'קענסל קולטור' אין אמעריקע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:37 pm

מטעמים האט געשריבן:איך בין צומישט: איז ניצען היטלער מיט נאציס ״נאר אלס משל״ ווי געטוהן א מיליאן מאל אין די לעצטע פיר יאר יא א פראבלעם אדער נישט?

איך בין נישט צעמישט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:44 pm

למען האמת שפיר איך דא א שטיקעל פליכט אויסצודריקען מיין שטארקע קעגנערשאפט צו @צלס תגובה, יעדער מעג שרייבען וואס מען וויל אבער דיין אבנארמאלע האס צו טראמפ קען בשום אופן נישט זעהן אז טראמפ מיט היטלער האט נישט קיין כי הוא זה שייכות.

חסרונות און נידריגקייט פון טראמפ איז נארמאל צו דעבאטירען נעמען א מענטש וואס איז א הייסע אמעריקאנע פאטריאט און האט געטוהן ווי געזאגט האט מיט היטלער גארנישט און אויב איז ביי דיר יעדע לידער א היטלער דאן איז אבאמא, קענעדי, טשוירטשיל און בוש אויך היטלערס אדער מאסען מערדערס יעדער אין זייער סטייל.

עס איז א נידריגע וועג פון שרייבען, עס ווייזט אויף א קליינע אויסוואל פון וואקביולער און אז די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט ארויסברענגען א פוינט איז נאר מיטען ניצען די מערסט עקסטרעמע משל עוועילעבל אין די מארקעט.

איך שרייב חלילה נישט קעגן דעם ניק צל, ער שיינט מיר צו זיין א ספעציעל חשובע יונגערמאן אבער די ווערטער אויסוואל איז שטארק ראונג און איך האלט אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען.
שרייב שוין עפעס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:49 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:קודם כל, @פעיק ניוז, איך מוז דיר זאגן ישר כח פארן ברענגען וואס זי האט געזאגט.

טענקס.

צום ענין איז אזוי.

איך האלט אז טראמפיזם מיט היטלעריזם זענען גאר גאר ענליך. און איך האלט אז מען וואלט געדארפט קענסלן א נאצי, און אויך להבדיל טראמפ סופער פענס. (די להבדיל איז ווייל דער נאצי איז בעיקר דא געווען על השם ועל משיחו, משא"כ דער טראמפיסט וואס איז דא קעגן אנדערע גרופעס מיט דעם נוסח וואס יענע האבן גענוצט קעגן אונז.)
איך האב אייך נישט פיינט...

אה, און נאך איין זאך, איך האלט אז קענסל קאלטור איז במישרין אדער בעקיפין דער וועג וויאזוי רוב אמעריקע האט די מאכט קעגן דעם מינאריטעט וואס רעגירט צוליב די פרי אינדאסטריעל קאנסטיטוציע, און איז פשוט א אונטערטירל צו דעם אז סוף כל סוף איז רוב פאלק בעל הבית. דו קענסט נישט קענסלען דעם רוב, עס איז אומעגליך.

הייסט אז די קאנסערוואטיוון זענען גאר קענסלערס, און די לינקע זענען פשוט דא זיך נישט צו לאזן. גאט איט?

און די עצה דערצו וואלט געווען איינצופירן דעמאקראטיע אלס די רעגירונג, אנשטאט אז דעמאקראטיע זאל רעגירן דורך קענסל קאלטור.

[דעמאו = פאלק קראטיע = רעגירט.]

זיי רעגירן נישט?

איך ענטפער אויף די דריטע און פערטע חלקים.

די ליבעראלן זענען די וואס האבן דעם קענסעל אפאראט, און דאס איז די איינציגסטע עכטע נאציאנאלע דעמאקראטיע אין אמעריקע. די קאנסערוואטיוון האבן גערימענדערינג אין די האוז, און נאך מער אפעקטיוו דעם עלעקטארל קאלעדזש, און נאך מער אפעקטיוו דעם סענאט, וואס געבט זיי אסאך מער מאכט ווי זייער פראצענט באפעלקערונג.

די דעמאקראטן האבן לעת טאקע דעם סענאט און קאנגרעס, אבער דאס פאדערט שטיצע פון היפש אסאך רעפאליקאנער, וואס מאכט אז דער רוב פאלק קען נישט פירן די רעגירונג כרצונם, און אודאי איז אזוי געווען די לעצטע זעקס צו מער יאר.

אמעריקע איז דאך א "קאנסטיטוציאנאלע רעפאבליק"....

----------

@מטעמים, וואס זאגסטו צו שרייען אויף קואמא נאצי?

קענסט זאגן אז עס איז נאריש, אבער עס איז זיכער נישט אנטיסעמיטיזם.

פונקט ווי דער מיעם
IMG-20210214-WA0032.jpg
IMG-20210214-WA0032.jpg (50.12 KiB) געזעהן 732 מאל
איז זיכער נישט דא אוועקצומאכן 9/11 אדער די רשעות פון בין לאדען.

נאך איין זאך, איך האב אנדערע ווערטער צו נוצן ווי נאצי, אבער דא האט מען דאך גערעדט וועגן קענסלן איינעם פארן פארגלייכן צו נאציזם.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 14, 2021 4:05 pm

לאמיר לייגען זאכען אין קאנטעקסט אן ניצען די ווארט היטלער, בין לאדין אדער נאצי, איי עס איז דא מאנכע וואס טוהען יא אזוי? נו מעגן מיר דען נישט זיין עטוואס נארמאלער?

עס איז פשוט צודרייט צו גיין אויף אזעלכע עקסטרעמיסטישע וועגן.

אויב וואלט איך געשריבען אויף קאומאו די ארגסטע וואלט געוועהן אז זיין נוירסינג היים פאליסי האט דירעקט געפירט צו די טויט פון טויזענטער טויטע דא אין ניו יארק און איך האב אזוי געהאלטען נאך איידער די מעין סטריעם מידיע איז געווארען באורד פון טראמפ און עס אנגעפאנגען קאווערן.

טראמפ באשולדיגט מען אויך אויף נישט גענוג טוהן פאר קאוויד, אבאמא איבער בענגאזי און אייסיס, בוש איבער איראק, קלינטאן איבער ניין עלעווען, רוזעוועלט איבער די אידען ביי די צווייטע וועלט מלחמה און איך מיין אז קיין שום לידער ווערט נישט פארשוינט פון פארנאכלעסיגען אדער פארזעהן גאר וויכטיגע אינפארמאציע בעת ווען עס ליגט ביי אים אין די הענט די מעגליכקייט צו טוישען פאליסי און ראטעווען מענטשען.

וויט אלל דעט ביאינג סעד זענען די אלע מענטשען נישט קיין מאסען מערדערס זייער אחריות איז נאר צו גרויס און זיי טוהן נישט אלעמאל די ריכטיגע זאך, ווען מען קוקט עס מיט דעם בליק קומט נישט אריין היטלער אדער נאצי.

קאנסעל קולטשער איז נישט קיין מענטש עס איז בלויז א סכנהדיגע געדאנק וואס וועט אויך מיטען אויבערשטענס הילף אינטערגיין וואס ברענגט אריין אז די אלע וואס זענען נישט מיט מיר אויף איין מיינונג דארף ווערן אינטערגעברענגט און טאר נישט האבען די רעכט צו זיין א טייל פון די געזעלשאפט, די טובה וואס קומט ארויס פון דעם איז זיראו!

עס איז נאר נאך א וועג פון אנהאלטען א העצע און לויט וויאזוי איך קען מיין נייע פרעזידענט וואס ער וויל אזוי שטארק יונעטי און רואיגקייט וואלט עס ווען געדארפט זיין א ביג נאו נאו פאר אים.

אפשר וועט ער עס נאך דינאונסען?
שרייב שוין עפעס

שאבעלע
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך שאבעלע » זונטאג פאברואר 14, 2021 4:22 pm

צל עובר האט געשריבן:

אה, און נאך איין זאך, איך האלט אז קענסל קאלטור איז במישרין אדער בעקיפין דער וועג וויאזוי רוב אמעריקע האט די מאכט קעגן דעם מינאריטעט וואס רעגירט צוליב די פרי אינדאסטריעל קאנסטיטוציע, און איז פשוט א אונטערטירל צו דעם אז סוף כל סוף איז רוב פאלק בעל הבית. דו קענסט נישט קענסלען דעם רוב, עס איז אומעגליך.

[דעמאו = פאלק קראטיע = רעגירט.]

איך מיין די האסט א ערענסטע טעות אין פארשטיין די עומק פון קענסעל קולטאר.
עס איז נישט אז מען ניצט דאס אלץ א מיטל אויסצופירן אגענדעס אדער אפילו ארויפצוצווינגען א מיינונג בנוגע ספעציפישע ענינים. עס איז באמת א טיפע פסיכעלאגישע סעלף רייטשועס מיינד סעט. נישט געבינדען צו פאלעסיס. אדער עני רעזולטאטען
די איינציגסטע זאך אויף וואס דאס ווערט געניצט איז דאס עצם קענסלען. עס מאכט זיך שפירן גוט אז מען שלאגט זיך אנטקעגן שלעכטס, אין אז יענער איז שלעכט אין איך בין גוט.
דאס איז די קולטאר!

די רגע גאנץ אמעריקא וועט מיטגיין מיט זיי אין עס וועט נישט זיין וועמען צו קענסלען, וועלןזיי נישט זיין צופרידן, נאר מיליאנען אינגע ליבעראלן וועלן לויפן צום פיסכיאטער טרעפן א פרישע ציל אין לעבען.

עס איז א סיבה, נישט קיין מיטל...
לעצט פאראכטן דורך שאבעלע אום זונטאג פאברואר 14, 2021 6:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תכלית הידיעה לידע שלא נדע
      ידיעות, איז א כלי.
      וויסען וואס מען ווייסט נישט, איז חכמה.
      מיינען אז מען ווייסט, איז טיפשות.
      טוישן א מיינונג, איז חכמה אין מידות
.

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך עומד מן הצד » זונטאג פאברואר 14, 2021 6:22 pm

אונז אידישע קינדער, ווערן זייער אויפגעשוידערט ווען איינער ניצט סיי וועלכע צושטעל פון נאצי'ס, צו א פאליטישע אג'ענדע, און מיט רעכט, די בלוט פון אונזערע זיידע'ס טוען נאך באבלען אויף די אוישוויצע'ר גאז קאמער'ן, און דער פאליטיקאנט, איז שוין גרייט אריבערמישן דאס בלעטל, און עס ניצן פאר א פאליטישע טאלקינג פוינט,

אבער דאס מיינט נישט אז יעדער וואס ניצט די ווארט נאצי איז א אנטיסעמיט, זי האט דאך גארנישט געשריבן אקעגן אידן, בס''ה, שפירט זי נישט די ווייטאג וואס אונז שפיר'ן, און ערלויבט זיך עס צו נעמען אלץ משל, פאר אירע פאליטישע טאלקינג פוינט'ס

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך פרא-חסיד » זונטאג פאברואר 14, 2021 6:24 pm

שאבעלע האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אקעי, איך זע אז דער עולם דא איז פאלש אינפארמירט... האב איך זיך באמיט אפירצוקראצן איר "אנטיסעמיטישע טוויט". נאט אייך:

דער טוויט קומט מיט א בילד אין וואס מען זעט ווי דייטשע בירגער לויפן נאך אידן מיט שטעקענעס.

Screenshot_20210214-145252_Opera Touch.jpg

גוט געשריבן.

#שאנדע
#אנטיסעמיטקע

יישר כח פארן אויסקלארן די פאקטן אביסעלע

יישר כח פארן אויסקלארן די פאקטן אביסעלע
רעכטע = פיינט אידן
לינקע = פיינט אידישקייט

הֲלוֹא מְשַׂנְאֶיךָ ה׳ אֶשְׂנָא וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:06 pm

ווען איך האב געזען די רעאקציע צו @פעיק אז די מדובר איז א אנטעסימיט האב איך שוין פארשטאנען אז @פעיק איז 100 % גערעכט

דאס מאכן יעדן פאר א אנטעסימיט פאר א אומשולדיג ווארט איז די נארמאל אין זשאו ביידען'ס אמעריקא

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:13 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:אקעי, איך זע אז דער עולם דא איז פאלש אינפארמירט... האב איך זיך באמיט אפירצוקראצן איר "אנטיסעמיטישע טוויט". נאט אייך:

דער טוויט קומט מיט א בילד אין וואס מען זעט ווי דייטשע בירגער לויפן נאך אידן מיט שטעקענעס.

Screenshot_20210214-145252_Opera Touch.jpg

גוט געשריבן.

#שאנדע
#אנטיסעמיטקע

עכט היימיש האט געשריבן:.

@עכט. מיר ווארטן אויף א ענפער.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:34 pm

צל עובר האט געשריבן:אה, און נאך איין זאך, איך האלט אז קענסל קאלטור איז במישרין אדער בעקיפין דער וועג וויאזוי רוב אמעריקע האט די מאכט קעגן דעם מינאריטעט וואס רעגירט צוליב די פרי אינדאסטריעל קאנסטיטוציע, און איז פשוט א אונטערטירל צו דעם אז סוף כל סוף איז רוב פאלק בעל הבית. דו קענסט נישט קענסלען דעם רוב, עס איז אומעגליך.

[דעמאו = פאלק קראטיע = רעגירט.]

זענען די אידן אין דייטשלאנד-יוראפ געווען א מעדשארעטי אדער די מענארעטי?

[איך רעד פון די פאליטישע רדיפות פארשטייט זיך]

שטאפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך שטאפיק » זונטאג פאברואר 14, 2021 7:37 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אקעי, איך זע אז דער עולם דא איז פאלש אינפארמירט... האב איך זיך באמיט אפירצוקראצן איר "אנטיסעמיטישע טוויט". נאט אייך:

דער טוויט קומט מיט א בילד אין וואס מען זעט ווי דייטשע בירגער לויפן נאך אידן מיט שטעקענעס.

Screenshot_20210214-145252_Opera Touch.jpg

גוט געשריבן.

#שאנדע
#אנטיסעמיטקע

עכט היימיש האט געשריבן:.

@עכט. מיר ווארטן אויף א ענפער.

איך ווארט נאך אז @פעיק זאל אריינלייגען די ווערטער פון די טוויט אין גוגל טראנסלעיט איבערטייטשען אויף אידיש. ווי ס'קוקט אויס ער פארשטייט נישט קיין ענגליש. ס'שוין אויסגעמעקט א גאנצע אשכול פון מיעמס וואס איינער פון אונזערע חברים האט פשוט נישט פארשטאנען וואס ער האט געלייגט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 8:37 pm

פון גוגל טרענסלעיט:

אידן זענען געשלאגן אין די גאסן, ניט דורך נאַצי זעלנער אָבער דורך זייערע שכנים ... אפילו דורך קינדער.

ווייַל די געשיכטע איז עדיטיד, רובֿ מענטשן הייַנט טאָן ניט פאַרשטיין אַז צו באַקומען צו די פונט ווו נאַצי זעלנער קענען לייכט קייַלעכיק טויזנטער פון אידן, די רעגירונג ערשטער געמאכט זייער אייגענע שכנים צו האַסן זיי נאָר פֿאַר זייַענדיק אידן. וואָס איז דאָס אַנדערש פון פיינט עמעצער פֿאַר זייער פּאָליטיש קוקן?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:10 pm

שטאפיק האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אקעי, איך זע אז דער עולם דא איז פאלש אינפארמירט... האב איך זיך באמיט אפירצוקראצן איר "אנטיסעמיטישע טוויט". נאט אייך:

דער טוויט קומט מיט א בילד אין וואס מען זעט ווי דייטשע בירגער לויפן נאך אידן מיט שטעקענעס.

Screenshot_20210214-145252_Opera Touch.jpg

גוט געשריבן.

#שאנדע
#אנטיסעמיטקע

עכט היימיש האט געשריבן:.

@עכט. מיר ווארטן אויף א ענפער.

איך ווארט נאך אז @פעיק זאל אריינלייגען די ווערטער פון די טוויט אין גוגל טראנסלעיט איבערטייטשען אויף אידיש. ווי ס'קוקט אויס ער פארשטייט נישט קיין ענגליש. ס'שוין אויסגעמעקט א גאנצע אשכול פון מיעמס וואס איינער פון אונזערע חברים האט פשוט נישט פארשטאנען וואס ער האט געלייגט.

מיין פריינט לאמיר זיך אויסשמועסן.
איך גיי דיר איבערטייטשן דעם מעסיזש ווי איך פארשטיי און די לאז מיר וויסן ווען איך גיי ראנג.
אידן זענען געשלאגן געווארן אין די גאסן, נישט דורך נאצישע סאלדאטן נאר דורך זייערע שכינים און אפילו קינדער.
ווייל היסטאריע גייט איבער, רוב מענשטן כאפן נישט אז זיי קענען זייער גרינג אנקומען דארט ווי נאצישע סאלדאטן זענען אנגעקומען, זייער גאווערמענט האט קודם געמאכט די שכינים אלץ אידין פיינט פלען פארן זיין א יוד.
מיט וואס איז דאס אנדערש ווי פיינט האבן א מענטש פשוט וועגן זיין פאליטישע מיינונג?

און קורצן. זי זאגט אז די וואס האבן געשלאגן די אידן זענען געווען אנגעהעצט דורך די גאווערמענט און היינטיגע צייטן האלט מען שוין כמעט ביי דעם אז מ'זאל שלאגן מענשטן און די גאסן בלויז פארן האבן א אנדערע פאליטישע מיינוג.
קוק אהער. מיר גייט גאנץ קנאפ אן ווס די מיסיס זאגט, אבער ווי זעסטו דא א שמץ פון אנטעסעמעטיזם? זי לייקענט דא אין די האלאקאסט? זי לייקענט אז מ'האט געפייניגט אידן? איז דען נישט אמת אז די שכינים האבן געשלאגן זייערע שכינים די אידן בלויז ווייל זיי זענען געווען אידן?מאיז דען נישט אמת אז די רעגירונג האט אנגעהעצט די פויערן?
וואס פינקטלעך איז דא אנטעסעמעטיזם? ווילסט זאגן אז ס'איז נישט סענסעטיוו צו מאכן א משל מיט נאציס און אידן, כ'הער, אבער 'אנטעסעמעטיזם'?

שטאפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך שטאפיק » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:33 pm

האסט פארשטאנען אזוי ווי מיר. איך גלייב נישט אז יענער האט פארשטאנען.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:42 pm

@שטאפיק, עס איז געווען משמע פון דיינע ווערטער כאילו דו מיינסט חלילה צו זאגן אז @פעיק ניוז האט נישט פארשטאנען וואס עס מיינט אין אידיש.

--------

ווי איך בין זיך נאר מחולק איז אז איך האלט אז דער בעל המימרא "אין די גוטע אלטע צייטן וואלט מען יענעם ארויסגעפירט אויף א סטרעטשער", איז קילאמעטערס נענטער צו דאס וואס זי ברענגט פון וואס איז געווען ביים קריג, אין פארגלייך צו ווען א פירמע ווארפט א מענטש ווייל זיי זענען נישט מסכים צו וואס יענער פרעדיגט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:27 pm

איך בין צומישט? צו מעג מען יא פארגלייכן די קאנצעפט פון אמעריקאנע פאליטיק (פרא טראמפיזם צו אנטי טראמפיזם) צו היטלערזים צו נישט?
אדער אפשר נאר די פראוס מעגן פארגלייכן וואס זיי ווילן צו היטלעריזם אבער די אנטיס מעגן נישט?
ווייל דא אויפן וועלטעל ווען מען טוט אקוראט וואס זי טוט ווערט מען באשריגן ביז גאר...

גראדע עגרי איך מיט איר אז אנהעצן פיינטשאפט צווישן שכנים וועגן אנדערע פאליטישע מיינונגען איז די זעלבע קאנצעפט וואס היטלעריזם האט געטוען, די שאלה איז נאר וועלכע צד טוט עס...
ביי די היימישע גאס דארף איך קיינעם נישט פארציילן וועלכע צד עס טוט דאס, כ'מיין יעדער קען אליין זעען..

שאבעלע
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך שאבעלע » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:31 pm

סאו זאגסטו אז יעצט האמיר אונז היימישע אנטיסעמיטן?
תכלית הידיעה לידע שלא נדע
      ידיעות, איז א כלי.
      וויסען וואס מען ווייסט נישט, איז חכמה.
      מיינען אז מען ווייסט, איז טיפשות.
      טוישן א מיינונג, איז חכמה אין מידות
.

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך עומד מן הצד » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:42 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך בין צומישט? צו מעג מען יא פארגלייכן די קאנצעפט פון אמעריקאנע פאליטיק (פרא טראמפיזם צו אנטי טראמפיזם) צו היטלערזים צו נישט?
אדער אפשר נאר די פראוס מעגן פארגלייכן וואס זיי ווילן צו היטלעריזם אבער די אנטיס מעגן נישט?
ווייל דא אויפן וועלטעל ווען מען טוט אקוראט וואס זי טוט ווערט מען באשריגן ביז גאר...

גראדע עגרי איך מיט איר אז אנהעצן פיינטשאפט צווישן שכנים וועגן אנדערע פאליטישע מיינונגען איז די זעלבע קאנצעפט וואס היטלעריזם האט געטוען, די שאלה איז נאר וועלכע צד טוט עס...
ביי די היימישע גאס דארף איך קיינעם נישט פארציילן וועלכע צד עס טוט דאס, כ'מיין יעדער קען אליין זעען..

גארנישט צומישט, זייער פשוט,

ווען א איד גלייכט צו היטלער צו סיי וואספארא פאליטישער ענין, איז עס א שאנדע און א רשעות,

אבער, א גוי, וואס שפירט נישט די צער און ווייטאג וואס אונז זעמיר דורך ביי די מלחמה, און ניצט נאציזעם אלץ משל צו שטארקן איר פאליטישער פוינט, ווען ס'נישט דא דארט קיין שמץ פון אנטיסעמיטוזום, לייגט זיך עס ענדערש אויפן שכל, פונקט ווי דער יעניגער האט צוגעגליכן די איבערפאל אויפן קעפיטאל, צו קריסטאלנאכט,

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:45 pm

@וואס טוט זיך: דו עגרי'ס מיט איר, אבער קריטיקירסט איר?

איר קאמפעיריסאן איז נישט געווען צו 'היטלעריזם'. איר קאמפעיריסאן איז געווען צו די איידיע אז כדאי צו קענען טון וואס דו ווילסט מיט ספעציפישע גרופע, אידיאלאגיע אדער רעליגיע, מוזסטו קודם פארדארבן די טראסט, ליבשאפט און פארשטענדעניש פון די המון עם צו יענע ספעציפישע גרופע. דערנאך האסטו א פרייע האנט צו טון וואס דו ווילסט.

דער גאנצער מיינדסעט אז רעכטע זענען אנעדיוקעטעד, ראסיסטן, שוטים און צוריקגעבליבענע, וואס דער 'קענסל קולטור' איז שוין נעקסט לעוול דערפון, איז מיט'ן ציל אז ווען מען וועט עקשולי ניצן פאוער קעגן זיי, וועט נישט זיין ווער עס וועט דאס קריטיקירן. עס וועט זיין נארמאל.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:46 pm

עומד מן הצד האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך בין צומישט? צו מעג מען יא פארגלייכן די קאנצעפט פון אמעריקאנע פאליטיק (פרא טראמפיזם צו אנטי טראמפיזם) צו היטלערזים צו נישט?
אדער אפשר נאר די פראוס מעגן פארגלייכן וואס זיי ווילן צו היטלעריזם אבער די אנטיס מעגן נישט?
ווייל דא אויפן וועלטעל ווען מען טוט אקוראט וואס זי טוט ווערט מען באשריגן ביז גאר...

גראדע עגרי איך מיט איר אז אנהעצן פיינטשאפט צווישן שכנים וועגן אנדערע פאליטישע מיינונגען איז די זעלבע קאנצעפט וואס היטלעריזם האט געטוען, די שאלה איז נאר וועלכע צד טוט עס...
ביי די היימישע גאס דארף איך קיינעם נישט פארציילן וועלכע צד עס טוט דאס, כ'מיין יעדער קען אליין זעען..

גארנישט צומישט, זייער פשוט,

ווען א איד גלייכט צו היטלער צו סיי וואספארא פאליטישער ענין, איז עס א שאנדע און א רשעות,

אבער, א גוי, וואס שפירט נישט די צער און ווייטאג וואס אונז זעמיר דורך ביי די מלחמה, און ניצט נאציזעם אלץ משל צו שטארקן איר פאליטישער פוינט, ווען ס'נישט דא דארט קיין שמץ פון אנטיסעמיטוזום, לייגט זיך עס ענדערש אויפן שכל, פונקט ווי דער יעניגער האט צוגעגליכן די איבערפאל אויפן קעפיטאל, צו קריסטאלנאכט,

סאו זאגטס אז א איד מעג נישט מאכן די קעמעפעריסאן פשוט אלס די געפילן אויס? אבער ע"פ לאגיק איז נישט דא קיין שום פראבלעם?

מאכסט מיך פילען סאך בעסער..

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: 'קענסל קולטור' אין אמעריקע

תגובהדורך עומד מן הצד » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:55 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איך בין צומישט? צו מעג מען יא פארגלייכן די קאנצעפט פון אמעריקאנע פאליטיק (פרא טראמפיזם צו אנטי טראמפיזם) צו היטלערזים צו נישט?
אדער אפשר נאר די פראוס מעגן פארגלייכן וואס זיי ווילן צו היטלעריזם אבער די אנטיס מעגן נישט?
ווייל דא אויפן וועלטעל ווען מען טוט אקוראט וואס זי טוט ווערט מען באשריגן ביז גאר...

גראדע עגרי איך מיט איר אז אנהעצן פיינטשאפט צווישן שכנים וועגן אנדערע פאליטישע מיינונגען איז די זעלבע קאנצעפט וואס היטלעריזם האט געטוען, די שאלה איז נאר וועלכע צד טוט עס...
ביי די היימישע גאס דארף איך קיינעם נישט פארציילן וועלכע צד עס טוט דאס, כ'מיין יעדער קען אליין זעען..

גארנישט צומישט, זייער פשוט,

ווען א איד גלייכט צו היטלער צו סיי וואספארא פאליטישער ענין, איז עס א שאנדע און א רשעות,

אבער, א גוי, וואס שפירט נישט די צער און ווייטאג וואס אונז זעמיר דורך ביי די מלחמה, און ניצט נאציזעם אלץ משל צו שטארקן איר פאליטישער פוינט, ווען ס'נישט דא דארט קיין שמץ פון אנטיסעמיטוזום, לייגט זיך עס ענדערש אויפן שכל, פונקט ווי דער יעניגער האט צוגעגליכן די איבערפאל אויפן קעפיטאל, צו קריסטאלנאכט,

סאו זאגטס אז א איד מעג נישט מאכן די קעמעפעריסאן פשוט אלס די געפילן אויס? אבער ע"פ לאגיק איז נישט דא קיין שום פראבלעם?

מאכסט מיך פילען סאך בעסער..

האסט מן הסתם נישט פארשטאנען וואס כ'זאג,

ווען א גוי איז מדמה די אידן צו היטלער, כדי צו פארשפרייטן אנטיסעמיטוזום, איז עס אוודאי א עוולה גדול ונורא, וואס ברויך פארשריגען ווערן,

וואס כ'האב געמיינט צו זאגן איז, אז ווען א גוי וויל ארויסברענגען א געוויסע פוינט, און ניצט די נאצי'ס אלץ משל, ווען זיין ציל איז בכלל נישט צו טשעפענען מיט די אידן, דזשאסט צו מאכן זיין פוינט, ווייזט עס נישט אויף גארנישט, בס''ה האט ער נישט קיין שטארקע מיטגעפיל מיט אונז, און ערלויבט זיך צו ניצן אזוינע האקאלע משלים, וואס ברענגט אונז ארויף די בלוט און קאפ,

אבער נאכאמאל, ס'האט גארנישט מיט אנטיסעמיטוזום, בכלל נישט,

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים, שפאקטיוו און 3 געסט