קאומא'ס נוירסינג האום סקאנדאל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

טראוועי
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך טראוועי » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:58 pm

מי יודע האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:איך פארשטיי אז א קאווער אפ אין אמעריקע איז א פראבלעם, אבער וואס וואלט עס אויסגעמאכט הלכה למעשה? אין אנדערע ווערטער איך כאפ נאך נישט געהעריג וואס די סקאנדאל איז, איז עס פלעין די ליגענט?

הטרם תדע אז אין אמעריקא איז 'ליגנט' די גרעסטע עבירה?!
איך געדענק ביי די קלינטאן סקאנדאל האט מען אזוי געזאגט, זיין גאנצע עבירה איז נישט געווען די עצם עבירה, נאר די ליגנט וואס ער האט געלייקנט

די קשיא איז פארוואס האט ער געדארפט זאגן ליגענט ? אלא מאי גאר עפעס אנדערזש איז דא באהאלטן....

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:16 pm

דריידל האט געשריבן:איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....


כאפסט נישט, ווען טראמפ וואלט געהאט עקסעס צו טוויטער וואלטן זיי געווען פארנומען צו דורכלערנען שיעור עיון יעדע טוויט זיינע

יעצט אז זיי האבן נישט וואס צו קאוועקן בליקן זיי אריין אין די קאנסערוואטיווע קארידארן צו דערשנאפן עפעס א סקאנדליעזע נייעס

אגב די סקאנדאל פון די נוירסינג האומס איז באלד אזוי אלט ווי קאראנע נאר די מידיא איז געווען פארנומען צו בויען די נעראטיוו אז די פרעזידענט איז שולדיג אין די קאראנע פאטאליטעטן און קינג קאומא איז גאר א הירא

אבער יעצט אז די פרעזידענט איז קאטשע קאדאשים און מ'טאר אים נישט קריטיקירן נעמט אפיר באין ברירה דעם שעיר לעזאזל
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:22 pm

חברה! בוקמארק דעי אשכול און באגלייטס די דעוועלאפמענטס ביז קאומאס ענדגילטיגע רעזיגנאציע

---------
אין אנדערע נייעס איז דער געוועזענער גאווענאר פאטאקי געווארן שטארק אקטיוו לעצטענס אויף א רייע אינטערוויאס ווי מ'וויל הערן זיין פרעספעקטיוו אויף קאראנע אין ניו יארק און די שטאט בכלליות

מאנכע האבן שוין געליפטערט שפעקולאציעס אז וועט לויפן נאכאמאל פארן גאווענער שטיל, און יעצט מיט קאומאס סומאטאכע איז מער מעגליך ווי קיינמאל בעפאר
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:37 pm

טיש דשעימס האט לכאורה אויך די אויגען אויף די פאזיציע.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:47 pm

דממה דקה האט געשריבן:טיש דשעימס האט לכאורה אויך די אויגען אויף די פאזיציע.


זי גייט נישט באקומען מיין וואוט נאך וואס זי האט געטוהן פאר b&h
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:55 pm

קרייסלער האט געשריבן:חברה! בוקמארק דעי אשכול און באגלייטס די דעוועלאפמענטס ביז קאומאס ענדגילטיגע רעזיגנאציע

---------
אין אנדערע נייעס איז דער געוועזענער גאווענאר פאטאקי געווארן שטארק אקטיוו לעצטענס אויף א רייע אינטערוויאס ווי מ'וויל הערן זיין פרעספעקטיוו אויף קאראנע אין ניו יארק און די שטאט בכלליות

מאנכע האבן שוין געליפטערט שפעקולאציעס אז וועט לויפן נאכאמאל פארן גאווענער שטיל, און יעצט מיט קאומאס סומאטאכע איז מער מעגליך ווי קיינמאל בעפאר

יא, ס'דא ערענסטע פלענער דערפאר. אזוי הערט מען.

שטעלט ענק פאר, ניו יארק און צוויי יאר פון יעצט, מיט פאטאקי גאווארנער און טראמפ דזשוינער מעיאר...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:06 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:טיש דשעימס האט לכאורה אויך די אויגען אויף די פאזיציע.


זי גייט נישט באקומען מיין וואוט נאך וואס זי האט געטוהן פאר b&h

וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט די מעשה?

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:14 pm

איך האלט נישט אז קאומא דארף פארשיקט ווערן צוליב דעם פאליסי. ער האט פאקטיש דאס געטון אין פאניק וועלנדיג האלטן די שפיטעלער אין די ראמען. קיינעם קען מען נישט פראסעקיוטען פאר קאראנע פאליסיס, נישט טראמפ און נישט קאומא.

מיין מיינונג.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:16 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט נישט אז קאומא דארף פארשיקט ווערן צוליב דעם פאליסי. ער האט פאקטיש דאס געטון אין פאניק וועלנדיג האלטן די שפיטעלער אין די ראמען. קיינעם קען מען נישט פראסעקיוטען פאר קאראנע פאליסיס, נישט טראמפ און נישט קאומא.

מיין מיינונג.


אבער ווען די שטויב האט זיך געזעצט און ער איגנארירט די זשעלי אין זיין קאפ און גייט מיטן קאפ אין וואנט קומט זיך אים עס ערליך
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:24 pm

יעדער האט געטרייט ארויסצוקומען קליען.

די שאלה איז ווען האט ער זיך דערוואוסט אז ס'צרות, און צי ער האט צוריקגעצויגן אדער געלאזט ווייטער שטארבן.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:28 pm

די נורסינג האום פאליסי האט נישט געמאכט קיין סענס מעיקרא, אפילו אין פאניק.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:35 pm

קאומא איז ביזי געווען שרייבן א בוך ווי סוקסעספול ער איז געווען אין די זעלבע צייט וואס ער האט קלאר געוויסט אז ס'איז ווייט פון פארביי

קואמא האט געהאט די גאטס צו טייטלן פינגערס אויף טראמפ איז ער איז זאגאר שולדיג איבער ניו יארק

קאומא האט געפאסט באשלוסן לויט זיין מיינונג און בענעפיט, אדער ווי ער קען ווייזן פאר טראמפן און דיבלאזיא, עי' ערך די סקולס

קאומא האט נישט געפאסט זיך אראפצוזעצן מיט א שטייגער ווי פלארידא גאווענאר צו דורכשמועסן סוקסעספולע קאמען סענס אפראטש צו באקעמפן די וויירוס, נאר אנשטאט אויסגענוצט די געלעגענהייט פון פראקטיצירן אני אמלוך

פאר אזא איינעם קומט זיך נישט די בענעפיט אוו די דאבט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:39 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעדער האט געטרייט ארויסצוקומען קליען.

די שאלה איז ווען האט ער זיך דערוואוסט אז ס'צרות, און צי ער האט צוריקגעצויגן אדער געלאזט ווייטער שטארבן.

עס איז נישט שווער צו געדענקען ווי קאומאו האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע, טראץ וואס וואס מען האט שוין דעמאלט געשריגן, אז מענטשן שטארבן דארט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:45 pm

א ליכטיגע איד האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איי, ווען טראמפ וואלט יעצט געהאט עקסעס צו טוויטער....

גראדע האלט איך פארקערט, דאס וואס טראמפ האט נישט עקסעס צו טוויטער האט געלייגט קאומאו אין דער ערד, די מידיע איז נישט ביזי מיט טראמפ האבן זיי צייט אים צו שינדן די הויט.

וועלכע מידיע? (חוץ פאקס) די מעין סטרים מידיע רעדט פון אלעס חוץ דעם

וואס הייסט?

ר' יענקל דער טעפליקער היינט אין זיין וועכנטליכער שיעור "דער מצב פון דעם פאראייניגונג [לאנד]" האט אראפגעריסן קואמא און אים געלייגט אין איין בחינה מיט טראמפ לגבי אביוזן מאכט.

----------

דממה דקה האט געשריבן:טיש דשעימס האט לכאורה אויך די אויגען אויף די פאזיציע.

איך האף אזוי.

מיט אנדערע - נישט עסקנים פארבינדעטע - קאנדידאטן וואס וואלטן געווארן גאווערנאר, קענען מיר זיין אויף געהאקטע צרות.

(איך רעד נישט פון קיין רעפאליקאנער, און קיינער זאל נישט מיינען אז א רעפאליקאנער וועט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק ווי לאנג טראמפ איז דער מנהיג פון זיי.)
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג פאברואר 14, 2021 9:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:46 pm

ר' יענקל טעפליקער... נאט בעד..
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:49 pm

קרעדיט: טשאדעלע באדעלע דאכציך, נישט 100%, אבער מיינס איז עס זיכער נישט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:03 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט נישט אז קאומא דארף פארשיקט ווערן צוליב דעם פאליסי. ער האט פאקטיש דאס געטון אין פאניק וועלנדיג האלטן די שפיטעלער אין די ראמען. קיינעם קען מען נישט פראסעקיוטען פאר קאראנע פאליסיס, נישט טראמפ און נישט קאומא.

מיין מיינונג.

פראסעקיוטען ווייס איך נישט, אבער פליען זאל ער פון זיין בענקל דער גל גאה און מערדער

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:07 pm

וואלט מיך נישט געשטערט אז קאמאו פליט צוזאמען מיט זיין גאוה אינאיינעם..
אין חד גדיא זאל ער אבער נאר גייען צוזאמען מיט טראמפ.

---------------

די חלומות פון א רעפובליקאנער גאווערנער/מעיאר דא, זענען נאר דאס, חלומות!
ווי @צל זאגט, ווילאנג א רעפובליקאנר גייט זיך דארפן אינדענטיפיצירן מיט טראמפ, גייט ער קיין נוי יארק מעיאר/גאווענער רעיס נישט געוואונען.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:15 pm

מ'קען מיינען טראמפ איז שולדיג אז ניו יארק'ס פאפולאציע באשטייט פון עטליכע מאל אזויפיל ליבעראלן ווי קאנסערוואטיוון.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:18 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט נישט אז קאומא דארף פארשיקט ווערן צוליב דעם פאליסי. ער האט פאקטיש דאס געטון אין פאניק וועלנדיג האלטן די שפיטעלער אין די ראמען. קיינעם קען מען נישט פראסעקיוטען פאר קאראנע פאליסיס, נישט טראמפ און נישט קאומא.

מיין מיינונג.

וואס שפיטעלער אין די ראמען? האמיר געהאט דא א שפיטאל שיף וועלכע טראמפ האט אהערגעשיקט אויף די פארלאנג פון קאומא, און... ניטאמאל גענוצט געווארן, דוכט זיך ווייניגער ווי הונדערט פאציענטן זענען דארט באהאנדלט געווארן. פארוואס?

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך עומד מן הצד » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:34 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואלט מיך נישט געשטערט אז קאמאו פליט צוזאמען מיט זיין גאוה אינאיינעם..
אין חד גדיא זאל ער אבער נאר גייען צוזאמען מיט טראמפ.

---------------

די חלומות פון א רעפובליקאנער גאווערנער/מעיאר דא, זענען נאר דאס, חלומות!
ווי @צל זאגט, ווילאנג א רעפובליקאנר גייט זיך דארפן אינדענטיפיצירן מיט טראמפ, גייט ער קיין נוי יארק מעיאר/גאווענער רעיס נישט געוואונען.

אויף וואס איז געבויעט די הנחה, אז רעפאבלוקאנער קענען נישט געוואונען און ניו יארק, מיט טראמפ אויפן טיקעט?

רעפאבלוקאנער, קענען סתם אזוי נישט מצליח זיין און ניו יארק, וויבאלד די דאמאקראטן האבן פארכאפט די סיטי,

אויב עפעס, האט טראמפ נאר צוגעברענגט מער וויילער אויפ'ן רעפאבלוקאנע זייט, זינט 2016

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:42 pm

רעבופליקאנער זענען פארשטייטזיך זייער שוואך אין נוי יארק..

אבער נאך א זייער שלעכטע דעמעקראטישע גאווערנער, ווען דאס בירגער איז זייער אויפגעברויזט, קען זיין האפענונגען פאר א מעסיגע קאנדידאט פון די צווייטע פארטיי, אזוי איז עס איבער די גאנצע לאנד, און אויך אין נוי יארק..
און נאך די יעצטיגע קאמאו סקאנדאל, וואלט ווען אפשר געווען האפענונגען פאר א רעפובליקאנער גאווערנער, למעשה אבער מיט טראמפ דער פירער פון די פארטיי, וואס האט זיך אויפגעבויעט איינע פון די גרעסטע בלאק פון שונאים אין יו.עס. היסטערי, ספעציעל אין נוי יארק, גייט עס נישט געשען..
די סעקונדע די רעיס קומט אראפ צו יא טראמפ אדער נישט טראמפ, געווינט דער דעמעקראט אין א לענדסלייד אין נוי יארק, און ווילאנג דער רעפובליקאנער גייט זיך נישט קענען אפשאקלען פון טראמפ קען ער נישט געוואונען...

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:44 pm

פארשטייסטו מיר די זענען אויפגעברויזט אויף טראמפ טראץ וואס ער האט געטון פונקט וואס ער האט געדארפט אבער איין מינוט ער האט דאך געזאגט דעס און יענץ פארשטייט זיך מיט מיין צוגעלייגטע פירוש האט ער דאך געזאגט דאס ארגסטע

אבער קאומאו דער וואס האט בפועל געפירט צו די שחיטה נישט נאר דורך האומםס און צוגאב האט ער געלייגט נוי יארק סיטי פאר כמעט א פרעמענענטע לאק דאון אלס פאר זיין גאוה און פאליטיק האסע צו טראמפ דאס איז עפס וואס מען ברויך פארשטיין

זשאו ביידען'ס אמעריקא

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך שקר » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:45 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:רעבופליקאנער זענען פארשטייטזיך זייער שוואך אין נוי יארק..

אבער נאך א זייער שלעכטע דעמעקראטישע גאווערנער, ווען דאס בירגער איז זייער אויפגעברויזט, קען זיין האפענונגען פאר א מעסיגע קאנדידאט פון די צווייטע פארטיי, אזוי איז עס איבער די גאנצע לאנד, און אויך אין נוי יארק..
און נאך די יעצטיגע קאמאו סקאנדאל, וואלט ווען אפשר געווען האפענונגען פאר א רעפובליקאנער גאווערנער, למעשה אבער מיט טראמפ דער פירער פון די פארטיי, וואס האט זיך אויפגעבויעט איינע פון די גרעסטע בלאק פון שונאים אין יו.עס. היסטערי, ספעציעל אין נוי יארק, גייט עס נישט געשען..
די סעקונדע די רעיס קומט אראפ צו יא טראמפ אדער נישט טראמפ, געווינט דער דעמעקראט אין א לענדסלייד אין נוי יארק, און ווילאנג דער רעפובליקאנער גייט זיך נישט קענען אפשאקלען פון טראמפ קען ער נישט געוואונען...

אזעלעכע שטיסעם צי רעדען איינער האט א פארבלעם מיט טראמפ נאך
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: קאומא'ס נירסינג האום סקאנדאל

תגובהדורך עומד מן הצד » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:00 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:רעבופליקאנער זענען פארשטייטזיך זייער שוואך אין נוי יארק..

אבער נאך א זייער שלעכטע דעמעקראטישע גאווערנער, ווען דאס בירגער איז זייער אויפגעברויזט, קען זיין האפענונגען פאר א מעסיגע קאנדידאט פון די צווייטע פארטיי, אזוי איז עס איבער די גאנצע לאנד, און אויך אין נוי יארק..
און נאך די יעצטיגע קאמאו סקאנדאל, וואלט ווען אפשר געווען האפענונגען פאר א רעפובליקאנער גאווערנער, למעשה אבער מיט טראמפ דער פירער פון די פארטיי, וואס האט זיך אויפגעבויעט איינע פון די גרעסטע בלאק פון שונאים אין יו.עס. היסטערי, ספעציעל אין נוי יארק, גייט עס נישט געשען..
די סעקונדע די רעיס קומט אראפ צו יא טראמפ אדער נישט טראמפ, געווינט דער דעמעקראט אין א לענדסלייד אין נוי יארק, און ווילאנג דער רעפובליקאנער גייט זיך נישט קענען אפשאקלען פון טראמפ קען ער נישט געוואונען...

מיט וואס איז ער מער פארפיינטעט יעצט, ווי פארדעם, זעהסט דאך ער האט פארדינט מער שטימען ווי און 2016?


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: צוקער און 7 געסט