלאכט פון קעראנע בשעת טויזענטער מענטשן זענען געשטארבן א טאג, סא זאל ער נישט זאגן אז מען שרייט אין די וועלט אריין.

ער האט זיך נישט אויסגעלאכט מער ווי די לינקע, ווען מען האט נישט געוואוסט וואס דאס איז.
אנהייב האט קיינער נישט געוואוסט, אדרבה דערמאן דיר וואס די לינקע האבן געזאגט אויף זיין אירופה טרעוועל בען
און אנשטאט זיין ביזי מיט מאסקס און לאקדאונס וואס די דעטע ווייסט נישט קיין ערנסטע פראגרעס (רויע דעטע פארן פארדרייען) איז ער געווען ביזי מיט ערנסטע סעלאשענס ווי ווענטעלעטערס, ואקסים, און א רפואה דערויף וואס אן אריין גיין צו קלאריקין (נישט קלארייד) ארבע האט ער געשטופט צו זיין אינוונטר מיט א רפואה (ווי אויך גרינגער מאבן טרייעלס)
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

א ליכטיגע איד האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש.

אויב געבסטו די גאנצע קרעדיט פון די 150 מיליאן וואקסינען פאר ביידען, דאן מיזסטו געבן עפעס קרעדיט פאר טראמפ פאר די 2 מיליאן וויירוס טעסט פער טאג וואס זענען דורכגעפירט געווארן די טאג וואס טראמפ איז ארויס, פאר די וואקסין וואס מען האט ערלעדיגט אין רעקארד צייט, 6 חדשים שנעלער פון דאס וואס די עקספערטס האבן געזאגט, פאר די פאקט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געווארן צוריקגעוויזן פון באקומען א ווענטילעיטאר, פאר די הונדערטער מיליאנען מאסקעס און גלאווס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פארטיילט, פאר די טריליאנען דאלארן וואס איז געווארן אריינגעגאסן אין די עקאנאמיע

נישט אז איך האלט אז טראמפ איז געווען אויסגעצייכנט ווען סאיז געקומען צו קאוויד, אבער דיין ליין פון
"אנטשולדיגט, 150 מיליאן שטעכן אין די ערשטע 75 טעג, vs שרייען מען זאל טרינקען בליטש" איז פארפירעריש און נאריש


מיין פוינט איז אז די ווייסט זייער גוט ווי טראמפ האט זיך אויסגעלאכט פון קעראנע בשעת טויזענטער מענטשן זענען געשטארבן א טאג, סא זאל ער נישט זאגן אז מען שרייט אין די וועלט אריין.

ער האט זיך נישט אויסגעלאכט מער ווי די לינקע, ווען מען האט נישט געוואוסט וואס דאס איז.
אנהייב האט קיינער נישט געוואוסט, אדרבה דערמאן דיר וואס די לינקע האבן געזאגט אויף זיין אירופה טרעוועל בען
און אנשטאט זיין ביזי מיט מאסקס און לאקדאונס וואס די דעטע ווייסט נישט קיין ערנסטע פראגרעס (רויע דעטע פארן פארדרייען) איז ער געווען ביזי מיט ערנסטע סעלאשענס ווי ווענטעלעטערס, ואקסים, און א רפואה דערויף וואס אן אריין גיין צו קלאריקין (נישט קלארייד) ארבע האט ער געשטופט צו זיין אינוונטר מיט א רפואה (ווי אויך גרינגער מאבן טרייעלס)


100%, אונז געדענקן נאך די צעטלעך פון די סיטי העלט דיפארטמענט אז עס איז נישט דא קיין געפאר פון קורונע אין ניו יארק בלויז איין וואך פאר די גרויסע אויסברוך.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אמעריקע'ס גרינדן: "אינדיווידואליזעם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אפילו פאר די קלייניקייטן וואס ער האט געטון, האט מען אים שוין אראפגעריסן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”