אין וועם האט איר ווייניגער צוטרוי, טראמפ אלס דיקטאטור אדער די דעמאקראטישע פארטיי אלס די איינציגער פארטיי?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

אין וואסארא אמעריקע וואלט איר ענדערש געוואוינט?

אין א אמעריקע וואס ווערט אינגאנצען געפירט דורך די דעמאקראטישע פארטיי, מיט וואלען פאר פרעזידענט
24
25%
אין א אמעריקע וואס ווערט אינגאנצען געפירט דורך די רעפאבליקאנער פארטיי, מיט טראמפ אלס א סעמי דיקטאטור בראש, מיט פרידאם אף ספיטש אא"וו
73
75%
 
סך הכל שטימען: 97

Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פאלעסיידס האט געשריבן:קוים וואס טראמפ האט געוואלט הייסען גיין מיט מאסקעס
אפשר איז ער א סעמי דיקטאטאר פארדעם?

עולם הפך ראיתי

נאר די אמת איז אפשר איז עס גאר הפוסל במומו פוסל דערפאר זענען אלע פרא קובא פרא איראן הוגה דיעות ביזי א גאנצען טאג אויסצישמיסען אז טראמפ און זיינע פאלעסיס שמעקען פון דיקטאטאראזאציע

בעלארוס׳ס דיקטאטור הייסט אויך נישט גיין מיט מאסקעס, ווייל דיקטאטורן גייט נישט אן וואס געשעט מיטן בירגער נאר וואס עס איז גרינגער צו איינפירן. טראמפ האט טאקע נישט געלאזט א רעפארטער אן א מאסק גיין צו נאנט צו אים, ער האט געגלייבט אז מיט די טעסטינג און טאקע אויסערגעווענליכע באהאנדלונגען אפילו אויב ער כאפט עס איז ער סעיף, אבער פאר אנדערע גייט אים נישט אן.
עס איז אפשר אונז בעסער אלס מוסדות שולן אז אים גייט נישט אן, אבער עס קומט פשוט פון לייכטזיניגקייט נישט ווייל ער זארגט פאר פרייהייט אדער רעליגיע אזוי שטארק. ער טוט וואס וועט שמעקן זיינע אנהענגער.
שויתי ה' לנגדי תמיד
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ביז ווילאנג מטיילט נישט איין אין פערזענליכע לעבען אין מאיז לעגאל ערוועלט איז מען נישט קיין דיקטאטאר,
לעגאל מיינט לעגאל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

Goodmorning האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:קוים וואס טראמפ האט געוואלט הייסען גיין מיט מאסקעס
אפשר איז ער א סעמי דיקטאטאר פארדעם?

עולם הפך ראיתי

נאר די אמת איז אפשר איז עס גאר הפוסל במומו פוסל דערפאר זענען אלע פרא קובא פרא איראן הוגה דיעות ביזי א גאנצען טאג אויסצישמיסען אז טראמפ און זיינע פאלעסיס שמעקען פון דיקטאטאראזאציע

בעלארוס׳ס דיקטאטור הייסט אויך נישט גיין מיט מאסקעס, ווייל דיקטאטורן גייט נישט אן וואס געשעט מיטן בירגער נאר וואס עס איז גרינגער צו איינפירן. טראמפ האט טאקע נישט געלאזט א רעפארטער אן א מאסק גיין צו נאנט צו אים, ער האט געגלייבט אז מיט די טעסטינג און טאקע אויסערגעווענליכע באהאנדלונגען אפילו אויב ער כאפט עס איז ער סעיף, אבער פאר אנדערע גייט אים נישט אן.
עס איז אפשר אונז בעסער אלס מוסדות שולן אז אים גייט נישט אן, אבער עס קומט פשוט פון לייכטזיניגקייט נישט ווייל ער זארגט פאר פרייהייט אדער רעליגיע אזוי שטארק. ער טוט וואס וועט שמעקן זיינע אנהענגער.

ניין,
ער האט פשוט געלאזט האבען די סטעיטס די מאכט פון די רעגולאציעס אין די סי די סי האט געמאכט רעקאמענדאציעס
אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:38 pm

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין סאנדערס »

פאלעסיידס האט געשריבן:ביז ווילאנג מטיילט נישט איין אין פערזענליכע לעבען אין מאיז לעגאל ערוועלט איז מען נישט קיין דיקטאטאר,
לעגאל מיינט לעגאל

קים יאנג אן איז אויך "לעגאל" לויט די צפון קארעא געזעץ.

און אין דעמאקראטישע לענדער טיילט מען אויך איין וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן אין פריוואטן לעבן (דאס איז די באדייט פונעם "געזעץ" פענאמען וואס איז אן אינטערגאלער טייל פון אלע סארטן לענדער).
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

היות איך זעי אז עטליכע ניקס, סיי דא און סיי אינעם ירה"ס HQ אשכול (יא, ביידען איז אויך יר"ה, עכ"פ ביז טראמפ געווינט אין געריכט, א זאך וואס וועט ככל הנראה נישט פאסירען), האבען ווייזט זיך אויס נישט גוט פארשטאנען די באדייט פונעם אנקעטע, וועל איך עס פראבירען אויסצוקלארען אביסל, אבער אזויווי איך פארמאג נישט קיין גוטע שרייבערישע טאלאנטען וועט עס זייער מעגליך נישט ארויסגעברענגט ווערען גענוג קלאר, איז טאמער קען עס איינער בעסער מסביר זיין וועל איך אים דאנקבאר זיין.

ערשטענס ברויך מען גוט איבערליינען מיין ערשטער תגובה אינעם אשכול, דערנאך קען מען קוקען אויף די דאזיגער תגובה מיינער, און יעצט וועל איך ממשיך זיין, אודאי וויל איך בעסער אז ביידען זאל זיין פרעזידענט, און די פאראייניגטער אמעריקע זאל ווייטער אנגיין, ווי איידער אז טראמפ זאל ווערען א סעמי דיקטאטור אא"וו, נאר אזויווי איך האב געזען אז גאר א גרויסער טאלקינג פוינט פון די פרא ביידען, אדער בעסער געזאגט אנטי טראמפ, ניקס איז דאס אז טראמפ פירט זיך אויף עטוואס דיקטאטוריש אא"וו, אבער איך האב נישט געזען די זעלבע ניקס האבען די זעלבע סארט טענות אויף די לינקע סעמי דיקטאטורשאפט, האב איך געעפענט דער אנקעטע, און די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

די ערשטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די ערשטע (אדער צווייטער...) האלב אמעריקע ווי בדרך נס וועט נאר זיין א דעמאקראטישע פארטיי, וואס וועט שטענדיג אריינגעוועלט ווערען ביושר, און זיי וועלען קענען טאן וואס ס'גלוסט זיך זיי אלס פארטיי אויס, און די צווייטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די אנדערע האלב אמעריקע ווי טראמפ וועט ווערען פרעזידענט פאר זיין גאנצע לעבען אן קיין וואלען, און ווען ער וועט שטארבען וועלען זיך ביידע אמעריקעס פאראייניגען בדרך נס, און ס'וועט צוריק ווערען אזויווי ס'איז יעצט.

איז אין אנדערע ווערטער איז די שאלה בעצם צו האט איר מער מורא פון די דעמאקראטישע פארטיי אן איינער וואס האלט זיי צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע און געריכט, איבער וואס זיי קענען זיך אודאי פראבירען צו מתגבר זיין, למשל דורכן אריינשטעלען ראדיקאלע געריכטער אא"וו), אדער צו האט איר מער מורא פון טראמפ אלס סעמי דיקטאטור אן איינער וואס האלט עם צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע וכו', אזויווי פריער). [ווי אויך קען זיין אזעלכע וואס ס'גייט זיי נישט אן די תוצאות, די עיקר איז אז ס'זאל זיין "דעמאקראטיע", ד. ה. אז די רעגירונג דארף זיין אריינגעוועלט ביושר, און אויך זיי וועלען אודאי שטימען פאר די ערשטער צד, כאטש ס'קען זיין אז בעצם האבען זיי מער מורא פון א ליבעראלע ווערטשאפט, און איך האף אז דאהי אויף אייוועלט געפינען זיך נישט אזעלכע ניקס].

איך מיין אז מיט דער הסבר פאלען אוועק פיל, אויב נישט אלע, פון די טענות וואס מ'האט קעגען די צווייטער צד אינעם אנקעטע און קעגען יעדער איינער וואס האט געשטימט פאר דער צד, און ס'איז אודאי זייער מעגליך אז אלע וואס האבען געשטימט פאר דער צד האבען ריכטיג פארשטאנען די צוויי צדדים.

Goodmorning האט געשריבן:

צל עובר האט געשריבן:

יש ברירה האט געשריבן:

זענט איר יעצט בארואיגט?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בנימין סאנדערס האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:ביז ווילאנג מטיילט נישט איין אין פערזענליכע לעבען אין מאיז לעגאל ערוועלט איז מען נישט קיין דיקטאטאר,
לעגאל מיינט לעגאל

קים יאנג אן איז אויך "לעגאל" לויט די צפון קארעא געזעץ.

און אין דעמאקראטישע לענדער טיילט מען אויך איין וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן אין פריוואטן לעבן (דאס איז די באדייט פונעם "געזעץ" פענאמען וואס איז אן אינטערגאלער טייל פון אלע סארטן לענדער).

@בנימין, אט אזוי זעהט אויס גאווערנער קאומאוס שלאגווארט "איטס דע לאו"
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: אין וועם האט איר ווייניגער צוטרוי, טראמפ אלס דיקטאטור אדער די דעמאקראטישע פארטיי אלס די איינציגער פארטיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זייער א נישט אויסגעהאלטענע אנקעטע, ווייל כ'בין זיכער אז אלע אויב נישט רוב פון די וואס האבן געוואוט דא פאר טראמפ יר"ה, האלטן צו די זעלבע צייט אז טראמפ איז נישט קיין גאנצע און נישט קיין האלבע דיקטאטור.
קען זיין אז ס'יז א לשיטתם אנקעטע, לשיטת הליבעראלן האנטי מענטשהייט וואס זיי מוזן נעבעך צוקומען אז איינע פון טראמפ'ס פראבלעמס איז אז ער איז א סעמי דיקטאטור, זאגט דער צד השני, אז אפילו הכי איז מיר בעסער א רעפובליקאנער פרעזידענט.
#פארענטפערט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וואלט ענדערש גענומען א ליבעראלע אמעריקע.

טראמפ איז נאר טראמפ ווייל ער דארף קעמפן קעגן די ליבעראלע קאמוניסטן. איינמאל ער איז מלך איבער אן איין פארטיי לאנד, איז ער גארנישט ווערד.

לייק די צווייטע שירה
די ערשטע איז נישט ריכטיג וסאוויעט יוניען יוכיח
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: וואלט איר ענדערשער געוואוינט אין א ליבעראלער אמעריקע אדער אין א טראמפ סעמי-דיקטאטור אמעריקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

פנימחדשות האט געשריבן:היות איך זעי אז עטליכע ניקס, סיי דא און סיי אינעם ירה"ס HQ אשכול (יא, ביידען איז אויך יר"ה, עכ"פ ביז טראמפ געווינט אין געריכט, א זאך וואס וועט ככל הנראה נישט פאסירען), האבען ווייזט זיך אויס נישט גוט פארשטאנען די באדייט פונעם אנקעטע, וועל איך עס פראבירען אויסצוקלארען אביסל, אבער אזויווי איך פארמאג נישט קיין גוטע שרייבערישע טאלאנטען וועט עס זייער מעגליך נישט ארויסגעברענגט ווערען גענוג קלאר, איז טאמער קען עס איינער בעסער מסביר זיין וועל איך אים דאנקבאר זיין.

ערשטענס ברויך מען גוט איבערליינען מיין ערשטער תגובה אינעם אשכול, דערנאך קען מען קוקען אויף די דאזיגער תגובה מיינער, און יעצט וועל איך ממשיך זיין, אודאי וויל איך בעסער אז ביידען זאל זיין פרעזידענט, און די פאראייניגטער אמעריקע זאל ווייטער אנגיין, ווי איידער אז טראמפ זאל ווערען א סעמי דיקטאטור אא"וו, נאר אזויווי איך האב געזען אז גאר א גרויסער טאלקינג פוינט פון די פרא ביידען, אדער בעסער געזאגט אנטי טראמפ, ניקס איז דאס אז טראמפ פירט זיך אויף עטוואס דיקטאטוריש אא"וו, אבער איך האב נישט געזען די זעלבע ניקס האבען די זעלבע סארט טענות אויף די לינקע סעמי דיקטאטורשאפט, האב איך געעפענט דער אנקעטע, און די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

די ערשטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די ערשטע (אדער צווייטער...) האלב אמעריקע ווי בדרך נס וועט נאר זיין א דעמאקראטישע פארטיי, וואס וועט שטענדיג אריינגעוועלט ווערען ביושר, און זיי וועלען קענען טאן וואס ס'גלוסט זיך זיי אלס פארטיי אויס, און די צווייטער צד איז אז דו ווילסט וואוינען אין די אנדערע האלב אמעריקע ווי טראמפ וועט ווערען פרעזידענט פאר זיין גאנצע לעבען אן קיין וואלען, און ווען ער וועט שטארבען וועלען זיך ביידע אמעריקעס פאראייניגען בדרך נס, און ס'וועט צוריק ווערען אזויווי ס'איז יעצט.

איז אין אנדערע ווערטער איז די שאלה בעצם צו האט איר מער מורא פון די דעמאקראטישע פארטיי אן איינער וואס האלט זיי צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע און געריכט, איבער וואס זיי קענען זיך אודאי פראבירען צו מתגבר זיין, למשל דורכן אריינשטעלען ראדיקאלע געריכטער אא"וו), אדער צו האט איר מער מורא פון טראמפ אלס סעמי דיקטאטור אן איינער וואס האלט עם צוריק (אויסער די קאנסטיטוציע וכו', אזויווי פריער). [ווי אויך קען זיין אזעלכע וואס ס'גייט זיי נישט אן די תוצאות, די עיקר איז אז ס'זאל זיין "דעמאקראטיע", ד. ה. אז די רעגירונג דארף זיין אריינגעוועלט ביושר, און אויך זיי וועלען אודאי שטימען פאר די ערשטער צד, כאטש ס'קען זיין אז בעצם האבען זיי מער מורא פון א ליבעראלע ווערטשאפט, און איך האף אז דאהי אויף אייוועלט געפינען זיך נישט אזעלכע ניקס].

איך מיין אז מיט דער הסבר פאלען אוועק פיל, אויב נישט אלע, פון די טענות וואס מ'האט קעגען די צווייטער צד אינעם אנקעטע און קעגען יעדער איינער וואס האט געשטימט פאר דער צד, און ס'איז אודאי זייער מעגליך אז אלע וואס האבען געשטימט פאר דער צד האבען ריכטיג פארשטאנען די צוויי צדדים.

Goodmorning האט געשריבן:

צל עובר האט געשריבן:

יש ברירה האט געשריבן:

זענט איר יעצט בארואיגט?

זייער גוט ארויסגעברענגט, און דאס האב איך געטראכט אז די נייסט צו פרעגן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”