פרעזידענט ביידען דורכפעלער

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יאסל »

Goodmorning האט געשריבן:אפשר א קאמבאנאציע פון ביידע?

מיין מיינונג איז אז סאיז א קאמבאנאציע פון די צוויי און נאך זאכן
(אריינגערעכט וואקסין פארלאנגען און אנדערע רעגולאציעס בפרט אין קאליפארניע וואס מאכט שווערער צו ארבעטן)
אויב סהאט אפילו נאר אביסל מיט אריינגיסן געלט, מאכט נישט קיין סענס צו אריינגיסן נאך געלט און עס מאכן ערגער
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עקאנאמיקס איך טריי אבער צו כאפן איין זאך, לאמיר שוין זאגן אז די אנשטויסעניש ביים פארט קומט פון דעם אז דער עולם קויפט מער ווייל מען האט מער געלט פון די סטימיולעס, איז דען דאס א גוטע זאך? דאס איז א חלק פון די אינפלאציע, דער עולם האט באקומען אביסל מער געלט מען קויפט נאך מער פון וויפיל מען האט באקומען וואס ברענגט א שטארקע דימענד וואס טראגט ארויף די פרייזן וואס מאכט אז די חילוק פון וויפיל מען האט באקומען פון די סטימיולעס צו וויפיל מען ספענד ווייל מען האט באקומען סטימיולעס זאל זיין נאכמער וואס טראגט נאך מער ארויף די פרייזן, אטאמאטיש פאלט די דאלער און אזוי דרייט זיך די רעדל ווייטער און ווייטער ביז עס קראכט.

סאו בעיסיקלי לאמיר זאגן די אנשטויס ביים פארטן קומט פון די גרויסע דימענד אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער אנזעץ פון די יעצטיגע אדמיניסטראציע, אויב נישט וועגן ווייניג ארבעטער איז עס א חלק פון די אינפלאציע.

איך זאג עס נישט ווייל איך קען גוט ארויס עקאנאמיקס נאר פארקערט איך האב עס נישט פונקטליך ארויס אבער מיין מוח קטן זאגט אזוי, אפשר אויב איינער קען מיר מסביר זיין אדערווייז.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם האט געשריבן:סתם אבי געשאסן, ער אימפלעמענטירט וועכענטליך פאליסיס און דיעלס וואס העלפט לינדערן דעם אישו.

אנגעהויבן מיטן פארט/פרייוועט סעקטאר/שיפינג דיעל אויף 24/7, און געענדיגט מיט פיינס פאר די ליידיגע קאנטעינערס וכו' דאס אלעס האט געפירט צו א דראסטישע רעדוקציע אין קאנזשעשאן, און ס'וועט לויט דעם טרעק ביז עטליכע וואכן זיין אווער, שטייצעך דאן וועסטו זאגן ס'האט גארנישט מיט אים. מסתמה מיט טראמפ.

אבוויעסלי העלפט עס נישט און די מערסט אנערקענטע זאך וואס ער האט אומפלעמענטירט איז אז די טרענספארטעישאן סעקרעטאר איז געגאנגען פאר א צוועלף וואכעדיגע מעטערנעטי ליעוו.

דיס גיי העז נאו קלו וואט טו דו א חוץ אויסרימען די פארטען פאר זייער גוטע ארבייט.

מען הערשט שוין צוויי חדשים אז עס איז כמעט פאראיבער, א נעכטיגע טאג, ווילאנג דער וואס זיצט אין ווייסע הויז ווייסט נישט וואס צו טוהן צו סאלווען דעם פראבלעם דאן איז די גאנצע לאנד אויף געהאקטע צרות.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יאסל »

ר' זעקל האט געשריבן: אויב נישט וועגן ווייניג ארבעטער איז עס א חלק פון די אינפלאציע.

כאפצעם איז מסביר אז סאיז נישט קיין אינפלאציע, ווייל ווי נאר מאיז מסדר די פארט (ביז אפאר וואכן) וועט די פרייז צוריק אראפגיין[, און די דאלער איז נישט בעצם ווייניגער ווערד]
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דער פרעזידענט קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דעם פראבלעם, ער איז פארלוירען נישט נאר ביי זיינע רעדעס נאר אויך אין עקשאן, קיינער קעירט נישט די גורם דערצו יעדער וויל די סעלושען אין מיסטער ביידען האט עס נישט!

דאס הייסט אין בלויז אידיש א מאסיווע דורעכפאל וואס די גאנצע לאנד ליידט פון.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ר' זעקל האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עקאנאמיקס איך טריי אבער צו כאפן איין זאך, לאמיר שוין זאגן אז די אנשטויסעניש ביים פארט קומט פון דעם אז דער עולם קויפט מער ווייל מען האט מער געלט פון די סטימיולעס, איז דען דאס א גוטע זאך? דאס איז א חלק פון די אינפלאציע, דער עולם האט באקומען אביסל מער געלט מען קויפט נאך מער פון וויפיל מען האט באקומען וואס ברענגט א שטארקע דימענד וואס טראגט ארויף די פרייזן וואס מאכט אז די חילוק פון וויפיל מען האט באקומען פון די סטימיולעס צו וויפיל מען ספענד ווייל מען האט באקומען סטימיולעס זאל זיין נאכמער וואס טראגט נאך מער ארויף די פרייזן, אטאמאטיש פאלט די דאלער און אזוי דרייט זיך די רעדל ווייטער און ווייטער ביז עס קראכט.

סאו בעיסיקלי לאמיר זאגן די אנשטויס ביים פארטן קומט פון די גרויסע דימענד אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער אנזעץ פון די יעצטיגע אדמיניסטראציע, אויב נישט וועגן ווייניג ארבעטער איז עס א חלק פון די אינפלאציע.

איך זאג עס נישט ווייל איך קען גוט ארויס עקאנאמיקס נאר פארקערט איך האב עס נישט פונקטליך ארויס אבער מיין מוח קטן זאגט אזוי, אפשר אויב איינער קען מיר מסביר זיין אדערווייז.

די דעמאקראטן גלייבן אין אלגעמיין אין "קריעטן די ריעליטי"

זיי וועלן סאבסעדייזן געוויסע זאכן און צווינגען נישט צו העכערן די פרייז פון געוויסע אנדערע זאכן וכו' זייי גלייבן אז די נאטור איז שלעכט און זיי דארפן אהערשטעלן אלטערנאטיוון, יעדעס מאל זיי כאפן פעטש פאר זייערע לייסטונגען צו אונזער יעצטיגע סינטעטישע פינאנציעלע רעאליטעט וועלן זיי אויפקומען מיט פרישע טערמינאלאגיעס פארוואס סגייט נישט גוט, ואין לדבר סוף

פאקט איז פאקט אז ציפיל יומען אינטערפערענס אין די עקאנאמיע האט אונז דא אהערגעשלעפט וואו מיר שטייען יעצט, נייע טערמינאלאגיעס און אויסגעטראכטע-תירוצים איז בלויז א המשך פון די קרומע ביז יעצטיגע מיינדסעט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

‫משה יאסל‬‎ האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן: אויב נישט וועגן ווייניג ארבעטער איז עס א חלק פון די אינפלאציע.

כאפצעם איז מסביר אז סאיז נישט קיין אינפלאציע, ווייל ווי נאר מאיז מסדר די פארט (ביז אפאר וואכן) וועט די פרייז צוריק אראפגיין[, און די דאלער איז נישט בעצם ווייניגער ווערד]

נאכאמאל איך זאג אז אפילו די עצם זאך פון די פארט איז נישט קיין חורבן ווייל עס קומט פון דאס אז דער עולם האט אסאך געלט, ווייזט עס אבער אויף א ערענסטע חורבן אין דאס איז אז די זעלבע סיבה פארוואס עס איז אנגעשטויסן דארט ווייל עס איז דא געלט ביים עולם דאס ברענגט אינפלאציע.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

אינפלאציע איז א שטארקע פראבלעם און עס איז א דורעכפאל פאר די פרעזידענט, אבער איז די פרעזידענט שולדיג דערויף? זיכער נישט

פונקט ווי ענק האבען פארשטאנען אז טראמפ איז נישט שולדיג אויף די עקאנאמי קראך לעצטע יאר נאר די לאקדאונס זענען שולדיג, דארפען ענק יעצט פארשטיין אז נאכדעם וואס טויזענטער ביזנעסער פון די גאנצע וועלט האבען נישט פראדוצירט פראדוקטען פאר חדשים לאנג זענען זיי יעצט שארט מיט די אלע אייטעמס, און אז עס איז דא א מאנגעל גייען די פרייזען ארויף

און אויף די פוינט אז ביידען האט געטיילט צו סאך געלט, וויל איך ענק נאר דערמאנען אז טראמפ איז אויפגעקומען מיט די געדאנק פון א דריטע $2000 סטימיולעס טשעק און אסאך רעפובליקאנער סענעטארס זענען ארויסגעקומען עס שטיצען (חוץ די ריינא מעקאנעל)...
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואס א חילוק ווער עס האט געמאכט די פראבלעם, ער איז יעצט דארט און זיין זשאב איז עס צו סאלווען
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יאסל »

נניח אז טראמפ איז שולדיג [ווייל ער האט געוואלט, פונקט אזויווי אפגאניסטאן], אבער פארוואס ערגער מאכן?
דרך אגב ווער האט געשטופט די לאקדאונס?
זענען זיי שארט מיט אייטעמם (חוץ פון טשיפס) אדער סליגט אויפן וואסער?
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

מטעמים האט געשריבן:וואס א חילוק ווער עס האט געמאכט די פראבלעם, ער איז יעצט דארט און זיין זשאב איז עס צו סאלווען

%100
און דיין דזשאב איז עס צו ניצען און קאמפיינען קעגן אים, אזוי ווי די דעמאקראטן האבען געניצט קאוויד קעגן טראמפ...
לעצט פארראכטן דורך נועם המידות אום פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיינסט א ודאי די רעפובליקאנע נישט מיר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אונז האבן עס פארשטאנען אז עס איז נישט טראמפ די מידיע האט עס נישט געוואלט פארשטיין, אבער יעצט סאום האו ווען מען קען עס נוצן פאר א פונקט קעגן די רעפאבליקאנער האבן זיי זיך עס דערמאנט און מען נוצט עס שוין גאר קעגן די רעפאבליקאנער אז עס איז א דבר פשוט אז עס איז נישט די פרעזידענטס שילד.

נאו טו די פוינט אז עס איז נישט ביידענ'ס שילד ווייל טראמפ האט אויך געטיילט געלט לאמיר זאגן אז איך בין נישט צופרידן געווען אז מען האט געטיילט אזויפיל געלט אין ביידע זענען שילדיג (אדער נישט שילדיג) אין דער אנהייב, אבער דאס איז אמאל זיכער אז טראמפ איז נישט שילדיג און ביידען יא אז מען שטיפט ווייטער די וואגן אין יענע דירעקציע, מיטן ספענדן ווייטער ווי משוגע, זעהסט אז עס בויעט זיך אויף א אינפלאציע ציה איין דיין פאסיק אביסל הער אויף מיט דיין צודרייטע ספענדינגס, ווען נישט מענטשין אין סינעמע וואלט מען יעצט געהאלטן ביי נאך א 3.5 "טריליאן" דאלער'דיגע ביל.
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

כאפצעם האט געשריבן:ער אימפלעמענטירט וועכענטליך פאליסיס און דיעלס וואס העלפט לינדערן דעם אישו.

אנגעהויבן מיטן פארט/פרייוועט סעקטאר/שיפינג דיעל אויף 24/7, און געענדיגט מיט פיינס פאר די ליידיגע קאנטעינערס וכו' דאס אלעס האט געפירט צו א דראסטישע רעדוקציע אין קאנזשעשאן, און ס'וועט לויט דעם טרעק ביז עטליכע וואכן זיין אווער, שטייצעך דאן וועסטו זאגן ס'האט גארנישט מיט אים. מסתמה מיט טראמפ.

איך מיין האסט שוין געזאגט א שיינע פאר וואכן צוריק ביז אפאר וואכן בלא בלא בלא מזעט נאכנישט קיין עק דערווייל

איך טו און קארן מיין דיעלער האט מיר געזאגט פאר א האלבע יאר איז נישט דא וואס רעדן
און פארטס פאר קארן איז די סעים זאך
איז שוין עפעס געטון געווארן פאר דעם??
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לקדש שם שמים האט געשריבן:איך מיין האסט שוין געזאגט א שיינע פאר וואכן צוריק ביז אפאר וואכן בלא בלא בלא מזעט נאכנישט קיין עק דערווייל

איך טו און קארן מיין דיעלער האט מיר געזאגט פאר א האלבע יאר איז נישט דא וואס רעדן
און פארטס פאר קארן איז די סעים זאך
איז שוין עפעס געטון געווארן פאר דעם??

יא.

נישט 'עפעס', נאר עטליכע באדייטענדע זאכן: נייע פאפ אפ קאנטעינער יארדס אין די נארט ווי די שיפן ווערן רידערעקטירט, דער 24/7 פארטס/שיפינג/וועירהאוז דיעל צו ארויפרוקן פראדוקציע באהאנדלונג ביים דרום פארט, טיקעטס פאר ליידיגע קאנטעינארס וואס זייען אן טראפיק, $17 ביליאן דאלאר אינעם בייפארטיזען אינפערסטרוקטור ביל פאר נייע אויסגעברייטערטע פארטס נאציאנאל, $200 ביליאן אין טשיילקעיר קאוורידזש אינעם בוי צוריק בעסער ביל צו דעקן בעביסיטינג עקספענסעס דערמיט צוריקברענגען מיליאנען עלטערן וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם ווארקפאורס.

און לגבי "זעהן אן עק" האב איך דיר נייעס, די קאנטעינער פרייזן טראסקענען וועכענטליך עז ווי ספיעק! און די בארטן אנשטויסעניש האט שוין געזעהן א ריזיגע אימפראוומענט אין בלויז די לעצטע 2 וואכן. אבער צו דו גייסט זעהן געסאלווד דעם גאנצן חאזעריי פון איין טאג אויפן צווייטן, ניין.. ס'ארבייט נישט אזוי, הגם כ'פארשטיי אז די ניוז סייקל דעמענד יא אינסטענט מעזשיק רעזולטס.. און די היינטיגע עולם וואס האט דאך דעם אטענשאן ספען פון א גאלד פיש איז עס א מאסיווע "דורכפאל" ווייל "כ'זעה נאך גארנישט"...

ס'נעמט צייט צו אימפלעמענטירן אזויפיל טוישונגען.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

תכלית, ווען קען מען רעכענען צו זעהן געז אין די 2$ רעינדזש?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

פון אמעריקע האט געשריבן:אגב, האב איך געזעהן ערגעץ אז דאס "נישט" בויען די וואנט קאסט כעת אפ א געוואלד יעדן איינציגסטע טאג, ווייסט איינער עפעס מער דערוועגן?



צענדליגער מיליאנען יעדן טאג!

ער האט קאנטראקטן וואס טראמפ האט געמאכט וואס ער קען נישט סטאפן.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

סעלצער אנקעטע

ביידען'ס צופרידענהייט ראטע אין אייאווע

IMG_20211113_234217.jpg
IMG_20211113_234217.jpg (92.25 KiB) געזען 628 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20211113_234634.jpg
IMG_20211113_234634.jpg (406.57 KiB) געזען 623 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פרישע אנקעטע פון ABC News/Washington Post פון ביידען'ס צופרידענהייט ראטע:

צופרידן - 41%
אימצופרידן - 53%
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרישע אנקעטע פון ABC News/Washington Post פון ביידען'ס צופרידענהייט ראטע:

צופרידן - 41%
אימצופרידן - 53%



עס קוקט אויס ווי עס ווער בעסער, ניין?
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

Wow a1 האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרישע אנקעטע פון ABC News/Washington Post פון ביידען'ס צופרידענהייט ראטע:

צופרידן - 41%
אימצופרידן - 53%



עס קוקט אויס ווי עס ווער בעסער, ניין?

נעעע, דערווייל ערגער.

BidenJobApproval_v01_DP_1636741537588_hpEmbed_1x1_608.jpg
BidenJobApproval_v01_DP_1636741537588_hpEmbed_1x1_608.jpg (20.07 KiB) געזען 525 מאל
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

כאפצעם האט געשריבן:
לקדש שם שמים האט געשריבן:איך מיין האסט שוין געזאגט א שיינע פאר וואכן צוריק ביז אפאר וואכן בלא בלא בלא מזעט נאכנישט קיין עק דערווייל

איך טו און קארן מיין דיעלער האט מיר געזאגט פאר א האלבע יאר איז נישט דא וואס רעדן
און פארטס פאר קארן איז די סעים זאך
איז שוין עפעס געטון געווארן פאר דעם??

יא.

נישט 'עפעס', נאר עטליכע באדייטענדע זאכן: נייע פאפ אפ קאנטעינער יארדס אין די נארט ווי די שיפן ווערן רידערעקטירט, דער 24/7 פארטס/שיפינג/וועירהאוז דיעל צו ארויפרוקן פראדוקציע באהאנדלונג ביים דרום פארט, טיקעטס פאר ליידיגע קאנטעינארס וואס זייען אן טראפיק, $17 ביליאן דאלאר אינעם בייפארטיזען אינפערסטרוקטור ביל פאר נייע אויסגעברייטערטע פארטס נאציאנאל, $200 ביליאן אין טשיילקעיר קאוורידזש אינעם בוי צוריק בעסער ביל צו דעקן בעביסיטינג עקספענסעס דערמיט צוריקברענגען מיליאנען עלטערן וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם ווארקפאורס.

און לגבי "זעהן אן עק" האב איך דיר נייעס, די קאנטעינער פרייזן טראסקענען וועכענטליך עז ווי ספיעק! און די בארטן אנשטויסעניש האט שוין געזעהן א ריזיגע אימפראוומענט אין בלויז די לעצטע 2 וואכן. אבער צו דו גייסט זעהן געסאלווד דעם גאנצן חאזעריי פון איין טאג אויפן צווייטן, ניין.. ס'ארבייט נישט אזוי, הגם כ'פארשטיי אז די ניוז סייקל דעמענד יא אינסטענט מעזשיק רעזולטס.. און די היינטיגע עולם וואס האט דאך דעם אטענשאן ספען פון א גאלד פיש איז עס א מאסיווע "דורכפאל" ווייל "כ'זעה נאך גארנישט"...

ס'נעמט צייט צו אימפלעמענטירן אזויפיל טוישונגען.

איך האב בעיקר גערעדט וועגן קארן צו סיז עפעס געטון געווארן וועגן שיפינג אמת ער האט שוין געטון עפעס דערצו די שאלה איז ווילאנג אריין אינעם קריזיס ער האט זיך אויפגעוועקט
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מסתמא האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עקאנאמיקס איך טריי אבער צו כאפן איין זאך, לאמיר שוין זאגן אז די אנשטויסעניש ביים פארט קומט פון דעם אז דער עולם קויפט מער ווייל מען האט מער געלט פון די סטימיולעס, איז דען דאס א גוטע זאך? דאס איז א חלק פון די אינפלאציע, דער עולם האט באקומען אביסל מער געלט מען קויפט נאך מער פון וויפיל מען האט באקומען וואס ברענגט א שטארקע דימענד וואס טראגט ארויף די פרייזן וואס מאכט אז די חילוק פון וויפיל מען האט באקומען פון די סטימיולעס צו וויפיל מען ספענד ווייל מען האט באקומען סטימיולעס זאל זיין נאכמער וואס טראגט נאך מער ארויף די פרייזן, אטאמאטיש פאלט די דאלער און אזוי דרייט זיך די רעדל ווייטער און ווייטער ביז עס קראכט.

סאו בעיסיקלי לאמיר זאגן די אנשטויס ביים פארטן קומט פון די גרויסע דימענד אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער אנזעץ פון די יעצטיגע אדמיניסטראציע, אויב נישט וועגן ווייניג ארבעטער איז עס א חלק פון די אינפלאציע.

איך זאג עס נישט ווייל איך קען גוט ארויס עקאנאמיקס נאר פארקערט איך האב עס נישט פונקטליך ארויס אבער מיין מוח קטן זאגט אזוי, אפשר אויב איינער קען מיר מסביר זיין אדערווייז.

די דעמאקראטן גלייבן אין אלגעמיין אין "קריעטן די ריעליטי"

זיי וועלן סאבסעדייזן געוויסע זאכן און צווינגען נישט צו העכערן די פרייז פון געוויסע אנדערע זאכן וכו' זייי גלייבן אז די נאטור איז שלעכט און זיי דארפן אהערשטעלן אלטערנאטיוון, יעדעס מאל זיי כאפן פעטש פאר זייערע לייסטונגען צו אונזער יעצטיגע סינטעטישע פינאנציעלע רעאליטעט וועלן זיי אויפקומען מיט פרישע טערמינאלאגיעס פארוואס סגייט נישט גוט, ואין לדבר סוף

פאקט איז פאקט אז ציפיל יומען אינטערפערענס אין די עקאנאמיע האט אונז דא אהערגעשלעפט וואו מיר שטייען יעצט, נייע טערמינאלאגיעס און אויסגעטראכטע-תירוצים איז בלויז א המשך פון די קרומע ביז יעצטיגע מיינדסעט

אן אינטערווענצן וואלטן רוב ביזנעסעס געווען אין די ערד און מענטשן פשוט אויסגעגאנגען פון הונגער. א צייטווייליגע אינפלאציע איז נאך אלס פיל בעסער ווי א שווערע רעסעסיע.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:פרישע אנקעטע פון ABC News/Washington Post פון ביידען'ס צופרידענהייט ראטע:

צופרידן - 41%
אימצופרידן - 53%



עס קוקט אויס ווי עס ווער בעסער, ניין?

נעעע, דערווייל ערגער.

BidenJobApproval_v01_DP_1636741537588_hpEmbed_1x1_608.jpg

ניין ער איז געווען 38 און איז ארויף צו 41
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”