גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:38 pm

קאומא גייט זיך נאך בעטן מען זאל קומען צו זיינע הנוכה פארטיס
קיינער זיכט נישט צו הייסן א ראסיסט און בפרט אזא פראגראסיוו וואו קאמא
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

גוט פאריקט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך גוט פאריקט » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:39 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:קאומא גייט זיך נאך בעטן מען זאל קומען צו זיינע הנוכה פארטיס
קיינער זיכט נישט צו הייסן א ראסיסט און בפרט אזא פראגראסיוו וואו קאמא

נישט די יאר די יאר וועט ער אפשר עסן לאטקעס אויף זאאם

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:42 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:קאומא גייט זיך נאך בעטן מען זאל קומען צו זיינע הנוכה פארטיס
קיינער זיכט נישט צו הייסן א ראסיסט און בפרט אזא פראגראסיוו וואו קאמא

איך וואלט מיר נישט פאר לאזט אויף דעם, אונזער היסטאריע לערנט אונז אז זאכן וואס הייסן אפ געפרעגט קענען חלילה ווערן נארמאל
שויתי ה' לנגדי תמיד

יונגרייז
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך יונגרייז » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 10:54 pm

ציגאנער האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:איז די פאזיטיוו ראטע אין די היימישע געגענטער העכער ווי ביי די גוים, פער "זיפ קאוד"???????

ניין, אבער ס'איז בארג ארויף(...)

פארוואס הערט מען נישט די עסקנים זאלן דערמאנן די פינקט פאר די באהערדע????
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:00 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:קאומא גייט זיך נאך בעטן מען זאל קומען צו זיינע הנוכה פארטיס
קיינער זיכט נישט צו הייסן א ראסיסט און בפרט אזא פראגראסיוו וואו קאמא

נישט די יאר די יאר וועט ער אפשר עסן לאטקעס אויף זאאם

און פארשטייט זיך אז ער וועט לייגן אלע עסקנים און רבנים אויף מיוט אזש אז מוועט אים הערן קייען ווי אקס...

-------

אז מרעדט שוין, כווייס נישט וואו סבאלאנגט אריין
סשטייט אז עשיו איז ציגעגליכנט צו א חזיר, אזויווי סשטייט יחרסמנו חזיר מיער
דער איטאליענער קאומאו איז א ריכטיגע עיניקל פונעם זיידן עשיו, ער איז פושט טלפיו צו ווייזן אז ער איז כשר אויפן חשבון פונעם נעבעכדיגן אידעלע, דער א"ג קאראונע העלד (מאסן מערדער) קען נישט פארשטיין אז די ווינטער איז אנגעקומען און אז די וויירוס האט זעראו מיטן מענטשנס קאנטראל, במילה האט ער זיך דערמאנט פון די אידעלעך.. פשוט זיי קענען זיך נישט צישטעלן
"איך"?! --- בין פערפעקט!!
"איך"?! --- בין פולי אין קאנטראל!!!

בקיצור, מדיעל מיר דא מיט די טראדישאנאל עשיו פון אלע דורות, מדארף זיך באגיין מיט דורון תפילה און מלחמה (מיט א דעת תורה וואס מלחמה מיינט.. די רמב"ן זאגט אז סמיינט אנטלויפן)
אים שיקן מתנות כמלא עניו.. אין אנדערע ווערטער אים כלומרשט פארקויפן די ברוקלין ברידזש

הצפינו עצמכם!! למה תתראו???

רבותי, לאמיר כאפן א שפאציר אין גאס אין זעהן די אמתיות התורה, לאמיר מיטהאלטן בחוש דעם הלכה בידוע וויאזוי דער גוי מיט זיינע פערדישע אינסטינקטן האט דיר פיינט פאר גארנישט און פאר נישט, לכאורה אן קיין שום ראציאנאל,
ס'מוז זיין אז עפעס נעמען מיר זיי צו... ודו"ק כי עמוק הוא
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:01 pm

ירום הודו האט געשריבן:
שמות האט געשריבן:

The statement added, "CDC guidance on masks has clearly stated that wearing a mask is intended to protect other people in case the mask wearer is infected. At no time has CDC guidance suggested that masks were intended to protect the wearers."


"But whatever you do, don't question public health experts," he added. "Facebook and Twitter and Google will shut you down. Just put your mask on and obey."


Oh. So according this CDC claim/clarification "that wearing a mask is intended to protect other people in case the mask wearer is infected" someone with confirmed anti-bodies or even a recent negative PCR result, should be exempt from the mask mandate, since it only protects the public from the virus being transmitted by an infected person.

ועוד יותר קשה, א קשיא וואס באדערט מיך שוין חדשים, אויב איז געמאכט כדאי דו זאלסט נישט פארשפרייטן קאראנא, פארוואס דארף מען באדעקן די נאז? איינער דא האט שוין אמאל פארשפרייט די אינהאלט פון זיין נאז?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:01 pm

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:ניו יארק גאווערנער ענדרו קואמא איז ארויס געקומען מיט א רוף פאר א זיצונג צווישן אים, פרעזידענט טראמפ און אנדערע גאווערנערס :ער זאגט אז אויב מען קוקט פון וואו די אויסברוכן קומען זעט מען אז אין יענע ערטער טוען מענטשען נישט אויספאלגן די רעגולאציעס, צו עס זאל זיין א פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען אין לאנג איילענד אדער אן אינטערהאלטונג פראגראם אין ברום קאונטי, וועלכע האבן אלע געשאפן צענדליגער פעלער. דערנאך איז ער אריבער צו חרדישע אידן, זאגענדיג, "טייל פון די שוועריגקייט מיט אינפארסירונג, איבערהויפט מיטדי אולטרא-ארטאדאקסישע געמיינדע, איז אז זיי האבן קיינמאל נישט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס אפילו נאכ'ן רעדן מיט זיי צענדליגער מאל." "עס איז נישט אז זיי פאלגן נישט אויס די יעצטיגע רויטע זאנע רעגולאציע", האט דער גאווערנער געזאגט, "נאר זיי זענען קיינמאל נישט נאכגעקומען קיין שום פארשליסונג רעגולאציעס אפילו צוריק אין מערץ".
https://www.yiddish24.com/news/57/27143


געהאקטע קאטשעקס

נפשי חמדה
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך נפשי חמדה » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:05 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:ניו יארק גאווערנער ענדרו קואמא איז ארויס געקומען מיט א רוף פאר א זיצונג צווישן אים, פרעזידענט טראמפ און אנדערע גאווערנערס :ער זאגט אז אויב מען קוקט פון וואו די אויסברוכן קומען זעט מען אז אין יענע ערטער טוען מענטשען נישט אויספאלגן די רעגולאציעס, צו עס זאל זיין א פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען אין לאנג איילענד אדער אן אינטערהאלטונג פראגראם אין ברום קאונטי, וועלכע האבן אלע געשאפן צענדליגער פעלער. דערנאך איז ער אריבער צו חרדישע אידן, זאגענדיג, "טייל פון די שוועריגקייט מיט אינפארסירונג, איבערהויפט מיטדי אולטרא-ארטאדאקסישע געמיינדע, איז אז זיי האבן קיינמאל נישט אויסגעפאלגט די רעגולאציעס אפילו נאכ'ן רעדן מיט זיי צענדליגער מאל." "עס איז נישט אז זיי פאלגן נישט אויס די יעצטיגע רויטע זאנע רעגולאציע", האט דער גאווערנער געזאגט, "נאר זיי זענען קיינמאל נישט נאכגעקומען קיין שום פארשליסונג רעגולאציעס אפילו צוריק אין מערץ".
https://www.yiddish24.com/news/57/27143


געהאקטע קאטשעקס

דוכט זיך אז דער פרעזידענט האט שוין געטוויט דערוועגן, קען עמיצער אריינקומען קלאר?!
אז די רבי'ס ווערן פאלעטישאנ'ס דאן ווערן די פאלעטישאנ'ס רבי'ס... (הרה"ק מסאטמאר = קרעדיט: מאמענט בשם די מעלות)

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:33 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:קאומא גייט זיך נאך בעטן מען זאל קומען צו זיינע הנוכה פארטיס
קיינער זיכט נישט צו הייסן א ראסיסט און בפרט אזא פראגראסיוו וואו קאמא

נישט די יאר די יאר וועט ער אפשר עסן לאטקעס אויף זאאם



נעעע, ווענד זיך ווער עס געווינט די וואלן...

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2020 11:54 pm

ווי לאנג איז ער נאך אופן זאטל ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:02 am

געווען אמאל א אטורני דשענעראל וואס איז אלע יארן געווען גוט צו די אידן און מען האט געהאט א געוואלד טובות פון איהם ביז..... ער האט געמוזט ווייזן פאר די מידיע אז ער איז נישט פאר די אידן און סאיז געווען ביטער... לכאורה די זעלבע זאך דא. קאומא מוז ווייזן פאר די צעהיצטע מידיע אז ער פארקוקט נישט בשו"א.. און דעמאלטס לייד מען. ירחם ה' על עמו.
על "טעם וריח" אין להתווכח

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:12 am

ער זאגט נישט ממש ליגענט מיט וואס ער דערציילט, אבער אויב איז אמת שוין פון מארטש פארוואס וועקסטו דיר יעצט אויף? ווייל ווילאנג מיר טוען אלעס מיט הכנעה, שטילערהייט דערשראקן מיט די גלות געפיל, איז איין זאך. ווען אידן פראטעסטירן אין די גאסן אנטקעגן א מאסק וואס גאנץ נו יארק דארף טראגן, און העדליינס לויפן אז מיר האבן אייגענע געזעצן, ווען מען פארדאמען די גאווערנער נאך פארן ענפארסן נאכן בלויז רעדן, מיינט עס אז מיר מיינען באמת אז אמעריקע איז אונזערס. עס איז געווען לענדער וואו אידן האבן געוואוינט לענגער אין פרייהייט ווי אמעריקע, ביז מען ווערט צו באקוועם און דער אייבערשטער שיקט א שנעלקע.

טיים טו וועיק אפ. לאמיר צוריקגיין צו אונזער אויסגעטרעטענע וועג פון רעדן מיט הכנעה, אפילו אויב מיר דארפן טון אנדערש ווי מען הייסט זאל עס דיין אויפן אופן פון זיך צושטעלן די מערסטע ווילאנג עס רירט נישט אן אידישקייט כאטש עס איז אומבאקוועם. לאמיר לאזן די אלטע עסקנים וואס האבן אונז נאך קיינמאל אריינגעפירט אין אזא בלאטה אונז ווייטער פארטרעטן, לאמיר אראפגיין פון טוויטער און זיך רייצן מיט די גוים דארט.

לאמיר דאווענען צום בורא און בעטן פאר משיח.
שויתי ה' לנגדי תמיד

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:19 am

כ'מוז צושטימען אז די מצב איז ביטער. הערן ווי אונזער שטארקסטע פריינט מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק, דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק קעגן אנטיסעמיטיזעם נאכן פארשעי אטאקע, דער וואס האט זיך געלאזט באשמיצן ביים נישט צולאזן עד-דעי אונז באקריוודן מיט א עקסטערע לאק-דאון אין די ערשטע כוואליע, דער וואס האט אייביג און אלסדינג מיט געשמאק געארבעט מיט אונז צוזאמען, זאל אונז אזוי בארעדן אין די עפנטליכקייט, איז א גאר שווערע קלאפ פאר אונזער געמיינדע אין וואס כ'ציטער טיעפער אריינצוקלערן.

עכ"ז. גיין פארלייקענען אלעס אין די פארגאנגענהייט און זאגן אז ער איז אייביג געווען א אידן-שונא באהאלטענערהייט, דארף געטריבן ווערן פון לייכטזיניגע-טיפשות (אדער פון הייסע פרא-טראמפיזים...).

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:24 am

חיימאוויטש האט געשריבן:כ'מוז צושטימען אז די מצב איז ביטער. הערן ווי אונזער שטארקסטע פריינט מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק, דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק קעגן אנטיסעמיטיזעם נאכן פארשעי אטאקע, דער וואס האט זיך געלאזט באשמיצן ביים נישט צולאזן עד-דעי אונז באקריוודן מיט א עקסטערע לאק-דאון אין די ערשטע כוואליע, דער וואס האט אייביג און אלסדינג מיט געשמאק געארבעט מיט אונז צוזאמען, זאל אונז אזוי בארעדן אין די עפנטליכקייט, איז א גאר שווערע קלאפ פאר אונזער געמיינדע אין וואס כ'ציטער טיעפער אריינצוקלערן.

עכ"ז. גיין פארלייקענען אלעס אין די פארגאנגענהייט און זאגן אז ער איז אייביג געווען א אידן-שונא באהאלטענערהייט, דארף געטריבן ווערן פון לייכטזיניגע-טיפשות (אדער פון הייסע פרא-טראמפיזים...).

ער איז באוואוסט אלס איינער מיט א גרויסע עגא. ווען מען איגנארירט אים עפענטליך, און מען גייט אן ווי גארנישט, אנדערש ווי מעי אן טראנספארטאציע אדג, און בעיקר, די טישלער פראטעסטן מיט די נעגעטיווע דעקונג וואס ער דארף איינמאל זען ווי מען שרייעט ארויס ווי שטארק מען ליבט טראמפ זיין שונא און מען האסט אים, האט מען יעצט א שונא וואס האט מער מאכט ווי עני קאונטי עקזעקיוטיוו אדער אפילו פרעזידענט אונז צו מאכן ענג.
שויתי ה' לנגדי תמיד

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:31 am

Goodmorning האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:כ'מוז צושטימען אז די מצב איז ביטער. הערן ווי אונזער שטארקסטע פריינט מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק, דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק קעגן אנטיסעמיטיזעם נאכן פארשעי אטאקע, דער וואס האט זיך געלאזט באשמיצן ביים נישט צולאזן עד-דעי אונז באקריוודן מיט א עקסטערע לאק-דאון אין די ערשטע כוואליע, דער וואס האט אייביג און אלסדינג מיט געשמאק געארבעט מיט אונז צוזאמען, זאל אונז אזוי בארעדן אין די עפנטליכקייט, איז א גאר שווערע קלאפ פאר אונזער געמיינדע אין וואס כ'ציטער טיעפער אריינצוקלערן.

עכ"ז. גיין פארלייקענען אלעס אין די פארגאנגענהייט און זאגן אז ער איז אייביג געווען א אידן-שונא באהאלטענערהייט, דארף געטריבן ווערן פון לייכטזיניגע-טיפשות (אדער פון הייסע פרא-טראמפיזים...).

ער איז באוואוסט אלס איינער מיט א גרויסע עגא. ווען מען איגנארירט אים עפענטליך, און מען גייט אן ווי גארנישט, אנדערש ווי מעי אן טראנספארטאציע אדג, און בעיקר, די טישלער פראטעסטן מיט די נעגעטיווע דעקונג וואס ער דארף איינמאל זען ווי מען שרייעט ארויס ווי שטארק מען ליבט טראמפ זיין שונא און מען האסט אים, האט מען יעצט א שונא וואס האט מער מאכט ווי עני קאונטי עקזעקיוטיוו אדער אפילו פרעזידענט אונז צו מאכן ענג.


אין מעי איז מיין באווייז ווי ער האט 'פארקוקט' פאר אונזער קאמיוניטי, טראץ וואס ער האט קלאר געוואוסט ווי מיר פייפן אויף זיינע געזעצן, ווילאנג די קעיסעס נומערן זענען אראפגעפארן און ער האט נישט דערלייגט אויף אונז פאליטיש האט ער דירעקט צוגעמאכט די אויגן און זיך מסדר געווען דורך ווארפן די שולדן אויף די לאקעלס וכדומה.

יעצט, ווען דאס איגנארירן די פלעצער ווי די נומערן פארן ארויף וועט קענען שטארק גענוצט ווערן קעגן אים אויב די פארשפרייטונג גייט ווייטער, קען ער שוין נישט צו מאכן די אויגן, און ס'קוקט אויס ווי ער ערווארט באמת פון אונז זיך צוצושטעלן, עד כדי אז ער איז גאר ערנסט בייז געווארן, און פאקט אויס די פאקט אז מ'האט זיך קיינמאל צוגעשטעלט.

אלענפאלס, די מצב טויג נישט. מ'ברויך רחמים.

קיין עצה האב איך נישט...

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך נארגוטס » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:42 am

נטרונא ברענגט זייער גוט ארויס די מצב

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך שקר » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:42 am

Goodmorning האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:כ'מוז צושטימען אז די מצב איז ביטער. הערן ווי אונזער שטארקסטע פריינט מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק, דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק קעגן אנטיסעמיטיזעם נאכן פארשעי אטאקע, דער וואס האט זיך געלאזט באשמיצן ביים נישט צולאזן עד-דעי אונז באקריוודן מיט א עקסטערע לאק-דאון אין די ערשטע כוואליע, דער וואס האט אייביג און אלסדינג מיט געשמאק געארבעט מיט אונז צוזאמען, זאל אונז אזוי בארעדן אין די עפנטליכקייט, איז א גאר שווערע קלאפ פאר אונזער געמיינדע אין וואס כ'ציטער טיעפער אריינצוקלערן.

עכ"ז. גיין פארלייקענען אלעס אין די פארגאנגענהייט און זאגן אז ער איז אייביג געווען א אידן-שונא באהאלטענערהייט, דארף געטריבן ווערן פון לייכטזיניגע-טיפשות (אדער פון הייסע פרא-טראמפיזים...).

ער איז באוואוסט אלס איינער מיט א גרויסע עגא. ווען מען איגנארירט אים עפענטליך, און מען גייט אן ווי גארנישט, אנדערש ווי מעי אן טראנספארטאציע אדג, און בעיקר, די טישלער פראטעסטן מיט די נעגעטיווע דעקונג וואס ער דארף איינמאל זען ווי מען שרייעט ארויס ווי שטארק מען ליבט טראמפ זיין שונא און מען האסט אים, האט מען יעצט א שונא וואס האט מער מאכט ווי עני קאונטי עקזעקיוטיוו אדער אפילו פרעזידענט אונז צו מאכן ענג.

די שאלה איז דא איז נישט ראסלאנד וואס קען ער טון?
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:42 am

חיימאוויטש האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:כ'מוז צושטימען אז די מצב איז ביטער. הערן ווי אונזער שטארקסטע פריינט מיט בלויז עטליכע חדשים צוריק, דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי שטארק קעגן אנטיסעמיטיזעם נאכן פארשעי אטאקע, דער וואס האט זיך געלאזט באשמיצן ביים נישט צולאזן עד-דעי אונז באקריוודן מיט א עקסטערע לאק-דאון אין די ערשטע כוואליע, דער וואס האט אייביג און אלסדינג מיט געשמאק געארבעט מיט אונז צוזאמען, זאל אונז אזוי בארעדן אין די עפנטליכקייט, איז א גאר שווערע קלאפ פאר אונזער געמיינדע אין וואס כ'ציטער טיעפער אריינצוקלערן.

עכ"ז. גיין פארלייקענען אלעס אין די פארגאנגענהייט און זאגן אז ער איז אייביג געווען א אידן-שונא באהאלטענערהייט, דארף געטריבן ווערן פון לייכטזיניגע-טיפשות (אדער פון הייסע פרא-טראמפיזים...).

ער איז באוואוסט אלס איינער מיט א גרויסע עגא. ווען מען איגנארירט אים עפענטליך, און מען גייט אן ווי גארנישט, אנדערש ווי מעי אן טראנספארטאציע אדג, און בעיקר, די טישלער פראטעסטן מיט די נעגעטיווע דעקונג וואס ער דארף איינמאל זען ווי מען שרייעט ארויס ווי שטארק מען ליבט טראמפ זיין שונא און מען האסט אים, האט מען יעצט א שונא וואס האט מער מאכט ווי עני קאונטי עקזעקיוטיוו אדער אפילו פרעזידענט אונז צו מאכן ענג.


אין מעי איז מיין באווייז ווי ער האט 'פארקוקט' פאר אונזער קאמיוניטי, טראץ וואס ער האט קלאר געוואוסט ווי מיר פייפן אויף זיינע געזעצן, ווילאנג די קעיסעס נומערן זענען אראפגעפארן און ער האט נישט דערלייגט אויף אונז פאליטיש האט ער דירעקט צוגעמאכט די אויגן און זיך מסדר געווען דורך ווארפן די שולדן אויף די לאקעלס וכדומה.

יעצט, ווען דאס איגנארירן די פלעצער ווי די נומערן פארן ארויף וועט קענען שטארק גענוצט ווערן קעגן אים אויב די פארשפרייטונג גייט ווייטער, קען ער שוין נישט צו מאכן די אויגן, און ס'קוקט אויס ווי ער ערווארט באמת פון אונז זיך צוצושטעלן, עד כדי אז ער איז גאר ערנסט בייז געווארן, און פאקט אויס די פאקט אז מ'האט זיך קיינמאל צוגעשטעלט.

אלענפאלס, די מצב טויג נישט. מ'ברויך רחמים.

קיין עצה האב איך נישט...

אין אמתן אריין האט מען געקענט פארשטייען שוין עטליכע וואכן צוריק אז זאכן גייען אין נישט גוטן ריכטונג. אבער מען האט בוחר געווען צו אריינלייגן די קאפ אין זאמד. מען האט באשלאסן זיך צו שלאגן אויף מאסקעס אין קיין לימיט אויף גרויסע פארזאמלונגען און יעצט דארף מען זיך קריגן אויף שוהלן און חדרים. ווען מען וואלט דאן זיך צוגעשטעלט, אויפגעפענט אלע זאלן און בין הזמנים פארשפארטע ישיבות צו צוטיילן די עולם ביים דאווענען, שטרענג אינפארסירט מאסקעס אין שול און אין די מוסדות וואלט מען נישט געשטאנען דא. מען האט געדארפט אויפגעבן באקוועמליכקייטן פאר אידישקייט. עס דערמאנט מיר ווי ביי ביידע מאל ביים חורבן בית המקדש האבן די אויפשטאנדן געברענגט די ביטערע גזירות.

איך וואונדער מיר נאר, איך האלט מיר בכלל נישט אזוי קלוג, פארוואס האב איך געהאט קאשמארן פון דאס וואס מען זעט יעצט, ווען די ליעדערשיפ ביי אונז איז גע שלאפן און אפשר שלאפן נאך אלס? איז דען אזוי שווער צו זען די קאנסעקווענצן? עס טוט וויי
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך נארגוטס » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:42 am

נארגוטס האט געשריבן:נטרונא ברענגט זייער גוט ארויס די מצב

https://drive.google.com/file/d/1j7Ud-L ... xaZnc/view

Programming
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Programming » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 12:56 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
'עס איז דא היתירים צו אריין שטעלן דאס אייגענע לעבן אין א חשש סכנה, נישט יענעם'ס, אוודאי נישט שלא ברצונו. פינטל'
.

וואס איז די היתר צו דרייוון א קאר לשיטתך?


אלס וואס איז די שאלה? אלס די סכנה מכח אנדערע דרייווערס וואס דרייוון נישט פארזיכטיג מעג איך זיך דאך אריין לאזן אין דעם ספק, ווייטער אלס די סכנה נישט ח"ו מזיק צו זיין אנדערע נו פאר דעם דארף מען טאקע דרייוון פארזיכטיג. לויט די לאגיק אז מען מעג איינשטעלן אנדערע אין א סכנה כדי נישט צו פארפעלן פון די רוחניות, וועט מען טאקע מעגן למשל דרייוון ווילד און שנעל כדי אנצוקומען אין שול כאפן א מנין, אפגעזען די היזיקים וואס קענען ח"ו ארויסקומען

Programming
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך Programming » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 1:00 am

אין א זייטיגע קרישקעלע וואס איך ובין זיכער האט נישט קיין שייכות מיט דעם אשכול ווייל כ'האב עס נישט געזען דא, אבער אין די אפיציעלע נייעס באריכטן פון די נעכטיגע פרעסע קאנפערענץ שטייט אזוי:

It’s not about the entire community, it’s about outliers, he said, saying he was grateful that many in Ultra-Orthodox sects have been following the law.

דאס הייסט אז דער גאווערנאר דער שונא ישראל און אנטיסעמיט איז ארויס פון וועג עס צו אהערשטעלן כאילו די רעדע איז נאר פון געציילטע אויבער חכמים און נישט דער גאנצער כלל.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך יש בו » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 1:03 am

א ברירה האט ער? אז נישט וועט מען פינפוינטן אלץ א פשוטע ראסיסט,

ער מעג נאר שרייען אויף די פיפל הו אר דאינג ראנג טינגס, נישט אויף א קאמיוניטי
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך סיז מסודר » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 1:05 am

יש בו האט געשריבן:א ברירה האט ער? אז נישט וועט מען פינפוינטן אלץ א פשוטע ראסיסט,

ער מעג נאר שרייען אויף די פיפל הו אר דאינג ראנג טינגס, נישט אויף א קאמיוניטי

חוץ דעם דארף ער אויך פארזיכערן א וועג אויב ער גייט זיך דארפן איבערבעטן
מאך דיך נישט צוטהן פון קריטיק פון איינעם וואס דו וואלטסט נישט גענומען קיין עצות

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 1:20 am

Programming האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
'עס איז דא היתירים צו אריין שטעלן דאס אייגענע לעבן אין א חשש סכנה, נישט יענעם'ס, אוודאי נישט שלא ברצונו. פינטל'
.

וואס איז די היתר צו דרייוון א קאר לשיטתך?


אלס וואס איז די שאלה? אלס די סכנה מכח אנדערע דרייווערס וואס דרייוון נישט פארזיכטיג מעג איך זיך דאך אריין לאזן אין דעם ספק, ווייטער אלס די סכנה נישט ח"ו מזיק צו זיין אנדערע נו פאר דעם דארף מען טאקע דרייוון פארזיכטיג. לויט די לאגיק אז מען מעג איינשטעלן אנדערע אין א סכנה כדי נישט צו פארפעלן פון די רוחניות, וועט מען טאקע מעגן למשל דרייוון ווילד און שנעל כדי אנצוקומען אין שול כאפן א מנין, אפגעזען די היזיקים וואס קענען ח"ו ארויסקומען


איך בין זיכער אז עפעס עקסידענטן געשעען אויך אפי' ווען מען דרייווט יא פארזיכטיג, און אפי' אויב נישט, וואס איז דער היתר פון אריינזעצן דיינע קינדער אין א קאר.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: גאווערנער קאמאו: איך גיי אפשטעלן פאונדינג פאר מוסדות התורה און לאקאלע קאונטיס

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 1:21 am

ווי קען מען זעהן די טעגליכע פרעס קאנפערענצן.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט