כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאורי, אז דו ביסט שוין דא,
וואס טוט זיך מיט א לייק קנעפל, איז אין פלאן ס'זאל געשעהן?
לכאורה האט געשריבן:מ'ארבעט דערויף, עס קען דויערן וואכן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאורי, אז דו ביסט שוין דא,
וואס טוט זיך מיט א לייק קנעפל, איז אין פלאן ס'זאל געשעהן?
לכאורה האט געשריבן:מ'ארבעט דערויף, עס קען דויערן וואכן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:העמער מארגן ענטפערן...
שמארטיקל האט געשריבן:יישר כח כאניש פארן ארויפברענגען די וויכטיגע טעמע.. דאס אז מ'האט שוין גערעדט מיינט נישט אז מ'קען נישט עפענען א נייע אשכול, אסאך זאכן האבן זיך שוין געטוישט זינט דאן. מיט א כח הרבים קענען מיר דאס אויספירן
#בלעק לייקס מעטטער
אז מ'מאכט שוין יא, אפשר זאל מען בנוסף צום לייק קנעפל אויך לייגן א גא''מ קנעפל
זאג א גוטס האט געשריבן:צ/ק
אודה ולא אבוש (קרעדיט: Wקאד) אז ווען ס'וואלט נאר געווען א לייק קנעפל און נישט לייוו פידבעק אויפן ניק צאמשטעל #1, וואלטעך ווארשיינליך נישט געמאכט #2...
אוראייניקל האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:צ/ק
אודה ולא אבוש (קרעדיט: Wקאד) אז ווען ס'וואלט נאר געווען א לייק קנעפל און נישט לייוו פידבעק אויפן ניק צאמשטעל #1, וואלטעך ווארשיינליך נישט געמאכט #2...
זארג דיך נישט, די אלע וואס די האסט אויסגעלאזט וואלטן נישט געלייקט, נאר זיי וואלטן זיך מזכיר געווען אזוי ווי יעצט...
נו גוט נו שוין האט געשריבן:א לייק איז צווישן גארנישט און א תגובה.
ווען מ'ווערט אזוי איבערגענומען צו שרייבן א תגובה שרייבט מען, אפילו מ'שרייבט נאר א קורצע זאך, אדער נאר א ווארט אפילו, קומט עס פון א שטארקע התפעלות פונעס געשריבענע, און דאס קען מען נישט אפקילן נאר מיט א קוועטש אויפן לייק קנעפל.
א לייק איז, ווען עפעס איז אינטערעסאנט, אבער נישט אזוי שטארק צו ווערן באשריבן, אבער דאך פטור בלא כלום אי אפשר, ס'האט מיר איינער מחי' געווען, און כ'וויל אים מודיע זיין, אז ס'איז דא א לייק קנעפל דרוקט מען אים, און אז נישט דערשטיקט מען די געפילן און....
נו גוט נו שוין האט געשריבן:שוין זאל מען לייגן א לייק קנעפל!
קרעטשמער האט געשריבן:מיט גרויס פרייד און פאטאס, אנטריסונג און פאראכט (וועא"מ), מעלדן מיר בשער בת רבינו די גרויסע נייעס, אז נאכדעם וואס תש"פ האט געבראכן אלע רעקארדס, מיט א צושפליטערטע בד"ה אשכול (רח"ל), מערסטע צאל באנוצער, פרישע פארומס פאר אנקעטעס און נאך, אפשר א לייק קנעפל (מ'ארבעט דערויף) א מעכטיגע שרייבער פארמעסט, א באמבאסטישע קומזיץ, אן אריינפלוס פון ביליאנען פרישע ניקלעך אונטער די אייגנטום פון צענדליגער פערזאנען, איז יעצט געקומען דער פאסיגער צייט זיך צו נעמען צו די "שטי"ם בודקע" (קומט עס דען מיט א יו"ד?), און אראפווארפן דעם יאך פונעם לאנגיעריגן ראש הקהל (ווער איז עס אפילו, איינער האט אן אנונג?) און אויפנעמען פרישע כוחות פאר אן אייוועלט וואס ראקט און זידט מער ווי סיי ווען אימער אין די גלאררייכע אידישע היסטאריע.
אלזא, מאכן מיר אן אפיציעלע מעלדונג - ביום שנכפל בו כי טוב לסדר פינחס (מיט א יו"ד) - אז קאנדידאטן וואס ווילן לויפן אין די בעפארשטייענדע וואלן (וואס ווערט פארקומען סוף חודש אב אי"ה), זאלן זיך מעלדן אין דעם אשכול ביז א וואך פון יעצט, דאס מיינט ביז דינסטאג פרשת מטות-מסעי תש"פ.
שטופט אייך נישט, ס'דא גענוג פלאץ אין דעם אשכול פאר אלע 18 טויזנט ניקס זיך צו מעלדן. אבער געדענקט: ח"י אלף נכנסין, ואחד יוצא לראש הקהל!