והיתם נקיים האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:דעמאקראטיע איז פארקערט פון אידישקייט, און ליבערטי נאך ערגער.
אידישקייט באשטייט פון זאכן וואס מ'דארף טוהן און זאכן וואס מ'טאר נישט טוהן, און דערפאר איז פשוט אז ליבערטי איז פונקט פארקערט פון אידישקייט, און איז דערפאר דאס ערגסטע
(לגבי אידישקייט).
אבער מ'קען פארשטיין פון וואו ס'קומט דאס וואס מענטשן זעען אפטמאל ליבערטי אלס גוט פאר אידישקייט, ווייל דער עיקר פראבלעם איז שייך ווען מ'רעדט פון אינערליך, למשל ווען ערליכע אידן האבן דעם כח צו ארויפצווינגען אז מ'זאל זיין ערליך אין א געוויסע סאסייעטי און זיי טוען עס נישט איז דאס א פראסק פאר אידישקייט, און פארשטייט זיך אז ווען אן אזויגערופענער אידישע מנהיג זאל ח"ו "פסק'נען" אז מ'מעג טוהן וואס מ'וויל רח"ל איז עס דאס ערגסטע פאר אידישקייט.
וואס טוט זיך אבער ווען די דאמענירנדער רעליגיע אין א געוויסע סאסייעטי איז אן עבודה זרה, איז דען גוט פאר אידישקייט אז ס'איז נישט דא קיין ליבערטי? דאס וואלט דאך געמיינט אז מ'דארף דינען יענע עבודה זרה, און אדרבא, דאס אז ס'איז דא ליבערטי מאכט אז כאטש ווער ס'וויל זאל קענען זיין א ערליכער איד.
דאס הייסט אז די בעסטע וואלט געווען פאר אידישקייט ווען ערליכע אידן זאלן דאמאנירן די וועלט, און זיי זאלן ארויפצוואונגען אידישקייט אויף אלע אידן און די שבע מצות בני נח אויף אלע גוים
(פונקט פארקערט פון ליבערטי!), און אזוי איז טאקע געווען/וועט טאקע זיין כשישראל שרויין על אדמתן.
און ווילאנג מיר האבן נישט דאס קענען מיר דאס טוהן דארט ווי מיר קענען, און דארט ווי מיר קענען נישט ווילן מיר אז כאטש זאל מען לאזן זיין אן ערליכער איד פאר ווער ס'וויל.
אבער דאס איז פארשטייט זיך נאר שייך ווען מ'רעדט פון א ליבערטי ווי "פרייהייט פון רעליגיע", אבער דער ווינט פון וועלן פרייהייט בכלליות איז זיכער נישט אויסגעהאלטן פון א אידישע שטאנדפונקט, און פון די אלע וואס טוען עס נאך בשם ה' וועט זיך דער אויבערשטער נוקם זיין.
-
בנוגע דעמאקראטיע דארף מען קלארשטעלן וואס דאס מיינט, כדי צו קענען פעסטשטעלן אויב ס'איז אויסגעהאלטן לויט אידישקייט און צו ס'איז א פראבלעם פאר אידישקייט.
אמאל זענען לענדער געפירט געווארן דורך א קעניג, וואס ער איז געווען דער פאקטישער "אייגנטומער" פונעם לאנד, דאס הייסט אז דאס לאנד איז געווען "זיינס".
ואס הייסט זיינס? ער האט געקענט איינפירן וואסערע געזעצן ער האט געוואלט - כאדם העושה בתוך שלו, ער האט געקענט פארלאנגען סיי וואס פון סיי וועם - פונקט ווי א בעה"ב האט א רעכט צו זיינע חפצים, און קיינער האט נישט געהאט קיין ווארט איבער זיין ווארט - ווייל אויסער אים האט קיינער נישט געהאט קיין בעלות אין לאנד.
יעצט לאמיר זאגן אז זיבן קליינע מלוכה'לעך זאלן זיך ארומשלאגן צווישן זיך ווער פון זיי ס'זאל קעניגן אויף יענע לענדער, און זיי זאלן קומען צו אן עמק השוה אז מ'גייט קעניגן בשותפות, דאס הייסט אז יעדער גייט זיין א זיבעטל קעניג, דאס הייסט אז ער וועט זיין בעה"ב אויפ'ן לאנד בשותפות מיט די אנדערע זעקס וואס האבן די זעלבע בעלות אויפ'ן לאנד ווי אים.
קיינער וואלט נישט געזאגט אז די לאנד ווערט נישט געפירט דורך א קעניגליכע רעזשים, ווייל די אלע זיבן צוזאמען האבן די פולקאמע מאכט פונקט א קעניג, זיי דארפן זיך נאר אויסקומען צווישן זיך איבער די איינצעלהייטן פון וויאזוי צו פירן דאס לאנד ווי וואס מ'טוט ווען זיי זענען נישט אויפ'ן זעלבן בלאט
(וואס אין אזא פאל מאכט לכאורה די מערסטע סענס צו גיין לויט רוב), אדער וויאזוי זיך צו טיילן מיט אנדערע זאכן וואס קומט מיטן זיין קעניג.
יעצט א דעמאקראטיע איז טעכניש די זעלבע זאך, נאר אנשטאט אז ס'זאל זיין איין קעניג, זיבן קעניגן, אדער זיבן הונדערט קעניגן, איז יעדער בירגער א קליין שטיקל קעניג, לויט זיין טייל אינעם לאנד. למשל א לאנד מיט הונדערט מיליאן בירגער האט יעדער א הונדערט מיליאנסטל בעלות אויפ'ן לאנד, און זיי אלע צוזאמען האבן פולקאמע בעלות אויפ'ן לאנד פונקט ווי א קעניג בשעתו
(הגם יעדעמ'ס שטיקל בעלות איז ממש מינימאל, ווייל ער טיילט עס מיט הונדער מיליאן מענטשן).
פארשטייט זיך אז אין אזא "קעניגרייך" איז אסאך מער קאמפליצירט וויאזוי צו פירן דאס לאנד, ווייל פרעגן יעדעמ'ס מיינונג ביי יעדע פרט איז נישט מעגליך, און וועגן דעם ארבעטן דעמאקראטישע לענדער אז די בירגער
(בעה"ב אין לאנד!) ערוויילן מענטשן וואס זיי זאלן פאקטיש טוהן די ארבעט פון צו מאכן און אימפלימענטירן געזעצן, אבער די יסוד בלייבט די זעלבע, אז אזא רעגירונגס סיסטעם איז פשוט א קעניגרייך וואס איז נישט קיין הייערארכיע.
-
אי"ה מארגן וועל איך צוריקקומען צו ענדיגן אויסשמועסן איבער איר התיחסות לגבי אידישקייט לויט דעם.
ווען ס'קומט צו הלכות פון א אידישער קעניג איז עס זייער קאמפליצירט ווער ס'מעג דינען אלס קעניג, און ס'איז דא אסאך פרטי הלכות אין דעם, און ס'איז זייער מעגליך אז ע"פ הלכה דארף א קעניגרייך ווערן געפירט דורך א יחיד.
בעצם איז נאך א מחלוקת התנאים
(סנהדרין דף כ' ע"ב) אויב "שום תשים עליך מלך" איז בכלל א מצוה, אדער עפעס וואס דער אויבערשטער האט מתיר געווען אויב אידן וועלן עס פארלאנגען, און די שפעטערע גאונים און ראשונים זענען אויך דן אין דעם, און דער רמב"ם
(הלכות מלכים ומלחמות פ"א ה"א) פסק'נט אז ס'איז א מצוה, און אז ס'איז איינס פון דריי זאכן וואס אידן דארפן טוהן ביים אנקומען קיין ארץ ישראל
(אינאיינעם מיט מחיית עמלק און אויפבויען א ביהמ"ק).
דער אברבנאל
(דברים י"ז ד') איז שטארק מאריך ארויסצוברענגען די פראבלעמען וואס א קעניגרייך ברענגט מיט זיך ברענגנדיג דוגמאות פון גוי'אישע קעניגרייכן און דעמאקראטיעס בזמנו, און ער טענה'ט גאר שטארק קעגן די דעה אז שטעלן א קעניג איז א מצוה, און ער זאגט אז די תורה זאגט נאר אז ווען אידן וועלן בעטן א קעניג "ככל הגויים אשר סביבותי", טארן זיי עס בשום אופן נישט טוהן, נאר אויב זיי ווילן דוקא א קעניג דארף עס זיין א קעניג "אשר יבחר ה' אלהיך בו", און ער פארגלייכט אויך די מצוה פון שום תשים צו די מצוה פון אשת יפת תואר וואס חז"ל
(קידושין כא ע"ב) זאגן "לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע".
דער נצי"ב פון וואלאזשין
(וועלכער האט שוין געלעבט נאך די פראנצויזישע רעוואלוציע) אין זיין ספר "העמק דבר"
(דברים י"ז ד') שטעלט זיך אויפ'ן "
ואמרת אשימה עלי מלך", אז דאס איז פונקט ווי דער "
ואמרת אוכלה בשר"
(דברים י"ב כ') וואס איז זיכער נאר א רשות, און וויאזוי קען זיין א דעה אין חז"ל אז דאס איז א מצוה?
און ער קומט צו אז וויבאלד די הנהגה פון א לאנד איז אנדערש ווען ס'ווערט געפירט דורך א קעניג ווי ווען ס'ווערט געפירט דורך דאס פאלק און זייערע ערוויילטע באאמטע, און ס'איז דא לענדער וואס קענען נישט סובל זיין צו לעבן מיט א קעניג, און פון די אנדערע זייט זענען דא לענדער וואס אן א קעניג זענען זיי ווי א שיף אן א רודער, וועגן דעם קען אזא זאך נישט זיין א מצות עשה, ווייל א זאך וואס איז שייך צו הנהגת הכלל איז עס דאך נוגע צו סכנת נפשות וואס איז דוחה מצות עשה, און וועגן דעם האט די תורה נישט געקענט באפוילן צו שטעלן א קעניג ווילאנג ס'איז נישט דא אן הסכמה פונעם ציבור זיך צו אונטערווארפן אונטערן קעניג, און טאקע נאר דעמאלס איז דא א מצות עשה אז די סנהדרין זאלן שטעלן א קעניג.
עכ"פ ואופן, אפגעזען וועלכע שיטה מ'נעמט אן, זענען דאך אבער אלע מודה אז שטעלן א קעניג איז נאר א מצוה ווען אידן זענען שרוין על אדמתן אין ארץ ישראל, און ס'גייט אריין אין די זעלבע קאטיגאריע פון הרג'נען עמלקים און אויפבויען א ביהמ"ק, אלזא איז זיכער נאריש צו זאגן אז "דעמאקראטיע" פאר זיך איז קעגן אידישקייט אלס די פרשה פון שום תשים וכו', און ס'איז לכו"ע גענצליך אויסגעהאלטן ע"פ תורה אז א סאסייעטי פון ערליכע אידן
(ווי א היימישע ווילעדזש וכדו') זאל ווערן געפירט דורך "הנהגת העם" וואס מ'רופט "דעמאקראטיע".
ווען מ'רעדט פון א גוי'אישע לאנד איז דאך ממש נאריש עס אנצורופן "קעגן די תורה", ווייל פון די שבע מצות בני נח איז עס דאך זיכער נישט...
(משא"כ ליבערטי וואס גיבט עכ"פ "די רעכט" עובר צו זיין אויף א טייל פון די שבע מצות בני נח.)יעצט פאר מענטשן שפרינגען אויף אז איינער האט דאך אויבן געברענגט פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע "כי חוק הדעמאקרטיא הוא עקירת התורה ממש", איז וויאזוי דערווייג איך מיך צו קומען זאגן אז ס'איז גענצליך אויסגעהאלטן לויט די תורה, דארף מען קלארשטעלן פון וואס די רבי זי"ע האט
(און אנדערע גדולים וואס האבן זיך אויסגעדרוקט קעגן דעמאקראטיע האבן) גערעדט.
ווי געזאגט אויבן, "דעמאקראטיע" מיינט דאס עצם פירן א רעגירונג דורכ'ן פאלק, און דאס האט נישט קיין שייכות מיט "ליבערטי", דאך קען מען אלס הערן ווי מענטשן מישן צווישן די צוויי, און דערמאנען ביידע זיי לטב אדער למוטב אינעם זעלבן אטעם, און דאס קומט ווייל רוב קעניגן האבן איינגעצוימט די רעכטן פון דאס פאלק צו זייער בענעפיט, און דערפאר האט במציאות דעמאקראטיע צוגעברענגט אז די פירער פונעם לאנד
("דאס פאלק") זאלן געבן מער רעכטן פאר מענטשן ווי דאס וואס זיי האבן געהאט פארדעם.
אלזא, ס'איז גאנץ קלאר אז ווען רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע און אנדערע האבן גערעדט פון דעמאקראטיע אלס עקירת התורה האבן זיי גערעדט פון "ליבערטי", נאר זיי האבן עס גערופן אויפ'ן נאמען פון דעמאקראטיע ווייל ביידע זענען געקומען אין די זעלבע צייט און איינס איז געווען אנעהאנגען אינעם צווייטן. א ראי' דערצו איז פשוט אז זיי ברענגען אלס אז די פראבלעם איז די "הפקרות" וואס דאס ברענגט, א זאך וואס האט נישט קיין שייכות מיט "דעמאקראטיע", ווייל א קעניג קען פונקט אזוי מתיר זיין כל עבירות שבתורה ווי אויך די שבע מצות בני נח.
-
יעצט איז נאך געבליבן איין זאך אויסצושמועסן, און דאס איז צו דעמאקראטיע קעגן א קעניגליכע רעזשים איז "בעסער" פאר אידן און אידישקייט, פשוט פראקטיש - וויאזוי ס'איז גרינגער פאר ערליכע אידן אנצוגיין מיט זייער לעבן ברוחניות ובגשמיות, און די תירוץ איז אז ס'ווענדט זיך.
ביי קעניגן אליין זענען געווען קעניגן וואס זענען געווען גאר גוט צו אידן און זיי האבן באשיצט די אידן פון דאס פאלק וואס האט זיי געוואלט טשעפענען, און אין יענע פעלער וואלט דעמאקראטיע אודאי געווען א פראבלעם פאר'ן איד. און אנדערע פעלער איז אבער געווען פונקט פארקערט, אז א קעניג א רשע מרושע האט גע'רודפ'ט די אידן אין די צייט וואס דער פשוט'ער בירגער האט געקענט באשטיין צו לעבן אין פרידן מיט די אידן, און אין יענע פעלער וואלט דעמאקראטיע אודאי געווען א טובה פאר'ן איד.
די כלל איז, אז ס'ווענדט זיך ווער ס'וואלט געווען קעניג, אבעאר ס'ווענדט זיך אויך וויאזוי די אינטערעסן פון די גוי'אישע המון עם איז לגבי די אינטערעסן פון די אידישע באפעלעקערונג.
למשל אויב די עיקר פראבלעם מיט וואס די אידישע באפעלקערונג מוטשעט זיך איז אז ס'איז דא הויכע שטייערן, און דאס איז אויך א פראבלעם וואס איז א וויכטיגע אגענדע אויפ'ן סדר היום פון די אלגעמיינע המון עם, קען מען זיך פארשטעלן אז די אידישע באפעלקערונג זאל וועלן אז זאכן זאלן ווערן געפירט לויט וויאזוי "דאס פאלק" וויל. אבער אויב די עיקר פראבלעם מיט וואס די אידישע באפעלקערונג מוטשעט זיך איז אז מ'לאזט זיי נישט היטן תורה ומצות, און די אלגעמיינע המון עם איז נאך מער אויסגעשפראכן קעגן דאס לאזן היטן תורה ומצות, קען מען זיך פארשטעלן אז די אידישע באפעלקערונג זאל וועלן אז זאכן זאלן נישט ווערן געפירט לויט וויאזוי "דאס פאלק" וויל.