שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:16 pm

6
3%
★★
2
1%
★★★
6
3%
★★★★
13
6%
★★★★★
51
22%
5
2%
★★
1
0%
★★★
3
1%
★★★★
13
6%
★★★★★
56
24%
5
2%
★★
3
1%
★★★
9
4%
★★★★
13
6%
★★★★★
46
20%
 
סך הכל שטימען: 232

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער שרייבער האט דא עובר געווען אויף איינע פון די ג' חמורות פונעם פארמעסט, נעמליך, ער האט געשריבן פון דעם גע'אסר'טן ק. ווארט (אויך באקאנט אלס ק.-19)

אויסערדעם, איז עס א מייסטערשטיק, כ'וואלט אים געגעבן 3 מאל 5 שטערנס, אבער דער טשיפ וואס מ'האט מיר איינגעפלאנט יענעם ג' ניסן תשע"ז - ולמספרם מערץ 30 יארע 17', האט מיר דיקטירט צו שטימען אנדערש ווי מיין האנט און מח האבן געראטן...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פרישע קוגל האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:אינהאלט 0 קען מען שרייבן אלס קאמפלימענט אויפן נומבערס ארטיקל...

אויב מיינסטע אז איך האב געמיינט צו זאגן קריטיק מיטן געבן פארן אינהאלט א זירא ווילעך קלארשטעלן אז כהאב נישט געמיינט צו זאגן אז די אינהאלט פונעם ארטיקל איז זירא. כהאב נאר געוואלט ארויסברענגן וואס כהאב געשריבן נאכדעם אז פאר'ן שרייבער'ס כח הדמיון געב איך א צוויי מיליאן ווייל באמת איז נישט דא קיין אינהאלט. נאר דמיון...
שטימטעט?

שטומט איך האב אויך פארשטאנען אזוי
איך האב געגעבן א 5
נאר בלשון מליצה אז דער אינהאטל איז 0 אלץ א קאמפלימענט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכאורה האט געשריבן:דער שרייבער האט דא עובר געווען אויף איינע פון די ג' חמורות פונעם פארמעסט, נעמליך, ער האט געשריבן פון דעם גע'אסר'טן ק. ווארט (אויך באקאנט אלס ק.-19)

זעט אויס אז וועגן דעם איז די ארטיקל באשטימט געווארן דווקא אלס נומער 19, לרמז על סודו המופלא של ק.-19 וכו' וכו', ודוק כי עמוק הוא...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

לכאורה האט געשריבן:דער שרייבער האט דא עובר געווען אויף איינע פון די ג' חמורות פונעם פארמעסט, נעמליך, ער האט געשריבן פון דעם גע'אסר'טן ק. ווארט (אויך באקאנט אלס ק.-19)

געראדע באמערקט אז די שרייבער האט זיך געהיטן פון ארויסשרייבן די ק. ווארט, אנשטאט האט ער געשריבן ברמיזה 'מגיפות' און 'וויירוסעס'...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בסיעתא דשמיא.

איך גיי נישט דא שרייבן מיין אנאליז אויף דעם ארטיקל, ווייל, אריינקוקנדיג, קען איך קלאר זעהן אז דאס האט אין זיך אלע געווירצן וואס עס קומט צו ליגן אין אן ארטיקל.

איך וויל אבער יא, פרובירן עכ"פ, צו שרייבן וואס מ'קען זיך לערנען, ליינענדיג דעם שרייב ווערק.

צאמנעמענדיג מיינע כוחות וואס איך פארמאג, און פרובירנדיג זיך אריינצורייסן אינעם קאפ פונעם שרייבער, און פון זיינע אויגן קוקן אויף וואס ער קוקט, קען איך זעהן אז ער ווייסט א ברייטערע וועלט ווי וואס איך ווייס.

איך ווייס אפילו נישט בפועל וואס ס'מיינט 'הויעכע פענסטערס'. דער שרייבער ווייסט צו זאגן פון 'הויעכע פענסטערס'. ער ווייסט וואס הויעכע פענסטערס קען אלץ אפטון פאר די וועלט. ער זעהט ווי א שטריך וואס ציהט זיך פון די הויעכע פענסטערס, ביז די קליינליכע מעשים וואס פאסירן דורך דעם.

זיין ידיעה איז ברייטער ווי די וואלקענא בערג. ער האט די וואולקענע בערג אלץ איינע פון די אפציעס צו נוצן פאר א דוגמא. פארשטייט איר?

ברייט, מקיף. מקיפות.

ווייטער דארף מען וויסן פון אזעלכע זאכן ווי געהיימע קאנפערענצן. דער שרייבער שטופט אריין זיין נאז אין געהיימע קאנפערענצן. ער האט נישט מורא זיך צו געפינען דארט, עס אויסשפיאנירן, גוט קוקן אין אלע ווינקלן. ער האט די חוצפה.

צו זיין אזא שרייבער פעלט זיך נישט אויס וואס דער שרייבער קען. ער דארף נישט האבן עפעס אזאנע טיפע אויגן וואס קוקן ארויס און דרינגען אריין דורכצושניידן די פלאסטישע ווענט וואס פארדעקן די געהיימעניסן פון די וועלט. אמנם ס'קען זיין אז דאס האט ער אויך ביי זיך אין זיין טאשקע. אבער נישט דאס איז וואס עס פעלט זיך אויס צו שרייבן וועגן מאשרומס

עס איז די מצב וואס עס געשעהט אין די לופט ווען "יעדער שווערט צו האלטן דעם סוד ביי זיך". אזא מצב איז וואס - איין שבת נאכמיטאג - עס איז אריינגעדרינגען אין זין געוויסן. ער ווייסט פון אזא מצב. ער ווייסט וואס עס לאזט זיך אראפ, ווען יעדער שווערט צו האלטן דעם סוד ביי זיך. און דאס קען ער נאכדעם שילדערן.

ער זעהט מצבים. דאס פעלט זיך אויס. דראמאטישע מצבים. און ער קען דאס נאכדעם צאמשטעלן אין א ארטיקל.

עס איז דא אזעלכע דראמאטישע מצבים, און עס דא ווי די וואס דער שרייבער פאסט אויף.

יעצט, אזא שרייבער דארף וויסן 'בפועל' פון די עקזיסטענץ פון געזעץ. ער דארף עס לעבן. ער דארף וויסן אז ס'דא אזאנע זאכן. איך - איך וועל זאגן דעם אמת טראץ מיין בושה - עס גייט מיך נישט אן די גאנצע ענין פון געזעצן. נישט ווער ס'מאכט עס, נישט וואו מ'מאכט עס, גארנישט. וועט דע העק אויף געזעצן. ער לעבט עס יא מיט.

דאס איז א חלק פון זיין בלוט.

יעצט, איך ווייס נישט די גיל פון דער וואס האט געשריבן. אבער ער ווייסט פון אפעראציעס. ער ווייסט פון אזא זאך ווי: בארימטע סורדשנ'ס. (כירורג. וואלט די מעלות געשריבן)

אויב ווילסטו שרייבן אזעלכע מעשיות, דארפסטו ארויסקריכן פון דיין באקוועמע באקס, וואס האט נאר אפאר לעכער פאר דאס ביסל עסן, און נאך אפאר נייעסלעך וואס איז ממש נויטיג. דו דארפסט נישט אזוי ווייט ליינען, דו דארפסט אבער יא, מער אנגיין וועגן די וועלט. אזאך וואס איך האב עפעס נישט קיין אינטערעסע אין די דרויסנדיגע וועלט. פארוואס? איך ווייס נישט. איך וויל וויסן די אינערליכע וועלט פון געפילן. דאס יא. BQE גייט מיך נישט אן. איך האב נישט קיין מושג וויאזוי די נעמען פון די ברידשעס זענען. ס'גייט מיך נישט אן.

לאמיר דיר עפעס ערקלערן.

מאכן א מעשה איז א מתנה פון הימעל. עס שטעלט זיך אליין צאם. עס איז נישט אזוי שווער. דו קענסט אבער נאר צאמשטעלן א טיי מיט די הערבס וואס עס ליגט ביי דיר אין קעבינעט. דו קענסט נישט מאכן א מעשה נאר פון זאכן וואס דו ווייסט דערפון. ער ווייסט צו זאגן: פון קליינטשיגע קאלטע אלומינום פאקעט, וואס מעסט זיך אין מילימעטער. דו ווייסט זיכער צו זאגן פון אזאנע קליינע קאלטע באשעפענישן, אבער עס גייט דיך נישט אן אזוי שטארק.

אים גייט עס אן אזוי שטארק, אז ער נעמט עס אפיר ווען ער וויל מאכן א מעשה. נאכאמאל: א קליינעם קאלטן אלומינום פאקעט וואס מעסט זיך אין איין מילימעטער.

ער שרייבט: אין ווייט-פיין-קאונטי, נעוואדא. מיך גייט נישט אן נעוואדא. אזוי ווי עס גייט מיך נישט אן אן איינצלנעם גראז פון א ברייטע גראז וואקסונג פלאץ.

איך זאג ענק: איך ווייס אז שבת נאכמיטאג, ווען ער גייט אונטערן דאכענע, קומט אים ארויף, אזאנע געשיכטעס. ער וואלט זייער געוואלט אז דאס זאל פאסירן, און ער וואונדערט זיך פארוואס עס פאסירט נישט. וואלט נישט געווען גוט צו אינפילטרירן דעם מענטשליכן קערפער אונטער זיין באוואוסטזיין, אז אפילו דער פאקטישער 'שליח' זאל נישט האבן דאס מינדעסטע אהנונג?

עס איז אן איידיע. ניין?

ווילסט וויסן וואס דער שרייבער וואלט געוואלט אז ער זאל עס וויסן פאר א פאקט? א אפיס וואס האט נישט קיין זייגער און קיין פענסטער, עס האב אבער יא א קליינעם קיך, און א ווינקל מיט בעטן. אזא שטיבל איז שוין אין זיינע געדאנקען אלץ א פאקט וואס דארף ווען זיין אויף די וועלט. אז עס איז דא שעפערישע מענטשן, קען מען זיי מאכן זיצן פאר זעכצן שעה ברציפות, און שטעל זיי צו אזא אפיס. ניין?

ער איז זיכער - כמעט - אז ס'איז א פאקט. ער וואונדערט זיך פארוואס ער האט דאס נאכנישט געטראפן. ער גייט זיין זייער אנטוישט, ווען ער גייט זיין נאך א צעהן יאר פון יעצט און זעהן אז עס עקזיסטירט נישט אזאנס

לאמיר זעהן א שעפערישן אויסדרוק: ער שפירט אז דא ליגט דער שפיץ פאדים וואס קען דינען אלץ וכו', אבער עס פעלט אים דערווייל די נאדל צו קענען שפינען דעם פאדעם, וואס זאל באהעפטן די צוויי פרעמדע טעמעס

און איך ווייס אז דער שרייבער האט שוין לאנג געטראכט: וויאזוי קוקט אויס ווען א מענטש סנעפט פלוצלינג?
און נאך טראכט ער: אן איידיע פון א טשיפ.

איך האב שוין אויך געטראכט פון אזאנע בייפעלער. אבער איך האב נישט גענוג קראפט דאס אנצוהאלטן ווילאנג עס ווערט אביסל מער ווי דשאסט א דורכלויפנדער איידיע. און נאך שטערקער אז דאס זאל קענען ווערן צאמגעשטעלט דורך א קאלטן אלומינום פאקעט וואס מ'מוז נוצן פאר פאציענטן ארום דעם שניט. און אז קאסט פאר אמעריקאנער שטייער צאלער. און עס האט אין זיך א גיפט. רבש"ע. (חלילה), און עס וועפט אויס. שרעקליך. אזוי האבן די ציונים גע'הרג'ט דעם אמבאסאדער פון טשיינע ימ"ש.

עכ"פ.

לאמיר צוריקקומען צום ראעליטעט, אויב ס'דא אזא זאך. ווייל איך ווייס טאקע נישט וואס דער אמת איז. די סקרו פון דיין גלעזער האט א טשיפ.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נשמה, דו ביסט שוידערליך גוט! כ'האב נישט קיין ווערטער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נשמה, דו ביסט שוידערליך גוט! כ'האב נישט קיין ווערטער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אוי, נשמה....
שויתי ה' לנגדי תמיד

מיטן ניגון
שויתי ה' לנגדי תמיד
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

א פיינע רייד געוען, שטארק הנאה געהאט, גוטע שריבער!

@נשמה כ'האב שוין געמיינט אז כ'בין נישט אריינגערייט אין דעם, זאגסטו מיר אז מיין גלעזער האט א טשיפ...
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

3 פארן שפראך כאטשיק די אויסדריקן זענען געוואאאלדיג אבער עס ליינט זיך נישט פליסיג, איך האב מיר געברויכט אנשטרענגען ביים ליינען.

די דמיון און קריעטיוועטי איז בעסער פון בעסער פון גיט..

זייער הנאה געהאט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יוניק איידיע,
ציענד געשריבן,
פיין אראפגעלייגט
געוועהלט איננהאלט 3, שפראך 4, אוועראל 4
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום זונטאג יוני 14, 2020 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עולם הדמיון איז שווער צי רעיטן, אבער דער ארטיקל איז פיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

א טאַפ שרייבער! אלע מעלות פון א שרייבער.

5 שב5 שב5.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך האב אנגעהויבן ליינען דע ארטיקל פרייטאג, און אינמיטן האב איך געמוזט סטאפן און אהיים לויפן, ווארום עס איז מיר געווארן שפעטליך, אבער א גאנץ שבת האבעך מיר גע'חלומ'ט פון די ארטיקל....

יעצט צוריק געקומען און געווארן אינגאנצן דיסעפוינטעט אז ס'איז בלויז פאנטאזיע...

דשאסט קידינג, איך האב גלייך געכאפט...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

טשאלנט,
מאכסט מיך נאשעס!
כאנאכניש פארדייט די שבת'דיגע
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

היינט לייגן זיי עס שוין אריין אין די טשולענט בונדלעך...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שמארטיקל האט געשריבן:היינט לייגן זיי עס שוין אריין אין די טשולענט בונדלעך...

וועגן דעם ווערט מען אזוי מיד נאכדעם?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מ'זאגט נאך פון דר. זעלענקאו ער'ט געבעטן די קרית יואל'ע מענעדשמענט, זיי זאלן אריינלייגן זאולאף אין די קרית יואל'ע וואסער סיסטעם, וועט ער פארלירן רוב פעישאנס..
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אויך האב איך געהערט א בחור האט אריינגעגאסן א פלאש וואדקע אין די הייס וואסער פון די קאפי,

און בדידי הוה עובדא, אין ישיבה קטנה, (ווען כ'פלעג כסדר פראקטיצירן מיין ניק..) האב איך אריינגעלייגט זאלץ אין די ציקער דיספענסער אין די קאווע שטובל....
הוי איז געווען יו"ט!!!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

איך האב געליינט דעם ארטיקל שבת נאכמיטאג אין איין אטעם דער שרייבער האט געמאכט מיין שבת, איך האב שוין מורא צו עסן שוואמען
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

ס'צרות, מענטשן עסן שוין די שוואָמלעך היינט צו טאגס...
viewtopic.php?p=2231983#p2231983
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דאס ארטיקל ענדיגט זיך:
קלאריפיקאציע: איך ערלויב זיך דא ארויסצושרייבן אין פובליק די איינצלהייטן פונעם סוד, טראץ דעם שטרענגען פארבאט; וויסנדיג אז דער עולם וועט עס סיי-ווי אנקוקן אלס פיקטיוו.

די ווערטער ברענגען ארויף א שמייכל אויפן ליינער'ס געזיכט.

אבער במושכל שני קלער איך מיר אזוי: אפשר איז יש דברים בגו? אפשר האט עס דער כותב געשריבן אויף א וועג אז אונז זאל'מיר מיינען אז ס'נאר א פיקציע צוליבן פארבאט? ברויך מען גיין שטורעמען די נעוואדא געביידע און געוואויר ווערן דעם גאנצן אמת. אונז זעמיר נישט קיין קעלבער!!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

חוחי דו ווייסט דאך אויב ס'איז אמת, ס'דאך דיינס....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ש'כוח'וח פאר אלע וואס האבן געשריבן ווארעמע דברי הערכה.

אלזא, לאמיר הערן דעת אלופי הקהל ועיני העדה:
ביים קומענדיגן פארמעסט, זאל איך נאכאמאל פאנטאזירן עפעס כיד ה' הטובה עלי, אדער וועל איך קענען מער מצליח זיין מיטן שרייבן אמת'ע זאכן? זאל עס זיין עפעס וואס בארירט די סטרונעס פונעם הארץ? פון די וואלן זעט מיר אויס אז דער עולם האט זייער ליב עמאושענל זאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”