קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:27 am

הר גריזים האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:יאפ עס זעהט ערענסט אויס אז ער וועט דארפען אפפיצען פון אמט.

דו רעדסט ערנסט אדער בלויז א וואונטש וואס דו ווילסט ס׳זאל געשען?

(כ׳אב נישט קיין אהנונג וואס די נייע סקאנדאל איז און נישט קיין צוטריט צו קיין גויאישע נייעס)

איך וויל שטארק אזוי, אבער עס הייבט אן מער אין מער ווערען ערנסט איך קען עס שוין זעהן געשען, זייט די נייע סקאנדאל פון וואס די רעדסט איז שוין ארויסגעקומען נאך א סקאנדאל פון די זעלבע סארט.

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך א פיינע מענטש » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:58 am

כי נפול תפול לפניו עודם.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:45 am

VIN NEWS איינע פון די א. ג. שופרות פון יהדות אמעריקא איז ארויסגעקומען מיט אן אפ עד ווי זיי פארלאנגן אז קאומא מוז גיין. זיי ברענגען ארויס אז ער האט עובר געווען אויף די ג' חמורות - ע"ז ווייל ער האט פראקלאמירט אז ג-ט האט נישט אראפגעברענגט די ראטעס נאר ער מיט זיינע פאליסיס עפ"ל (נישט עכט ע"ז, אבער שוין), גילוי עריות זאגן זיי אז ס'דא עפעס א סקאנדאל (זעהט אויס איניסענט אנטיל פראווען גילטי איז פארבליבן בלויז אין די היסטארי בוקס) און שפיכת דמים, ווייל ער איז שולדיג אין די טויזענטע נורסינג האום טויטע.

דעריבער, פירן זיי אויס די פורים תורה, ווילן זיי מקיים זיין לא תגורו מפני איש און פארלאנגן די גאווערנער זאל זאפארט פאקן פעק און רעזיגנירן.

אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך געשמאקע קוקיס » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:58 am

I like how k.m. Report the new scandals
.......

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך ישרן » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:58 am

דריידל האט געשריבן:VIN NEWS איינע פון די א. ג. שופרות פון יהדות אמעריקא איז ארויסגעקומען מיט אן אפ עד ווי זיי פארלאנגן אז קאומא מוז גיין. זיי ברענגען ארויס אז ער האט עובר געווען אויף די ג' חמורות - ע"ז ווייל ער האט פראקלאמירט אז ג-ט האט נישט אראפגעברענגט די ראטעס נאר ער מיט זיינע פאליסיס עפ"ל (נישט עכט ע"ז, אבער שוין), גילוי עריות זאגן זיי אז ס'דא עפעס א סקאנדאל (זעהט אויס איניסענט אנטיל פראווען גילטי איז פארבליבן בלויז אין די היסטארי בוקס) און שפיכת דמים, ווייל ער איז שולדיג אין די טויזענטע נורסינג האום טויטע.

דעריבער, פירן זיי אויס די פורים תורה, ווילן זיי מקיים זיין לא תגורו מפני איש און פארלאנגן די גאווערנער זאל זאפארט פאקן פעק און רעזיגנירן.

ניין נישט עכט ע"ז נאר פעיק. כמיין סך הכל כפירה, מקען מיינען...
אומגלויבליך וואספארא קרומע קעפ דרייען זיך דא

אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך געשמאקע קוקיס » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:07 pm

געשמאקע קוקיס האט געשריבן:I like how k.m. Report the new scandals
.......

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/34989

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:35 pm

ישרן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:VIN NEWS איינע פון די א. ג. שופרות פון יהדות אמעריקא איז ארויסגעקומען מיט אן אפ עד ווי זיי פארלאנגן אז קאומא מוז גיין. זיי ברענגען ארויס אז ער האט עובר געווען אויף די ג' חמורות - ע"ז ווייל ער האט פראקלאמירט אז ג-ט האט נישט אראפגעברענגט די ראטעס נאר ער מיט זיינע פאליסיס עפ"ל (נישט עכט ע"ז, אבער שוין), גילוי עריות זאגן זיי אז ס'דא עפעס א סקאנדאל (זעהט אויס איניסענט אנטיל פראווען גילטי איז פארבליבן בלויז אין די היסטארי בוקס) און שפיכת דמים, ווייל ער איז שולדיג אין די טויזענטע נורסינג האום טויטע.

דעריבער, פירן זיי אויס די פורים תורה, ווילן זיי מקיים זיין לא תגורו מפני איש און פארלאנגן די גאווערנער זאל זאפארט פאקן פעק און רעזיגנירן.

ניין נישט עכט ע"ז נאר פעיק. כמיין סך הכל כפירה, מקען מיינען...
אומגלויבליך וואספארא קרומע קעפ דרייען זיך דא

טעיק איט איזי, גראדער קאפ.
איך וויל נישט בארעכטיגן וואס ער האט געזאגט ווייל ס'הערט זיך ווי כפירה (און איך מיין אז ער איז באמת א כופר) אבער טאמער טראכט מען גוט אריין איז עס נישט אזוי פשוט אז דאס וואס ער האט געזאגט וועגן קאוויד איז כפירה. (ווען איינער זאגט אז דאקטאר פלוני האט אים געראטעוועט פון טויט איז עס כפירה?) פינקטלעך וויפול א מענטש האט א בחירה צו טון גוטס אדער שלעכטס איז א גרויסע מחלוקת ראשונים טאמער ווילסטי אריינגיין אין א שמועס איבער וואס איז כפירה קען מען עס אויסשמועסן ערגעץ אנדערש, אבער די אשכול איז נישט די פלאץ דערפאר. טאמער ביסטי אויפגעוואקסן אז איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר איז א כופר, דאן הייב איך הענט.

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קארן » זונטאג פאברואר 28, 2021 12:56 pm

ווען ער זאל זאגן סתם וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, נא, קען מען זיך טענהן, אבער ער האט געהאלטן און איין איבערזאגן, אז נאר ער און נישט גאט!!! עפרא לפומיה.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 28, 2021 1:08 pm

איך ציטער אז ס'וועלן נאך ארויסקומען אזויפיל סקאנדאלן אויף אים אז ער וועט גאר ווערן א רחמנות

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג פאברואר 28, 2021 1:10 pm

דריידל האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:VIN NEWS איינע פון די א. ג. שופרות פון יהדות אמעריקא איז ארויסגעקומען מיט אן אפ עד ווי זיי פארלאנגן אז קאומא מוז גיין. זיי ברענגען ארויס אז ער האט עובר געווען אויף די ג' חמורות - ע"ז ווייל ער האט פראקלאמירט אז ג-ט האט נישט אראפגעברענגט די ראטעס נאר ער מיט זיינע פאליסיס עפ"ל (נישט עכט ע"ז, אבער שוין), גילוי עריות זאגן זיי אז ס'דא עפעס א סקאנדאל (זעהט אויס איניסענט אנטיל פראווען גילטי איז פארבליבן בלויז אין די היסטארי בוקס) און שפיכת דמים, ווייל ער איז שולדיג אין די טויזענטע נורסינג האום טויטע.

דעריבער, פירן זיי אויס די פורים תורה, ווילן זיי מקיים זיין לא תגורו מפני איש און פארלאנגן די גאווערנער זאל זאפארט פאקן פעק און רעזיגנירן.

ניין נישט עכט ע"ז נאר פעיק. כמיין סך הכל כפירה, מקען מיינען...
אומגלויבליך וואספארא קרומע קעפ דרייען זיך דא

טעיק איט איזי, גראדער קאפ.
איך וויל נישט בארעכטיגן וואס ער האט געזאגט ווייל ס'הערט זיך ווי כפירה (און איך מיין אז ער איז באמת א כופר) אבער טאמער טראכט מען גוט אריין איז עס נישט אזוי פשוט אז דאס וואס ער האט געזאגט וועגן קאוויד איז כפירה. (ווען איינער זאגט אז דאקטאר פלוני האט אים געראטעוועט פון טויט איז עס כפירה?) פינקטלעך וויפול א מענטש האט א בחירה צו טון גוטס אדער שלעכטס איז א גרויסע מחלוקת ראשונים טאמער ווילסטי אריינגיין אין א שמועס איבער וואס איז כפירה קען מען עס אויסשמועסן ערגעץ אנדערש, אבער די אשכול איז נישט די פלאץ דערפאר. טאמער ביסטי אויפגעוואקסן אז איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר איז א כופר, דאן הייב איך הענט.

װאס רעדסטו דא?? ער האט קלאר געזאגט אז ס׳האט נישט קײן שײכות מיט גאט עפ״ל,

דאס אז ער איז א כופר איז מיר בכלל נישט קײן חידוש, אבער צו רעדן אזױ בפומבי אלץ גאװערנער פון נ.י., פאר דעם ברױך מען שױן האבן א געװאלדיגע מאס גרױליגע חוצפה.

און צו זאגן א װאך דארױף װען די ראטעס גײען ארױף, אז דא איז שױן יא גאט שולדיג עפ״ל, דא קומט שױן ארײן א שרעקליכע היפאקראטיע אױך..

דאס אלעס װײזט סה״כ װאס פאר א נידריגע פארשױן דער איז, אז זײן גרױליגע איגאו פירט אים אינגאנצן אראפ פון די נארמאלע רעלסן

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 28, 2021 1:11 pm

בקיצור, יעדער איז מודה אז ער איז א כופר. קען מען סטאפן די דיסקושען?

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג פאברואר 28, 2021 3:28 pm

דריידל האט געשריבן:בקיצור, יעדער איז מודה אז ער איז א כופר. קען מען סטאפן די דיסקושען?

מסכים

פאר יא עניטינג

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך zugurnish » זונטאג פאברואר 28, 2021 3:39 pm

בילבורד אויף א האייוויי 787
צוגעלייגטע
M-Vv4X7Q.jpg
M-Vv4X7Q.jpg (37.96 KiB) געזעהן 1709 מאל

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך זיסע פיש » זונטאג פאברואר 28, 2021 3:48 pm

נאך דעם וואס די מידיע האמערט די לעצטע פאר טעג איבער די סקאנדאלען וואס קאומא'ס ארבייטארער'ס באשילדיגן עם, האט קאומא געמאלדן אז ער גייט באשטעטיגן א געוועזענע דזשאדזש וואס האט אמאל געארבעט פאר עם אויס צו פארשן די באשלדיגען א קעגען עם, אבער פילע פאלעטישנס רעפובליקין און דעמיקראטישע צוגלייך, האבן געזאגט אז אזא אויספאשונג איז גאנישט ווערט וויבאלד יענער איז גיט מיט קאומא, האט למעשה קאומא זיך געבראכן און געזאגט אז ער באשטימט די ניו יארק א.ג. דזשעימס זאל אנפירן די אויספארשונג, (ליטישע דזשעימס ווערט באטראכט דאריך פולע אלס א קאנדידאט פאר גאווענער אקעגען קאומא, איז צו גלייבן אז זי וועט קענען באשטיין צו טרעפן קאומא שולדיג און דעם).
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 28, 2021 6:55 pm

טוט זיך הימל און ערד און קאמאו.

נאך די נייע אומאראלישע סקאנדאלן וואס זענען ארויסגעקומען אויף קאמאו, האט די אטורני זשנערעל זשעימס פארלאנגט רשות אויסצופארשן. קאמאו האט צו ערשט ארויסגעלייגט א פלאן צו עפוינטן א געוועזענע ריכטער אלס אויספארשער, אבער זשעימס האט דאס אפגעווארפן. נאכדעם האט ער פארגעשלאגן אז זשעימס צוזאמען מיטן טשיעף זשאסטיס פונעם סטעיט ס.ק. זאלן צוזאמען עפוינטען א אויספארשער, אבער זשעימס האט דאס אפגעווארפן זאגנדיג "אז זי איז די איינציגסטע עלעקטעד אטורני זשנערעל אינעם סטעיט, און זי דארף האבן די טאטאלע רעכט עס אויסצופארשן".

--------------------

קומט זיך אים ערליך...
מיר אידן דארפן נאר זיכער מאכן נישט ארויסצווייזען עקסטערע פרייד, "בנפול אויבך אל תשמח", און ספעציעל מיט דעם קאמאו..

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך טישטוך » זונטאג פאברואר 28, 2021 7:04 pm

לאמיר נישט פארגעסן אז א קאומאָ רעזיגנאציע קען אריינפירן פון תזריע קיין מצורע... ביזדערווייל איז ער געווען א אידן פריינט (ביז קאָוויד) און זיינע שונאים זענען לאו דוקא וואוילטעטיגע...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 28, 2021 7:25 pm

קומט זיך אסאך קרעדיט פאר פאקס ניוז וועלכע האט אין די לעצטערע וואכן געהאמערט נאכאנאנד איבער די קאומא סקאנדעל בעת וואס די א.ג. מעין סטריעם מידיא האט עס קוים געקאווערט

למעשה האט זייער נאכנאנדיגע אטאקעס ענדליך אנגעהויבן שלאגן ווארצלען

איין מוסר השכל קען מען ארויסנעמען פון די גאנצע זאך
על דאפטת מטפייך
וד"ל
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך פרא-חסיד » זונטאג פאברואר 28, 2021 7:29 pm

קרייסלער האט געשריבן:קומט זיך אסאך קרעדיט פאר פאקס ניוז וועלכע האט אין די לעצטערע וואכן געהאמערט נאכאנאנד איבער די קאומא סקאנדעל בעת וואס די א.ג. מעין סטריעם מידיא האט עס קוים געקאווערט

למעשה האט זייער נאכנאנדיגע אטאקעס ענדליך אנגעהויבן שלאגן ווארצלען

איין מוסר השכל קען מען ארויסנעמען פון די גאנצע זאך
על דאפטת מטפייך
וד"ל

יא יא, גוט געזאגט. אבער ווער ווייסט צו דער נייער וועט זיין בעסער?
רעכטע = פיינט אידן
לינקע = פיינט אידישקייט

הֲלוֹא מְשַׂנְאֶיךָ ה׳ אֶשְׂנָא וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:07 pm

קוים א האלבע יאר צוריק האט דער דל גאה גע'רודפ'ט כלל ישראל און מ'האט געציטערט וויאזוי ער גייט אונז באהאנדלן אלס פרעזידענט אין 2024. יעצט קעמפט ער צו האלטן זיין זיץ אלס גאווערנאר...

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג פאברואר 28, 2021 10:17 pm

טישטוך האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן אז א קאומאָ רעזיגנאציע קען אריינפירן פון תזריע קיין מצורע... ביזדערווייל איז ער געווען א אידן פריינט (ביז קאָוויד) און זיינע שונאים זענען לאו דוקא וואוילטעטיגע...

ווענד זיך וואספארא שונאים נעם אזא איינעם ווי טיש דזשעמס זי האט זייער נאנטע באציאונגען מיט די היימישע קאמיונעטי.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך פליגל » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:18 pm

אירע אגענדעס זענען שרעקליך לינקער ווי קאומאו'ן, און עס'ז קיינמאל קיין געווינס צו האבן אזוינס ביי די פירערשאפט. זאל ער אויסדינען זיין טערמין און עס זאל דינען אלס א לעססען וועמען מ'ברויך אריינוועלן אים ממלא מקום צו זיין נאך זיין טערמין.
נאט אייך א גרינע...


דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:25 pm

קרייסלער האט געשריבן:קומט זיך אסאך קרעדיט פאר פאקס ניוז וועלכע האט אין די לעצטערע וואכן געהאמערט נאכאנאנד איבער די קאומא סקאנדעל בעת וואס די א.ג. מעין סטריעם מידיא האט עס קוים געקאווערט

למעשה האט זייער נאכנאנדיגע אטאקעס ענדליך אנגעהויבן שלאגן ווארצלען

איין מוסר השכל קען מען ארויסנעמען פון די גאנצע זאך
על דאפטת מטפייך
וד"ל

ס'שטינקט שוין אזוי אז סי ען ען דעקט דאס שוין אויך. כאטש ס'סאך שוואכער ווי א רעפאבליקאנער סקאנדאל אבער בעסער ווי גארנישט

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג פאברואר 28, 2021 11:30 pm

פאקס ניוז? אויב עפעס ניו יארק פאוסט.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מארטש 01, 2021 12:00 am

פאקס ניוז האט עס געגעבן זייער אסאך קאוועריזש יעדן איינציגן טאג און זיי זענען די גרעסטע קעביל ניוז נעטווארק, נ.י. פאוסט איז א שיבוש קעגן זיי
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג מארטש 01, 2021 11:48 am

די וואשינגטאן פאוסט אין אן אפיניאן ארטיקל שרייבט היינט אז עס איז מער נישט קיין פראגע ״אויב״ נאר ענדערש ״ווען״ קאמאו וועט זיין געצווינגען צו רעזיגנירן.


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט