קאלט האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע שאלה.
אויב קען מען נאכאמאל באקומען קאראנע, פארוואס זיך איינשפארן אונטער די מאסקעס?
אזוי פלאנט מען אנצוגיין ווילאנג די וועלט וועט שטיין?
פון היינט ביז אויס דארף מען גיין מיט א מאסק, און די טאג וואס מ'ווערט זעכציג (מ'קען דן זיין אויב די אידישע אדער ענגלישע דעיט...) דארף מען זיך איינשפארן לצמיתות, און מען טאר מער נישט זעהן קיין נפש חי!
ווי אויך טארן נישט זיין מער קיין סאושעל געדהערינגס ווילאנג די וועלט שטייט, און רעסטאראנטן גייען אריין אין די היסטאריע ביכער צוזאמען מיט די קרעטשמע פריצים...
אה... שיעור פארגעסן... סטיומלעס טשעקס וועלן קומען צו פליסן יעדע צווייטע וואך, און גראסערייען קענען שוין זוכן א צווייטע פרנסה, זינט דער עולם וועט סערווירן די מאכלים פאר די מאלצייטן פון די חלוקה/מילך באקסעס...
ס׳איז קלאר אז אפילו אויב מען קען עס באקומען א צווייטע מאל, מיינט נישט אז יעדער קען עס באקומען א צווייטע מאל, פארט איז די צווייטע כוואליע דא אסאך ווייניגער קעיסעס ווי די ערשטע, וואס דאס באדייט אז רוב מענטשען באקומען עס נישט א צווייטע מאל.
די אמת איז, דאס אז איינצעלע פעלער באקומען דאס א צווייטע מאל, איז נישט קיין חידוש, אלע ווירוסוס, אין געוויסע מצבים קען מען כאפן א צווייטע מאל
לענ״ד זענען די שאלות אזוי:
וויפיל פערצענט קענען כאפן נאכאמאל? איז דאס איינצילע פעלער אזוי ווי עס מאכט זיי ביי אלע ווירוסעס? אדער איז עס עפעס מער?
פארוואס כאפט מען עס נאכאמאל? איז עס ווייל די אנטיבאדיס וועפן? איז עס ווייל די ווירוס מיוטעט?
אויב איז עס ווייל די אנטיבאדיס וועפן, ווי שנעל וועפן די אנטיבאדיס?
אויב איז עס ווייל די אנטיבאדיס וועפן, וועלן די אנטיבאדיס פון די וואקסין אויך וועפען? ווי שנעל וועלן זיי וועפן?
מען דארף אויף די אלע זאכן מאכן סטאדיס, אויף די לעצטע מאכט מען שוין סטאדיס, רוב וואקסין סטאדיס וועלען נאכקוקן די מצב פון אנטיבאדיס פון די וואקסין פאר 2 יאר.