קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל
קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל
און די לעצטערע טעג ווערט מער און מער אויפגעדעקט איבער דעם סקאנדאל אז גאווענער קאומא האט פראבירט צו באהאלטן די עכטע ציפערן איבער די צאל טויטע וואס זיין פאלעסי אז נירסינג האומס מיזן אנעמען קעראנע אנגעשטעקטע פאציענטן האט ציגעברענגט, מערע פאלעטישנס פון ביידע זייטן האבן שון געריפן אז מען זאל אוועק נעמען זיין מאכט וואס מען האט עם געשאנקען ציליב קאוויד. און געוויסע רעכטע פאלעטישנס האבן שוין געריפן אז ער זאל ריזיינען.
- צוגעלייגטע
-
- 17.jpg (55.34 KiB) געזעהן 2296 מאל
-
- 30.jpg (75.26 KiB) געזעהן 2296 מאל
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.
- פעיק ניוז
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13755
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
אין מיינע אויגן איז דער סקאנדאל אז ער האט גוט געוואוסט וואס עס גייט פאר און דאך ווייטער אינפארסירט זיין פאליסי, פיל א גרעסערער סקאנדאל פון דאס באהאלטן די נומערן.
דאס רופט זיך אין מיין שפראך "א מערדער".
דאס רופט זיך אין מיין שפראך "א מערדער".
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
פעיק ניוז האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער סקאנדאל אז ער האט גוט געוואוסט וואס עס גייט פאר און דאך ווייטער אינפארסירט זיין פאליסי, פיל א גרעסערער סקאנדאל פון דאס באהאלטן די נומערן.
דאס רופט זיך אין מיין שפראך "א מערדער".
בשעת מעשה איז יעדער געווען פארלוירן און נישט געוויסט ווי זאכן וועלן זיך אויסשטעלן. מ'האט ערנסט מורא געהאט אז שפיטעלער וועלן ווערן איבערגעפילט און זאכן וועלן גיין אוט אוו קאנטראל. מ'וואלט נאך געקענט האבן עפעס א לימוד זכות אויף אים (איי פארוואס האט ער נישט געוואלט ניצן די שפיטאל שיף אדער די זשאוויטס סענטער? קשיא). יעצט אז מ'ווערט געוואר פון די קאוועראפ איז סאך שווערער אים צו פארענטפערן.
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום זונטאג פאברואר 14, 2021 4:16 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1795
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
געוועזענער גאווערנאר פאטאקי פארלאנגט אז מען זאל ארויסווארפן קאומא'ן.
- פעיק ניוז
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13755
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
@דריידל: דיין קשיא אין ברעקעדס איז דאך הימל שרייענד שטארק. דיער איז נאו עקסקיוז פאר דעם.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2548
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
איך האב היינט איבערגעקוקט די ווידעא ווי דער דל גאה זאגט "גאט האט דאס נישט געטאן, האפענונג האט דאס נישט געטאן, מיר האבן דאס געטאן", ווען כ'האב באמערקט א שטיקל וואס כ'האב נישט געדענקט בעפאר "די נומערן זענען נידריג, ווייל מיר האבן דאס געהאלטן נידריג". ניבא ולא ידע מה ניבא...
פיין האט ער געהאלטן די נומערן נידריג
פיין האט ער געהאלטן די נומערן נידריג
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...
- אייגנארטיג
- שר חמש מאות
- תגובות: 610
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
אוי וועט נאך געמאכט ווערן צימעס פון דעם קליפ!!
הא הא וועלן זיינע קעגנער זיך פארסמאקעווען
הא הא וועלן זיינע קעגנער זיך פארסמאקעווען
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
דריידל האט געשריבן:איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....
גראדע האלט איך פארקערט, דאס וואס טראמפ האט נישט עקסעס צו טוויטער האט געלייגט קאומאו אין דער ערד, די מידיע איז נישט ביזי מיט טראמפ האבן זיי צייט אים צו שינדן די הויט.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
דממה דקה האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....
גראדע האלט איך פארקערט, דאס וואס טראמפ האט נישט עקסעס צו טוויטער האט געלייגט קאומאו אין דער ערד, די מידיע איז נישט ביזי מיט טראמפ האבן זיי צייט אים צו שינדן די הויט.
נחמתנו. קען מען שוין רואיג זאגן גם זו לטובה
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
יא ווען טראמפ איז יעצט נאך אין אפיס וואלט קיינמאל קיין סקאנדאל געווען, קאומאס גאנצע פאפאלירטקייט איז נאר געקימען ווייל מען האט געוואלט אראפ האקן טראמפ ווי צי ווייזן אז קיק ווי גיט קאומא פירט און אז טראמפ ווייסט נישט ווי אזוי צו פירן.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
למעשה. ווען שליידערט מען אים אריין אין תפיסה?
- וואס עפעס?
- שר האלפיים
- תגובות: 2339
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
געווען א היימישע אינגערמאן וואס האט נורסינג האום׳ס און איז געגאנגען פרעגן ביי ר׳ שמואל קמנצקי שליטא וואס ער זאל טוהן , ר׳ שמואל האט אים געזאגט אז ער טאר נישט פאלגן די קאומא פאליסי אפילו אז מען שפארט אפ זיין ביזנעס
למעשה איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט געהאט טויטע
למעשה איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט געהאט טויטע
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr
בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן
צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html
Credit: Donald Trump Jr
בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן
צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html
-
- שר מאה
- תגובות: 193
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:56 am
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
דממה דקה האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....
גראדע האלט איך פארקערט, דאס וואס טראמפ האט נישט עקסעס צו טוויטער האט געלייגט קאומאו אין דער ערד, די מידיע איז נישט ביזי מיט טראמפ האבן זיי צייט אים צו שינדן די הויט.
וועלכע מידיע? (חוץ פאקס) די מעין סטרים מידיע רעדט פון אלעס חוץ דעם
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
א ליכטיגע איד האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....
גראדע האלט איך פארקערט, דאס וואס טראמפ האט נישט עקסעס צו טוויטער האט געלייגט קאומאו אין דער ערד, די מידיע איז נישט ביזי מיט טראמפ האבן זיי צייט אים צו שינדן די הויט.
וועלכע מידיע? (חוץ פאקס) די מעין סטרים מידיע רעדט פון אלעס חוץ דעם
CNN
The story keeps getting worse for Andrew Cuomo on Covid-19
https://www.cnn.com/2021/02/12/politics ... index.html
צוריק אין אקטאבער
https://www.cnn.com/2020/10/01/politics ... index.html
---
נ.י. טיימס
https://www.nytimes.com/2021/02/12/nyre ... cuomo.html
---
NBC
https://www.nbcnews.com/news/us-news/cu ... t-n1257643
----
Washington post
Opinion: If Andrew Cuomo doesn’t resign, he should be removed from office
https://www.washingtonpost.com/opinions ... ed-office/
https://www.washingtonpost.com/nation/2 ... ronavirus/
https://www.washingtonpost.com/health/n ... story.html
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
איך פארשטיי אז א קאווער אפ אין אמעריקע איז א פראבלעם, אבער וואס וואלט עס אויסגעמאכט הלכה למעשה? אין אנדערע ווערטער איך כאפ נאך נישט געהעריג וואס די סקאנדאל איז, איז עס פלעין די ליגענט?
- פעיק ניוז
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13755
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
פאלעסיידס האט געשריבן:איך פארשטיי אז א קאווער אפ אין אמעריקע איז א פראבלעם, אבער וואס וואלט עס אויסגעמאכט הלכה למעשה? אין אנדערע ווערטער איך כאפ נאך נישט געהעריג וואס די סקאנדאל איז, איז עס פלעין די ליגענט?
פעיק ניוז האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער סקאנדאל אז ער האט גוט געוואוסט וואס עס גייט פאר און דאך ווייטער אינפארסירט זיין פאליסי, פיל א גרעסערער סקאנדאל פון דאס באהאלטן די נומערן.
דאס רופט זיך אין מיין שפראך "א מערדער".
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
פעיק נעם מיך צאם די סטארי לויט די דעיטס בערך איז אויך גוט
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
וואס איז א חילוק ווי די מענטשען זענען געגאנגען רח"ל , האט ער געשריבען אז זיי זענען געגאנגען אין האספיטעל אנשטאט אין נורסינג האום? האט ער בכלל נישט ריפארטעט אסאך פאטאליטעטען? וויאזוי קען מען טון אזא זאך? ווייסט מען פארוואס ער האט נישט פלאצירט אין שפיטאל שיף טאקע? וואס זאגט ער די תירוץ
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
פאלעסיידס האט געשריבן:איך פארשטיי אז א קאווער אפ אין אמעריקע איז א פראבלעם, אבער וואס וואלט עס אויסגעמאכט הלכה למעשה? אין אנדערע ווערטער איך כאפ נאך נישט געהעריג וואס די סקאנדאל איז, איז עס פלעין די ליגענט?
הטרם תדע אז אין אמעריקא איז 'ליגנט' די גרעסטע עבירה?!
איך געדענק ביי די קלינטאן סקאנדאל האט מען אזוי געזאגט, זיין גאנצע עבירה איז נישט געווען די עצם עבירה, נאר די ליגנט וואס ער האט געלייקנט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
מי יודע האט געשריבן:פאלעסיידס האט געשריבן:איך פארשטיי אז א קאווער אפ אין אמעריקע איז א פראבלעם, אבער וואס וואלט עס אויסגעמאכט הלכה למעשה? אין אנדערע ווערטער איך כאפ נאך נישט געהעריג וואס די סקאנדאל איז, איז עס פלעין די ליגענט?
הטרם תדע אז אין אמעריקא איז 'ליגנט' די גרעסטע עבירה?!
איך געדענק ביי די קלינטאן סקאנדאל האט מען אזוי געזאגט, זיין גאנצע עבירה איז נישט געווען די עצם עבירה, נאר די ליגנט וואס ער האט געלייקנט
נישט ריכטיג, די גרעסטע עבירה איז "מודה זיין" אז מען האט געזאגט ליגענט.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
וואס עפעס? האט געשריבן:געווען א היימישע אינגערמאן וואס האט נורסינג האום׳ס און איז געגאנגען פרעגן ביי ר׳ שמואל קמנצקי שליטא וואס ער זאל טוהן , ר׳ שמואל האט אים געזאגט אז ער טאר נישט פאלגן די קאומא פאליסי אפילו אז מען שפארט אפ זיין ביזנעס
למעשה איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט געהאט טויטע
איז דאס געווען אפשענעל אין מען האט נישט געמוזט פאלגן?
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
Jobless האט געשריבן:למעשה. ווען שליידערט מען אים אריין אין תפיסה?
קען איך שוין אויך קוים ווארטן
א פרעכער יונג
מי ה' האט ער געזאגט אזוי ווי פרעה, נו נו, מען ווייסט וואס איז למעשה געווארן מיט פרעה
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
די מערסטע געפעלט מיר ווי קאומא האט אלעס ארויפגעווארפן אויף טראמפ..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2496
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל
ער האט שוין געטראפן די עכטע שולדיגע.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם און 7 געסט