צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

@כאפצעם דיין תגובה זעהט נישט אויס ווי עס קומט פון א שטארק עדזיוקעיטעד מענטש.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

חיימאוויטש האט געשריבן:וויכטיג צו נעמען די מינוט אראפצולייגן מיט אביסל הסבר די פאוינט אוו-וויאו פון די אנטי-טראמפ לאגער איבער די יעצטיגע 'יוניטי' שטעלונג, וואס די טראמפ-פיפל האבן זיך פלוצים דערמאנט פון.

לאמיר לייגן די זאכן אין פערספעקטיוו, מיט א בליק צוריק פון בלויז די לעצטע פאר וואכן.

ס'געווען אן עלעקשאן אין אמעריקא, מ'האט געוועלט פארן פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס, איין זייט האט געוואונען מיט א לענסלייד אויף ביידע פראנטן: עטליכע מיליאן מער אין פאפולערע וואויטס, און א לענסדלייד אין עלעקטארעלס.

אנשטאט מ'זאל זען דאס וואס מ'זעט יעדע מאל ווען איינער געווינט און איינער פארלירט, מ'קאנסידט, מ'רופט יענעם קאנגרעטאלירן, מ'צייגט רעספעקט און פאראייניגונג, האט איין זייט באשלאסן צו טון דאס פארקערטע, אנגעהויבן מאכן א טענטרום ווי א קליין קינד אויף א פאררוקטן פארנעם, באשולדיגט דער געווינער'ישע זייט אלס א שווינדלער, דערקלערט בפומבי - אן קיין טראפ בעקינג, אז ער איז בעצם דער געווינער, און דער אמת'ער געווינער איז גאר דער שווינדלער פון די יאר-הונדערט.

מיין חבר, דער מכלומר'שטע ערליכע רעפובליקאנער איז צוערשט געכאפט געווארן אין שאק פון זייער פירער'ס אויפפירונג, ער האט אים פארדאמט מיט א האלבע מויל, ס'א דורך א טאג און ער איז דא מיט א הסבר "ער האט די רעכטן צו זאגן וואס ער האלט, לאז די סיסטעם ארבעטן". זיך צוהערנדיג צו די רעכטע פרעדיגערייען איז ער וואס א טאג שפעטער געווארן הייסער צום געדאנק, ס'האט זיך ארויפגערוקט צו "אויב האלט ער אז מ'האט אים באשווינדעלט דארף ער פייטן דאס אויפצו-ווייזן! לאז די געריכט באשליסן" אא"וו.

איך - דער סטאטוס-קווא נער וואס גלייבט נאך אין די סיסטעם האט אים ערקלערט: דער טוט דא די ארגסטע זאך וואס דעמאקראטיע קען זיך נאר פארשטעלן, אויף הוילע דמיונות גייט ער קעגן די קלארע וואל-רעזולטאטן, א זאך וואס איז נאך אין אונזער היסטאריע נישט פארגעקומען! דער טראגט די אחריות אויף אלע קאנסוקווענצן וואס גייען דערפון ארויסקומען! מיינע ווערטער זענען געפאלן אוואו? אויף טויבע אויערן! די דינייעל-ענטפער איז געווען: "לאז די סיסטעם ארבעטן" / "לאז די געריכטן באשלוסן". ערלעדיגט. כ'האב געלאזט...

גייט דורך איין געריכט, נאך א געריכט, מארגן, מארגן, מארגן. קומט א קלאגע פון סטעיטס, יאאאא, דאס גייט זיין די ריכטיגע סחורה, מיט דעם גייט מען דיר ווייזן - די נער'ישע סיסטעם-גלויבער, ווער 'דער עכטע געווינער איז'. ווארט נאר. און? אלעס איז געפלויגן פונעם ווינדאוי מיט א שמוץ-אריבער, די ריכטער אויף איבער זעכציג פעלער האבן אייניג געזאגט: נישט ווערד די פאפיר פונעם קלאגע, אדער אין א אנדערע נוסח: דיין גאנצע קומען קלאגן האט נישט קיין האפט, ביזט אויפדעם נישט בארעכטיגט. אבער... פון זאגן אזוי סקעפטיש 'ער האט רעכט' איז דאס שוין ארויפגעפארן צו 'קלארע באווייז' ביז צו א פארטיגע סטעיטמענט אז "אלע ריכטער זענען פארפוילט", און דער ריכטער אויף וועם מ'קען נישט זאגן פארפוילט (טראמפ אפאוינטי) איז געבליבן אז 'ער ציטערט פון די מידיא', סאו...

ס'האט זיך נישט ביי דעם געענדיגט, די סיסטעם (וואס איך האב געלאזט ארבעטן...) און די ריכטער (אויף וועם ער האט געזאגט 'לאז זיי באשלוסן') האבן געזאגט אנדערש ווי ער האט ערווארטעט, און איך זאג פאר מיין חבר: ר' איד, וואלט טראמפ ווען געזאגט 'איך בין חושד אז מ'האט מיט די וואלן געשפילט, כ'וויל א ריכטער זאל עס איבערקוקן און באשטעטיגן', וואלט ער דאך יעצט געזען אז דאס איז עס, זיי האלטן נישט מ'דארף דערין אריינקוקן און פיניש. דאס איז אבער בכלל נישט די קעיס דא, דער איז ביי זיך אפגעמאכט אז ס'קומט זיך אים און ער נעמט אריין זיינע אלע נאכפאלגער אין באד אריין. איך שטיי און איך שטוין: מיט וועלכע רעכט גייט מען ווייטער טרעטן אויף דעמאקראטיע? מיט וועלכע רעכט לייגט מען ארויס פאר מיליאנען בלינדע נאכפאלגער אזעלכע פאר'פירער'ישע ליגנער'ישע סטעיטמענטס? דאס צינדט דאך אן שלא ביושר א פייער געטריבן פון פארפוילטע איגאו.

ס'האט זיך ווייט פון געענדיגט. ס'איז ארויף א שלב, מ'האט אנגעהויבן טערארעזירן די באהערדע, טוויטס, פאון קאלס, אז יענער - א רעפובליקאנער - זאל בלויז 'טרעפן' די שטימעס וואס ער ווייסט אז ער האט פארלוירן... און ס'גייט נאך ווייטער: מ'הייבט אן בפומבי פרעשור'ן אויף די אייגענע ווייס פרעזידענט (!) אז ער זאל זיין דער וואס ברענגט אים די מאכט וואס ער פארדינט זיך... און, ס'געגאנגען נאך ווייטער: ער פראקלעמירט אז בשעת וואס מ'גייט טון וואס דעמאקראטיע פארלאנגט, שטימען פאר די עלעקטארלס פארן 'ערליך-פארדינטע געווינער' [לויט די ציילונג, לויט די ריכטער, לויט די סטעיט-עלעקטארעל'ס, אקיצור: אאאלעס] גייט מען צוזאמברענגען אלע הייסע שטיצער און ס'גייט זיין ווילדדדדדדד! און איך שטיי און שריי פאר מיין שכן: זאלסט וויסן, דער העצט דא אויף די גרעסטע פייער אין אונזער היסטאריע וואס גייט פלאקערן ארויס פון קאנטראל. ער צוטיילט דאס לאנד, די פארטיי, און די מענטשהייט....

און? יאפ! מ'איז זיך צוזאמגעקומען, מ'האט געהעצט, מ'האט ברבים ארויפגעשמירט א בילד אויף אלע אלע געזעצגעבער אינעם דערנעבענדיגע קעפיטאל געביידע - אריינגערעכנט מייק פענס - אז זיי זענען פאלנע גנבים, שוואכלינגס, זיי באגייען יעצט אן אקט פון פארראט פאר אמעריקע. און? די רעזולטאטן זענען געקומען, קאשמאריש און טראגיש, עד לאחת, שווארצער ווי איך האב זיך געקענט פארשאצן - - -
- - -
לאמיר טראכטן א רגע, דא זיצט (אין בעיסמענט כי כי כי) איינער דזשאו ביידן, ער האלט נאך א שווערע פארמעסט, מ'האט אים באשמירט און אראפגעמאלן ווי א גולם, א עבר ובטל און ווי א פארברעכער, און ער האט דאס איבערגעשוויצט, ער איז באגליקט געווארן צו זיין 'דער געווינער' פון די אמעריקאנע פרעזידענטשאפט מיט עטליכע מיליאנען שטימען מער!

אנשטאט ערהאלטן די אנערקענונג וואס אים קומט זיך אויף צו קענען אנהייבן פלאנירן פאראויס א וויזיע אין זיין אמט, הערט ער טאג און נאכט: א גניבה! א שווינדל! פארברעכער! נישט די אמת'ע געווינער! און אפי' אסאך ארגער דערפון. וויאזוי איז געווען זיין רעאקציע צו דעם? איז ער ארויסגעקומען שימפן מיט מיאוס'ע לאזונגען? האט ער געהויבן א ויצעקו ווי בערני סענדערס וואלט געשריגן אדער ווי סיי-וועלכע אנדערע קאנדידאט פון די פריימערי סטעידש וואלט געטון? ניין. ער האט זיך געהאלטן העכער, פרעזידענטשול, און געוויזן אז ער האט איין ציל: פאראייניגונג! ער וויל נישט ממשיך זיין מיט די עקל'דיגע נידעריגע צוטיילונג וואס זיין פארגייער האט געברענגט און ברענגט ווייטער, ער גייט זיך נישט לאזן אריינשלעפן.

איז אבער געשען וואס איז געשען, דאס וואס מיר האבן געוואוסט אז טראמפ ברענגט אן מיט זיין געמיינע רעאקציע צו די וואלן איז געשען. די אמעריקאנע קאנגרעס, אלע דעמאקראטן פון זיין (ביידן'ס) פארטיי - בנוסף צו א האנט-פול פון די פרעזידענטס אייגענע פארטיי - האבן אנערקענט קליפ און קלאר אז ער פארדינט צו ווערן דערפאר אימפיטשט, און מ'האט עס אויסגעפירט למעשה. ביידן פאר זיך - געשוויגן ביז יעצט, ער שווייגט ווייטער, אבער וואס ס'קומט זיך קומט זיך - ער שטימט צו.

זיצט נעבן מיר מיין חבר, דער וואס איז געשטאנען מיטן פרעזידענט און בארעכטיגט זיינע מעשים די לעצטערע וואכן - איגנארירנדיג די געפארפולע צוטיילונג וואס דאס ברענגט צו, ער רוקט אראפ די גלעזער אויפן שפיץ-נאז און ליינט די טוויט פון ביידן, און רופט זיך אן צו מיר אזוי אומשולדיג, ווי כאילו די וואך האט זיך היינט אנגעהויבן: וואס טוט זיך מיט יוניטי? - - -

מיין פריינט, נאכן טרעטן און טרעטן דערויף פאר וואכן לאנג - פאר זינלאזע פארפוילטע פארטייאישקייט טראץ אלע ווארענונגען, לייג ביטע נישט ארויף די ווארט 'יוניטי' אויף דיינע לופן!

דעטס אלל.

;l;p- ;l;p-

הערליך באשריבן!!
חיימאוויטש!!!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Programming האט געשריבן:
ספרעי האט געשריבן:חיימא ;l;p-
קריסטאל קלאר אווי געווענליך
שויתי ה' לנגדי תמיד
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

guar האט געשריבן:הרב חיימאוויטש זיינער שיין אראפגעלייגט פון די לינקע פרעספעקטיוו, אבער צו זאגן ער האט געווינען מיט מיליאנען שטימען מער? ווען עס איז געווען אזוי פיל פאלטשע וואטס ארום די גאנצע לאנד א דאנק די מעיל און בעלעטס? וואס איז געווען א הפקרות במלוא מובן המילה, דארפסט פארשטיין די דעמס האבן געפעלטשט אזוי און גאנצן לאנד נישט נאר און די 6 סווינג סטעיטס, נאר דא האט טראמפ גענומען די מי אויפצדעקען אביסעל פון זייער שמוץ, ווייל די סטעיטס האט ער געדארפט האבן און זיין קאלעם, אבער ווען מען זאל ווען אריבער יעדע איינציגע סטעיט און קאנטי איבערן גאנצן לאנד וואלט ביידן געווען אינטערשטעליג מיט עטליכע מיליאן וואטס פון טראמפ, נאר וואס קען טראמפ טון ווען די גאנצע ליביראלע מידיע האט באשמיצט און פארשעמט יעדען ווער עס האט נאר געטראכט צו זאגן אז טראמפ איז גערעכט, און ווי מיר ווייסן פאלאטישען'ס וועלן זיך אסאך מער רעכענען מיט די מידיע ווי מיטן אמת, פארדעם איז גארנישט געווארן פון אלעם, קיינער זיכט זיך באשמוצט צו ווערן דורך די מידיע און פארהרגענען זיין קאריע, אבערן און אמתן האט טראמפ געווינען ביג טיים,
און יאנעווער 20 וועט מען קרוינען איינעם וואס האט נישט געווינען די וואלן פאר פרעזידענט א דאנק די ליבעראלע מידיע, דעמאקרעסי בתפארתה

1) סאיז נישט געווען קיין פעלטשערייען לטובת ביידען.
2) ווען די רעדסט פון די ליבעראלע מידיא מיט זייער שמיצערייען געדענק אז די אלטע שקרנים פון פאקס נויס (פעיק נויס) וואס העצן אויף די רעכטע מיטן איבערחזרן ליגענטס און דמיונות וואס האט געפירט צו די קעפיטאל איינברעכעריי דורך רעכטע עקסטרעמיסטן טייל מיט פארשאלטענע האקענקרייצן, זענען די וואס האבן פארשפרייט און געפיטערט די המון עם און אונזערע א"ג היימישע אנאלאזירער מיט די נאנסענס, סאו ביטע ווען די בלעימסט די מידיא דא און די אשכול געדענק אז דיין תגובה איז די גרעסטע באווייז אויף די חורבן פון פעיק רעכטע נייעס בפרט במחנינו.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210114-212521_Chrome.jpg
Screenshot_20210114-212521_Chrome.jpg (529.37 KiB) געזען 1759 מאל
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

חיימאוויטש האט געשריבן:וויכטיג צו נעמען די מינוט אראפצולייגן מיט אביסל הסבר די פאוינט אוו-וויאו פון די אנטי-טראמפ לאגער איבער די יעצטיגע 'יוניטי' שטעלונג, וואס די טראמפ-פיפל האבן זיך פלוצים דערמאנט פון.

לאמיר לייגן די זאכן אין פערספעקטיוו, מיט א בליק צוריק פון בלויז די לעצטע פאר וואכן.

ס'געווען אן עלעקשאן אין אמעריקא, מ'האט געוועלט פארן פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס, איין זייט האט געוואונען מיט א לענסלייד אויף ביידע פראנטן: עטליכע מיליאן מער אין פאפולערע וואויטס, און א לענסדלייד אין עלעקטארעלס.

אנשטאט מ'זאל זען דאס וואס מ'זעט יעדע מאל ווען איינער געווינט און איינער פארלירט, מ'קאנסידט, מ'רופט יענעם קאנגרעטאלירן, מ'צייגט רעספעקט און פאראייניגונג, האט איין זייט באשלאסן צו טון דאס פארקערטע, אנגעהויבן מאכן א טענטרום ווי א קליין קינד אויף א פאררוקטן פארנעם, באשולדיגט דער געווינער'ישע זייט אלס א שווינדלער, דערקלערט בפומבי - אן קיין טראפ בעקינג, אז ער איז בעצם דער געווינער, און דער אמת'ער געווינער איז גאר דער שווינדלער פון די יאר-הונדערט.

מיין חבר, דער מכלומר'שטע ערליכע רעפובליקאנער איז צוערשט געכאפט געווארן אין שאק פון זייער פירער'ס אויפפירונג, ער האט אים פארדאמט מיט א האלבע מויל, ס'א דורך א טאג און ער איז דא מיט א הסבר "ער האט די רעכטן צו זאגן וואס ער האלט, לאז די סיסטעם ארבעטן". זיך צוהערנדיג צו די רעכטע פרעדיגערייען איז ער וואס א טאג שפעטער געווארן הייסער צום געדאנק, ס'האט זיך ארויפגערוקט צו "אויב האלט ער אז מ'האט אים באשווינדעלט דארף ער פייטן דאס אויפצו-ווייזן! לאז די געריכט באשליסן" אא"וו.

איך - דער סטאטוס-קווא נער וואס גלייבט נאך אין די סיסטעם האט אים ערקלערט: דער טוט דא די ארגסטע זאך וואס דעמאקראטיע קען זיך נאר פארשטעלן, אויף הוילע דמיונות גייט ער קעגן די קלארע וואל-רעזולטאטן, א זאך וואס איז נאך אין אונזער היסטאריע נישט פארגעקומען! דער טראגט די אחריות אויף אלע קאנסוקווענצן וואס גייען דערפון ארויסקומען! מיינע ווערטער זענען געפאלן אוואו? אויף טויבע אויערן! די דינייעל-ענטפער איז געווען: "לאז די סיסטעם ארבעטן" / "לאז די געריכטן באשלוסן". ערלעדיגט. כ'האב געלאזט...

גייט דורך איין געריכט, נאך א געריכט, מארגן, מארגן, מארגן. קומט א קלאגע פון סטעיטס, יאאאא, דאס גייט זיין די ריכטיגע סחורה, מיט דעם גייט מען דיר ווייזן - די נער'ישע סיסטעם-גלויבער, ווער 'דער עכטע געווינער איז'. ווארט נאר. און? אלעס איז געפלויגן פונעם ווינדאוי מיט א שמוץ-אריבער, די ריכטער אויף איבער זעכציג פעלער האבן אייניג געזאגט: נישט ווערד די פאפיר פונעם קלאגע, אדער אין א אנדערע נוסח: דיין גאנצע קומען קלאגן האט נישט קיין האפט, ביזט אויפדעם נישט בארעכטיגט. אבער... פון זאגן אזוי סקעפטיש 'ער האט רעכט' איז דאס שוין ארויפגעפארן צו 'קלארע באווייז' ביז צו א פארטיגע סטעיטמענט אז "אלע ריכטער זענען פארפוילט", און דער ריכטער אויף וועם מ'קען נישט זאגן פארפוילט (טראמפ אפאוינטי) איז געבליבן אז 'ער ציטערט פון די מידיא', סאו...

ס'האט זיך נישט ביי דעם געענדיגט, די סיסטעם (וואס איך האב געלאזט ארבעטן...) און די ריכטער (אויף וועם ער האט געזאגט 'לאז זיי באשלוסן') האבן געזאגט אנדערש ווי ער האט ערווארטעט, און איך זאג פאר מיין חבר: ר' איד, וואלט טראמפ ווען געזאגט 'איך בין חושד אז מ'האט מיט די וואלן געשפילט, כ'וויל א ריכטער זאל עס איבערקוקן און באשטעטיגן', וואלט ער דאך יעצט געזען אז דאס איז עס, זיי האלטן נישט מ'דארף דערין אריינקוקן און פיניש. דאס איז אבער בכלל נישט די קעיס דא, דער איז ביי זיך אפגעמאכט אז ס'קומט זיך אים און ער נעמט אריין זיינע אלע נאכפאלגער אין באד אריין. איך שטיי און איך שטוין: מיט וועלכע רעכט גייט מען ווייטער טרעטן אויף דעמאקראטיע? מיט וועלכע רעכט לייגט מען ארויס פאר מיליאנען בלינדע נאכפאלגער אזעלכע פאר'פירער'ישע ליגנער'ישע סטעיטמענטס? דאס צינדט דאך אן שלא ביושר א פייער געטריבן פון פארפוילטע איגאו.

ס'האט זיך ווייט פון געענדיגט. ס'איז ארויף א שלב, מ'האט אנגעהויבן טערארעזירן די באהערדע, טוויטס, פאון קאלס, אז יענער - א רעפובליקאנער - זאל בלויז 'טרעפן' די שטימעס וואס ער ווייסט אז ער האט פארלוירן... און ס'גייט נאך ווייטער: מ'הייבט אן בפומבי פרעשור'ן אויף די אייגענע ווייס פרעזידענט (!) אז ער זאל זיין דער וואס ברענגט אים די מאכט וואס ער פארדינט זיך... און, ס'געגאנגען נאך ווייטער: ער פראקלעמירט אז בשעת וואס מ'גייט טון וואס דעמאקראטיע פארלאנגט, שטימען פאר די עלעקטארלס פארן 'ערליך-פארדינטע געווינער' [לויט די ציילונג, לויט די ריכטער, לויט די סטעיט-עלעקטארעל'ס, אקיצור: אאאלעס] גייט מען צוזאמברענגען אלע הייסע שטיצער און ס'גייט זיין ווילדדדדדדד! און איך שטיי און שריי פאר מיין שכן: זאלסט וויסן, דער העצט דא אויף די גרעסטע פייער אין אונזער היסטאריע וואס גייט פלאקערן ארויס פון קאנטראל. ער צוטיילט דאס לאנד, די פארטיי, און די מענטשהייט....

און? יאפ! מ'איז זיך צוזאמגעקומען, מ'האט געהעצט, מ'האט ברבים ארויפגעשמירט א בילד אויף אלע אלע געזעצגעבער אינעם דערנעבענדיגע קעפיטאל געביידע - אריינגערעכנט מייק פענס - אז זיי זענען פאלנע גנבים, שוואכלינגס, זיי באגייען יעצט אן אקט פון פארראט פאר אמעריקע. און? די רעזולטאטן זענען געקומען, קאשמאריש און טראגיש, עד לאחת, שווארצער ווי איך האב זיך געקענט פארשאצן - - -
- - -
לאמיר טראכטן א רגע, דא זיצט (אין בעיסמענט כי כי כי) איינער דזשאו ביידן, ער האלט נאך א שווערע פארמעסט, מ'האט אים באשמירט און אראפגעמאלן ווי א גולם, א עבר ובטל און ווי א פארברעכער, און ער האט דאס איבערגעשוויצט, ער איז באגליקט געווארן צו זיין 'דער געווינער' פון די אמעריקאנע פרעזידענטשאפט מיט עטליכע מיליאנען שטימען מער!

אנשטאט ערהאלטן די אנערקענונג וואס אים קומט זיך אויף צו קענען אנהייבן פלאנירן פאראויס א וויזיע אין זיין אמט, הערט ער טאג און נאכט: א גניבה! א שווינדל! פארברעכער! נישט די אמת'ע געווינער! און אפי' אסאך ארגער דערפון. וויאזוי איז געווען זיין רעאקציע צו דעם? איז ער ארויסגעקומען שימפן מיט מיאוס'ע לאזונגען? האט ער געהויבן א ויצעקו ווי בערני סענדערס וואלט געשריגן אדער ווי סיי-וועלכע אנדערע קאנדידאט פון די פריימערי סטעידש וואלט געטון? ניין. ער האט זיך געהאלטן העכער, פרעזידענטשול, און געוויזן אז ער האט איין ציל: פאראייניגונג! ער וויל נישט ממשיך זיין מיט די עקל'דיגע נידעריגע צוטיילונג וואס זיין פארגייער האט געברענגט און ברענגט ווייטער, ער גייט זיך נישט לאזן אריינשלעפן.

איז אבער געשען וואס איז געשען, דאס וואס מיר האבן געוואוסט אז טראמפ ברענגט אן מיט זיין געמיינע רעאקציע צו די וואלן איז געשען. די אמעריקאנע קאנגרעס, אלע דעמאקראטן פון זיין (ביידן'ס) פארטיי - בנוסף צו א האנט-פול פון די פרעזידענטס אייגענע פארטיי - האבן אנערקענט קליפ און קלאר אז ער פארדינט צו ווערן דערפאר אימפיטשט, און מ'האט עס אויסגעפירט למעשה. ביידן פאר זיך - געשוויגן ביז יעצט, ער שווייגט ווייטער, אבער וואס ס'קומט זיך קומט זיך - ער שטימט צו.

זיצט נעבן מיר מיין חבר, דער וואס איז געשטאנען מיטן פרעזידענט און בארעכטיגט זיינע מעשים די לעצטערע וואכן - איגנארירנדיג די געפארפולע צוטיילונג וואס דאס ברענגט צו, ער רוקט אראפ די גלעזער אויפן שפיץ-נאז און ליינט די טוויט פון ביידן, און רופט זיך אן צו מיר אזוי אומשולדיג, ווי כאילו די וואך האט זיך היינט אנגעהויבן: וואס טוט זיך מיט יוניטי? - - -

מיין פריינט, נאכן טרעטן און טרעטן דערויף פאר וואכן לאנג - פאר זינלאזע פארפוילטע פארטייאישקייט טראץ אלע ווארענונגען, לייג ביטע נישט ארויף די ווארט 'יוניטי' אויף דיינע לופן!

דעטס אלל.

זייער א שיינע און אמת'ע פוינט.
אבער לאמיר עס אנקוקן פון א צווייטע פערספעקטיוו:
קודם וויל איך מקדים זיין, איך בין נישט פון די גלויביגע און קאנספיראציעס, און ביי מיר איז שוין ביידן געווען ''פרעזידענט עלעקט'', נובעמבער דעם פערדן שוין און די פארטאגס שעות,(א לענסלייד?, קלאר נישט, אז טראמפ האט עס אזוי אנגערופען,פאר 4 יאר צוריק, ווערט עס נישט קיין ראליטעט), און איך בין א שטארקע חסיד פונעם סיסטעם, נישט ווייל איך טראסט די סיסטעם, נאר דער סיסטעם איז א טראסט פאר מיר, זיך צו האלטן אויף די גראדע רעלסן, און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון יעדע קאנספיראציע וואס ווערט געלופטערט, (די זעלבע להבדיל ברוחניות, ודו''ק), און טאקע דערפאר האב איך תיכף געהאלטן, אז די וועג וויאזוי טראמפ פייט די סיסטעם די לעצטע פאר וואכן, איז א קלארע סכנה פאר'ן לאנד, און ס'האט טאקע שרעקליך בעקפייערט, (נישט אז ער האט נישט דו רעכט, אבער אויף א נארמאלען אופן, נישט ווילד)אבער דא קומט דו גרויסע אבער:
דו פאקט איז, אז טראמפ האט מצליח געווען צו נעמען כמעט האלב אמעריקא מיט זיך, און א גרויס חלק פון די האלב, שפירן זיך געפערליך באטראפן פון די וועג וויאזוי מ'באהאנדעלט זיי, לדוגמא, פארוואס מאכט מען זיך בכלל נישט וואוסענדיג פון די הונדערטע געשוואוירענע עדות, וואס שרייען חי וקיים אז דא האט זיך אפגעטון פארשידענע זייער אונטערסאנטע עובדות, וואס קען נוצן אויספארשונג, און פארוואס טוט מען גארנישט צו פארענטפערן די אלע קשיות? ( כ'ווייס אז אפאר פון די עדות זענען געווען מענטאלי אומסטאביל, אבער רובו ככלו זענען געווען נארמאלע באזעסענע מענטשן, וואס האבן זייער נארמאל און אויפריכטיג מסביר געווען זייערע טענות).
פארוואס טוט די FBI גארנישט צוריק צו ברענגען טראסט און די עלעקשאנס, -אפגעזעהן צו די מענטשן זענען סתם געפיטערט פון קאנספיראציעס אדער נישט- איז עס א גרויס חלק פונעם פאלק, וואס שפירט אז זייער דעמאקראטיע ווערט דערשטיקט, מ'האט יעצט געמאכט אינוועסטיגעשאנס אויפן העכסטן שטאפל, דורך די FBI, ווייל מ'האט געטשעפעט מיט'ן הארץ פון דעמאקראטיע (כלשונם), אבער וואס טוט זיך מיט דו אלעקשאן וואס גיבט די חיות פאר'ן הארץ, און איז דו נשמה פון דעמאקראטיע, דארט איז נישט ווערט קיין אויספארשונג, הלמאי?

ווען מ'האט געמאכט די ראשע אויספארשונג, האב איך געהאלטן אז די FBI טוט זייער פליכט ווי ס'ברויך צו זיין, אפי' דו גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן מיט סאך שוואכערע גרונד ווי מ'האט דא, פארט דארף מען פארזיכערן פאר'ן אמעריקאנעם פאלק, מ'זאל האבן קאנפידענס און עלעקשאן'ס, און אז רוסלאנד זאל ניטאמאל פרובירן זיך אריינצומושן און די עלקשאנ'ס וואוסענדיג וואס מ'באקומט דערפאר, אויב אזוי, מ''ש כאן?

(אנטשולדיג אז כ'שרייב עס און די ביידן אשכול, כ'האב נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ אויפן מינוט, זייט מיר מוחל)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זיי האבן יא אויסגעפארשט, נאר גארנישט געטראפן.

נאר וואדען, ווען די עף. בי. איי. קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז זיי האבן גארנישט געטראפן און טראמפ זאגט "או נאו ליגענט" וועט די קולט גלייבן דעם קולט ליעדער.

סאו טענות אויף ענקער ווייעדיגע פילינגס זאלסטו האבן צו אים.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

כ'האלט גראדע עומד מן הצד איז גערעכט, דער טראמפ האט שאדן געמאכט וואס ער האט שאדן געמאכן און מ'דארף צוריקברענגען טראסט אין די עלעקשאנס פאר יעדן פרייז. דאס ווועט זיין א טובה פאר ביידע זייטן.

ס'איז אבער נישט געווען רעלעווענט יעצט, טון פעולות צוריקצוברענגען טראסט דארף זיין בעפאר אן עלעקשאן, אדער נאכן עקסעפטן די רעזולטאטן פון די יעצטיגע עלעקשאן און טראכטן פון די נעקסטע. פארוואס? ווייל יעצט האט טראמפ ברוב קראנקותו ארויסגעשטעלט די זאך אין איין זאץ: ס'געווען פראוד און דעריבער האב איך געוואונען, א זאך וואס איז שקר מיסודו און ווען מ'דינגט זיך אויפדעם קוקט מען אויפדעם. FBI קוקט אויב די זאכן וואס ער ברענגט צום טיש טוען אונטערשטיצן זיין באשולדיגונג, אויף וואס זיי האבן קלאר געזאגט אז 'נישט'. ס'נישט געווען דא קיין פראוד וואס זאל קענען אוועקנעמען די געווינס פון ביידן. סאו דאס וואס ער האט געשריגן האבן זיי קלאר אפגעווארפן.

יעצט, נאכדעם וואס די טעמע איבער עלעקשאן פראוד גייט נישט באדייטן ווי מ'נעמט נישט אן די רעזולטאטן פון א געוועזענע עלעקשאן, איז לדעתי צייט צו פארבעסערן און פארשטארקערן די סיסטעם, פשוט אויף צוריקצובויען די טראסט וואס טראמפ האט דעמאלישט פאר אייגענע אינטערעסן, פונקט ווי ער האט דעמאלישט די טראסט אין יעדע פאלעטישן אדער יעדער מיט א מיינונג אנדערש ווי אים.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

חיימאוויטש האט געשריבן:יעצט, נאכדעם וואס די טעמע איבער עלעקשאן פראוד גייט נישט באדייטן ווי מ'נעמט נישט אן די רעזולטאטן פון א געוועזענע עלעקשאן, איז לדעתי צייט צו פארבעסערן און פארשטארקערן די סיסטעם, פשוט אויף צוריקצובויען די טראסט וואס טראמפ האט דעמאלישט פאר אייגענע אינטערעסן, פונקט ווי ער האט דעמאלישט די טראסט אין יעדע פאלעטישן אדער יעדער מיט א מיינונג אנדערש ווי אים.

ווי עס זעט יעצט אויס פלאנען נישט די דעמאקראטן צו גיין אין דעם ריכטונג. אויב עפעס, פארקערט.

בכל אופן א הארציגען שכוח צו די אלע איינגעשטעלטע דא ביי ביידן, פארן איבערגעבן מיין עדווייז. אפשר וועט ער נאך איין טאג איינזען אז עס וואלט יא גווען כדאי צו פאלגן יענעם פון אייוועלט.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

חדשות האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:יעצט, נאכדעם וואס די טעמע איבער עלעקשאן פראוד גייט נישט באדייטן ווי מ'נעמט נישט אן די רעזולטאטן פון א געוועזענע עלעקשאן, איז לדעתי צייט צו פארבעסערן און פארשטארקערן די סיסטעם, פשוט אויף צוריקצובויען די טראסט וואס טראמפ האט דעמאלישט פאר אייגענע אינטערעסן, פונקט ווי ער האט דעמאלישט די טראסט אין יעדע פאלעטישן אדער יעדער מיט א מיינונג אנדערש ווי אים.

ווי עס זעט יעצט אויס פלאנען נישט די דעמאקראטן צו גיין אין דעם ריכטונג. אויב עפעס, פארקערט.

בכל אופן א הארציגען שכוח צו די אלע איינגעשטעלטע דא ביי ביידן, פארן איבערגעבן מיין עדווייז. אפשר וועט ער נאך איין טאג איינזען אז עס וואלט יא גווען כדאי צו פאלגן יענעם פון אייוועלט.

די דעמאקראטן זענען דאך סטאק מיט זייערע פאלעסי'ס בנוגע די וואלן, סאו, גערעכט ביזטו לדעתי. צו ס'וועט למעשה געשען איז שוין אנאנדער מעשה.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עומד מן הצד האט געשריבן:אבער דא קומט דו גרויסע אבער:
דו פאקט איז, אז טראמפ האט מצליח געווען צו נעמען כמעט האלב אמעריקא מיט זיך, און א גרויס חלק פון די האלב, שפירן זיך געפערליך באטראפן פון די וועג וויאזוי מ'באהאנדעלט זיי, לדוגמא, פארוואס מאכט מען זיך בכלל נישט וואוסענדיג פון די הונדערטע געשוואוירענע עדות, וואס שרייען חי וקיים אז דא האט זיך אפגעטון פארשידענע זייער אונטערסאנטע עובדות, וואס קען נוצן אויספארשונג, און פארוואס טוט מען גארנישט צו פארענטפערן די אלע קשיות? ( כ'ווייס אז אפאר פון די עדות זענען געווען מענטאלי אומסטאביל, אבער רובו ככלו זענען געווען נארמאלע באזעסענע מענטשן, וואס האבן זייער נארמאל און אויפריכטיג מסביר געווען זייערע טענות).

דאס האבן די טראמפ לויערס פרובירט צו אוועקשטעלן און עס איז זיי געלונגען ביי טייל מענטשן. עס באדערט מיך.

איין ריכטער, אין פענסילוועניע דאכציך, וועלכע האט באקומען גאנצע ביכער פון אפידעיווידס האט געשריבן (פאראפרעיז) די אפידעיווידס זענען אימפערעסוו אין קוואנטעטי, אבער די תוכן איז לער. אין זיין אורטייל איז ער דורכגאנגען איין אפידעיוויד נאך די צווייטע און עס פשוט צונעמען. די אפידעיווידס זענען געווען פירקלערייען פון מענטשן וועלכע זענען טייל געווען סתם משוגעים, אנדערע וועלכע זענען געווען באקאנטע אקטיוויסטן און נאך מענטשן וועלכע זענען געווען זייער נייס גאיס, אבער זיי האבן פשוט נישט געוואוסט וואס זיי זעען.

איין גוטע ביישפיל איז די עטליכע אפידעיווידס אז מען האט נישט געטשעקט קיין אונטערשריפטן. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט מען דאס געטון אין א צווייטע בנין, און דער בעל אפידעיוויד איז געווען אינעם נעקסטן בנין ווי מען האט עס געציילט, דעריבער האט מען טאקע נישט געשטעקט.

איין ריכטער האט געשריבן אין זיין אורטייל אז ווען די אפידעיוויד שרייבער קומען ווען צו די טרענירונג סעסיעס וועלכע מען האט אנגעגרייט פאר די פאלל וואטשערס וואלטן זיי נישט געדארפט פארברענגען די צייט פונעם געריכט מיטן פשוט נישט וויסן וואס זיי זעען. א צווייטער האט געזען ווי מען פיטערט די זעלבע בעלאטס מער ווי איינמאל, ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז דאס זענען געווען טעסט בעלאטס צו קאלאבארירן די מאשין.

נאכדעם האט זיך אנגעהויבן א וויי געשריי איבער דאמיניען. איינער געדענקט? די סוף איז געווען אז די אלע נעטווארקס וואס האבן געשטופט די קאנספיראציעס איבער דאמיניען האבן געמוזט לייענען אויף טעלעוויזיע לאנגע סטעיטמענטס צוריקציען פון זיינע באשולדיגונגען אויס מורא אז מען וועט זיי קלאגן אין געריכט פארן סתם באשמיצן א פירמע מיט ליגענטס (איין אזא לאו סוט גייט יעצט אן קעגן פאוועל).

דאס אז מען האט איגאנאריט די קלאגעס זענען די גרעסטע ליגענט פונעם סייקל. עס זענען פשוט נישט געווען די מינדעסטע באווייז אז דא איז עפעס פארגעקומען. עס איז נישט דא קיין עווידענס אויף פראוד. עס איז פשוט נישט דא.

געוויסע קלאגעס האט מען יא ארויסגעווארפן אבער דווקא נישט די קלאגעס פון פראוד. די סופרים קאורט איז געווען א געזעצליכע פראגע.

נאך איין נקודה, דו פרעגסט פארוואס די FBI האט נישט געפארשט, לאמיר דיך פרעגן, ווען די עף-בי-איי פארשט וואלט עס דען געהאלפן? ווען די פבא קומט ארויס מיט א באריכט אז זיי האבן נישט געטראפן קיין פראוד וואלט דאס בארואיגט די טראמפ שטיצער? איך האב קיין ספק אז נישט!

מען וואלט זיי גלייך באטיטלט דיעפ סטעיט, וואטעווער די ווארט מיינט, און די באן וואלט ווייטער געפארן. עס איז נישט געווען קיין אפציע פון א העפי ענדינג אין דעם קאפיטל געשיכטע. די סוף וועלכע מיר האבן אלע מיטגעהאלטן איז געווען אומפארמיידלעך ווען מען רעדט פון די קולט סארט באוועגונג מיט וועלכע דאס לאנד האט זיך באגעגענט אין די לעצטע עטליכע יאר.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

יש ברירה האט געשריבן:

אוי ווי גוט דו זאגסט. דברים כדרבונות.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

@יש ברירה זאגט זייער גוט, דער פראבלעם איז אז קיינער ווייסט נישט די אלע זאכן, וויפיל אירע דא אינעם ביידען אשכול האבן שוין געהערט די זאכן וואס ער שרייבט דא וועגן די אפידעיוויטס, יא מען האט געהערט וועגן די פאני אנגעטרינקענע לעידי, אבער אריינגעגאנגען אין פרטים איז כמעט קיינער נישט, איך האלט מיט אסאך אלגעמיינע מידיא, אבער כמעט אלעס וואס איך ווייס איבער די ליגענטס פון די טראמפ קאמפיין קומט פון אייוועלט, די מידיא איז בלויז ביזי געווען מאכן איבערזאגן טויזנט מאל אז אלע ריכטער ווארפן עס ארויס, און אז יוגא טשאוועז איז ארויסגעקומען פון קבר.

צו וואלט נארמאלע רעפארטינג געהאלפן? נישט קיין סאך, אבער עפעס מסתמא יא.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יואל שרייבער האט געשריבן:@יש ברירה זאגט זייער גוט, דער פראבלעם איז אז קיינער ווייסט נישט די אלע זאכן, וויפיל אירע דא אינעם ביידען אשכול האבן שוין געהערט די זאכן וואס ער שרייבט דא וועגן די אפידעיוויטס, יא מען האט געהערט וועגן די פאני אנגעטרינקענע לעידי, אבער אריינגעגאנגען אין פרטים איז כמעט קיינער נישט, איך האלט מיט אסאך אלגעמיינע מידיא, אבער כמעט אלעס וואס איך ווייס איבער די ליגענטס פון די טראמפ קאמפיין קומט פון אייוועלט, די מידיא איז בלויז ביזי געווען מאכן איבערזאגן טויזנט מאל אז אלע ריכטער ווארפן עס ארויס, און אז יוגא טשאוועז איז ארויסגעקומען פון קבר.

צו וואלט נארמאלע רעפארטינג געהאלפן? נישט קיין סאך, אבער עפעס מסתמא יא.

כוועל דיר זאגן די אמת, אנהייב ווען איך האב געהערט פון אפיוועדעיטס האב איך געקלערט אז אפשר טאקע איז עפעס דא דארט. נאכן אנהייבן דורכליינען, האב איך גלייך אליין געזען אז עס איז אדער דמיונות אדער האט מען געקענט פארשטיין אז פשוט מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס די פראסעס איז.

די מידיע האט יא געהאט פעקט טשעקינג ארטיקלעך פאר רוב זאכן, ניין?
שויתי ה' לנגדי תמיד
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

חיימאוויטש האט געשריבן:וויכטיג צו נעמען די מינוט אראפצולייגן מיט אביסל הסבר די פאוינט אוו-וויאו פון די אנטי-טראמפ לאגער איבער די יעצטיגע 'יוניטי' שטעלונג, וואס די טראמפ-פיפל האבן זיך פלוצים דערמאנט פון.

לאמיר לייגן די זאכן אין פערספעקטיוו, מיט א בליק צוריק פון בלויז די לעצטע פאר וואכן.

ס'געווען אן עלעקשאן אין אמעריקא, מ'האט געוועלט פארן פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס, איין זייט האט געוואונען מיט א לענסלייד אויף ביידע פראנטן: עטליכע מיליאן מער אין פאפולערע וואויטס, און א לענסדלייד אין עלעקטארעלס.

אנשטאט מ'זאל זען דאס וואס מ'זעט יעדע מאל ווען איינער געווינט און איינער פארלירט, מ'קאנסידט, מ'רופט יענעם קאנגרעטאלירן, מ'צייגט רעספעקט און פאראייניגונג, האט איין זייט באשלאסן צו טון דאס פארקערטע, אנגעהויבן מאכן א טענטרום ווי א קליין קינד אויף א פאררוקטן פארנעם, באשולדיגט דער געווינער'ישע זייט אלס א שווינדלער, דערקלערט בפומבי - אן קיין טראפ בעקינג, אז ער איז בעצם דער געווינער, און דער אמת'ער געווינער איז גאר דער שווינדלער פון די יאר-הונדערט.

מיין חבר, דער מכלומר'שטע ערליכע רעפובליקאנער איז צוערשט געכאפט געווארן אין שאק פון זייער פירער'ס אויפפירונג, ער האט אים פארדאמט מיט א האלבע מויל, ס'א דורך א טאג און ער איז דא מיט א הסבר "ער האט די רעכטן צו זאגן וואס ער האלט, לאז די סיסטעם ארבעטן". זיך צוהערנדיג צו די רעכטע פרעדיגערייען איז ער וואס א טאג שפעטער געווארן הייסער צום געדאנק, ס'האט זיך ארויפגערוקט צו "אויב האלט ער אז מ'האט אים באשווינדעלט דארף ער פייטן דאס אויפצו-ווייזן! לאז די געריכט באשליסן" אא"וו.

איך - דער סטאטוס-קווא נער וואס גלייבט נאך אין די סיסטעם האט אים ערקלערט: דער טוט דא די ארגסטע זאך וואס דעמאקראטיע קען זיך נאר פארשטעלן, אויף הוילע דמיונות גייט ער קעגן די קלארע וואל-רעזולטאטן, א זאך וואס איז נאך אין אונזער היסטאריע נישט פארגעקומען! דער טראגט די אחריות אויף אלע קאנסוקווענצן וואס גייען דערפון ארויסקומען! מיינע ווערטער זענען געפאלן אוואו? אויף טויבע אויערן! די דינייעל-ענטפער איז געווען: "לאז די סיסטעם ארבעטן" / "לאז די געריכטן באשלוסן". ערלעדיגט. כ'האב געלאזט...

גייט דורך איין געריכט, נאך א געריכט, מארגן, מארגן, מארגן. קומט א קלאגע פון סטעיטס, יאאאא, דאס גייט זיין די ריכטיגע סחורה, מיט דעם גייט מען דיר ווייזן - די נער'ישע סיסטעם-גלויבער, ווער 'דער עכטע געווינער איז'. ווארט נאר. און? אלעס איז געפלויגן פונעם ווינדאוי מיט א שמוץ-אריבער, די ריכטער אויף איבער זעכציג פעלער האבן אייניג געזאגט: נישט ווערד די פאפיר פונעם קלאגע, אדער אין א אנדערע נוסח: דיין גאנצע קומען קלאגן האט נישט קיין האפט, ביזט אויפדעם נישט בארעכטיגט. אבער... פון זאגן אזוי סקעפטיש 'ער האט רעכט' איז דאס שוין ארויפגעפארן צו 'קלארע באווייז' ביז צו א פארטיגע סטעיטמענט אז "אלע ריכטער זענען פארפוילט", און דער ריכטער אויף וועם מ'קען נישט זאגן פארפוילט (טראמפ אפאוינטי) איז געבליבן אז 'ער ציטערט פון די מידיא', סאו...

ס'האט זיך נישט ביי דעם געענדיגט, די סיסטעם (וואס איך האב געלאזט ארבעטן...) און די ריכטער (אויף וועם ער האט געזאגט 'לאז זיי באשלוסן') האבן געזאגט אנדערש ווי ער האט ערווארטעט, און איך זאג פאר מיין חבר: ר' איד, וואלט טראמפ ווען געזאגט 'איך בין חושד אז מ'האט מיט די וואלן געשפילט, כ'וויל א ריכטער זאל עס איבערקוקן און באשטעטיגן', וואלט ער דאך יעצט געזען אז דאס איז עס, זיי האלטן נישט מ'דארף דערין אריינקוקן און פיניש. דאס איז אבער בכלל נישט די קעיס דא, דער איז ביי זיך אפגעמאכט אז ס'קומט זיך אים און ער נעמט אריין זיינע אלע נאכפאלגער אין באד אריין. איך שטיי און איך שטוין: מיט וועלכע רעכט גייט מען ווייטער טרעטן אויף דעמאקראטיע? מיט וועלכע רעכט לייגט מען ארויס פאר מיליאנען בלינדע נאכפאלגער אזעלכע פאר'פירער'ישע ליגנער'ישע סטעיטמענטס? דאס צינדט דאך אן שלא ביושר א פייער געטריבן פון פארפוילטע איגאו.

ס'האט זיך ווייט פון געענדיגט. ס'איז ארויף א שלב, מ'האט אנגעהויבן טערארעזירן די באהערדע, טוויטס, פאון קאלס, אז יענער - א רעפובליקאנער - זאל בלויז 'טרעפן' די שטימעס וואס ער ווייסט אז ער האט פארלוירן... און ס'גייט נאך ווייטער: מ'הייבט אן בפומבי פרעשור'ן אויף די אייגענע ווייס פרעזידענט (!) אז ער זאל זיין דער וואס ברענגט אים די מאכט וואס ער פארדינט זיך... און, ס'געגאנגען נאך ווייטער: ער פראקלעמירט אז בשעת וואס מ'גייט טון וואס דעמאקראטיע פארלאנגט, שטימען פאר די עלעקטארלס פארן 'ערליך-פארדינטע געווינער' [לויט די ציילונג, לויט די ריכטער, לויט די סטעיט-עלעקטארעל'ס, אקיצור: אאאלעס] גייט מען צוזאמברענגען אלע הייסע שטיצער און ס'גייט זיין ווילדדדדדדד! און איך שטיי און שריי פאר מיין שכן: זאלסט וויסן, דער העצט דא אויף די גרעסטע פייער אין אונזער היסטאריע וואס גייט פלאקערן ארויס פון קאנטראל. ער צוטיילט דאס לאנד, די פארטיי, און די מענטשהייט....

און? יאפ! מ'איז זיך צוזאמגעקומען, מ'האט געהעצט, מ'האט ברבים ארויפגעשמירט א בילד אויף אלע אלע געזעצגעבער אינעם דערנעבענדיגע קעפיטאל געביידע - אריינגערעכנט מייק פענס - אז זיי זענען פאלנע גנבים, שוואכלינגס, זיי באגייען יעצט אן אקט פון פארראט פאר אמעריקע. און? די רעזולטאטן זענען געקומען, קאשמאריש און טראגיש, עד לאחת, שווארצער ווי איך האב זיך געקענט פארשאצן - - -
- - -
לאמיר טראכטן א רגע, דא זיצט (אין בעיסמענט כי כי כי) איינער דזשאו ביידן, ער האלט נאך א שווערע פארמעסט, מ'האט אים באשמירט און אראפגעמאלן ווי א גולם, א עבר ובטל און ווי א פארברעכער, און ער האט דאס איבערגעשוויצט, ער איז באגליקט געווארן צו זיין 'דער געווינער' פון די אמעריקאנע פרעזידענטשאפט מיט עטליכע מיליאנען שטימען מער!

אנשטאט ערהאלטן די אנערקענונג וואס אים קומט זיך אויף צו קענען אנהייבן פלאנירן פאראויס א וויזיע אין זיין אמט, הערט ער טאג און נאכט: א גניבה! א שווינדל! פארברעכער! נישט די אמת'ע געווינער! און אפי' אסאך ארגער דערפון. וויאזוי איז געווען זיין רעאקציע צו דעם? איז ער ארויסגעקומען שימפן מיט מיאוס'ע לאזונגען? האט ער געהויבן א ויצעקו ווי בערני סענדערס וואלט געשריגן אדער ווי סיי-וועלכע אנדערע קאנדידאט פון די פריימערי סטעידש וואלט געטון? ניין. ער האט זיך געהאלטן העכער, פרעזידענטשול, און געוויזן אז ער האט איין ציל: פאראייניגונג! ער וויל נישט ממשיך זיין מיט די עקל'דיגע נידעריגע צוטיילונג וואס זיין פארגייער האט געברענגט און ברענגט ווייטער, ער גייט זיך נישט לאזן אריינשלעפן.

איז אבער געשען וואס איז געשען, דאס וואס מיר האבן געוואוסט אז טראמפ ברענגט אן מיט זיין געמיינע רעאקציע צו די וואלן איז געשען. די אמעריקאנע קאנגרעס, אלע דעמאקראטן פון זיין (ביידן'ס) פארטיי - בנוסף צו א האנט-פול פון די פרעזידענטס אייגענע פארטיי - האבן אנערקענט קליפ און קלאר אז ער פארדינט צו ווערן דערפאר אימפיטשט, און מ'האט עס אויסגעפירט למעשה. ביידן פאר זיך - געשוויגן ביז יעצט, ער שווייגט ווייטער, אבער וואס ס'קומט זיך קומט זיך - ער שטימט צו.

זיצט נעבן מיר מיין חבר, דער וואס איז געשטאנען מיטן פרעזידענט און בארעכטיגט זיינע מעשים די לעצטערע וואכן - איגנארירנדיג די געפארפולע צוטיילונג וואס דאס ברענגט צו, ער רוקט אראפ די גלעזער אויפן שפיץ-נאז און ליינט די טוויט פון ביידן, און רופט זיך אן צו מיר אזוי אומשולדיג, ווי כאילו די וואך האט זיך היינט אנגעהויבן: וואס טוט זיך מיט יוניטי? - - -

מיין פריינט, נאכן טרעטן און טרעטן דערויף פאר וואכן לאנג - פאר זינלאזע פארפוילטע פארטייאישקייט טראץ אלע ווארענונגען, לייג ביטע נישט ארויף די ווארט 'יוניטי' אויף דיינע לופן!

דעטס אלל.

יש ברירה האט געשריבן:דאס האבן די טראמפ לויערס פרובירט צו אוועקשטעלן און עס איז זיי געלונגען ביי טייל מענטשן. עס באדערט מיך.

איין ריכטער, אין פענסילוועניע דאכציך, וועלכע האט באקומען גאנצע ביכער פון אפידעיווידס האט געשריבן (פאראפרעיז) די אפידעיווידס זענען אימפערעסוו אין קוואנטעטי, אבער די תוכן איז לער. אין זיין אורטייל איז ער דורכגאנגען איין אפידעיוויד נאך די צווייטע און עס פשוט צונעמען. די אפידעיווידס זענען געווען פירקלערייען פון מענטשן וועלכע זענען טייל געווען סתם משוגעים, אנדערע וועלכע זענען געווען באקאנטע אקטיוויסטן און נאך מענטשן וועלכע זענען געווען זייער נייס גאיס, אבער זיי האבן פשוט נישט געוואוסט וואס זיי זעען.

איין גוטע ביישפיל איז די עטליכע אפידעיווידס אז מען האט נישט געטשעקט קיין אונטערשריפטן. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט מען דאס געטון אין א צווייטע בנין, און דער בעל אפידעיוויד איז געווען אינעם נעקסטן בנין ווי מען האט עס געציילט, דעריבער האט מען טאקע נישט געשטעקט.

איין ריכטער האט געשריבן אין זיין אורטייל אז ווען די אפידעיוויד שרייבער קומען ווען צו די טרענירונג סעסיעס וועלכע מען האט אנגעגרייט פאר די פאלל וואטשערס וואלטן זיי נישט געדארפט פארברענגען די צייט פונעם געריכט מיטן פשוט נישט וויסן וואס זיי זעען. א צווייטער האט געזען ווי מען פיטערט די זעלבע בעלאטס מער ווי איינמאל, ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז דאס זענען געווען טעסט בעלאטס צו קאלאבארירן די מאשין.

נאכדעם האט זיך אנגעהויבן א וויי געשריי איבער דאמיניען. איינער געדענקט? די סוף איז געווען אז די אלע נעטווארקס וואס האבן געשטופט די קאנספיראציעס איבער דאמיניען האבן געמוזט לייענען אויף טעלעוויזיע לאנגע סטעיטמענטס צוריקציען פון זיינע באשולדיגונגען אויס מורא אז מען וועט זיי קלאגן אין געריכט פארן סתם באשמיצן א פירמע מיט ליגענטס (איין אזא לאו סוט גייט יעצט אן קעגן פאוועל).

דאס אז מען האט איגאנאריט די קלאגעס זענען די גרעסטע ליגענט פונעם סייקל. עס זענען פשוט נישט געווען די מינדעסטע באווייז אז דא איז עפעס פארגעקומען. עס איז נישט דא קיין עווידענס אויף פראוד. עס איז פשוט נישט דא.

געוויסע קלאגעס האט מען יא ארויסגעווארפן אבער דווקא נישט די קלאגעס פון פראוד. די סופרים קאורט איז געווען א געזעצליכע פראגע.

נאך איין נקודה, דו פרעגסט פארוואס די FBI האט נישט געפארשט, לאמיר דיך פרעגן, ווען די עף-בי-איי פארשט וואלט עס דען געהאלפן? ווען די פבא קומט ארויס מיט א באריכט אז זיי האבן נישט געטראפן קיין פראוד וואלט דאס בארואיגט די טראמפ שטיצער? איך האב קיין ספק אז נישט!

מען וואלט זיי גלייך באטיטלט דיעפ סטעיט, וואטעווער די ווארט מיינט, און די באן וואלט ווייטער געפארן. עס איז נישט געווען קיין אפציע פון א העפי ענדינג אין דעם קאפיטל געשיכטע. די סוף וועלכע מיר האבן אלע מיטגעהאלטן איז געווען אומפארמיידלעך ווען מען רעדט פון די קולט סארט באוועגונג מיט וועלכע דאס לאנד האט זיך באגעגענט אין די לעצטע עטליכע יאר.

מען דארף לייגן די 2 תגובות אין א פרעים און איבערזאגן די פאקטן.
יעדע מאל מען באקומט אן אבער, אבער תגובה.
Just rinse and repeat.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סאו מאטש פאר די "טוויטער איז אין דעמאקראטן'ס טאש";

טוויטער האלט נישט ביים געבן ביידן די @פאטא"ס טוויטער אקאונט פאלאוערס. אנשטאט וועט עס ווערן ריסעט און ער'ט באקומען א נייע אקאונט מיט 0 פאלאוערס.

טראמפ ווידער האבן זיי יא געגעבן די 12 מיליאן פאלאוערס פון אבאמא'ס פאטאס אקאונט.

ניטאמאל לאזן זיי ביידן טרענספערן זיינע פאלאוערס פונעם @זשאוביידען אקאונט.

נאך אמפערייען מיטן ביידען טיעם זענען זיי איינגעגאנגען אויף א פשרה צו אים געבן אויף דערווייל א נייע טוויטער הענדל @פרעז_עלעקט אז די דיזשיטל טיעם זאל קענען אנהויבן זאמלען פאלאוערס און אום יאנואר 20 וועט די אלע פאלאוערס ווערן געערענספערד צום @פאטאס אקאונט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

וואסי פשט?
(--ווערטערלאז--)
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

כאפצעם האט געשריבן:סאו מאטש פאר די "טוויטער איז אין דעמאקראטן'ס טאש";

טוויטער האלט נישט ביים געבן ביידן די @פאטא"ס טוויטער אקאונט פאלאוערס. אנשטאט וועט עס ווערן ריסעט און ער'ט באקומען א נייע אקאונט מיט 0 פאלאוערס.

טראמפ ווידער האבן זיי יא געגעבן די 12 מיליאן פאלאוערס פון אבאמא'ס פאטאס אקאונט.

ניטאמאל לאזן זיי ביידן טרענספערן זיינע פאלאוערס פונעם @זשאוביידען אקאונט.

נאך אמפערייען מיטן ביידען טיעם זענען זיי איינגעגאנגען אויף א פשרה צו אים געבן אויף דערווייל א נייע טוויטער הענדל @פרעז_עלעקט אז די דיזשיטל טיעם זאל קענען אנהויבן זאמלען פאלאוערס און אום יאנואר 20 וועט די אלע פאלאוערס ווערן געערענספערד צום @פאטאס אקאונט.

טוויטער האט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן אז די ביידען טיעם האט פארלאנגט אז זיי זאלן פארמעקן אלע @פאטאס פאלוערס, ווייל ביידען וויל נישט באקומען טראמפ'ס פאולערס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

עכט היימיש האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סאו מאטש פאר די "טוויטער איז אין דעמאקראטן'ס טאש";

טוויטער האלט נישט ביים געבן ביידן די @פאטא"ס טוויטער אקאונט פאלאוערס. אנשטאט וועט עס ווערן ריסעט און ער'ט באקומען א נייע אקאונט מיט 0 פאלאוערס.

טראמפ ווידער האבן זיי יא געגעבן די 12 מיליאן פאלאוערס פון אבאמא'ס פאטאס אקאונט.

ניטאמאל לאזן זיי ביידן טרענספערן זיינע פאלאוערס פונעם @זשאוביידען אקאונט.

נאך אמפערייען מיטן ביידען טיעם זענען זיי איינגעגאנגען אויף א פשרה צו אים געבן אויף דערווייל א נייע טוויטער הענדל @פרעז_עלעקט אז די דיזשיטל טיעם זאל קענען אנהויבן זאמלען פאלאוערס און אום יאנואר 20 וועט די אלע פאלאוערס ווערן געערענספערד צום @פאטאס אקאונט.

טוויטער האט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן אז די ביידען טיעם האט פארלאנגט אז זיי זאלן פארמעקן אלע @פאטאס פאלוערס, ווייל ביידען וויל נישט באקומען טראמפ'ס פאולערס.

לינק? מאכט נישט קיין סענס לפי זה:
אטעטשמענטס
Screenshot_20210115-112252_Chrome.jpg
Screenshot_20210115-112252_Chrome.jpg (135.64 KiB) געזען 1415 מאל
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

כאפצעם האט געשריבן:זיי האבן יא אויסגעפארשט, נאר גארנישט געטראפן.

נאר וואדען, ווען די עף. בי. איי. קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז זיי האבן גארנישט געטראפן און טראמפ זאגט "או נאו ליגענט" וועט די קולט גלייבן דעם קולט ליעדער.

סאו טענות אויף ענקער ווייעדיגע פילינגס זאלסטו האבן צו אים.

ביסט גערעכט, די ווייעדיגע פילינג'ס קומען פון די ווילדקייט און שעדליכקייט פון טראמפ,

אבער, ווי געשריבן, אפגעזעהן פון ווי ס'קומט, וואלט מען מער געדארפט זיך וואוסענדיג מאכן דערפון, און נישט סתם ארויסלייגן א סטעיטמענט אז אלעס איז כשר וישר, אהן מסביר זיין,
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון א גרויס חלק פאלק, וואס פארלאנגט קלארערע הסברים,

דו האלטסט נישט אז אזא ''ראבערט מולער'' אויספארשונג וואלט עטוואס גענידערט די טענער ביים המון עם? און וואלט בע''כ אביסעלע פארשטילט די ווילדקייט פון טראמפ?
(כ'רעד נישט פון די צולאזטע פארשוינען ביים קעפיטאל, זיי וואלטן סיי ווי געקומען אנדרייען, אפגעזעהן צו מ'האט רעכט צו נישט)
כ'פרעג ווייל כ'וויל פארשטיין, איך זוך נישט סתם צו טענה'ן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

עומד מן הצד האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון א גרויס חלק פאלק, וואס פארלאנגט קלארערע הסברים,

דו האלטסט נישט אז אזא ''ראבערט מולער'' אויספארשונג וואלט עטוואס גענידערט די טענער ביים המון עם?

ווי געזאגט, אויסדריקליך ניין.

ווילאנג טראמפ וועט זאגן ס'איז געגנב'ט וועלן די שטיצער נאכטאנצן קדוש. דאס איז די מציאות און קיין שום פארשונג אדער סטעיטמענט פון א צווייטער בר נש וועט טוישן זייער מיינונג.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

כאפצעם האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון א גרויס חלק פאלק, וואס פארלאנגט קלארערע הסברים,

דו האלטסט נישט אז אזא ''ראבערט מולער'' אויספארשונג וואלט עטוואס גענידערט די טענער ביים המון עם?

ווי געזאגט, אויסדריקליך ניין.

ווילאנג טראמפ וועט זאגן ס'איז געגנב'ט וועלן די שטיצער נאכטאנצן קדוש. דאס איז די מציאות און קיין שום פארשונג אדער סטעיטמענט פון א צווייטער בר נש וועט טוישן זייער מיינונג.

צום פינטל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

עומד מן הצד האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זיי האבן יא אויסגעפארשט, נאר גארנישט געטראפן.

נאר וואדען, ווען די עף. בי. איי. קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז זיי האבן גארנישט געטראפן און טראמפ זאגט "או נאו ליגענט" וועט די קולט גלייבן דעם קולט ליעדער.

סאו טענות אויף ענקער ווייעדיגע פילינגס זאלסטו האבן צו אים.

אבער, ווי געשריבן, אפגעזעהן פון ווי ס'קומט, וואלט מען מער געדארפט זיך וואוסענדיג מאכן דערפון, און נישט סתם ארויסלייגן א סטעיטמענט אז אלעס איז כשר וישר, אהן מסביר זיין,
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון א גרויס חלק פאלק, וואס פארלאנגט קלארערע הסברים

מר. ביל בארר האט פארפיגט אויף די דזשאסטיס דעפארטמענט די לעצטע צוויי יאר, אונטער זיין אויפזיכט האט זיך אויך געפונען די FBI וואס איז די אינוועסטיגעיטיוו ארעם פון די דזשאסטיס דעפארטמענט.

נאך די וואהלן און נאך וואס טראמפ און זיינע אליערטע האבן ארויסגעלייגט זייערע באשולדיגונגען אז עס איז געווען 'פראוד' האט מר. ביל בארר באפולמעכטיגט די ספעציעלע דעפארטמענט פאר עלעקשאונס אויסצופארשן די אט פארלאפענע עלעקשאונס.

https://www.cnbc.com/2020/11/09/barr-au ... fraud.html

נאך בערך א חדש איז מר. ביל בארר ארויסגעקומען מיט דעם סטעיטמענט.

U.S. Justice Department has uncovered no evidence of widespread voter fraud that could change the outcome of the 2020 election.

דורך אויס נאך די וואכן נאך די וואהלן איז געווען באריכטעט מיט גרויס פאראד יעדן שני וחמישי אין די קאנסערוועטיווע זייטלעך מיט וועם די FBI האט אלץ גערעדט. דער סאס פון דזשארדזיע האט אויך געזאגט פאר טראמפ אז סיי די FBI און GBI האבן זיך געפונען אויף די עלעקשאון קעיסעס.

וואס האבן זיי געזעהן? פיר אויס דאס איבריגע...
לעצט פארראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

כאפצעם האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון א גרויס חלק פאלק, וואס פארלאנגט קלארערע הסברים,

דו האלטסט נישט אז אזא ''ראבערט מולער'' אויספארשונג וואלט עטוואס גענידערט די טענער ביים המון עם?

ווי געזאגט, אויסדריקליך ניין.

ווילאנג טראמפ וועט זאגן ס'איז געגנב'ט וועלן די שטיצער נאכטאנצן קדוש. דאס איז די מציאות און קיין שום פארשונג אדער סטעיטמענט פון א צווייטער בר נש וועט טוישן זייער מיינונג.

זאג וואס וועט זיין אויב גייט באמת זיין פראוד? איך מיין צו זאגן ווען די דעמעקראטן וועלן פעלשן באמת זאג מיר איין וועג וויאזוי אנצוהייבן געוואר צו ווערן לוינט די לעכעריגע סיסטעם?
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אפענקייט האט געשריבן:זאג וואס וועט זיין אויב גייט באמת זיין פראוד? איך מיין צו זאגן ווען די דעמעקראטן וועלן פעלשן באמת זאג מיר איין וועג וויאזוי אנצוהייבן געוואר צו ווערן לוינט די לעכעריגע סיסטעם?

כ'גלייב ראשית כל די רעפובליקען סטעיט עלעקשאן אפישעלס, צב"ש אין זשארזשיע און אריזאונע וועלן זיין די ערשטע דיר עס איינמעלדן..

צווייטענס גלייב איך די רעפובליקען זשאסטעץ דעפארטמענט וועט דיר איינמעלדן..

און דריטענס גלויב איך אז די מיליאנען רעפובליקאנער זשאזשעס וועלן אינוואלידן דעם עלעקשאן.
אפענקייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:57 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענקייט »

כאפצעם האט געשריבן:
אפענקייט האט געשריבן:זאג וואס וועט זיין אויב גייט באמת זיין פראוד? איך מיין צו זאגן ווען די דעמעקראטן וועלן פעלשן באמת זאג מיר איין וועג וויאזוי אנצוהייבן געוואר צו ווערן לוינט די לעכעריגע סיסטעם?

כ'גלייב ראשית כל די רעפובליקען סטעיט עלעקשאן אפישעלס, צב"ש אין זשארזשיע און אריזאונע וועלן זיין די ערשטע דיר עס איינמעלדן..

צווייטענס גלייב איך די רעפובליקען זשאסטעץ דעפארטמענט וועט דיר איינמעלדן..

און דריטענס גלויב איך אז די מיליאנען רעפובליקאנער זשאזשעס וועלן אינוואלידן דעם עלעקשאן.

אמונה פשוטה....
”אן אפענע פענסטער(קאפ...) לאזט אריין פרישע לופט"
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”