בעל מדרגה האט געשריבן:גיי פארשטיי האט געשריבן:פון אמעריקע האט געשריבן:לאמיר געדענקן איין זאך, כלל ישראל האט במשך הדורות ליידער געליטן פון עקסטרעם רעכט און פון עקסטרעים לינקס, איך בין די ערשטע זאך א איד און דערנאך קען איך זעהן וועלעכע פליטישע זייט שטימט מער מיט מיין לאדזישיק וכדומה. איך האב גראדע זייער ליב רוב פון טראמפ'ס פאלעסיס און איך קען נישט פארנעמען זיין סוער ליין פון א מויל, דאס איז אבער אלס נאכן זיין א איד - נישט דאס מאכט מיר אידיש, די זעלבע קוק איך אויף פארקערט אויף א איד וואס זיין נייטונג איז מער צו די דעמיקראטישע פארטיי.
מיר אידן האבן א תורה וואס זאגט אונז וואס איז ריכטיג, נישט א פאליטישע פארטיי.
און אויך פון מענטשן וואס זענען נישט געווען עקסטרעם פאליטיש.
ע"פ רוב האמיר געליטן פון עקסטרעמיסטן, קוידן פון די קריסטן בשם זייער רעליגיע, און נאכדעם פון די מוסלומענער בשם זייער רעליגיע, אדרבא אז די ווייסט אנדערש קום ארויף.
גיי פארשטיי האט געשריבן:איך האב געשריבן עקסטרעם פאליטיש, בכלל דער ווארט עקסטרעם האט נישט קיין געהריגע דעפינישען וועון מען ען עס נוצן.
עקסטרעם/ראדיקאל זענען רעלאטיווע טערמינען, דאס הייסט אז יעדער קען זיך מאכן זיינע אייגענע הגדרות ווען ער רופט שוין עפעס/איינעם אן עקסטרעם/ראדיקאל.
דאס איז זיכער אז די יחס איז לגבי א ציבור, דאס הייסט אז צווישן א ציבור איז עס/ער ביים עק פונעם ספעקטרום
(אנדערש ווי געוויסע מענטשן וואס וועלן אנרופן יעדע איידיע/מענטש וואס איז זייער ווייט פון זייער פאזיציע אלס עקסטרעם/ראדיקאל, וואס מ'קען אויף זיי פרעגן "אפשר ביסטו עקסטרעם/ראדיקאל אז דו שטייסט אזוי ווייט פון יענץ/יענעם?" אבער דאס איז סייווי נישט וואס דאס מיינט), און די שאלה איז ווי ווייט ביי די עק עפעס/איינער דארף זיין אז מ'זאל עס/אים אנרופן עקסטרעם/ראדיקאל.
ווען ס'קומט צו רדיפות מצד רעליגיעס וואס פארלאנגען רדיפות אנטקעגן כופרים איז פשוט אז ווי מער רעליגיעז אלס מער וועט מען רודפ'ן די כופרים, אבער ווען ס'קומט צו אלגעמייינע שיטות פון וואס מ'האט געליטן גייט עס פארקערט: ווען מ'ליידט פון עפעס לאזן זיך ב"ה רוב מענטשן אפ דערפון, און אלס רעזולטאט ווערט דאס אן עקסטרעמע/ראדיקאלע פאזיציע.