נקודהלע האט געשריבן:איינס האט געשריבן:צ.ק.
ווענדט זיך וואס ער זאגט, יעדן מאל דאס פארקערטע...
א מין אנשיקעניש, פון פעילן איינמאל נאכן צווייטן און אנהאלטן גלויביג כאילו ער איז דער נביא ישעיה זעלבסט.
מה גם אפילו ער זאל ווען צוטרעפן, וואלט איך קיין פעני נישט איינגעשטעלט אויף ווערטער פון א בשר ודם וואס זאגט פאר עתידות.
האט ער טאקע געפעילט? וויפל מאל? ווען? וואס האט ער געזאגט? און וואס איז געווארן?
כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט
עטליכע תגובות צוריק האט איינער געברענגט אז ער האט פרעדיקטעד ביי די וואלען פאר די הסתדרות אין א"י אז שלי יחימוביץ וועט געווינען, און למעשה האט אבי ניסנקורן געווינען.
ווי אויך דאכט זיך מיר אז ביי די אלול בחירות אין א"י האט ער פרעדיקטעד אז ביבי וועט געווינען, און למעשה האט קיינער נישט געווינען, און מען קען נישט זאגען אז דאס אליין אז ביבי איז געבליבען פרעמעיר מיינט אז ער האט געוואנען, ווייל ביי א אנדערע פון די סעריע בחירות וואס איז פארגעקומען לעצטע יאר אין א"י האט ער פרעדיקטעד אז קיינער וועט נישט געווינען.
איך זוך נאך פאר א תירוץ פארוואס דאס גייט נישט אריין אין די איסור פון תמים תהיה, היות מען קוקט פאר עתידות, אפשר קען איינער פועל'ן ביי דרעזנער שמעלצער אז זיי זאלען פרעגען רבנים, און זאגען די פסק ביי זייערע קומענדיגע שמועס.