וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

טראמפ רעפובליקאנער קאמוניזם אדער ליבעראלע קאפיטאליזם

טראמפ - רעפובליקאנער קאמוניזם (פרייהייט צו זיין א איד)
24
73%
ליבעראלע קאפיטאליזם
9
27%
 
סך הכל שטימען: 33

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

בהמשך צו די אשכול איבער ליבעראלן ווס. טראמפ דיקטאטור, לאמיר עס נעמען א שטאפל ווייטער: נניח אז אין די קאפיטאליסטישע לאנד רעגירן דעמאקראטן מיט אלע זייערע שגעונות, ווי קאוויד 19, מאסקעס, גלאבעל ווארמינג, פלסטיק בעגס, הויכע טעקסעס, חוקי הפלה און נישואין ועוד. עס איז אפילו דא 2 פארטייען אבער די אישו'ס דיפערענצן זענען צי די מעדיצינישע סיסטעם זאל אויך ווערן געראנט דורך די גאווערנמענט, אדער נאר די העלט קאווערעזש.

פון די אנדערע זייט שטייט טראמפ'ס לאנד, וועלכע טוט פונקט פארקערט אויף די אלע אויבנדערמאנטע זאכן. נאר וואס, דער סיסטעם אין לאנד איז קאמוניזם נישט קאפיטאליזם. פארשטייט זיך דאס קומט מיט א דיקטאטורשאפט פון טראמפ און די רעפובליקאנער, אבער עס איז דא אבסאלוטע פרייהייט ווען עס קומט צו רעליגיע (נישט אינגאנצן, די קריסטליכע רעליגיע איז פארשטייט זיך דאמינירנד, אבער א איד קען זיך פירן אינגאנצן אידיש געהעריג אן קיין שטערונגען פון קיין פלעסטיק בעגס א.ד.ג.) נאר ווען עס קומט צו פינאנציעל איז דאס פונקט ווי קאמוניזם אין רוסלאנד.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך בין נייגעריג צו די גייסט האבן אפילו איין וואוט פאר קאמעניזם מיט טראמפ, וואס האסטו פון קענען נוצן פלעסטיק בעגס ווען דו קענסט עס נישט ניצן אין גראסערי ווייל עס איז נישט דא קיין גראסערי ווייל אלע עסן באקומסטו פון די גאווערמענט? און אזוי ווייטער די אלע אנדערע זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט פון די ליבעראלע שגעונות טוט אונז עט די ענד אוו די דעי נישט אפעקטירן משא"כ קאמעניזם וואס פאקריפלט דאך די גאנצע לעבן.
איך הייב אן טראכטן אז די טרייסט סתם צו מאכןא דזשאוק אויפן חשבון די טראמפיסטן צו זעהן ווי ווייט זיי וועלן גיין נאך אים... העי.. נאט נייס...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אוודאי איז דאס אן אנקעטע צי זעהן ווי ווייט טראמפ שטיצער וועלן גיין מיט אים (און רעפובליקאנער, אוועק פון ליבעראלן), אבער דאס איז נישט אויף צו מאכן א זשאוק בכלל, נאר ארויס צו האבן דאס מציאות.

קאוויד מוסדות / שולן פארשפארן, וואקסין'ס, חינוך א.ד.ג. זענען אונז שוין איינמאל דירעקט נוגע.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

די וועג דו שטעלסט אוועק די צדדים זעיט עס אויס ווי א פשוטער רוחניות ווס. גשמיות, ממילא וואלט איך אודאי געשטימט פאר די ערשטער אפציע, אבער למעשה שטים איך נישט, ווייל דו מאכסט עס אויסזעין כאילו א טראמפ ווס. ליבעראל, נאכדעם וועסטו מסתמא גיין צו דיינע פריינט חוזק מאכען ווי ווייט די פאנאטישע משוגעים גייען נאך טראמפ, זאלסטו אבער וויסען אז די אלע וואס שטימען אויף דיין טראמפ אפציע איז עס מסתם פאר די אויבענדערמאנטע סיבה, און אלע אנדערע איז עס האפענטליך ווייל זיי כאפען נישט די עמקות פון די שאלה, ודי בזה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קיין איין אפציע
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: וואלט איר ענדערש געוואוינט אין א ליבעראלע קאפיטאליסטישע לאנד, אדער קאמוניזם אונטער טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

די שאלה פון די אנקעטע איז עפעס וועלעכע איז אין פולן קעגנזאץ מיטן פאקטישן מציאות.
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”