ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמה »

ערגעץ ווי אום יאנואר 2020 ביו איך געזיצן אין מיין דיינונג רום ווען די ב"ב האט מיט מיר מיטגעטיילט אז און טשיינע דרייט זיך ארום עפעס א וויירוס...
ס'איז מיר אריין און איין אויער און ארויס פונעם אנדערן...
ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

געהערט דערפון האב איך דורך סאצעאלע מידיא. איך בין געזיצן אינדערהיים און געזען א קליפ ווי עמיצער פאלט צוזאם פון א מיסטריעזע ווירוס וואס דרייט זיך ארום אין כינע.

דערנאך איז עס געווען איינמאל אין אנהויב ווינטער, ווען איך בין געשטאנען אינדרויסן פון סקולענע ביהמ״ד אין בארא פארק, און דער עולם האט געשמועסט וואס עס טוט זיך אין כינע, און אז דער מיסטריעזער ווירוס איז אנגעקומען קיין אמעריקע. אוי האט מען געלאכט און געליצעוועט וויאזוי עס וועט אויסזען אויב דער עולם וועט גיין מיט מאסקעס.

א וואך שפעטער האט מיר א מאדערנער אידל ביי די ארבעט דערציילט אז ער גייט אנהויבן ארבעטן נעקסטע וואך פונדערהיים, ווייל ער הערט אז עס איז דא א וויירוס וואס דרייט זיך אין די גאסן. מיר האבן אים אויסגעלאכט און געגאנגען ווייטער.

א וואך שפעטער האב איך אנגעהויבן צו שפירן שלעכט, איך בין געגאנגען צום דאקטאר וואס האט מיר דיאגנאזירט מיט די פלו. איך האב אים געפרעגט אויב ער איז זיכער אז עס איז נישט קאראנע ווייל איך שפיר אלע סימפטאמען, האט ער מיר אויסגעלאכט און געזאגט אז עס איז נאכנישט אנגעקומען קיין מאנסי. איך האב זיך אבער קווארענטירט ווי א פרומער חזון איש׳ניק פאר גאנצע פערצן טעג, און איך האב פארלוירן מיין דזשאב דורכדעם, ערנסט גערעדט.

און הערשט נאך פורים האט מיר מיין מענעדזשער אנגערופן איבערבעטן, און ער האט מיר געוואלט צוריקנעמען צו דער ארבעט, אבער איך האב שוין דאן אנגעהויבן גענצליך א נייע פאך, און דארט בין איך ב״ה ביזן היינטיגן טאג.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

טישטוך האט געשריבן:געהערט דערפון האב איך דורך סאצעאלע מידיא. איך בין געזיצן אינדערהיים און געזען א קליפ ווי עמיצער פאלט צוזאם פון א מיסטריעזע ווירוס וואס דרייט זיך ארום אין כינע.

שרעקעדיג.
ווען האסטו געמופט אויף ארה"ק?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שטויביג האט געשריבן:

פאראיאר נאך פסח העעל״ט.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

צ/ק
דאכצעך מיר אז נאך אין דעסעמבער 2019.

א שבת נאך פורים בינעך געווען אויף אפרוה ערגעץ וואו, זעה איך דארט א עלטערע יוד הערן קול מבשר און רופט זיך אן צו מיר "מ'פאלט ממש אווי די פליגן" כ'האב אים אזוי געשוינט, כ'האב אים נישט געוויסט וואס צו זאגן.

יענעם ערב שבת האט מען אנגעפאנגן צו שמועסן דא אויף אייוועלט אז מ'גייט צושפארן די מוסדות פאר 2 וואכן אין ק"י, כ'האב עס דארט איבערגעזאגט ביי של"ש און די עולם איז געליגן אויפן פלאהר מיטן אויסרייד אז ס'איז נישט מעגליך ווייל וויזוי וועט מען קענען פסח'דיג מאכן מיט די קינדער?

ב"ה אז מ'האלט מיר שוין נאכדעם, זאל אונז דער אייבישטער שוין שיקן משיח צדקינו און מ'זאל מיר שוין זוכה זיין צו זעהן די חלק הטוב דערפון
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

sheetrock האט געשריבן: זאל אונז דער אייבישטער שוין שיקן משיח צדקינו און מ'זאל מיר שוין זוכה זיין צו זעהן די חלק הטוב דערפון

פיפיפי איידל און אנעמפלוימענט האט איר נישט געמאכט דערפון?
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

טישטוך האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן: זאל אונז דער אייבישטער שוין שיקן משיח צדקינו און מ'זאל מיר שוין זוכה זיין צו זעהן די חלק הטוב דערפון

פיפיפי איידל און אנעמפלוימענט האט איר נישט געמאכט דערפון?

פיפיפי און איידל לאון נישט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

טישטוך האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן: זאל אונז דער אייבישטער שוין שיקן משיח צדקינו און מ'זאל מיר שוין זוכה זיין צו זעהן די חלק הטוב דערפון

פיפיפי איידל און אנעמפלוימענט האט איר נישט געמאכט דערפון?

שווער אנצורופן די געלט 'חלק הטוב' ווען טויזנטער מענטשן שטארבן. דער באשעפער האט בעסערע חשבונות, זאלן מיר זוכה זיין דאס צו זעהן.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אינמיטן ווינטער האב איך געהערט פאקס ניוז, האב איך געהערט ווי איינער פארציילט אז זי האט געהאט קאראנע און אראפגעלייגט די ווייען און די יסורים, און איך האב זיך געווינדערט, קראונע? מסתם רעדט מען פון קראונס? אבער זי זאגט דאך קראונע, זי איז זיך טועה אפשר, אבער ווי קומט קראונס אריין דא!? אביסל שפעטער האב איך אנגעהויבן הערן איבער א וויירוס אין טשיינע, איך געדענק ווי איך האב איבערגעזאגט פאר מיינע חברים אז איינע פון די באאמטע דאכצעך מיר אין דייטשלאנד האט פארגעשאצט אז ניינציג פראצענט פון די וועלט גייט ווערן אנגעשטעקט, איינע פון מיינע ידידים האט מיר אנגעשריגן, דו ביזט משוגע אינגאנצן?! די זאגסט נאך די שטותים.....?
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

די טעגליכער דער איד אימעיל, דארט איז עס צום ערשט געמאלדן געווארן אלץ א קליינע נייעס, מיט צוויי טעג שפעטער איז עס געווען אין דער איד, אבער פאר סאם ריזאן האב איך עס נישט געהאלטן פאר אינטערסאנטע אדער שרעקעדיג נייעס, נאר עס דורכגעמישט פונקט ווי ר׳ מנשה פילאפף ף׳ס וועכענטליכע מוסר ארטיקלען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב נאכאלס נישט געהערט דערפון...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך האב א פעטער וואס בשיטה האלט מיט שטארק מיט כינעזישע נייעס, איך מיין אז איך האב עפעס געהערט פון איהם סוף דעצעמבער; איך האב נישט צוגעלייגט קאפ ביז פעברואר, ווען מיינס א באקאנטער האט נישט געקענט פאבריצירן סחורה אין כינע.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך מיין איך האב טאקע געהערט דערפון אגב די ווארט 'געהערט' איז לאו דוקא דורך די אויער מען קען האבן 'געהערט' דערפון דורך די אויגן... עניוועיז איך מיין איך האב געהערט דערפון טאקע דא אין איי וועלט אדער דער דעילי יוד
לעצט פארראכטן דורך fiena nieas אום פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

דא אויף אייוועלט לכאורה די תגובה פון פעיק JAN 21
איך געדענק נאך ווען איינער האט זיך געבייזערט פארוואס סאיז דא 2 אשכולות איבער די זעלבע נושא, עט די ענד איז דא א גאנצע סובפארום מיט 70 טויזענט תגובות...
נאכדעם אין שבט בין איך געפארן קיין א''י און געזען געציילטע מאסקעס אין עיראפארט, איך קום אן צו מיין פעטער די ערשטע זאך און ער איז אינגאנצן דערשראקן אז מוועט נישט קענען באקומען זאכן פון טשיינע, ער האט נישט געחלום'ט וואס סוועט באמת זיין

נאך פורים בין איך געווען זייער דערשראקן און איך האב מיר פארשפארט איין תפילה פאר מהאט פלוצלינג צוגעמאכט מיין ביהמ''ד - ביז שבת הגדול (שוין היפש געטוישט מיין מיינונג פון דעמאלטס)
ליידער פארלוירן אפאר קרובים אין די ערשטע 3 חדשים

---
@טישטוך נאטירט, וואלט געווען אינטערעסאנט אן אנאליז איבער די חילוק פון די צוויי מקומות
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מים חיים האט געשריבן:---
@טישטוך נאטירט, וואלט געווען אינטערעסאנט אן אנאליז איבער די חילוק פון די צוויי מקומות

איז אזוי. איך בין נאטורליך א שטארקער פחדן, דעריבער בין איך ארומגעגאנגען מיט א מאסקע נאך פון גאר אנהויב. איך געדענק ווי איך האב געשריגן אויף מיין חבר וואס איז געקומען אין מיינע זעקס פיס מיר צו באטריגן, און איך האב באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מענטשן שפילן זיך אזוי ארום מיטן לעבן. אבער ערגעצוואו האב איך געכאפט אז איך האב פארלוירן מיין שעצע צו מענטשן, דאס מיינט אז איך האב אנגעהויבן אראפקוקן אויף חשוב׳ע אידן וואס האבן זיך נישט אונטערגעווארפן צו די קאוויד רעגולאציעס.

ווען איך האב דאס איינגעזען האב איך מיטאמאל געכאפט אז עס פעלט מיר דער יסוד פון ארויפקוקן א דעת תורה, און ערגעצוואו האב איך געקריגן א קליפ ווי א מנוול שרייט אין מקוה אויף עמיצן וואס האט זיך געוואלט טובל׳ען. (איך בארעכטיג נישט דאס לייכטזיניגקייט, אבער דער שוטה וואס האט געשריגן אינעם ווידעא איז דאך פונקט אזוי געווען אין דעם היכל המקוה... אויב פארכט ער זיך אזוי פון טויט, דאן וואס קומט ער נאכשרייען?). דאן האב איך זיך געוואלט אפשאקלען פון די גרויליגע קאטעגאריע פון זעלבסט האסער, און איך בין ארויסגעקומען מיט א מערכה כבידה דא אויף אייוועלט מיטן נאמען ׳היימישע פאררעטער׳. אבער פון דער צווייטער זייט האב איך נישט אויפגעהערט מקונן זיין און קלאגן אין פאעזיע, איבער די געפערליכע טראגעדיעס וואס האבן אונז באטראפן טעגליך, נישט מער געדאכט.

נאך דעם פארשפארטן פסח זענען זאכן קלארער געווארן, און ב״ה האט זיך די טויטן קייט אפגעשטעלט. דאן האט מען אנגעהויבן נעמען זאכן אין פראפארציע, און עס איז שוין נישט דא דער גרויסער דראמא וואס האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט.

ווען איך בין געקומען קיין ארץ ישראל, האב איך איינגעזען אז דער עולם איז זייער אויפגעקלערט פון איין זייט, אבער שרעקליך פאנאטיש פון דער צווייטע זייט. דאס מיינט אז מענטשן האבן געהאט פיל מער אינפארמאציע איבער דעם וויירוס ווי אין ניו יארק, אבער מען האט נאכאלס געהיטן אויף די רעגולאציעס, כאטש וואס עס האט פארלעצט די חרדי׳שע רעכטן אויף אן אבנארמאלן שטייגער, וויבאלד ׳דער חוק האט קובע געווען׳. איך רעד דא פארשטייט זיך נישט פון די מאה שערים׳דיגע ראדיקאלן וואס ווייסן נאך היינט נישט פון קיין קאוויד צו זאגן, נאר איך רעד פון די דורכשניטליכע אלגעמיינע מענטשן.

היינט צוטאגס איז מדינת ישראל קעגן די וועלט. דאס מיינט אז אין דער צייט וואס די ראדיקאלן אין אמעריקע פארפירן אז מען זאל מוזן גיין מיט א מאסקע אפילו ביחידות (אלע אנדערע קליידער זענען נישט וויכטיג...) און די רעכטע שרייען אז מען מוז עפענען, איז אין ארץ ישראל פארקערט. די לינקע שעלטן אז מען מוז עפענען, און די רעכטע שרייען אז עס איז נישט קיין ווירטשאפט אזוי. דאס צייגט פשוט ווי פאליטיק דאמינירט קאוויד.

אבער די עקסטרעם פרייע לינקע חילונים וועלכע גייען מיט קורצע בגדים אפילו אין די שניי, זיי אלע זענען גאר צופרידן צו שעלטן א פרומער ווען אימער. איך האב אפילו אמאל געהאט א מאסקעלאזע רוסישע באביטשקע מיר נאכשרייען אין שוק מחנה יהודה, אז איך זאל ארויפרוקן מיין מאסקע איבער די נאז. יויש האב איך געכאפט א לאך, איך האב איר מסביר געווען אז איך גיי מיט א מאסקע איבער די נאז, אבער איר מאסקע (וואס זי טראגט נישט) פארדעקט אירע אויגן, און דעריבער באמערקט זי נישט. זי האט נישט געכאפט וואס איך וויל פון איר, אבער דער ציבור אראבער, פרייע, פרומע, סוחרים און מוכרים, האבן זיך מחי׳ געווען מיט דעם געוואלדיגן ספעקטאקל.

אין ארץ ישראל היט קיינער נישט אויף קאוויד. קוים וואס בנט אליינס ציהט זיך ארויף די מאסקע ווען מען כאפט אפיציעלע בילדער פון אים. היינט צוטאגס הערשט א כאאס וואס קיינער פארשטייט נישט. צוביסלעך לאכט יעדער איינער דערפון.

בקיצור, דאס איז אין קורצן עטליכע חילוקים...
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

געליינט אין "דעילי דער איד" צוזאמען מיט מיין קאווע, און ווי מער די שרייבער האט געשריבן דערפון יעדן טאג האב איך מיטגעפילט מיט אים...
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

פון קול מבשר
חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכמה »

טישטוך האט געשריבן:איז אזוי. איך בין נאטורליך א שטארקער פחדן, דעריבער בין איך ארומגעגאנגען מיט א מאסקע נאך פון גאר אנהויב. איך געדענק ווי איך האב געשריגן אויף מיין חבר וואס איז געקומען אין מיינע זעקס פיס מיר צו באטריגן, און איך האב באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מענטשן שפילן זיך אזוי ארום מיטן לעבן.

מיר וואונדערט פארוואס מענטשן האבן געציטערט פאר'ן טויט אינדערצייט ווען איך האב מיך בארוהיגט מיט דעם וואס מ'האט דעמאלט געשמועסט אז "עס איז נאר אזוי ווי א פלו"
האט איהר געהאט אנדערע אינפארמאציע?
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

חכמה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איז אזוי. איך בין נאטורליך א שטארקער פחדן, דעריבער בין איך ארומגעגאנגען מיט א מאסקע נאך פון גאר אנהויב. איך געדענק ווי איך האב געשריגן אויף מיין חבר וואס איז געקומען אין מיינע זעקס פיס מיר צו באטריגן, און איך האב באמת נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מענטשן שפילן זיך אזוי ארום מיטן לעבן.

מיר וואונדערט פארוואס מענטשן האבן געציטערט פאר'ן טויט אינדערצייט ווען איך האב מיך בארוהיגט מיט דעם וואס מ'האט דעמאלט געשמועסט אז "עס איז נאר אזוי ווי א פלו"
האט איהר געהאט אנדערע אינפארמאציע?

אזוי ווי פריער ערווענט האב איך געקריגן א קליפ פון א מענטש וואס שטארבט זיך אפ פלוצלינג אין רעזולטאט פון דעם וויירוס. אבער אפילו נאכן הערן אז עס איז בלויז פראפאגאנדע, האב איך נישט געהאלטן אז א וועלט קערט זיך איבער וועגן א פלו. לאמיר נישט פארגעסן אז ביז דאן זענען נאר כירורגן געגאנגען מיט די ווייסע תכריכים, אנדערש ווי היינט ווען יעדע שומרים מעמבער טראגט עס.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ווען האט איהר דאס ערשטע מאהל געהערט פון די קאראנא עפידעמיע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

טישטוך האט געשריבן:בקיצור, דאס איז אין קורצן עטליכע חילוקים...

טענקס, האסט זייער גוט מסביר געווען וואס איך האב געשריבן אין איינגעריגלט, אבער מיין שאלה איז געווען מער בכלליות'דיג, פארשטייט זיך אין אן אנדערע אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”