הענדימען האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:געמבלער האט געשריבן:מיין מיינונג : די גאנצע טאג איז איין שטיק סעט-אפ. וואס איז זיי ליידער געלונגען.
קאפיטאל פאליציי איז פון די מאכטפולסטע אגענטורן אין לאנד און איינער האט זיי פארארדנט צו זיך אויפפירן ווי סדרנים ביי א קליינע רבישע מצוה טאנץ
אריין אין קאנספיראציע אשכול...
מ'קען גייען גראד, פשוט אז די טאג טעגליכע סעקיוריטי איז נישט גענוג אפצוהאלטן אזא מאב.
אינטערעסאנט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס ס'גייט פארקומען. זעהט אויס זיי ליינען נישט אייוועלט
איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן נישט אנגעגרייט מער געקוקט סעקיוריטי אבער ס'איז לכה"פ אינטערעסאנט
קען זיין זיי האבן געמיינט אז די טראמפיסטן זענען אביסעלע נארמאלער
איך האב געזעהן די ווידעאוס ווי די FBI סוואט טעים איז זיך אנגעקומען אין די קעפיטאל הילל
מיך איז די סצענע געווען טראמעטייזינג, סזעהט עפעס אויס ווי זיי פילן פערזענליך געטשעלענדזשד
זיי זענען ארויסגעקומען פון אינטער די דיעפ סטעיט צו ארלעדיגן אז זאכן גייען ווייטער אויף זייער וועג.. כמיין, אויב איז דאס סתם א קאנספיראציע, וואו ביסטו געווען ביי די BLM פראטעסטן??
די FBI קען ארויסשפראצן וואו אימער, אומגערופן (ווער איז דער רופער), אינטער סיי וועלכע סיטואציע, אינטער סיי וועלכע מאנטל (ברענגען ראיאטן אינטער קאנטראל איז נישט זייער דזשאב, זיי זענען א אינלאנד אינטעלידזשענס אגענטור)??!!