ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 5: די לאקנער עפאכע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 5: די לאקנער עפאכע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

בילד

איינע פון די ערשטע דאקטארינעס אין מאדערענע אמעריקאנע קאנסטיטוציאנאלע שטודירונג איז די געדאנק פון ׳סובסטאנטיוו דו פראסעס׳. סתם נייגעריגע בירגער, יוניווערסיטי סטודענטן פון כמעט אלע דיסיפליניצן, און היינט שוין אפי׳ די יונגערע שולע קינדער ווערן נאך בלויז א קורצע אריינפיר צו אמעריקאנע קאנסטיטוציאנאלע געזעץ פארגעשטעלט צו די דאקטארינע.

גאר אסאך רעכטן פון וועלכע די אמעריקאנע בירגער געניסן היינט קומען פון די דאקטארינע, אבער זינט איר ערשיינונג איז די געדאנק פארקאכט אין שטורעם, מערסטנס טייל צוליב וואס זי איז די בלויזע פאנטאזיע פון עטליכע סופרים קאורט ריכטער און געפינט זיך בכלל נישט אין די קאנסטיטוציע, אבער אויך צוליב די ברייטע אויטאריטעט וואס זי געט פאר ריכטער צו אנטשידן די פראגעס וואס ווערן פאר איר פארגעלייגט.

די הויפט סופרים קאורט אורטייל וועלכע דינט ווי די פאן טרעגער פאר די גאנצע טעאריע איז באקאנט אלץ ׳לאקנער ווערסוס ניו יארק׳, צוליב וועלכע די יארן נאך די אורטייל האבן באקומען דעם צונאמען ׳די לאקנער עפאכע׳. דאס איז געווען אן עפאכע פון ארום דרייסיג יאר אין וועלכע די סופרים קאורט האט אפגעווארפן פולע רעגירונגס רעגולאציעס אויף ביזנעסער און פריוואטע בירגער מיט די ארגומענט אז זיי פארלעצן פונדאמענטאלע רעכטן וועלכע זענען באשיצט אונטער די דאקטארינע פון ׳סובסטאנטיוו דו פראסעס׳.

לאמיר אלזא צוריקגיין מיט אביסאלע מער ווי א הונדערט יאר, צו די אנהייב צוואנציגסטע יאר הונדערט, א בליק טאן אין די ׳לאקנער קעיס׳ און איר געשיכטע, און אזוי ארום ארויסהאבן די טעאריע און אירע קאנסעקווענצן אויף אונזערע טעגליכע לעבנס. ניו יארק, ענדע ניינצנטן יאר הונדערט.

ארויסקומענדיג פונעם ציווילע קריג איז אמעריקע געווארן גאר סוקסעספול פון אן עקאנאמישע שטאנדפונקט. די אלטוועלטיכע אינדוסטריאלע רעוואלוציע האט געשלאגן אירע ווארצלען איבערן לאנד און שפרידולדיגע אינדוסטריס, ווי דאס בויען נייע באן רעלסן און קוילן גרובעריי, האבן ארויפגעשאסן די געווענליכע ארבעטס וועידשעס צו היסטאריש גוטע ציפערן.

פון איבער די גאנצע וועלט האבן זיך משפחות א לאז געטאן קיין אמעריקע אריינכאפן פון די שפע וואס עס האט געהערשט. א גרויסע טייל פון די נייע אימיגראנטן זענען געווען באווערישע-דייטשן וועלכע האבן זיך באזעצט אין די געגנטער פון ניו יארק ארבעטנדיג אין, און שפעטער קאנטראלירענדיג, די בליענדע בעקעריי אינדוסטרי.

צוליב די גוטע עקאנאמיע האבן די דייטשע בעקערס זיך געקענט ערלויבן און די בעקערייען האבן אנגענומען א מאדערענע אויסקוק. די אויווענעס האבן באקומען קוימען ארויסצעפירן די רויעך פון די געבעק צימערן, ארבייטער האבן מער גערייניגט די געצייג און האבן געארבעט ווייניגער שטונדן – רוב אונטער 10 שעה – צוליב די נייע געדאנק פון 'שיפטס', און די גאנצע באקן פראצעדור האט אנגענומען א מער עפעקטיווע גאנג.

די דיישטע בעקערס זענען אבער אויסגעשטאנען א פראבלעם פון די קלענערע, פרימיטיווע איטאליענישע און יודישע בעקערייען: די בעיקעריס זענען מערסטנס געווען אין אלטע, שמוציגע בעיסמענטס וועלכע האבן קוים געקאסט רענט פאר די בעלי-בתים, און די ארבייטער זענען מייסטענס געווען נעבעכדיגע אימיגראנטן וועלכע האבן געקענט באצאלט ווערן אפאר צענט אויף די שעה און זיי האבן געהאט די מעגליכקייט צו ארבעטן כמעט 18 שעה א טאג.

די בעיקעריס האבן געשטעלט א פראבלעם אין די פאקט אז זיי האבן גענידערט די וועידזשעס פאר די ארבייטער אין די גרעסערע בעקערייען, א זאך וואס איז ווייט נישט געפאלן פאר זייער יוניאן. די יוניאן צייטונגען האבן זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע אטאקע אנטקעגן די "גרינע הענט פון פרעמדע ברעגעס" (א צונאמען פאר די אימיגראנטן) און זיי באשולדיגט אין אוועקנעמען די פרנסות פון פולע. זייערע לעגיסלאטיווע לאביאיסטן האבן אנגעהויבן פרעשורן די אסעמבלי צו מאכן געזעצן אונטערצוברענגען די קליינע בעיקעריס.

די געזעץ וואס זיי האבן געוואלט האט געזאלט איינשטעלן נייע סעניטאציע רעגולאציעס וואס קיינע פון די קליינע בעיקעריס וואלטן נישט געקענט נאכקומען סיידן זיך לאזן קאסטן די הויזן, און ווי אויך האבן זיי געוואלט א געזעץ וואס וואלט פארבאטן צו ארבעטן מער ווי 10 שעה אין א בעקעריי.דאס וואלט זיי ערלעידיגט די עיקר פראבלעם: אן קענען ארבעטן אווערטיים אדער אסאך שעות וואלט זיך שוין געלוינט פאר די אימיגראנטן צו גיין ארבעטן ביי זיי.

נאך אסאך לאביאירן און שתדלנות פון זייער יוניאן פירער הענרי ווייסמאן, איז געלונגען פאר די גרויסע בעקערייען צו אדורכפירן א מאסיווע רעגולאציע געזעץ וועלכע האט, צווישן פולע אנדערע נארמאלע רעגולאציעס, פארבאטן דאס ארבעטן אין בעקערייען מער ווי 10 שעה.

מער האט נישט אויסגעפעלט. די דייטשע ארבייטער האבן זיך א לאז געטאן און אנגעהויבן פארמאסערן יעדן בעקער וועלכע האט ערלויבט צו ארבעטן לענגער ווי די ערלויבטע שעות. זיי האבן אבער געהאט א שווערע פעלד ווען קיין איין ארבייטער האט נישט געהאלטן ביים ערשיינען אין געריכט איבערגעבן זייערע בעלי-בתים! פארקערט: זיי האבן דאך גאר געוואלט ארבעטן אזוי לאנג, ווארום עס האט זיי געברעגט שיין פרנסה. האבן די דייטשן פראבירט א צווייט מיטל און זיי האבן אנגעהויבן רופן אינספעקטארס פאר אלע אנדערע פארלעצונגען וואס די קליינע בעקערייען האבן געהאט (זיי זענען אין פאקט טאקע געווען גאר שמוציג און אומזויבער).

עס איז געגאנגען ביז צו דעם אז די קליינע בעקעריי הויפטן האבן געגרינדעט אן אייגענע אסאציאציע און אינאיינעם באשלאסן צו אפיעלן דעם געזעץ ביזן סופרים קאורט! די פערפעקט קעיס איז זיי שנעל אונטערגעקומען, ווען איינער פון די בעלי-בתים האט באקומען צוגעטיילט א טורמע אורטייל פון 50 טעג צוליבן לאזן זיין ארבייטער ארבעטן לענגער פון 10 שעה. די אפיעל האט זיך געשלעפט פון איין געריכט צום צווייטן און ניו יארק האט געווינען אין אלע.

דער לויער פאר די קליינע בעקערייען האט זיך אפגעזאגט פון די קעיס און געצה'ט די בעקערס נישט צו גיין צום סופרים קאורט. די חברה זענען אבער געווען אנטשלאסן און זיי האבן מיט די גאנצע אייפער זיך אריינגעלייגט אינעם אפיעל צום העכסטן געריכט, האבענדיג פאר זייער לויער נישט א צווייטער ווי דער הענרי ווייסמאן וועלכע האט גאר געהאלפן אדורפירן דעם געזעץ (ווייסמאן האט זיך איבער די יארן אליינס געעפנט א בעקעריי און איז געווארן סימפאטיש צו די קליינע בעקערס).

די לאקנער קעיס און אורטייל

די טענות וואס די קליינע בעקערייען האבן אריינגעגעבן זענען געווען ווי פאלגענד:

א) די געזעץ איז א פארלעצונג פון די 'איקוועל פראוטעקציע' סיעף אינעם קאנסטיטוציע, און ב) די געזעץ פארלעצט 'דו פראסעס' פרייהייטן. די ערשטע טענה איז זייער סימפל געווען און איז פשוט א טענה פון דיסקרימינאציע. די אויסלייג פון די געזעצ'ס ווערטער האט געמאכט אז בעקערס אין רעסטוראנטן אדער האטעלן זענען נישט געפאלן אונטער די רעגולאציע. דאס איז דאך פשוט נישט קיין יושר: אדער דארף יעדער קענען ארבעטן מער פון 10 שעה אדער טאר קיינער נישט. ווייל איינער האט א בעיקערי ווערט ער עפעס ווייניגער ווערט? ווייסמאן האט גאר געברענגט באווייז אז די בעקערייען זענען מער זויבער ווי די רעסטוראנטן.

די צווייטע טענה איז אבער געווען די אינטערעסאנטע, און דעיס איז געווען די טענה אז יעדער מענטש פארמאגט פרייהייט צו מאכן ארבעטס קאנטראקטן וויאזוי ער וויל נאר און די סטעיט האט נישט קיין רעכט צו באקריוודען די פרייהייט. די פראבלעם מיט די טענה איז אז די קאנסטיטוציע דערמאנט נישט א ווארט איבער א רעכט פון מאכן קאנטראקטן! פון ווי האט דאס ווייסמאן אפירגעקראצט? דא קומט אריין די 'סובסטאנטיוו דו פראסעס'.

די פערצענטע אמענדמענט לויטעט אין טייל ווי פאלגאנד: סיידן זאל סיי וועלכע שטאט בארויבן קיין שום מענטש פון לעבן, פרייהייט אדער פראפערטי אן די פארדינטע פראצעדור פון די געזעץ. דאס מיינט אז אויב וויל די שטאט קאנפיסקירן איינעמ'ס הויז דארף מען יענעם צוערשט ברענגען אין קאורט, צושטעלן א הירינג און נאר דערנאך קען מען אווערנעמען זייין הויז. דאס איז 'פארדינטע פראצעדור פון געזעץ'; יעדער פארדינט פאר מ'בארויבט אים פון א פונדאמענטאלע אייגענטום צו באקומען א שאנס זיך צו פארטיידיגן און דאס איז וואס די אמענדמענט באשיצט.

די זעלבע איז מיט פרייהייט וואס די אמענדמענט רעדט פון: עס באשיצט אויף אזויפיל אז ווען א שטאט וויל איינעם צוימען די פרייהייט, צ.ב. אים אריינווארפן אין טורמע, האט יענער א רעכט צו אלע פראצעדורן אונטערן געזעץ זיך צו פארטיידיגן. עס איז א פראצעדור אמענדמענט.

איז אבער ווייסמאן געקומען, פאכענדיג געוויסע סופרים קאורט קעיסעס מיט ענליכע שפראך, און געטענהט אז די אמענדמענט פארשפרעכט נישט בלויז פראצעדור, נאר ענדערש אז עס זענען דא געוויסע פרייהייטן וואס זענען אזוי איינס מיטן מענטש אז די סטעיט קען עס נישט רעגולירן נאר אונטער די שווערסטע אומשטענדן.

דאס אז א מענטש האט א פונדאמענטאלע פרייהייט צו באשליסן וויפיל שעה צו קאנטראקטן צו ארבעטן איז דאך פשוט, האט ווייסמאן געטענט, און דאס מיינט אז עס איז דעריבער גאר שטארק באשיצט פון רעגירונג רעגולאציע און עס ליגט אויף די רעגירונג אויפצעווייזן אז די וויכטיגקייט פונעם געזעץ איז אזוי שטארק אז עס פעלט אויס צו רעגולירן אפי׳ די רעכט.

ניו יארק האט נישט געחלומט אז די קאורט וועט אננעמען אזא מאדנע טענה - נאך אלעמען רעדט די קאנסטיטוציע נאר פון פראצעדורישע און נישט 'סובסטאנטיווע' רעכטן - און האט זיך דעריבער בעיקר נאר באצויגן צו די ערשטע טענה, און דאס איז געווען איר חורבן: די קאורט האט אין א היסטארישע אורטייל אנגענומען ווייסמאן'ס טעאריע אינעם אמענדמענט און געאורטיילט אז די סטעיט האט נישט גענוג גוט אויפגעוויזן אז די געזעץ האט עפעס א גאר ערנסטע סיבה.

די אורטייל איז געווען די ערשטע אין א רייע קעיסעס ווי די קאורט האט אראפגעקנאקט רעגירונג'ס רעגולאציעס אונטער די דאקטארין פאר די קומענדע צוואנציג יאר ביזן אנקום פון רוזעוועלט'ס ריזיגע ניו דיעל רעגולאציעס.

היינט צוטאגס איז די אורטייל אבער מער באקאנט פאר די קורצע אבער שארפע דיסענט פון ריכטער האולמס. ער האט געשריבן אז אויסטייטשן די ווארט ׳פרייהייט׳ פון די אמענדמענט צו באגרעניצן די רעגירונג׳ס רעכט צו מאכן געזעצן וואס שכל'דיגע מענטשן וואלטן געקענט מסכים זיין צו פארדרייט די מיינונג פון די ווארט.

"די פערצענטע אמענדמענט," האט ער געשריבן, "שטעלט נישט אריין אין געזעץ ראבערט ספענסער'ס 'סאושיל סטאטיקס'. . . א קאנסטיטוציע איז נישט געצילט אריינצושטעלן א געוויסע עקאנאמישע טעאריע. . .״ ער האט מיט דעם געפליקט די מאיאריטעט אז זיי מיינען אז זיי דארפן זיך אננעמען פאר די עקאנאמישע טעאריע פון פרייע מארקעטס.

זיין שפיץ איז געווען אז עס איז נישט נכלל אין א ריכטערס רעכט אויפצומאכן נייע פרייהייטן וויאזוי אים (איר) שמעקט און עס אריינטייטשן אין די קאנסטיטוציע, דאס וואלט געטוישט די געריכט צו א לעגיסלאטור וואס קען אדורפירן געזעצן לויט די פאלעסיס וואס עס געפעלט און "א געריכט איז נישט באזארגט איבער די קלוגשאפט אדער פרינציפטן פון געזעצן..."

און כאטש וואס אין די 1950/60 יארן האט די געריכט אפגעטרויטן פון די טעאריע שרייבענדיג אין 1962 אז "אונז זעמיר [שוין] צוריקגעקומען צו די ארגינעלע קאנסטיטוציאנאלע פראפאזיציע אז געריכטן טוען נישט שטעלן זייערע סאציאלע און עקאנאמישע גלויבונגען איבער די באשלוסן פון די לעגיסלאטיווע הייזער, וועלכע ווערן ערוויילט צו אדורכפירן געזעצן," איז עס אבער יא צוריקגעקומען אין די זיבעציגער יארן איבער די נושא פון סאציאלע רעכטן און, אין א צירקע דרייסיג יאר, האט די געריכט אפגעפאסעלט אדער ארויסגענומען די יסוד פון כמעט סיי וועלכע מאראלישע רעגולאציע.

אין איינע פון זיינע לעצטע דיסענטס האט דער פארשטארבענער סופרים קאורט ריכטער ענטאנין סקאליעה גאר בייסיג ארויסגעברענגט די פוינט: די געפירעכץ פון פארדרייען די קאנסטיטוציע דורך אן אומערוויילטע קאמיטע פון ניין [פערזאנען], אלץ באגלייט מיט ברייטע לויב פאר פרייהייט, בארויבט די פאלק פון די מערסט וויכטיגסטע פרייהייט וועלכע עס האט גענומען פאר זיך אין די דעקלעראציע פון זעלבסשטענדיגקייט און געווינען אין די רעוואלוציע פון 1776: די פרייהייט זיך צו רעגירן אליין.
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטארק בולט דער מחבר, לענ"ד.

יורידישע אנגעלעגנהייט, שרייבערישע טאלאנט.
תורתו אמת
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורתו אמת »

ביטע אויב מעגליך מאך א פי די עפ דערפון להנאת הציבור
יישר כח
די באשרייבונג איז גאר שיין
הערליך
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער שיין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אפגעלערנט א שטיקל געזעץ, בינעך שוין א מענטש צום טיש.

אראפצולייגן אזאונס מיט א קלארקייט דארף מען קענען.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

לכאורה, דער מחבר איז שטארק ניכר 'בהשקפה ראשונה' נאכן דורכליינען בינעך אבער שוין אינגאנצן צומישט...


א מעסיוו מעסיוו ארבעט איינער פון די שטערקסטע שרייב טאלאנטן פון די פארמעסט
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ווער וואלט געגלייבט אז אויף אייוועלט דרייען זיך אדוואקאטן?
א תכשיט פון אן ארטיקל!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

אינטערעסאנטע יורידישע אפהאנדלונג. גאר פראפעסיאנאל געשריבן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א קנאק! מיין בילאווד טאפיק!
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

גלייכגילטיג האט געשריבן:אינטערעסאנטע יורידישע אפהאנדלונג. גאר פראפעסיאנאל געשריבן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער פראפעסיאנאל, שטארק אינפארמאטיוו.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זייער אינפארמאטיוו, איין נקודה צו כאפןפונקטליך די נקודה וואס איז אריגינאל די פערצענטע אמענדמענע און וואס איז געווען די פשעטל האב איך נישט געכאפט, אפשר וועט דער ששרייבער עס אויסברייטערן נאך די וואלן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פשיהא!

א מעכטיגע ארבעט אראפ געלייגט!!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הער
איך גלייב אז אייער קאפ איז אויסגעקראכן פון דערמיט.
אבער העניוועי איר האט מיר פיין דערלערנט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

איך האב שוין עפלייעד פאר אן אדוואקאטן דזשאב... כ'מיין, כ'האב זיי געזאגט אז כ'ווייס די היסטאריע פונעם לאקנער עפאכע, סאו כ'בין רעדי צו גיין פראפעשענאל...

אמת גערעדט, כ'הייב נישט אן צו פארשטיין אין די עניינים, אבער מיט דעם אלעם האב איך דורכגעליינט דעם ארטיקל מתחילתו ועד סופו 2 מאל אין איין אטעם!

האאאאאא...
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

עקבי הצאן האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו, איין נקודה צו כאפןפונקטליך די נקודה וואס איז אריגינאל די פערצענטע אמענדמענע און וואס איז געווען די פשעטל האב איך נישט געכאפט, אפשר וועט דער ששרייבער עס אויסברייטערן נאך די וואלן.


איך האב געזוכט איבעראל צו טרעפן א קלארע פשט אין דעם ולא מצאתי. איך פארשטיי עס נישט און איך ווייס נישט צו עס איז דא איינער וואס קען עס ערקלערן. וואס די דאקטארין טוט און וואס זי קען טון ווייסט יעדער, און דאס איז אז בעיסיקלי יעדע פרייהייט וועלכע פינף פון די סופרים קאורט ריכטער באשלוסן איז וויכטיג און ריכטיג איז באשיצט אונטער די קאנסטיטוציע, אבער ווי די דאקטארין שטייט אין די קאנסיטוציע בכלל איז א מיסטעריע און קען נישט ערקלערט ׳אויפן טעלעפאן׳..

די בעסטע ביישפיל איז די אמענדמענט אז פרויען האבן א רעכט צו שטימען. שטעל זיך פאר אין 2014 וואלט נאכנישט געווען די אמענדמענט. עס וואלט נישט גענומען א גאנצע סופרים קאורט טערם פאר סיוויל רייטס גרופעס צו ברענגען א קלאגע אין געריכט און פאר די פיר לינקע אינאיינעם מיט קענעדי צו זאגן אז פרויען׳ס רעכט צו שטימען איז אן א צווייפל באשיצט אונטער די דו פראסעס קלאוז פון די פיפטע און פערצענטע אמענדמענטס. און ראבערטס ודעימיה וואלטן געשאלטן אז די קאורט טוט וואס עס וויל און די זאך שטייט בכלל נישט אין די קאנסטיטוציע.

איי אויב קענען פינף ריכטער היינט טרעפן די רעכט אין די קאנסטיטוציע פארוואס האט מען געדארפט מאכן אן אמענדמענט אין די פורסט פלעיס? גיי אין קאורט, באקום דעם אורטייל און א גוטן טאג! נאר וואס: אין יענע צייט וואלט דער געריכט ארויסגעטראסקעט אזאנע טענות בשן ועין. נישט געווען אזא זאך אז די קאנסטיטוציע זאל זאגן וואס פינף ריכטער ווילן (פארשטייצעך ביז ווען די פינף אין די יעצטיגע מאיאריטעט פארשטייען אזוי...). היינט איז עס אבער גאנגבארע לעגאלע טעאריע אן קיינער פרעגן א ווארט.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

דעיס ווערט אין די לעגאלע וועלט אנגערופן די ׳עקסלושינערי רול׳.

עס שטייט טאקע נישט אין די קאנסטיטוציע, אבער עס האט א שטערקערע באזיס ווי ׳סובטאנטיוו דו פראסעס׳. ריכטער סעמיועל עליטאו גלייכט שטארק נישט די רול.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יואב, יעצט מעג איך שוין קאמפלימענטירן, א גאר הערליכע ארטיקל.

בין איך נישט גערעכט געווען איבער דיין אונטערשריפט? :wink:
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

בן צרויה, וויפיל נעמסטו א שעה?
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יואב, דאס איז געווען איינע פון מיינע פעיוואריט ארטיקלען גענומען אין באטראכט ביים שטימען

אויב מ'וואלט געדארפט שטימען נאר אויף די פראפעסיאלקייט פון די שרייבעריי וואלט איך מסתם דאס געוועלט


(א חלק פון די סיבה פארוואס איך האב נישט געשטימט דערפאר איז געווען ווייל איך האב געטראכטאז דאס גייט עניוועיס באקומען גענוג שטימען...)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געשטימט פאר דעם ארטיקל, א מייסטער ארבעט פאר איינער וואס פארשטייט אביסל
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מה פתאום??? האט געשריבן:געשטימט פאר דעם ארטיקל, א מייסטער ארבעט פאר איינער וואס פארשטייט אביסל

גוט געזאגט
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גאר פראפעסיענאלע ארטיקל, כ'בין געווען זיכער אז לכתחלה אריבער האט עס געשריבן. אבער ס'מאכט פונקט אזוי סענס פון יואב דער מייסטער שרייבער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מה פתאום??? האט געשריבן:געשטימט פאר דעם ארטיקל, א מייסטער ארבעט פאר איינער וואס פארשטייט אביסל
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שפעקעלירט צווישן יואב און חילי, הערנדיג אז חילי האט נישט געשריבן האב איך פארשטאנען אז נאר יואב קען דאס דעליווערן.

האמער עס געלערענט בעיון גדול, און יאפס.... הנאה געהאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”