דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

KMW האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:פארוואס ווען מען טוט עס אין ארץ-ישראל, זענען כולם פה אחד ביי די מיינונג אז ס'איז אנטיסעמיטיזם און אפילו די הצלה און שרים זענען לוחם דערויף. אבער ווען מען טוט עס אין אמעריקע, נאר איידער דער מעיאר פירט עס למעשה אויס, קומען שוין יעדער און שרייען אז עס איז קריטיש וויכטיג, און אך און וויי פאר די וואס טראכטן פארקערט.

פארוואס.

די חילוק איז אז דארט זענען די פירערס על פי רוב אויך קעגן די רעגירונג.

די שאלה איז פארוואס?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

Goodmorning האט געשריבן:כהאב געוויינט מען זאל זיך אליין קעיר נעמען צו ברענגן אונטער קאנטראל פאר דער מאיער אלס פירער פון שטאט מוז זיך מאכן וויסענדיג. עס איז זעט אויס גרינגער צו גיין אין קאורט, פייטן, קרענקן, באווינען פארמערטע האס פון אלע שכנים ווי שטרענג קוואראנטינען יעדע משפחה מיט איינער וואס האט סימפטאמס.

ביטע הער אויף אראפצורייסן כלל ישראל. יעדער פאלגט די מינימאלע אנווייזונגען פון עסקנים, ס'איז געווען ספעציעלע מנינים פאר קאראנע געליטענע דעם יו"ט, מיר טוהען ב"ה וואס מען דארף.

דער מעיאר דארף נישט קעיר נעמען פון אונז, אוודאי נישט אלס פירער פון שטאט, וואס ער טוט עפ"ר נישט זיין דזשאב.

איך ווייס נישט פארוואס איך דארף פארענטפערן אונזער קאמיוניטי פאר דיר זינט דו שטאמסט פונעם זעלבן פאלק.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

חסדי אבות האט געשריבן:פארוואס ווען מען טוט עס אין ארץ-ישראל, זענען כולם פה אחד ביי די מיינונג אז ס'איז אנטיסעמיטיזם און אפילו די הצלה און שרים זענען לוחם דערויף. אבער ווען מען טוט עס אין אמעריקע, נאר איידער דער מעיאר פירט עס למעשה אויס, קומען שוין יעדער און שרייען אז עס איז קריטיש וויכטיג, און אך און וויי פאר די וואס טראכטן פארקערט.

פארוואס.

א גוטע קשיא. די תירוץ איז אבער זייער פשוט. דארט לעבט מען אין א מלחמה זאנע צווישן די פרומע און די פרייע שוין זיבעציג יאר, וואס איז אויטאמאטיש גורם אז מ'גלייבט זיי נישט און יעדע זאך קוקט מען אן ווי רדיפת הדת, וואס איז גראדע היבש אמת אויך. משא"כ אונטער א גוי'אישע רעגירונג.

דאס איז אגב, א גרויסע יסוד, ביי אסאך זאכן, ווי חינוך, מציצה בפה, די חילוק וויאזוי מ'פירט דורך זאכן אין ארץ ישראל און וויאזוי מ'טוט זאכן דא. לעצטנס טאקע האט מאנכע אנגעהויבן מישן די יוצרות מיט אומגינסטיגע רעזולטאטן.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

1.מען טראגט אריין אידן אין שפיטעלער.
2. עס איז אן אפענע וועלט יעדער ווייסט אויב ביי אונז איז דא א פארשפרייטונג.
3. יעדער ווייסט אויב מיר גייען אנטקעגן אלע פארמיידונג מיטלען.
4.אלס מעיאר האט ער א פליכט אפצושטעלן.
5. מיר דארפן ווייזן אז מיר זענען אליין אן טאפ מיט אן עקשאן פלאן, יעדער זאל זיך די נעקסטע וואך דרייען מיט מאסקעס. שולן און מוסדות זאלן איינשטעלן פארמיידונג מיטלען. וועט די מעיאר קענען זאגן פאר די מידיע אז די סיטואציע איז אונטער קאנטראל.
6. מען זאל זאגן פאר די העלט דעפט אז כדי צו קאנטראלירן די פארשפרייטונג וועט מען צושפארן די מוסדות פאר 10 טעג...(סוכות)
7. מען זאל אויפהערן טעסטן נאר ווען עס איז לעבנסוויכטיג
8. מען זאל היטן פון יעדע בילד אויף סאשעל מידיע אפילו אויף אידיש
שויתי ה' לנגדי תמיד
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

א צווייטער האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:פארוואס ווען מען טוט עס אין ארץ-ישראל, זענען כולם פה אחד ביי די מיינונג אז ס'איז אנטיסעמיטיזם און אפילו די הצלה און שרים זענען לוחם דערויף. אבער ווען מען טוט עס אין אמעריקע, נאר איידער דער מעיאר פירט עס למעשה אויס, קומען שוין יעדער און שרייען אז עס איז קריטיש וויכטיג, און אך און וויי פאר די וואס טראכטן פארקערט.

פארוואס.

די חילוק איז אז דארט זענען די פירערס על פי רוב אויך קעגן די רעגירונג.

די שאלה איז פארוואס?

אז די וועסט שרייבן מער דיטעילס מיט די מציאות ארום צו דיין קשיא וועט עס אליין פארענטפערן ווערן
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

קענטאקי האט געשריבן:[

יעדער פאלגט די מינימאלע אנווייזונגען פון עסקנים,

ווען מען שרייבט א זאך וואס מ'ווייסט אליינס אז ס'איז הבלים.
"יעדער פאלגט"... דער עולם געט זיך נישט די הענט, מאסקעס, עלטערע אידן דרייען זיך נישט צווישן מענטשן, אודאי, די פאפיר איז א סבלן.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

קענטאקי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:כהאב געוויינט מען זאל זיך אליין קעיר נעמען צו ברענגן אונטער קאנטראל פאר דער מאיער אלס פירער פון שטאט מוז זיך מאכן וויסענדיג. עס איז זעט אויס גרינגער צו גיין אין קאורט, פייטן, קרענקן, באווינען פארמערטע האס פון אלע שכנים ווי שטרענג קוואראנטינען יעדע משפחה מיט איינער וואס האט סימפטאמס.

ביטע הער אויף אראפצורייסן כלל ישראל. יעדער פאלגט די מינימאלע אנווייזונגען פון עסקנים, ס'איז געווען ספעציעלע מנינים פאר קאראנע געליטענע דעם יו"ט, מיר טוהען ב"ה וואס מען דארף.

דער מעיאר דארף נישט קעיר נעמען פון אונז, אוודאי נישט אלס פירער פון שטאט, וואס ער טוט עפ"ר נישט זיין דזשאב.

איך ווייס נישט פארוואס איך דארף פארענטפערן אונזער קאמיוניטי פאר דיר זינט דו שטאמסט פונעם זעלבן פאלק.

ווי זאגט יענער איך שטראף דיר ווייל דו ביסט מיין קינד און עס טוט מיר וויי. איים סארי מען טוט זייער אסאך זאכן ווראנג און עס טוט מיר וויי די ביליגקייט פון
אידישע לעבנס ביי אסאך דא...
לעצט פארראכטן דורך Goodmorning אום מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 10:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Programming האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דער מעיאר האט אפי' בטעות נישט דערמאנט אז אין געוויסע טיילן פון מאנהעטן, בעיקר די שווארצע געגנטער ווי הארלעם, זענען די נומערן אסאך ערגער!! ווי אויך זענען די כינעזער שכונות גאר שלעכט, אבער נאר די אידן האבן הויכע ראטעס.
.

ווי קען מען זען די נאמבערס וואס דו רעדסט?

https://github.com/nychealth/coronaviru ... odzcta.csv

יעצט בלייבט נאר די שאלה צי עס איז ריכטיג וואס אסדר דערציילט דא, אז. דארט איז טאקע ערגער סיי אין די ציפער קעיסעס, די קלארע טרענד אויף ארויף, און די פראצענט פאזיטיוו פון די טעסטס און פון די אלגעמיינע באפעלקערונג. אויב עס איז טאקע נאכאלס ריכטיג די טענה פון אסדר, ברויך טאקע דער מעיאר פארשפארן אלע שו... אופס! ס'איז אלעס אפגעשפארט עניוועי!

#אנטיסעמיט וואס ער איז אק"א בהמה וואס איך בין

פובליק סקולס זענען אפן, עז אף די וואך מאנטאג.

די פראבלעם איז אז ער צילט א געמיינדע, נישט גיין לויט די שולע, געגנט, וכדומה, ווי אין אנדערע געמיינדעס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Goodmorning האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:כהאב געוויינט מען זאל זיך אליין קעיר נעמען צו ברענגן אונטער קאנטראל פאר דער מאיער אלס פירער פון שטאט מוז זיך מאכן וויסענדיג. עס איז זעט אויס גרינגער צו גיין אין קאורט, פייטן, קרענקן, באווינען פארמערטע האס פון אלע שכנים ווי שטרענג קוואראנטינען יעדע משפחה מיט איינער וואס האט סימפטאמס.

ביטע הער אויף אראפצורייסן כלל ישראל. יעדער פאלגט די מינימאלע אנווייזונגען פון עסקנים, ס'איז געווען ספעציעלע מנינים פאר קאראנע געליטענע דעם יו"ט, מיר טוהען ב"ה וואס מען דארף.

דער מעיאר דארף נישט קעיר נעמען פון אונז, אוודאי נישט אלס פירער פון שטאט, וואס ער טוט עפ"ר נישט זיין דזשאב.

איך ווייס נישט פארוואס איך דארף פארענטפערן אונזער קאמיוניטי פאר דיר זינט דו שטאמסט פונעם זעלבן פאלק.

ווי זאגט יענער איך שטראף דיר ווייל דו ביסט מיין קינד און עס טוט מיר וויי. איים סארי מען טוט זייער אסאך זאכן ווראנג און עס טוט מיר וויי די ביליגקייט פון
אידישע לעבנס ביי אסאך דא.
עם.. ווען איינער האט א וואך צוויי צוריק געזאגט אז ער האט סימפטאמס האסטו געראטן אז מען זאל עס מאכן א סוד צו קענען ארויסגיין ווען וויכטיג. דאס הייסט לייכטזיניג. ליידער האלטן מיר יעצט ביי א מצב ווי די גוים באמערקן שוין רעזולטאטן

https://github.com/nychealth/coronaviru ... odzcta.csv

קוק דורך דעם לינק, און זאג מיר אויב די אידישע געגנטער זענען העכער ווי די שווארצע געגנטער פון בראנקס, קווינס, און מאנהעטן.

בארא פארק איז טאקע הויעך ביי 14 פראצענט, אבער א שיינע פאר געגנטער זענען העכער. קוק עס אדורך.

KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

תגובה דורך KMW »

Goodmorning האט געשריבן:1.מען טראגט אריין אידן אין שפיטעלער.
2. עס איז אן אפענע וועלט יעדער ווייסט אויב ביי אונז איז דא א פארשפרייטונג.
3. יעדער ווייסט אויב מיר גייען אנטקעגן אלע פארמיידונג מיטלען.
4.אלס מעיאר האט ער א פליכט אפצושטעלן.
5. מיר דארפן ווייזן אז מיר זענען אליין אן טאפ מיט אן עקשאן פלאן, יעדער זאל זיך די נעקסטע וואך דרייען מיט מאסקעס. שולן און מוסדות זאלן איינשטעלן פארמיידונג מיטלען. וועט די מעיאר קענען זאגן פאר די מידיע אז די סיטואציע איז אונטער קאנטראל.
6. מען זאל זאגן פאר די העלט דעפט אז כדי צו קאנטראלירן די פארשפרייטונג וועט מען צושפארן די מוסדות פאר 10 טעג...(סוכות)
7. מען זאל אויפהערן טעסטן נאר ווען עס איז לעבנסוויכטיג
8. מען זאל היטן פון יעדע בילד אויף סאשעל מידיע אפילו אויף אידיש

אזוי ווי עס איז 90 פראצענט פאליטיק קענסטו שרייבן נאך 10 פוינטס, קוק די היסטערי ווי שטארק ער האט אונז ליעב.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

[quote="KM

אזוי ווי עס איז 90 פראצענט פאליטיק קענסטו שרייבן נאך 10 פוינטס, קוק די היסטערי ווי שטארק ער האט אונז ליעב.[/quote]

אז מ'קוקט די היסטאריע קומט ער גראדע אריין ווי אן אוהב ישראל וואס האט זיך אנגענומען פאר אונז ביי מציצה בפה און ביי חינוך. ראנג ארגימענט.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:כהאב געוויינט מען זאל זיך אליין קעיר נעמען צו ברענגן אונטער קאנטראל פאר דער מאיער אלס פירער פון שטאט מוז זיך מאכן וויסענדיג. עס איז זעט אויס גרינגער צו גיין אין קאורט, פייטן, קרענקן, באווינען פארמערטע האס פון אלע שכנים ווי שטרענג קוואראנטינען יעדע משפחה מיט איינער וואס האט סימפטאמס.

ביטע הער אויף אראפצורייסן כלל ישראל. יעדער פאלגט די מינימאלע אנווייזונגען פון עסקנים, ס'איז געווען ספעציעלע מנינים פאר קאראנע געליטענע דעם יו"ט, מיר טוהען ב"ה וואס מען דארף.

דער מעיאר דארף נישט קעיר נעמען פון אונז, אוודאי נישט אלס פירער פון שטאט, וואס ער טוט עפ"ר נישט זיין דזשאב.

איך ווייס נישט פארוואס איך דארף פארענטפערן אונזער קאמיוניטי פאר דיר זינט דו שטאמסט פונעם זעלבן פאלק.

ווי זאגט יענער איך שטראף דיר ווייל דו ביסט מיין קינד און עס טוט מיר וויי. איים סארי מען טוט זייער אסאך זאכן ווראנג און עס טוט מיר וויי די ביליגקייט פון
אידישע לעבנס ביי אסאך דא.
עם.. ווען איינער האט א וואך צוויי צוריק געזאגט אז ער האט סימפטאמס האסטו געראטן אז מען זאל עס מאכן א סוד צו קענען ארויסגיין ווען וויכטיג. דאס הייסט לייכטזיניג. ליידער האלטן מיר יעצט ביי א מצב ווי די גוים באמערקן שוין רעזולטאטן

https://github.com/nychealth/coronaviru ... odzcta.csv

קוק דורך דעם לינק, און זאג מיר אויב די אידישע געגנטער זענען העכער ווי די שווארצע געגנטער פון בראנקס, קווינס, און מאנהעטן.

בארא פארק איז טאקע הויעך ביי 14 פראצענט, אבער א שיינע פאר געגנטער זענען העכער. קוק עס אדורך.

מיר שטארן ארויס אלס איין קאמיוניטי ווי עס איז צושפרייט יעצט אין די גאנצע וועלט מער ווי די געגנטער ארום. און אלס קאמיוניטי וואס פייפט רעגולאציעס מער ווי שכנים, וואס אפילו זיי פאלגן יא צו נישט זען זיי נישט אויס אזוי אייגנארטיג ווי אונז, א פאראייניגטע קאמיוניטי וואס לייגט די סטעיט אין געפאר... מאסקעס און סאשעל דיסטענס איז נישט אנטקעגן די תורה אין קיין וועג. עס פראקטיצירן כאטש יעצט צו פארשטאפן מיילער, און אפשר אויך טאקע ראטעווען דיין פעטער, וואלט געווען ראטזאם ווען מען קען ווען רעדן לאגיק
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Goodmorning האט געשריבן:.אלס מעיאר האט ער א פליכט אפצושטעלן.

אלס מעיאר דארף ער צילן א געמיינדע צוטיילט אין פארשידענע געגנטער אין אלע 5 באראוס? דאס איז זיין פליכט אלס מעיאר?

דו האלטסט אמת'דיג אז ער וויל אפשטעלן די וויירוס אלס זיין פליכט, דעמאלטס פארוואס זאגט ער גארנישט פאר די שווארצע און כינעזע געמיינדעס?

די תירוץ איז, ער איז א וויסטער שונא ישראל וואס זוכט אראפצואווארפן פון זיך דעם שולד פון די הויכע ציפערן אין זיין סיטי, וועט ער ווארפן דעם שולד אויף די אידן... זיי זענען שולדיג. דעם אור-אלטן אנטיסעמיטישן לאזונג אז די אידן שטעקן יעדעם אן. דאס איז זיין סטראטעגיע געווען ביים ערשטן כוואליע אויך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

להודיע האט געשריבן:[quote="KM

אזוי ווי עס איז 90 פראצענט פאליטיק קענסטו שרייבן נאך 10 פוינטס, קוק די היסטערי ווי שטארק ער האט אונז ליעב.

אז מ'קוקט די היסטאריע קומט ער גראדע אריין ווי אן אוהב ישראל וואס האט זיך אנגענומען פאר אונז ביי מציצה בפה און ביי חינוך. ראנג ארגימענט.[/quote]
דאס האט ער געמוזט געבן צו געווינען זיינע וואלן. אין פאקט האט ער געוואונען די פריימערי מיט א נישטיגן נומער, בלויז אדאנק אונז אידעלעך, און ער האט געמוזט נאכגעבן וואס ער האט זיך אונטערגענומען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Goodmorning האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:כהאב געוויינט מען זאל זיך אליין קעיר נעמען צו ברענגן אונטער קאנטראל פאר דער מאיער אלס פירער פון שטאט מוז זיך מאכן וויסענדיג. עס איז זעט אויס גרינגער צו גיין אין קאורט, פייטן, קרענקן, באווינען פארמערטע האס פון אלע שכנים ווי שטרענג קוואראנטינען יעדע משפחה מיט איינער וואס האט סימפטאמס.

ביטע הער אויף אראפצורייסן כלל ישראל. יעדער פאלגט די מינימאלע אנווייזונגען פון עסקנים, ס'איז געווען ספעציעלע מנינים פאר קאראנע געליטענע דעם יו"ט, מיר טוהען ב"ה וואס מען דארף.

דער מעיאר דארף נישט קעיר נעמען פון אונז, אוודאי נישט אלס פירער פון שטאט, וואס ער טוט עפ"ר נישט זיין דזשאב.

איך ווייס נישט פארוואס איך דארף פארענטפערן אונזער קאמיוניטי פאר דיר זינט דו שטאמסט פונעם זעלבן פאלק.

ווי זאגט יענער איך שטראף דיר ווייל דו ביסט מיין קינד און עס טוט מיר וויי. איים סארי מען טוט זייער אסאך זאכן ווראנג און עס טוט מיר וויי די ביליגקייט פון
אידישע לעבנס ביי אסאך דא.
עם.. ווען איינער האט א וואך צוויי צוריק געזאגט אז ער האט סימפטאמס האסטו געראטן אז מען זאל עס מאכן א סוד צו קענען ארויסגיין ווען וויכטיג. דאס הייסט לייכטזיניג. ליידער האלטן מיר יעצט ביי א מצב ווי די גוים באמערקן שוין רעזולטאטן

https://github.com/nychealth/coronaviru ... odzcta.csv

קוק דורך דעם לינק, און זאג מיר אויב די אידישע געגנטער זענען העכער ווי די שווארצע געגנטער פון בראנקס, קווינס, און מאנהעטן.

בארא פארק איז טאקע הויעך ביי 14 פראצענט, אבער א שיינע פאר געגנטער זענען העכער. קוק עס אדורך.

מיר שטארן ארויס אלס איין קאמיוניטי ווי עס איז צושפרייט יעצט אין די גאנצע וועלט מער ווי די געגנטער ארום. און אלס קאמיוניטי וואס פייפט רעגולאציעס מער ווי שכנים, וואס אפילו זיי פאלגן יא צו נישט זען זיי נישט אויס אזוי אייגנארטיג ווי אונז, א פאראייניגטע קאמיוניטי וואס לייגט די סטעיט אין געפאר... מאסקעס און סאשעל דיסטענס איז נישט אנטקעגן די תורה אין קיין וועג. עס פראקטיצירן כאטש יעצט צו פארשטאפן מיילער, און אפשר אויך טאקע ראטעווען דיין פעטער, וואלט געווען ראטזאם ווען מען קען ווען רעדן לאגיק

צילן קעגן א קאמיוניטי איז אנטיסעמיטיזם. ער טאר עס נישט טון, אפי' אויב דיינע טענות זענען ריכטיג.

אפי' גויים פארשטייען דאס, נאר עטליכע אידעליך נישט, ליידער. דעבלאזיא פארשטייט עס אויך ווען ס'קומט צו די שוואארצע און כינעזע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

Goodmorning האט געשריבן:1.מען טראגט אריין אידן אין שפיטעלער.
2. עס איז אן אפענע וועלט יעדער ווייסט אויב ביי אונז איז דא א פארשפרייטונג.
3. יעדער ווייסט אויב מיר גייען אנטקעגן אלע פארמיידונג מיטלען.
4.אלס מעיאר האט ער א פליכט אפצושטעלן.
5. מיר דארפן ווייזן אז מיר זענען אליין אן טאפ מיט אן עקשאן פלאן, יעדער זאל זיך די נעקסטע וואך דרייען מיט מאסקעס. שולן און מוסדות זאלן איינשטעלן פארמיידונג מיטלען. וועט די מעיאר קענען זאגן פאר די מידיע אז די סיטואציע איז אונטער קאנטראל.
6. מען זאל זאגן פאר די העלט דעפט אז כדי צו קאנטראלירן די פארשפרייטונג וועט מען צושפארן די מוסדות פאר 10 טעג...(סוכות)
7. מען זאל אויפהערן טעסטן נאר ווען עס איז לעבנסוויכטיג
8. מען זאל היטן פון יעדע בילד אויף סאשעל מידיע אפילו אויף אידיש

אלע נאמבערס זענען מער װײניגער אמת, און גאנץ גוטע עצות, אױסער נומבער 4, נײן! ער האט נישט קײן שום פליכט (און קײן רעכט) זיך צו נעמען אױף א ספעציפישע גרופע/רעליגיע, עספעשילי װען זײנע נומבערס זענין בכלל נישט אקוראט, ס׳איז דא פיל מיט נישט אידישע געגנטער װאס זענען אסאך ערגער, און ער איז זײ בכלל נישט גורס..

צו ער איז בעצם א שונא ישראל, אדער פשוט װײל ס׳איז שױן געװארן א פערזענליכע פײט, און ער מײנט פשוט זײן איגאו, דעיס װײס איך שױניש פונקטליך, אבער גערעכט איז ער זיכער נישט.

נאר װאס דען, אונז זעמיר דאך אין גלות, און סתם פײטן איז נישט אױסגעהאלטן, און ס׳נישט פראקטיש אױך נישט, מילא דארף מען נעמען אין קאנסידערעישן די אלע אנדערע זאכן װאס דו רעכנסט אױס

דער עולם האט געהאקט, אקעי שױן
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

הרב גודמארנינג
אז די וואלסט געזעהן וואס הונדערטער אדער גאר טויזענטער האבן געשריבן לטובת אונז אויף דעבלאזיאס טוויטער ביי די מערץ לויה וואלסטו געסטאפט מיט די נאנסענס, עס איז כמעט נישט געווען איינער וואס האט זיך אנגענומען פאר אים.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

KMW האט געשריבן:הרב גודמארנינג
אז די וואלסט געזעהן וואס הונדערטער אדער גאר טויזענטער האבן געשריבן לטובת אונז אויף דעבלאזיאס טוויטער ביי די מערץ לויה וואלסטו געסטאפט מיט די נאנסענס, עס איז כמעט נישט געווען איינער וואס האט זיך אנגענומען פאר אים.

100%
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לאמיר זאגן אז אלעס איז פאליטיק. איז אזוי שווער צו זיך אביסל אומבאקוועם מאכן, צו ראטעווען אונזערע קינדערס חינוך זיי זאלן קענען זיין אין חדר? ווארט מען פאר נאך פינגער טייטלן ווי ביי די שווארצע מגיפה? ווען לכאורה גייען נומערן בכלל ארויפגיין אין די סטעיט אין הערבסט, און אפילו אומבארעכטיגט, זענען מיר יעצט פון די ערשטע געמיינדעס מיט א שטארקע העכערונג? זענען מיר ווי די טונקעלע וואס קענען נאר פראטעסטירן און פארשטייען נישט אז מיר דארפן אביסל בייגל די קאפ און גלות, גיין מיט חכמה, צו פארמיידן אמתע גזירות און שנאת ישראל?

עם חכם ונבון?

מען רעדט נישט יעצט וויפיל מענטשן פילן באמת זייער נישט גוט, וויפיל אידן מוטשענען זיך נאך אלס מיט אישוס פונעם ערשטע מאל. וואס וועט געשען אז מען מאכט מער מנינים יעדן טאג אז מען זאל קענען לאזן מער פלאץ צווישן איינעם און צווייטן? אז מען מאכט מנינים אויך און אלע גרויסע זאלן צו פארשפרייטן די עולם? אז מען שעמט זיך נישט מיט א מאסק אויב מען האט נאכנישט געטעיסט קאוויד? אויב די מוסדות זענען אזוי שטרענג מיט קינדער פון קאוויד פאציענטן ווי ביי די אסאך ווייניגער פארשפרייטע מיזעלס? אז די מוסדות וואשן אפטער אלע ביה״כ וכדומה?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אפשר איז די ארטיקל אין די NY Times די גורם
ישראל_הלוי האט געשריבן:
NY Times

N.Y.C. Warns About Rising Virus Cases in Hasidic Neighborhoods
Officials see a worrisome indicator in several parts of Brooklyn and Queens after a couple of months of declining or flat transmission.

Joseph Goldstein
Published Sept. 22, 2020

מיז מען שוין נישט טייטלן אויף דעבלאזיא
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ער פילט ווי מיר פייפן אים אן אלס א קאמיוניטי, צו ער מעג אזוי פילן צו נישט. איך גלייך אים בכלל נישט, אבער מיר ווילן עס זאל אונז זיין גוט אדער אויפווייזן גערעכטעגקייט?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Goodmorning האט געשריבן:לאמיר זאגן אז אלעס איז פאליטיק. איז אזוי שווער צו זיך אביסל אומבאקוועם מאכן, צו ראטעווען אונזערע קינדערס חינוך זיי זאלן קענען זיין אין חדר? ווארט מען פאר נאך פינגער טייטלן ווי ביי די שווארצע מגיפה? ווען לכאורה גייען נומערן בכלל ארויפגיין אין די סטעיט אין הערבסט, און אפילו אומבארעכטיגט, זענען מיר יעצט פון די ערשטע געמיינדעס מיט א שטארקע העכערונג? זענען מיר ווי די טונקעלע וואס קענען נאר פראטעסטירן און פארשטייען נישט אז מיר דארפן אביסל בייגל די קאפ און גלות, גיין מיט חכמה, צו פארמיידן אמתע גזירות און שנאת ישראל?

עם חכם ונבון?

מען רעדט נישט יעצט וויפיל מענטשן פילן באמת זייער נישט גוט, וויפיל אידן מוטשענען זיך נאך אלס מיט אישוס פונעם ערשטע מאל. וואס וועט געשען אז מען מאכט מער מנינים יעדן טאג אז מען זאל קענען לאזן מער פלאץ צווישן איינעם און צווייטן? אז מען מאכט מנינים אויך און אלע גרויסע זאלן צו פארשפרייטן די עולם? אז מען שעמט זיך נישט מיט א מאסק אויב מען האט נאכנישט געטעיסט קאוויד? אויב די מוסדות זענען אזוי שטרענג מיט קינדער פון קאוויד פאציענטן ווי ביי די אסאך ווייניגער פארשפרייטע מיזעלס? אז די מוסדות וואשן אפטער אלע ביה״כ וכדומה?

אלעס איז אמת, אבער די עם קשה עורף גייט זיך נישט בייגן פאר אנטיסעמיטיזם.

דיינע טענות אויף כלל ישראל קומט באמת נישט אריין אין דעם אשכול, וואס כ'האב געעפנט איבער דעבלאזיא'ס מלחמה מיט כלל ישראל, נישט אויב כלל ישראל דארף עפעס פאררעכטן.

ווי געזאגט, אפי' אויב ער איז 100 פראצענט גערעכט, האט ער נישט קיין רעכט צו טייטלן אויף א געמיינדע. פינטל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

Goodmorning האט געשריבן:לאמיר זאגן אז אלעס איז פאליטיק. איז אזוי שווער צו זיך אביסל אומבאקוועם מאכן, צו ראטעווען אונזערע קינדערס חינוך זיי זאלן קענען זיין אין חדר? ווארט מען פאר נאך פינגער טייטלן ווי ביי די שווארצע מגיפה? ווען לכאורה גייען נומערן בכלל ארויפגיין אין די סטעיט אין הערבסט, און אפילו אומבארעכטיגט, זענען מיר יעצט פון די ערשטע געמיינדעס מיט א שטארקע העכערונג? זענען מיר ווי די טונקעלע וואס קענען נאר פראטעסטירן און פארשטייען נישט אז מיר דארפן אביסל בייגל די קאפ און גלות, גיין מיט חכמה, צו פארמיידן אמתע גזירות און שנאת ישראל?

עם חכם ונבון?

מען רעדט נישט יעצט וויפיל מענטשן פילן באמת זייער נישט גוט, וויפיל אידן מוטשענען זיך נאך אלס מיט אישוס פונעם ערשטע מאל. וואס וועט געשען אז מען מאכט מער מנינים יעדן טאג אז מען זאל קענען לאזן מער פלאץ צווישן איינעם און צווייטן? אז מען מאכט מנינים אויך און אלע גרויסע זאלן צו פארשפרייטן די עולם? אז מען שעמט זיך נישט מיט א מאסק אויב מען האט נאכנישט געטעיסט קאוויד? אויב די מוסדות זענען אזוי שטרענג מיט קינדער פון קאוויד פאציענטן ווי ביי די אסאך ווייניגער פארשפרייטע מיזעלס? אז די מוסדות וואשן אפטער אלע ביה״כ וכדומה?

וואס וואלט עס געהאלפן? יעדער גייט עס דאך עניוועי כאפן, די גאנצע פוינט איז געווען to flatten the curve סא יעצט ווען די עולם האט עס לייכטער זאל עס יעדער חאפן טון געענגיגט איינמאל פאר אלעמאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

וואס איז די טענה וועגן די כינעזער און שווארצע, די געזיכטער זייערע זענען אלע איינגעוויקלט אין ליילעכער, משא"כ ביי אונז.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

KMW האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:לאמיר זאגן אז אלעס איז פאליטיק. איז אזוי שווער צו זיך אביסל אומבאקוועם מאכן, צו ראטעווען אונזערע קינדערס חינוך זיי זאלן קענען זיין אין חדר? ווארט מען פאר נאך פינגער טייטלן ווי ביי די שווארצע מגיפה? ווען לכאורה גייען נומערן בכלל ארויפגיין אין די סטעיט אין הערבסט, און אפילו אומבארעכטיגט, זענען מיר יעצט פון די ערשטע געמיינדעס מיט א שטארקע העכערונג? זענען מיר ווי די טונקעלע וואס קענען נאר פראטעסטירן און פארשטייען נישט אז מיר דארפן אביסל בייגל די קאפ און גלות, גיין מיט חכמה, צו פארמיידן אמתע גזירות און שנאת ישראל?

עם חכם ונבון?

מען רעדט נישט יעצט וויפיל מענטשן פילן באמת זייער נישט גוט, וויפיל אידן מוטשענען זיך נאך אלס מיט אישוס פונעם ערשטע מאל. וואס וועט געשען אז מען מאכט מער מנינים יעדן טאג אז מען זאל קענען לאזן מער פלאץ צווישן איינעם און צווייטן? אז מען מאכט מנינים אויך און אלע גרויסע זאלן צו פארשפרייטן די עולם? אז מען שעמט זיך נישט מיט א מאסק אויב מען האט נאכנישט געטעיסט קאוויד? אויב די מוסדות זענען אזוי שטרענג מיט קינדער פון קאוויד פאציענטן ווי ביי די אסאך ווייניגער פארשפרייטע מיזעלס? אז די מוסדות וואשן אפטער אלע ביה״כ וכדומה?

וואס וואלט עס געהאלפן? יעדער גייט עס דאך עניוועי כאפן, די גאנצע פוינט איז געווען to flatten the curve סא יעצט ווען די עולם האט עס לייכטער זאל עס יעדער חאפן טון געענגיגט איינמאל פאר אלעמאל.

דאס איז א גויאישע מהלך, איים סארי.

יעדער? וויאזוי ווייסטו? דאס האסטו געזאגט לעצטע מאל אז יעדער האט עס שוין געהאט ממילא און קוק יעצט וויפיל האבן עס.

לייכטערהייט זענען דא כאטש 7 אידן פון קרית יואל אלע יארגענג אין שפיטאל, און אסאך אינדערהיים אויף אקסידזשען.

אפשר וועלן די ביסל מיטלען וואס מען וועט אנעמען יעצט העלפן שטופן די איבעריגע אידן ביז עס וועט זיין מער רפואת אדער וואקסינען אדער די וויירוס וועט זיך אליין אוועקגיין? און אפילו נישט, וועסטו זיין אומבאקוועם אז יענער עלטער איד אדער דייעביעטעק שכן זאל לעבן נאך א האלבע יאר. וויפיל געלט געט מען פאר רופא חולים פאר טריעטמענט וואס זאל העלפן לעבן נאך עטליכע חדשים?
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”