פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין, כ'האב גערעדט פון איבערקערן דערפאר אין פובליק, אבער נישט אלעמאל בין איך אין די גוסטע צו פארטיידיגן מיין תגובה
אודאי איז אין אלבאני
אויך געווען היימישע, ווייל happens to be אין ניו יארק וואוינען אסאך היימישע אידן, אבער פראטעסטן קעגן אוועקנעמען די עקזעמפשאן איז געווען איבעראל ווי מ'האט נאר פרובירט, אנגעהויבן מיט קאליפארניע און פון דארט ווייטער, למשל אין ניו דזשערסי איז געווען א ריזיגע פראטעסט (אין פארגלייך צו וואס איז געווען דא) און מיט הצלחה, מיט גאר א מינימאלע אידישע אנוועזנהייט
ניו יארק איז בעיקר געווען אנדערש מיט די פאקט אז מיזעלס האט גראדע באטראפן די היימישע עולם און די מידיא האט זיך גענומען צו אונזערע ביינער, (וואס זיי האבן נישט געדארפט טוהן טאקע ווייל עס איז לאו דוקא דא ביי אונז מער וואס וואקסינירן נישט) איז די סטעמפל געבליבן אויף אונז, (די נישט שיינע אויפגעפירעכץ אין אלבאני האט זיי נאר צוגעגעבן שטאף)
--------
האקט
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:לפי זכרוני, איז אויך געווען א גרויסער פראטעסט פון אלע סארט רעליגיעס און שיכטן.
קאן זיין, און איך האב פערצופאל געהאלטן אז מען ברויך איבערקערן וועלטן! מ'טאר נישט צולאזן אז די רעגירונג זאל זיין דער וואס באשליסט צי זיי ערלויבן מיר צו האלטן די רעליגיע מיינער, אבער במציאות דאכט מיר האבן אפאר ווייבלעך אין וויליאמסבורג אפגעקאכט א גרויסע קאשע
היא אשר דיברתי אז דאס האט בס"ה געגעבן שטאף פאר די מידיא וואס האט שוין סתם אזוי געלייגט די ספאטלייט אויף אונז, אבער צו זאגן אז חרד'ישע אידן האבן זיך נישט געוואלט וואקסינירן איז נישט געבויט אויף פאקטישע נומבערס, און עס איז אן עוולה פון דער מלך פון סייענס און דעטע דאקטאר פאוטשי צו זאגן א באליידיגונגס סטעיטמענט (נישט אין מיינע אויגן, אבער אין די אלגעמיינע וועלט) אויף א מינאריטי אן דאס לכה"פ בויען אויף פאקטן