ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 6: א לעכטיג ווינקל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 6: א לעכטיג ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

בילד

אין א ווינקעלע אין די רוישיגע טריפה'נע אינטערנעט, געפינט זיך א קליינטשיק געביידעלע. פון אינדרויסן זעהט עס נישט אויס ווי עפעס א ווער ווייס איך וואס, אבער ווען מען שפאצירט אריין דארט אנטפלעקט זיך אן הערליך בילד!

מיר רעדן יעצט פון די אידישע וועלט פארומס, אדער ווי אנדערע גלייכן עס צו רופן 'אייוועלט'! אויך באקאנט מיטן נאמען היימישע קרעטשמע.

די נאמען קרעטשמע פאסט זיך גאר גוט אריין, צוליב וואס דאס ארט ענדלט גאר גאר שטארק אין די אמאליגע קרעטשמעס, סיי מיטן אויסשטעל און סיי מיט די שמועסערייען און פארברענגערייען דארטן.

צו באשרייבן די גאנצע היסטאריע פונעם קרעטשמע מיום הוסדה פארלאנגט א ארטיקל פאר זיך, און אזויווי עס וועט זיכער איבער שטייגן די ערלויבטע 10,000 קערעקטערס וועט מען נאר באשרייבן דעם קרעטשמע וויאזוי עס קוקט אויס לעת עתה שטייענדיג חודש כסליו תשע"ז.

פון אינדרויסן קוקט דאס אויס ווי א פשוט'ע וועב זייטל נישט מער ווי אלע אנדערע, אבער ווען מען קומט אריין און מען דערזעהט זיך מיט א געשמאקע קרעמל, אלעס היימישע אידן וואס רעדן א געמיינזאמע שפראך, און מען הערט נישט דא קיין שום דבר אסור, דאן פארשטייט מען פארוואס עס טראגט אזא גוטע נאמען ביים ציבור!

די קרעטשמע איז אויסגעשטעלט שוה לכל נפש. עס איז א הערליך געביידע, שיין אויפגעקליענט פון שמוץ, די ערד גלאנצט, די טירן זענען געווענליך נישט פארזשאוועט און עס עפענט זיך גרינג, נאר אין א טאג וואס עס קומט פאר עפעס ספעציעל און עס זענען דא א איבער פלוס פון מענטשן קען עס אמאל ווערן אביסל פארזשאוועט, די שטיבלעך זענען אייביג שיין אויפגערוימט, און עס קומט קעגן א פרישע גראך ווען מ'שפאצירט אריין.

מען קומט אריין אינעם פארזאל דאס איז א שיינע גרויסע לאבי מיט הערליכע טשענדעלערן וואס באלייכטן דאס ארט, און פון דארטן זעט מען אסאך טירן אריין צו גיין אין קרעטשמע. פונקט קעגן איבער די אריין גאנג זיצט דער קרעטשמער ביים דעסק, און איז גרייט ארויס צו העלפן יעדן איינעם מיט זייערע אישוס און פראבלעמען. גלייך דערנעבן פון ביידע זייטן זענען דא די אפיסעס, דארטן זיצען די געטרייע מנהלים און אחראים, און טוען אלס וואס מעגליך – פון אונטער די קוליסן – ארויס צו העלפן פארן ברייטן ציבור מיט וואס נאר מעגליך.

אויף די רעכטע זייט (מיר וועלן באלד צוריק קומען צו די לינקע זייט) זענען דא לאנגע האל וועיס וואס איטליכע פון זיי ענדיגט זיך מיט א טיר, און אויפן טיר הענגט א גרויסע טאוול וואס מעלדט וואספארא סארט קרעמל זיצט יעצט אינווייניג. די טיר איז אלס אפן, אבער כדי צו קענען נעמען א בענקל און זיך אראפ זעצן ביים טישל פארברענגען און הנאה האבן, מוז מען האבן די ספעציעלע מעמבער קארטל וואס מען קען דאס זייער גרינג באקומען ביים אפיס אין די לאבי, מען דארף בלויז אריין שיקן אן אפליקאציע מיט די ביסל אינפארמאציע וואס עס פעלט זיך אויס, און ביז א קורצע צייט קומט אן אויף פאסט די מעמבער קארטל.

די וואס קענען זיך גוט אויס אינעם קרעטשמע ווייסן אז דאס איז מלא וגדוש. רובא דרובא אידן זענען אנגעקומען צום קרעטשמע דורך גוגל סוירטש. יעדע איינציגע אידישע זאך (און אפילו זאכן וואס האבן נישט ממש מיט אידישקייט, נאר עס איז נישט קיין דבר אסור) האט שוין א טישל אויפן וועלטל, צו דאס איז א נייעס, אדער א ניגון, א ספר אדער ביכל, אלטע היסטאריע, היסטארישע בילדער, כמעט יעדע צדיק וואס איז נאר געווען איז שוין געווארן אויסגעשמועסט. די קרעטשמע איז לבקשת הציבור צוטיילט אין עטליכע אפטיילונגען לויט די ענינים וואס מען שמועסט דארט, דאס האט מען געמאכט צוליב דעם אז די שמועסן זאלן נישט ווערן פארקירעוועט פונעם ענין, צום ערשט גלייך ביים אריין קומען באגעגענט מען זיך מיט א הארציגע ברוכים הבאים טעוועלע, דארט איז די מקום פאר די נייע מעמבערס סיי אפצונעמען זייער ווארימע שלום עליכם, און סיי פאר אלע פראגן וואס מען האט איבער די הלוך ילך אינעם קרעטשמע. די קומענדיגע אין די רייע איז די נייעס אפטיילונג, וואס דאס איז די גרעסטע אפטיילונג, און פארמאגט די מערסטע באזוכער און טישלעך.

דארטן קענען פון מאל צו מאל זיין הויכע טענער, און אלס איז דא חדשות דארטן. דערנעבן געפונט זיך א זשורנאל פונעם קרעטשמע וואס דארטן קען מען געפונען זיסע ארטיקלען על דא ועל הא איבער אינטרעסאנטע און תוכנ'דיגע ענינים. שפאצירענדיג ווייטער געפונט מען די ריכטיגע קרעטשמע, דארטן קומען זיך אידן צוזאם און מען שמועסט זיך אביסל אדורך. צו א גוטע געדאנק, אדער א גלייך ווערטל, אמאל א טיפע יסודות'דיגע בחינה אין תורה חסידות און אידישקייט, און אמאל לצינותא דעבודה זרה. דארט קען מען אויסשמועסן אלוועלטליכע זאכן אויף א נאטורליכע אופן.

די קרעטשמע האט א באזונדערע אפטיילונג פאר אויסגעמוטשטע אידן וואס זיצן א גאנצן טאג על המחיה ועל המזון (אדער זוכן זיי אזאנס, אדער פלאנען זיי בכלל נישט צו טרעפן), וואס ווען זיי קומען ארויף זוכן זיי א מקום ווי מען טענה'ט זיך נישט אויף קיין הויכע טענער, אויך נישט קיין טיפע שמועסן, נאר א פשוט'ע פארברענגען אויפן דרך פון אונזערע זיידעס אין די אלטע היים וואס פלעגן זיצן אין קרעטשמע בדיבוק חבירים און שמועסן, אזוי זיצט מען דארטן און מען קוואקעט, און מען פרובירט צו משמח זיין אידישע קינדער.

עקסטערע אפטיילונגען זענען פארהאן אויף אידישע און נישט אידישע היסטאריע, און אויף דקדוק, ווי מען קען אלס טרעפן אינטערסאנטע ידיעות און ענינים.

היכל הנגינה איז א ספעציעלע היכל מיטן מטרה אויסצושמועסן אלעס וואס האט צוטון בעניני נגינה. ווי נייע סידיס, און נייע ניגונים, אלטע ניגונים, מחברי ניגונים, און נאך אסאך.

אין די 'היימישע אויסגאבעס' קען מען טרעפן די פראנט קאווער פון רוב היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, און ווי אויך קען מען דארט אלס אויסשמועסן איבער וואס מען האט געליינט, און אויך איבער נייע אויסגאבעס.

א ספעציעלע ארט פארנעמט דאס ביהמ"ד שע"י ק"ק אייוועלט. ווען א איד האט א שווערע גמרא גייט ער אריין אין ביהמ"ד, דארטן ווארטן אים אייביג אפ די פראפעסיאנאלע שואל ומשיבים וואס ענטפערן אויף יעדע שווערע זאך. ספעציעלע מקומות זענען דא פאר די פילצאליגע חבורות פון די קהלות כן ירבו, כדי אז די לומדי החבורה זאלן האבן ווי זיך אויסצושמועסן אביסל איבער די היינטיגע בלאט.

חוץ פון דעם איז אין ביהמ"ד דא עטליכע אינטערסאנטע אפטיילונגען. ווי ידיעות התורה היכי תמצא און נאך, מיט וואס די לומדי תורה דערקוויקן זיך. און די על הצדיקים אפטיילונג ווי עס ווערט דערמאנט די יארצייטן פון יעדן טאג, און ווי אויך קען מען דארטן טרעפן גאר אינטערסאנטע תולדות אויף די קדושי עליון נבג"מ, און ווי אויך אינטרעסאנטע סיפורים. אן עקסטערן אפטיילונג איבער ספרים און מחברי ספרים געפונט זיך אין ביהמ"ד פול מיט ידיעות און אינטערסאנטע שטריכן.

דער מי כעמך ישראל ווערט ארויסגעשריגן ביים זיך באגעגענען מיט די איש את רעהו יעזורו, מען זעהט דארט ווי אידן קומען אלס צו הילף איינער פארן צווייטן, אסאך מאל מיט מסירת נפש. מען איז זיך שואל עצה איבער אלע ענינים וואס אידן האבן פראגעס און פראבלעמען, סיי איבער געזונטהייט, און אויך איבער ביזנעס און קאמפיוטער, און נאך. עס איז ממש א קידוש השם צו זעהן ווי אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן מיט אזא געטריישאפט, אלעס מיט א שמייכל, און אייביג מיט א גוט ווארט אין די זייט.

ביי די קרעמלעך קען מען אלס זעהן ווי די ארענדארן און קרעטשמערס דרייען זיך ארום און פילן צוריק אן די באטלעך מיט שנאפס און קנאק יאנקל, און די קאנטשאוס מיט קאפאטשינאו. געווענליך הערט מען פון זיי נישט קיין איין איינציג ווארט, די היסטאריקער זאגן אז אמאליגע צייטן ווען די קרעטשמע איז נאך נישט געווען אויף אזא גרויסע פארמאט פלעגן זיי זיצן עמטליך ביי די טישן און פארברענגען צוזאמען מיטן ציבור, אבער די צייטן זענען שוין over נאר פון מאל צו מאל ווען זיי זעהן אז די מצב איז אנגעצויגן ביי איינע פון די טישן קענען זיי געבן א קלאפ אויפן טיש און מאכן אביסל סדר דארט, און אויב איז ריכטיגע צרות קענען זיי ארויס פירן א גאנצע טישל פונעם קרעטשמע...

איינע פון די זאכן וואס באדערן גאר שטארק פאר די מנהלים איז ווען איינער קומט אן צו א טישל וואו מ'רעדט למשל פון סיריע און ער רופט זיך אן איבער א עקסידענט וואס האט נארוואס פאסירט אין קאנעטיקוט. אין אזא פאל וועלן די מנהלים געווענליך נישט לאזן רעדן דערפון ביי די סיריע טישל, נאר מען וועט דארפן גיין צום ספעציעלן טישל וואס איז געמאכט דערפאר, עס מאכט זיך אסאך מאל אז עס איז נאך נישט פארהאן קיין טישל פאר דעם ספעציפישן ענין, וועלן זיי אלס לאזן אריין שלעפן א נייע טישל, אבער אויב וועט זיך איינער צעווילדעווען און זיך נעמען שלעפן נייע טישן ווען עס געפונט זיך שוין טישן אויף דעם נושא וועלן זיי עס ארויס פירן!

די מנהלים זענען אויך זייער שטרענג אז דאס מקום זאל האבן א ערליכע היימישע פנים, סיי אז מען זאל נישט רעדן דא קיין דברים אסורים (טאמער וועלן זיי הערן איינעם רעדן איינע פון די דריי עבירות חמורות - עבודה זרה: דעות כוזבות, ציונות, אדער כפירה! שפיכת דמים: טשעפענען אדער פארשעמען א צווייטן, צו סאיז איינער פון די מעמבערס אדער סיי וועלכע פריוואטע מענטש! גילוי: מגלה זיין א ניק! – וועלן זיי תיכף ומיד נעמען שטרענגע שריט אז דאס זאל נישט פארקומען) און אויך אז די שמועסן זאלן זיין פאסיג (טאמער א שמועס פאנגט זיך אן צו גרעניצן מיט דברים בטילים המביאים לידי (על ידי) שימום, אדער זאכן וואס איז צו קינדעריש אדער נאריש, וועלן זיי אויך נעמען די זאך אין האנט אריין) אזוי אז עס איז ממש א געשמאק אריין צו קומען.

אויף די לינקע זייט פונעם לאבי איז אויסגעשפרייט אויף די גאנצע לענג אזעלכע טירן אריין צו גיין אין קליינטשיגע שטיבלעך. די שטיבעלעך זענען ספעציעל געמאכט געווארן פאר די וואס ווילן רעדן פריוואט מיט א חבר אן דעם וואס א צווייטער זאל הערן (אנדערע רופן דאס פישי, על שם וואס מען סערווירט דארטן סאשי פאר אלע תושבים). אזוי איז דא דארטן אומצאליגע בודקעלעך, יעדע מאל וואס מען וויל כאפן א פריוואטע שמועס מיט איינעם רופט מען אים צו פישלען און מען זוכט אפיר א ליידיגע שטיבעלע, אינעווייניג איז דא א קליינע טישל מיט צוויי באקוועמע בענקלעך, עיר קאנדישאן און סטיעם, און אויך עפעס טועם צו זיין.

ווען עס טוט זיך גרויסע נייעס אויף די וועלט קען מען הערן קולות ארויס קומען פון די שטיבעלעך, ווי צוויי אידן טענה'ן זיך על הוידל ועל בוידל, און אפט מאל וועלן די מנהלים מוזן אריין גיין אהין און מאכן סדר, און כבר היה אז זיי האבן געמוזט איינעם ארויס זרקענען ווייל ער האט צופיל איבער געדרייט.

אויף די רעכטע זייט פון די לאבי, נאך אלע אפטיילונגען קען מען טרעפן אינפארמאציע איבער די סטאטיסטיקס פונעם קרעטשמע, און אויך די מעמבער ליסטע.

דערנאך איז דא דארט א טיר מיט שטיגן אראפ צו די בעיסמענט פון די קרעטשמע. די בעיסמענט קוקט אויס אביסל אנגעווארפן מיט אלטע שמועסן און אומאקטועלע נייעס, אבער יעדע זאך האט זיך זיין ארט ווי ער באלאנגט, פון מאל צו מאל גייען אריין דארטן מעמבערס און קראצן זיך צוזאם אלטע זאכן וואס קומען צוריק ארויף מעניני דיומא, אדער פאר א יום טוב זאכן וואס האב צוטון מיטן יום טוב, כדי אז אנדערע מעמבערס זאלן אויך הנאה האבן דערפון. דארטן קען מען טרעפן גאר היסטארישע פארברענגערייען נאך פון די טעג פון התיסדות הקרעטשמע ווען די מנהלים פלעגן נאך זיצן אין פאבליק און שמועסן ברבים איבער גאר אינטרעסאנטע און וויכטיגע טאפיקס, און געווענליך נאכן ליינען וועט דאס ארויף ברענגען א שמייכל אויף די ליפן.

מען קען נאך באשרייבן גאר גאר אסאך איבער אט דאס קרעטשמע, אבער דאס איז גאר א לאנגע אריכות און מיר האבן דאס אנגעכאפט ממש נאר אויפן שפיץ גאפל.

און יעצט איז אוודאי די צייט זיך צו באדאנקען פאר די חשובע מנהלים פאר די ארבעט וואס זיי לייגן אריין דא אינעם קרעטשמע, וואס אפילו מען זעהט זיי נישט שפירט יעדער זייער אנוועזענהייט, און מען דערקענט זייער שווערע ארבעט, זעהנדיג אזא הייליגע מקום אפגעהיטן און אפגעזונדערט פון די גויאישע וועלט, וואונטשן מיר זיי תחזקו ידיכם, און השי"ת זאל זיי באצאלן פאר די שווערע ארבעט למען קדושת המקום וקדושת בית ישראל!
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עכט היימיש און געשמאק!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

קומט זיך דען נישט פאר אייוועלט אזא ארטיקל? הערליך באשריבן
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פערזענליך גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זייער א שטארקע ארטיקל, גאר רייך, און עפעס ספעציעל.
אויב אין קורצן איז עס אזוי שטארק, מי יודע ווען די ארטיקל וועט זיין באריכות?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

נישט געגלייבט וואס קומט דא אלץ פאר
אזוי קלאר און שיין אראפ געשריבן פון וואס מיר זענען שטארק נהנה די לעצטערע יארן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איין זאך פארשטיי איך נישט:
פארוואס ווייסט ער נישט פון שמעלקא צו זאגן אזויווי די ארטיקל פון הויפטקווארטיר?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

אין יענעם ווינקל איז פאראן א מנהג אז נאכן מאכן א לחיים און פארברענגען געשמאק באדאנקט מען זיך פאר אלע וועלכע זענען מהנה דעם ציבור. א ישר כח פאר דעם געשמאקן ארטיקל, און קודאס פאר דיין אימעזשענעישן!...
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

א הערליכע ארטיקל, אראפ געלייגט מיט א געשמאק, ממש א נחת צו ליינען....

גוט באשריבן דאס מקום ווי מיר דרייען זיך טאג טעגליך, מיט אזא קלארקייט....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער געשמאק געווען צו ליינען. די איידיע און טעמע איז מיר קענטליך.
געווען דא אמאל אזא אויסשמועס?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אייזן שטארק אראפ געלייגט אייוועלט מיט די שענסטע פארבען,

ייש"כ
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געלעגער האט געשריבן:זייער געשמאק געווען צו ליינען. די איידיע און טעמע איז מיר קענטליך.
געווען דא אמאל אזא אויסשמועס?


אין די אור אלטע אשכולות האט מען זיך אסאך באצויגן צום קרעטשמע ווי א פיזישע קרעטשמע מיט טישלעך לעקאך און בראנפן
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

זייער געשמאק אראפגעלייגט
שטארק הנאה
פינעם ארטיקל
און פינעם מיטל
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יישר כח. דו ביסט אונזער ווארטזאגער פאר איי וועלט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ווי איז די אינפארמעישאן דעסק..? אה! עםם איר קענט מיר אפשר אנווייזן וויאזוי איך קום אן צום צימער פון די דאנאלד טראמפ אנגעלעגנהייטן? וועכע?? איך ווייס... עםם געמיר דירעקשאנס צום צימער וואו מ'שמועסט אויס זיינע פעאיגקייטן! נישטא...?
ווייסטו וואס, וואו איז די אייוועלט ווינטער פארמעסט צימער? אה, ס'איז אינעם דערנעבנדן געביידע? אה, אקעי, שכח.

זייער געשמאק און זיס אראפגעלייגט אונזער קרעטשמע מיט אלע אירע אפטיילונגען! ס'פילט זיך ממש אינעווייניג!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איינע פון די ארטיקלן וואס האבן מיר געכאפט.
אזוי עס אראפצולייגן, דאס דארף מען קענען. אראפלייגן אונזער ווירטועלע קרעטשמע אוואו א פיזישע.

דאנקע פאר די שרייבער פון דעם ארטיקל. זייער אייגנארטיג און זיס.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

שטארק אראפ געלייגט אייוועלט מיט די שענסטע פארבען,

ייש"כ
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נא... אז טשולענט מיין ידיד איז דער שרייבער גאר, פעלט ניטאמאל אויס צו אים קאמפלימענטירען, די ארטיקל אליינס רעד ווערטער
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אין די עכטע ארטיקל איז דאס געשטאנען, און צוליב אומפארשטענדליגע סיבות איז עס ארויסגעפאלן, לייג איך עס יעצט דא אריין בשער בת רבים!
טשאלענט האט געשריבן:
און יעצט איז אוודאי די צייט זיך צו באדאנקען פאר די חשובע מנהלים פאר די ארבעט וואס זיי לייגן אריין דא אינעם קרעטשמע, וואס אפילו מען זעהט זיי נישט שפירט יעדער זייער אנוועזענהייט, און מען דערקענט זייער שווערע ארבעט, זעהנדיג אזא הייליגע מקום אפגעהיטן און אפגעזונדערט פון די גויאישע וועלט, וואונטשן מיר זיי תחזקו ידיכם, און השי"ת זאל זיי באצאלן פאר די שווערע ארבעט למען קדושת המקום וקדושת בית ישראל!

און א עקסטערע דאנק פאר זיך אוועק געבן בלב ונפש פארן פארמעסט, און אוודאי פאר זיין הילף בכלליות ובפרטיות בכל עת ועונה, וואס ער גיט זיך אוועק בלי תשלום גמול פאר אידן וואס ער קען אפילו נישט, און ער וועט זיי ווארשיינליך נישט קענען, ממש ביז מסירת נפש, ישלם ד' פעלו!

וברכה אחת פאר מה פתאום וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן אין די פארמעסט, און איז פון די גאר באטעמטע און חשובע ניקס אינעם קרעטשמע, און שטייט צו הילף שטענדיג אויף אלעס וואס מען ברויך!

און לאמיר נישט פארגעסן פון מיין חשוב'ע ידיד וואוילע שעפעלע, וואס האט אסאך כוחות אריין געלייגט אז די פארמעסט זאל אדורך גיין מיט גרויס סוקסעס.

און אלע אנדערע וואס האבן אוועק געגעבן פון זייער צייט אז מיר זאלן הנאה האבן, סיי די וואס האבן די בעדש אויפן אוועטאר, און סיי די וואס האבן ארויס געהאלפן פון אונטער די קוליסן, און פאר משה מאשקאוויטש פאר די גרעפיקס, ישלם ד' פעלם!
איך האף אז איר האט אלע הנאה געהאט פון מיין ארטיקל, צום ווידערזעהן
טשולי
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

די שכוח׳ס קומט נישט אינעם פארמעסט, יעצט איז עס שוין פארטיג קען עס אריינגיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”