גאן קאנטראל דעבאטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:געשריבן פאר @פעיק ניוז אין אנדערן אשכול, אבער בין וכך ובין כך איז די תגובה מער נישט דארט געווען.
פעיק ניוז האט געשריבן:

איך ווייס נישט פינקטליך פארוואס ס'איז יעצט נוגע, אבער דא איז א וויקיפעדיע בלאט מיט ציפערן און טשארטס.

למען האמת, ס'איז נישט די נקודה וויפיל מענטשן שטארבן פון שיסערייען, ס'איז די נקודה אז אמעריקע איז געווארן א צעדרייט לאנד ווי מאסן שיסערייען איז געווארן א נארמע. יעדער משוגע'נער וואס ס'פאקט אים אן דער קדחת קען נעמען א רעוואלווער און אויסמארדן א טוץ מענטשן. דאס איז נישט קריים, דאס איז טעראר.

קיינער (חוץ געוויסע רעפובליקאנער) וויל נישט וואוינען אין א לאנד וואו מ'שיסט אויס קלאסן פון קליינע קינדער. קיינער וויל נישט לעבן אין א ציוויליזאציע וואו מענטשן גייען איינקויפן אין גראסערי און קומען אהיים אין ארונות. ס'מאכט גאנץ ווייניג אויס אז רוב מענטשן אין לאנד ווערן נישט געשאסן. ווען טעראריסטן האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאווערס זענען נאר 3,000 מענטשן געשטארבן; פארדעם דרייט מען איבער די וועלט עד היום הזה? דריי טויזנט מענטשן איז קוים א טויזנטסטל פון א פראצענט פון אמעריקע.

ס'וועלן אייביג זיין געשלעגן וואס ענדיגן זיך טויטליך, ס'וועלן אייביג זיין קרימינאלן און רויבערס וואס גנב'ענען און רצח'ענען. אבער פארוואס גייען קינדער אין שולע אין 2022 און ווערן אויסגעשלאכטעט? פארוואס קען א צעדרייטער נעמען א ביקס און זיך נעמען שיסן אין פובליק על לא דבר? דאס קען מען נישט טון מיט מעסערס, האמערס, צווענגלעך, אדער שרויפנציערס, דאס קען מען נאר טון מיט באמבעס אדער מיט גאנס, און דערפאר דארפן ביידע זיין אומלעגאל. אויף באמבעס און אויף געהיידזשעקטע עראפלאנען מאכט מען נישט קיין סטאטיסטיקס וויפיל מענטשן ס'שטארבן דערפון.

ביזסט טויזנט פראצענט גערעכט. אבער אויב איז דאס דיין טענה, דאן קומט נישט אריין צו ברענגען אהער א סטאטיסטיק פון אווער-אלל גאן מערדערייען אויך נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נאכנישט אלע דעטאלן ארום די היינטיגע שיסעריי איז שוין עוועליבל, ביסט אבער אזוי זעכער דער היינטיגער רוצח וואלט נישט געפעסט יעדע שטאפל פון א בעקראונד טשעק?

א היבש באדייטענדע צאל פון די פארלאפענע AR-15 מעשה רציחות וואלט דער רייפל געהאט אנגעקומען צום רוצח באופן כשר.

איך און דו גייען נישט שרייבן קיין געזעץ יעצט, דא אויף אייוועלט, איך וויל אבער גיין שלאפן איבערצייגט אז ״גאן קאנטראל״… איז א סעלושן צו אונזער ״אלגעמיינעם״ גאן פראבלעם.

״ס׳איז צייט פאר גאן קאנטראל!!״ זאגט דער ירום הודו. פון וואס רעדט ער?

ווען מ׳שרייט ״אראפ מיטן 2׳נד עמענדמענט״.. ווייסעך כאטש וואס יענער וויל. ער האלט אז קיינער טאר קייינמאל נישט האבן קיין ביקס. נישט דאס שרייט אבער דער ירום הודו.


Screenshot_20220524-222622_Twitter.jpg


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p3564129

אקעי, וואס פאר א סארט רייפל זעט מען דא?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

סארקאסטיש האט געשריבן:די יונייטיד סטעיטס איז (אמאל געווען) די סימבאל פין א דעמאקראטיע אין אויף דעם איז שוין דא די מאמר החכם
“democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried.”
סא עס קען זיין אז מוואלט געדארפט שרייבן די קאנסטעטאשן בעסער,,, אבער אזוי איז עס אין מיט דעם זאל עס בלייבן, ווייל אויב קען יעצט די לאנד פירער אוועקדרייען פין די יסודות וואס די לאנד איז געבויט דעמאלטס וואס זענען אינז בעסער אז עס איז דא א קאנסטעטאשן? וואס איז דאס מחייב?

ווי שוין ערווענט צענדליגער מאל, איז אין די צייטן פון די שרייבונג פון די קאנסטיטוציע נישט געווען קיין האלב אזאלכע סאפיסטיקירטע גאנס וואס ס'דא היינט.
קיינער האט קיין פראבלעם אז די עולם דרייט זיך ארום מיט מעסערס אדער די אלטמאדישע 1770 מייטן גאנס..
עומד מן הצד האט געשריבן:@פאליטישע, זייער קלאר מסביר געווען דיין פוינט, און מ'קען עס שטארק דעבאטירן ווען מ'וואלט געהאט א נארמאלע באפעלקערונג, און קיינער האט נישט קיין געווער, קען מען אנהייבן טראכטן צו ס'לוינט זיך צו לעגאליזירן דאס באניץ פון געווער...

איין קשי' ווילעך דיר נאר פרעגן:

פארוואס פארשטייען די הויעכע באאמטע אז זיי דארפן יא זיין באשיצט מיט סעקיורעטי גארד'ס וכדו' וואס טראגן אויף זיך געווער, אבער דער נארמאלער מענטש -וואס איז אייגענטליך פונקט אזוי אויסגעשטעלט צו כאפן א קויל אין קאפ פון א טעראריסט- מיז זיך אן עצה געבן אן געווער?.. ( אקעי.. אוודאי טארגעט מען זיי מער.. כ'מיין די נקודה שבו )

כ'מיין די תירוץ איז זייער קלאר.. דער וואס זיצט אויפן שפיץ, ווייסט אויך גאנץ פיין אז די גאסן זענען לאדעד מיט געווער, און אין געוויסע פעלער ליגט די געווער אין די האנט פון באנדיטן און טעראריסטן, און זיי ווייסן אז אויב האט ער נישט קיין עקסעס צו געווער צו יעדע צייט, שטעלט עס איהם אריין אין געפאר... און יעצט פרעג איך.. פארוואס איז דער איינשטענדיגער בירגער נישט ערלויבט מיט אט די זעלבע פריוויליגיע און רואיגקייט?...

ווייסט ווען כ'על וויסן אז מ'דארף מער נישט קיין געווער?... ווען כ'על זעהן ווי די גרויסע מויל-מאכער דרייען זיך ארום אנע געווער ארום זיך...., ווילאנג דאס געשעהט נישט איז א שאד צו רעדן בכלל... קוק וואס UK טוט.. די פאליציי דארטן דרייען זיך אנע געווער... דאס גיבט א שטארקע מעסעדזש פאר'ן נארמאלער מענטש אז די גאסן זענען אזוי סעיף, אז אפי' די פאליציי דרייט זיך אנע געווער..

די חילוק איז נאר, אז ביי די עליטע געפינט זיך די געווער ביי העכסט טרענירטע סעקיוריטי גארדס, און נישט ביים פויער'ס שלאפצימער וואס די גאנצע פאמיליע האט גרינגע עקסעס צו דעם.
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום דינסטאג מאי 24, 2022 10:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נאכנישט אלע דעטאלן ארום די היינטיגע שיסעריי איז שוין עוועליבל, ביסט אבער אזוי זעכער דער היינטיגער רוצח וואלט נישט געפעסט יעדע שטאפל פון א בעקראונד טשעק?

א היבש באדייטענדע צאל פון די פארלאפענע AR-15 מעשה רציחות וואלט דער רייפל געהאט אנגעקומען צום רוצח באופן כשר.

איך און דו גייען נישט שרייבן קיין געזעץ יעצט, דא אויף אייוועלט, איך וויל אבער גיין שלאפן איבערצייגט אז ״גאן קאנטראל״… איז א סעלושן צו אונזער ״אלגעמיינעם״ גאן פראבלעם.

״ס׳איז צייט פאר גאן קאנטראל!!״ זאגט דער ירום הודו. פון וואס רעדט ער?

ווען מ׳שרייט ״אראפ מיטן 2׳נד עמענדמענט״.. ווייסעך כאטש וואס יענער וויל. ער האלט אז קיינער טאר קייינמאל נישט האבן קיין ביקס. נישט דאס שרייט אבער דער ירום הודו.


Screenshot_20220524-222622_Twitter.jpg


viewtopic.php?p=3564129#p3564129

אקעי, וואס פאר א סארט רייפל זעט מען דא?

Two law enforcement sources told CBS News that the suspect had a handgun, an AR-15 assault weapon and high capacity magazines
לעצט פארראכטן דורך הײמישער זײגער אום דינסטאג מאי 24, 2022 10:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אמת, @פעיק, אבער ס'איז כיהודה ועוד לקרא. לא די וואס מאסן שיסערייען וואלטן נישט געמעגט זיין אפילו איינס אין א מיליאן, איז עס אבער א צרה אויף א צרה אז אסאך מענטשן ענדיגן זייער לעבן פאר'ן אפגאט פון אמענדמענט השני.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אויב יעדע טיטשער האט א גאן וואלט מען פשטות נישט מער געהערט שיסערייען.

אין די ריפאבליקען סטעיטס געשעהן אויך דעי סקול שיסערייען?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ער האט עס געקויפט לעגאל. פון א לייסענס׳ד דיעלער. גוט.

איך וויל אבער בעיקר וויסן וואס זיין קרימענאלע היסטאריע איז, אויב ער האט בכלל א אזא רעקארד. ווייל אויב נישט, ווייסעך נישט וואס א בעקראונד טשעק וואלט דא אויפגעטאן.

אההה… ער איז אבער א 18 יעריגער שנוק!! פארוואס פארקויפן רייפלס פאר אדר יונגע טוטער???

אהה, דאס איז דער פראבלעם!? דאן קום אהער דא. ווי אלט איז ער געווען?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פער בריסטאו האט געשריבן:אויב יעדע טיטשער האט א גאן וואלט מען פשטות נישט מער געהערט שיסערייען.

אין די ריפאבליקען סטעיטס געשעהן אויך דעי סקול שיסערייען?



אט אזוי. צא ולמד פון מדינת ישראל, שוויצערלאנד ועוד. און פון ריפאבליקאנע סטעיטס בכלל.

אבער לאמיר זיך האלטן צום נושא. פארמיידן מאסן שיסערייען. קיינער רעדט נישט דא פון אונען א האנט ביקס לשם 2׳דע אמענדמענט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סאו מ׳זאל גענצליך פארבאטן רייפלס אין אמעריקא, וואס וועט פארמיידן עקסקלוסיוולי מאסן שיסערייען אין סקולס און אין קירכעס?

איך מיין אז דאס וואלטן רוב ציווילע מענטשן געוואלט, בנוסף צו שטארק פארשווערן דאס האבן האנט גאנס.

קען זיין די דעמאקראטן שרייען אנדערע זאכן, זיי זענען אויך נישט קיין גרויסע צדיקים און מיינען פונקט אזוי זייער פאליטיק. והא ראיה, ווי דו מערקסט אן, זענען דא די אלע פארברעכנס אין ניו יארק וואס זענען צו פארדאנקען די לינקע און דארפן פונקט אזוי אויסגעראטן ווערן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

גרשון האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סאו מ׳זאל גענצליך פארבאטן רייפלס אין אמעריקא, וואס וועט פארמיידן עקסקלוסיוולי מאסן שיסערייען אין סקולס און אין קירכעס?

איך מיין אז דאס וואלטן רוב ציווילע מענטשן געוואלט, בנוסף צו שטארק פארשווערן דאס האבן האנט גאנס.

קען זיין די דעמאקראטן שרייען אנדערע זאכן, זיי זענען אויך נישט קיין גרויסע צדיקים און מיינען פונקט אזוי זייער פאליטיק. והא ראיה, ווי דו מערקסט אן, זענען דא די אלע פארברעכנס אין ניו יארק וואס זענען צו פארדאנקען די לינקע און דארפן פונקט אזוי אויסגעראטן ווערן.



אקעי. סאו די לעצטע טריט אין א ריכטונג פון פארבאטן רייפל מאטריאל אויף א פעדעראלע שטאפל איז געווען דורך טראמפ ווען ער האט פארבאטן באמפ סטאקס, עפעס וואס ניטאמאל זיין אייגענע פארטיי האט עס אינגאנצן געפאלן.

סאו וואס קען מען יעצט טאן? איין טריט ווייטער. פליז. שריי אבער נישט גאן קאנטראל אין די וועלט אריין. ס׳איז זייער א ברייטע טערמין, אין ניטאמאל האבן די וואס שרייען עס א עקספלאנעישן וואס זיי מיינען דערמיט.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מאי 24, 2022 10:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פער בריסטאו האט געשריבן:אויב יעדע טיטשער האט א גאן וואלט מען פשטות נישט מער געהערט שיסערייען.

אין די ריפאבליקען סטעיטס געשעהן אויך דעי סקול שיסערייען?

טעקסעס היינט....
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

נו גוט, לאמיר זאגן גיי מיר מודה זיין אז עס איז א פראבלעם די גאנעריי אין אמעריקע.

וואס איז דיין עצה?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סאו מ׳זאל גענצליך פארבאטן רייפלס אין אמעריקא, וואס וועט פארמיידן עקסקלוסיוולי מאסן שיסערייען אין סקולס און אין קירכעס?

איך מיין אז דאס וואלטן רוב ציווילע מענטשן געוואלט, בנוסף צו שטארק פארשווערן דאס האבן האנט גאנס.

קען זיין די דעמאקראטן שרייען אנדערע זאכן, זיי זענען אויך נישט קיין גרויסע צדיקים און מיינען פונקט אזוי זייער פאליטיק. והא ראיה, ווי דו מערקסט אן, זענען דא די אלע פארברעכנס אין ניו יארק וואס זענען צו פארדאנקען די לינקע און דארפן פונקט אזוי אויסגעראטן ווערן.



אקעי. סאו די לעצטע טריט אין א ריכטונג פון פארבאטן רייפל מאטריאל אויף א פעדעראלע שטאפל איז געווען דורך טראמפ ווען ער האט פארבאטן באמפ סטאקס, עפעס וואס ניטאמאל זיין אייגענע פארטיי האט עס אינגאנצן געפאלן.

סאו וואס קען מען יעצט טאן? איין טריט ווייטער. פליז. שריי אבער נישט גאן קאנטראל אין די וועלט אריין. ס׳איז זייער א ברייטע טערמין, אין ניטאמאל האבן די וואס שרייען עס א עקספלאנעישן וואס זיי מיינען דערמיט.

די זאך איז אבער אז דער פארבאט שימלט אוועק אין די געריכטן. מען דארף ווען דורכפירן לעגיסלאציע דערויף. דעמאקראטן געגאנגען!
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג מאי 24, 2022 10:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקעי. סאו די לעצטע טריט אין א ריכטונג פון פארבאטן רייפל מאטריאל אויף א פעדעראלע שטאפל איז געווען דורך טראמפ ווען ער האט פארבאטן באמפ סטאקס, עפעס וואס ניטאמאל זיין אייגענע פארטיי האט עס אינגאנצן געפאלן.

סאו וואס קען מען יעצט טאן? איין טריט ווייטער. פליז. שריי אבער נישט גאן קאנטראל אין די וועלט אריין. ס׳איז זייער א ברייטע טערמין, אין ניטאמאל האבן די וואס שרייען עס א עקספלאנעישן וואס זיי מיינען דערמיט.

איך ווייס באמת נישט. אויב ס'וואלט זיך געהאנדלט אין א גראמאטישער שאלה וואלט איך גערן פרובירט ארויסצוהעלפן, :wink: אבער איך בין נישט קיין מבין צו דורכפירן געזעצן. איך האב סתם אויסגעדריקט אנטריסטונג אז ס'איז דא א גרויסע פראבלעם אין אמעריקע מיט גאנס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

די גאנצע סקול שיסעריי איז א טרענד פון די לעצטערע יארן. און אפילו מאסען שיסערייען איז אויך שרעקליך געשטיגן און שטייגט ווײטער און די לעצטע 20 יאר. גאנס איז אייביג געווען אבער פאר עפעס א סיבה ניצט מען דאס מער...
עס איז קלאר אז די שיסערייען צייגען פיל מער אויף א אויפשטייגענדע פראבלעם און די אמעריקאנע קולטער בכלל, ווי אויף גאנס.
נישט אז דאס גיבט יא אדער נישט רעכט פאר מער גאן קאנטראל, נאר מען דארף פונקט אזוי וויכטיג אדער נאכמער אדרעסירן די שורש וואס טרייבט דאס.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220524-224958_Chrome.jpg
Screenshot_20220524-224958_Chrome.jpg (190.44 KiB) געזען 411 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מען דארף מעורר זיין די עולם ביי די קומענדיגע וואלן, אז סאיז דא א איסור פון אסאך פריערדיגע גדולי ישראל צו שטימען פאר רוצחים און פאר די וואס שטיצן רציחה, שוין איבער  2 יאר איז דא א ביל און סענאט וואס פארלאנגט א בעק ראונד טשעק, שוין אריבער און קאנגרעס, און 90 פראצענט אמעריקאנער שטיצן עס, און עס ווערט צוריקגעהאלטן דורך 50 סענעטארס וואס זיצן און סענאט און האלטן פארמשכונט א גאנצע לאנד וואס ליידט פון מערדערס

מעינסטרים גדולים האבן למעשה געלאזט שטימען פאר די פאליטיקאנטן.

מען האט נאר געשטימט לויט די באציאונגען צווישן דעם קאנדידאט מיט אחינו בני ישראל.

----------

@טשאדעלע זאגט גראדע זייער גוט.

אלעס חוץ אבאלישן די סעקאנד אמענדמענט זאל זיין וואס זאל זיין, און צונעמען אלע געווער און אנהויבן פון אלף מיט פרישע געזעצן ווער מעג און קען האבן געווער, וואלט קלאר געבליבן ריזן גרויסע לעכער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פארוואס נישט סימפל

פארבאטן אטאמאטישע און סעמי אטאמאטישע געווער, און איינפירן שטרענגערע בעקגראונד טשעקס?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עס טאר נישט ארבעטן אז ווייל איינער איז אויפגעשטאנען אין א שלעכטע גוסטע קען ער אויסקוילן א האלבע שטאט נאך איידער ער אליין האט א געלעגנהייט זיך איבערצוקלערן
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מען דארף מעורר זיין די עולם ביי די קומענדיגע וואלן, אז סאיז דא א איסור פון אסאך פריערדיגע גדולי ישראל צו שטימען פאר רוצחים און פאר די וואס שטיצן רציחה, שוין איבער  2 יאר איז דא א ביל און סענאט וואס פארלאנגט א בעק ראונד טשעק, שוין אריבער און קאנגרעס, און 90 פראצענט אמעריקאנער שטיצן עס, און עס ווערט צוריקגעהאלטן דורך 50 סענעטארס וואס זיצן און סענאט און האלטן פארמשכונט א גאנצע לאנד וואס ליידט פון מערדערס

האסט א גרויסע פראבלעם....

זאג... ר. ווס וו. איז דיך בעסער?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

איינע פון די ליביראלע האוסטס אויף פאקס ניוז האט געזאגט, אז ער איז געווען ביי א נאכאמאל מיט טראמפ גראד נאך איינע פון די מאסן שיסערייען (געדענק נישט וועלעכע), ער זאגט אז טראמפ איז געווען זייער אפן פאר גאן רעגולאציעס, ער האט געפרעגט אסאך אירע אנוועזענד וואס צו טוהן ער האט זייער געוואלט עפעס טוהן צו לעזן דעם פראבלעם. זעצעך אז די NRA איז דאך מער פאוערפול ווי אים…..

סאיז צייט די דעמאקראטן זאלן עפעס טוהן למעשה און אויפהערן ניצן די פעלער אלץ פליטיקעל טאקינג פוינטס.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אז וואס? אז מען זאל אויסמעקן דעם סעקאנד אמענדמענט?

רעדטסט אין טעאריע? יא
אין מציאות? אויך יא

(דהיינו די לינקע האלטן אז אין טעאריע וואלט די 2'טע אמענדמענט געברויכט אפגעשאפן ווערן - איך האלט אויך אזוי
די לינקע האלטן אז אינעם פראקטישן צוגאנג דארף מען פארשווערן צו קויפן געווער און באגרעניצן די וואפנס סארטן - אויך מסכים)

סהאט א פראסעס פון מאדיפיצירן די קאנסטיטוציע

האסט א פראבלעם? טויש עס

אה.. דו קענסט נישט, סאו ווילסטו מיט א סימפל מעדזשאריטי מאכן א חוכא ואיטלולא פון די קאנסטיטוציע

דאס איז א NO NO

-------

כרעד אין דזשענעראל צו די לינקע שטעלונג איבער גאן קאנטראל נאר איר שרייבט גענוג קלאר וואס אסאך לינקע ווילן נישט קלאר זאגן

נע, די אלע סימפל פארבאטן זענען אין איינקלאנג מיט די קאנסטיטוציע, מער ווייניגער זענען די געריכטן מסכים דערצו

ני ני

אבער איר פארשטייט די קאנצעפט אז ריכטער קענען האבן חילוקי דעות ווייט אפגערוקט איינער פונעם צווייטן אזש ביזן זעהן צוויי אמעריקעס

איך גלייב אין די קאנסטיטוציע אלץ א ליווינג דאקומענט (חחח..) און אין די לאגיקס פון די שרייבערס דערפון

ביי מיך איז קלאר אז רוב פארבאטן גייען קעגן די נשמה (גיב מיך א בעסערע אויסדריק) פון די סעקאנד אמענדמענט און דעריבער אלץ ריכטער וואלט איך רוב פארבאטן אפגעווארפן און כוואלט אריינגעוועלט ריכטער וועלכע שעירן די דאזיגע וויוס

גאן רעכטן קומט פון די באלאנס אז דאס פאלק זאל האבן א כח איבער די גאווערנמענט, ביי מיך איז קלאר אז היינט וואלטן די אמעריקאנער טאטעס ציגעלייגט אנטי טאנק וואפן ווי דזשעוועלינס וכו' + אטאמאטישע געווער

די קאנצעפט איז אז דאס פאלק זאל טעכניש "קענען" רעוואלטירן

איך זעה דאס נאך אזוי דיעפלי רוטעט אין די קאנסטיטוציע ווי חוקי רציחה וואס שטייט אבוויעסלי אין דירעקטע קעגנזאץ צו די ווירדן פון די קאנסטיטוציע

---

סאו יא, דו ווילסט נעמען סעיפטי מעזשורס אז נאר נארמאלע מענטשן זאלן האבן ציטריט צו געווער כל הכבוד, אבער באבער נישט מיט די אקטועלע געווער רעכטן

וואס דער אדער יענער געריכט פסק'נט איז מיך נישט מחייב, חוקי רציחה איז פאפולער משא"כ די רעכט צו פארמאגן דזשעוועלינס.. סאיז קלאר אז די געריכט איז פאליטיזירט און נישט געדרייווד ביי עכטע לאגיק, ווען די געריכט לאזט אדורך געוויסע געזעצן וועלכע מאכן נישט קיין קאנסטיטוציענאלע סענס קומט עס אדער פון א טעכנישע לופ-האול (ווי די אבאמא קעיר מענדעיט שטראף/שטייער) אדער פון פאבליק פרעשור/אפיניען, אזוי צי אזוי דארף די געריכט זיין קלוגער ווי דעם און פסק'נען לויט די ספיריט דערינטער און נישט לויט די טויטע ווערטער פון וועלכע מקען מאכן א חוכא ואיטלולא

מיין מיינונג איז וואס די געריכט דארף פסקנען און וועלכע סארט ריכטער איך וויל ערוועלן
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך מאי 25, 2022 6:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

לשיטתך ברויך מען דאך לעגאליזירן טאנקען, עף סיקסטינ'ס, און האמוויס, ניין?
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

פוילער האט געשריבן:איינע פון די ליביראלע האוסטס אויף פאקס ניוז האט געזאגט, אז ער איז געווען ביי א נאכאמאל מיט טראמפ גראד נאך איינע פון די מאסן שיסערייען (געדענק נישט וועלעכע), ער זאגט אז טראמפ איז געווען זייער אפן פאר גאן רעגולאציעס, ער האט געפרעגט אסאך אירע אנוועזענד וואס צו טוהן ער האט זייער געוואלט עפעס טוהן צו לעזן דעם פראבלעם. זעצעך אז די NRA איז דאך מער פאוערפול ווי אים…..

סאיז צייט די דעמאקראטן זאלן עפעס טוהן למעשה און אויפהערן ניצן די פעלער אלץ פליטיקעל טאקינג פוינטס.

I don't remember the exact details but after one mass shooting Trump held a speech and said we're gonna do this and that for gun control, but the next day he pulled back after getting pressured by the NRA
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:לשיטתך ברויך מען דאך לעגאליזירן טאנקען, עף סיקסטינ'ס, און האמוויס, ניין?

יאפ, און ער איז גערעכט. פון א ריין קאנסטיטוציאנאלע שטאנדפונקט פארלאנגט די קאנסטיטוציע אז ציווילע זאלן קענען פארמעסטן מיט'ן מיליטער. נישט נאר דאס, אז די ציווילע זאלן גאר האלטן די מיליטער פלאץ ווייל א מיליטער אין פרידנס צייטן איז א סכנה פאר א פרייע לאנד.

איך האב אנגעהויבן עפעס אן ארטיקל דערויף, אבער למעשה ברויך איך נאך שרייבן ארפא, און די פארפליכטונגען פאר'ן שרייבער. קיצור, ווייסעך נישט ווען איך וועל אנקומען דערצו.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אקוראט דאס זאג איך, ווילאנג די זאכן זענען נישט לעגאל, האט נישט קיין זין אז אטאמאטישע געווער זאל יא זיין
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”