צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאגת ארי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שאגת ארי » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:55 pm

איך ווייס נישט צו מען רעדט שוין דא דערפון ערגעץ צו נישט, אויב יא ביטע צאמשמעלצן.

דער וואך האב איך באקומען א שווערע היסט, און אזוי גייענדיג זיך טעסטן דא אין רמב''ם קעיר אין קרית יואל, ווער איך געוואר אז איך האב גאר קאראנע.
עס איז מיר באפאלן ווי א ריזן איבערראשונג, נישט געחלומ'ט אפילו אויף ענליכס צו דעם, קאראנע? מאן דכר שמיה יעצט אזויפיל חדשים נאכדעם.

איך האב אנגעהויבן רעדן מיט מענטשן, ווער איך געוואר רעכטס און לינקס מענטשן האבן עס, דא האט עס איינער און דארט א צווייטער.
און אויך אז ברוך השם עס איז פיל בעסער ווי די פאריגע מאל, עס איז אפעקטירט ווייניגער ב''ה.

וויל איך וויסן צו עס איז אמת, און צו נאך מענטשן ווייסן דערפון, און פארוואס עס איז טאקע אזוי שטיל ב''ה.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:57 pm

קודם כל א רפואה שלימה

האסט עס שוין געהאט איינמאל פורים פסח צייט?

דו זיצט כאטש איינגעשפארט אינדערהיים? אייגענטליך ווייס איך נישט וויפיל ס׳העלפט זיך איינשפארן אויב דיינע קינדערלעך גייען יעדן טאג אין חדר און אין סקול..
לעצט פאראכטן דורך באקסער בוים אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:58 pm

זינט ווען איז א שווערע היסט א סימפטאם פאר קאראנא

אוועטאר
שאגת ארי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שאגת ארי » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:59 pm

איך וויל צולייגן אז איך האב שוין לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע, און איך האב עס יעצט נאכאמאל באקומען.
ווי אויך האב איך יעצט פארלוירן מיין חוש הטעם, אבער פאריגע מאל נישט.

און איינער וואס האט עס יעצט אויך, זאגט מיר אז ער האט זיך שוין געהאט געטעסט פאר אנטי באדיס און ער האט טאקע, אבער נאך אלץ האט ער יעצט עס באקומען נאכאמאל.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:03 am

ווייס איך פון א שיינע פאר אידן אין קרית יואל וואס האבן עס יעצט. איך ווייס נישט פארוואס די עמטליכע ארגענעזאציעס דא מאכן א שווייג
שויתי ה' לנגדי תמיד

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:06 am

שאגת ארי האט געשריבן:איך וויל צולייגן אז איך האב שוין לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע, און איך האב עס יעצט נאכאמאל באקומען.
ווי אויך האב איך יעצט פארלוירן מיין חוש הטעם, אבער פאריגע מאל נישט.

און איינער וואס האט עס יעצט אויך, זאגט מיר אז ער האט זיך שוין געהאט געטעסט פאר אנטי באדיס און ער האט טאקע, אבער נאך אלץ האט ער יעצט עס באקומען נאכאמאל.

יענער וואס האט עס יעצט נאכאמאל האט בכלל סימפטאמען?
איך ווייס אויך פין עטליכע וואס האבן עס יעצט אבער האבן עס נאך נישט געהאט.

אוועטאר
שאגת ארי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שאגת ארי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:07 am

באקסער בוים האט געשריבן:קודם כל א רפואה שלימה

האסט עס שוין געהאט איינמאל פורים פסח צייט?

דו זיצט כאטש איינגעשפארט אינדערהיים? אייגענטליך ווייס איך נישט וויפיל ס׳העלפט זיך איינשפארן אויב דיינע קינדערלעך גייען יעדן טאג אין חדר און אין סקול..

אמן. יישר כח.

איך זיץ איינגעשפארט און מיינע דריי קינדער זענען היינט געבליבן אינדערהיים דערווייל.

אבער עס קען זיין אז אויב עס איז טאקע נישט אזוי געפערליך מסוכן, ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון, איז עס אביסל גרינגער דאס ארויסגיין און עס גייט נישט אריין אין די גדר פון פיקוח נפש ווי פאריגע מאל, מען מעג אפשר יא מער ארויסגיין, אבער דערווייל בלייב איך דא.

אוועטאר
שאגת ארי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שאגת ארי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:08 am

IMBZ האט געשריבן:
שאגת ארי האט געשריבן:איך וויל צולייגן אז איך האב שוין לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע, און איך האב עס יעצט נאכאמאל באקומען.
ווי אויך האב איך יעצט פארלוירן מיין חוש הטעם, אבער פאריגע מאל נישט.

און איינער וואס האט עס יעצט אויך, זאגט מיר אז ער האט זיך שוין געהאט געטעסט פאר אנטי באדיס און ער האט טאקע, אבער נאך אלץ האט ער יעצט עס באקומען נאכאמאל.

יענער וואס האט עס יעצט נאכאמאל האט בכלל סימפטאמען?
איך ווייס אויך פין עטליכע וואס האבן עס יעצט אבער האבן עס נאך נישט געהאט.

יענער האט יעצט נאר סימפטאמען, די זעלבע ווי פאריגע מאל ווען ער האט עס זיכער געהאט, אבער זיך נישט געגאנגען אויסטשעקן דאס מאל.

אוועטאר
שאגת ארי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שאגת ארי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:10 am

Goodmorning האט געשריבן:ווייס איך פון א שיינע פאר אידן אין קרית יואל וואס האבן עס יעצט. איך ווייס נישט פארוואס די עמטליכע ארגענעזאציעס דא מאכן א שווייג

מיין גרעסערע חידוש איז געווען אז דא אויף אייוועלט איז נאכנישט דא א גוטע פאר אשכולות אויף דעם.
דא איז די ערשטע פלאץ ווי מען זאל רעדן דערפון אין די לענג און אין די ברייט...

אבער די ארגענאזאציעס ווילן לכאורה נישט מאכן א מצב, סיי אז די מידיע זאל נישט רעדן דערפון, און סיי ווייל עס איז טאקע נישט אזוי שרעקליך ב''ה.

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:10 am

שאגת ארי האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:
שאגת ארי האט געשריבן:איך וויל צולייגן אז איך האב שוין לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע, און איך האב עס יעצט נאכאמאל באקומען.
ווי אויך האב איך יעצט פארלוירן מיין חוש הטעם, אבער פאריגע מאל נישט.

און איינער וואס האט עס יעצט אויך, זאגט מיר אז ער האט זיך שוין געהאט געטעסט פאר אנטי באדיס און ער האט טאקע, אבער נאך אלץ האט ער יעצט עס באקומען נאכאמאל.

יענער וואס האט עס יעצט נאכאמאל האט בכלל סימפטאמען?
איך ווייס אויך פין עטליכע וואס האבן עס יעצט אבער האבן עס נאך נישט געהאט.

יענער האט יעצט נאר סימפטאמען, די זעלבע ווי פאריגע מאל ווען ער האט עס זיכער געהאט, אבער זיך נישט געגאנגען אויסטשעקן דאס מאל.

זאל ער זיך גיין טעסטן פאר ער גיין ארום זאגן אז ער האט עס זיכער.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יש בו » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:13 am

איינער וואס פילט נישט גוט טאר נישט ארויסגין פון דערהיים, אפילו אויב עס איז נאר א קאלד,

פאק דיך אריין אין בעט מיט דריי טיי'ס און פיר סוועטערס, שוויץ אויף מיליאן פאר דריי פיר טעג נאכדעם אויב פילסטו שוין גוט קענסטו ארויסגיין,

סתם דאס ארויסגיין ווען מ'פילט נישט גוט, איז מען סיי זיך און סיי אנדערע מענטשן מזיק בגוף ובנפש,
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:24 am

אזוי פאני אז די מענטשן וואס האבן זיך איינגעשפארט און געציטערט לעצטע מאל שפאצירן יעצט ארום די שטאט מיט פיבער. אפשר די קאראנע בארירט עפעס.

שווער צו זאגן אז יעדער וועמען׳ס נאז רינט אביסל זאל זיך יעצט איינשפארן און נישט שיקן די קינדער אין די מוסדות. אבער ווען איינער האט פיבער אדער קען נישט שמעקן זאל ער זיך ענד פעמילי קוואראנטינען פאר א וואך
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שאגת ארי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שאגת ארי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:28 am

גוד מארנינג, באלד ווערסטו די צווייטע (תרתי משמע) שלמה הילדעסהיימער, מען וועט פארמעקן דיינע שרעקעדיגע תגובות וועגן די צווייטע כוואליע פארן אנווארפן א שרעק אויף די עולם און מאכן די עולם נערוועז און אנגעצויגן...

אבער אויב עפעס, דארף יעצט צו זיין אויב עפעס אלעס פונקט ווי ביי די ערשטע.
יעדער וואס האט נאר א חשש זאל זיך איינשפארן אדער זיך גיין אינטערזוכן, אלעס פונקט ווי ביי די ערשטע.

חוץ אויב מען זאגט ווי איך האב געשריבן אז דאס מאל איז עס טאקע שוואכער.
אויב איינער ווייסט מער ווערט ער געבעטן צו קומען דא.

חיים הערש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 11:53 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך חיים הערש » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:41 am

שאגת ארי האט געשריבן:איך וויל צולייגן אז איך האב שוין לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע, און איך האב עס יעצט נאכאמאל באקומען.
ווי אויך האב איך יעצט פארלוירן מיין חוש הטעם, אבער פאריגע מאל נישט.

און איינער וואס האט עס יעצט אויך, זאגט מיר אז ער האט זיך שוין געהאט געטעסט פאר אנטי באדיס און ער האט טאקע, אבער נאך אלץ האט ער יעצט עס באקומען נאכאמאל.

האסט עס ״לכאורה״ געהאט אפאר חדשים צוריק אדער האסט עס זיכער געהאט און געטעסטעט פאזאטיוו דעמאלס? ווייל אסאך מענטשען האבן דעמאלס געווען זיכער אז זיי האבן עס, אין למעשה האבן זיי נישט געהאט אנטי באדיס.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:49 am

אן עלטערע איד וואס איך קען האט געהאט אנטיבאדיס פון מט סיני אבער נישט עכט סימפטאמען און האט עס בה יעצט נישט זייער שווער.

געהערט פון א הצלה מעמבער אז עס זענען יא דא עפעס אידן אויף אקסידזשען.

ווייסט איינער מער איבער די פעראקסייד קריעם פון טענענבוים וואס א קרויס פון קרית יואל געבט דא, אויב עס איז טאקע סעיף, און אויב עס איז שטותים אדער עכט עפעס א קראפט? נוגע פאר א קרוב
שויתי ה' לנגדי תמיד

Programming
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Programming » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:43 am

האבן נאכאמאל (ד.ה. טעסטן פאזיטיוו) איז לאו דוקא א סתירה מיט אנטיבאדי'ס. די אנטיבאדי'ס דארפן בלויז העלפן אז ווען מען באקומט עס די צווייטע מאל זאל עס נישט זיין געפערליך

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:18 am

Goodmorning האט געשריבן:ווייס איך פון א שיינע פאר אידן אין קרית יואל וואס האבן עס יעצט. איך ווייס נישט פארוואס די עמטליכע ארגענעזאציעס דא מאכן א שווייג

סברא פשוטה, ווייל איינס פון די גרעסטע חורבנות לעצטע מאל איז געווען די געפערליכע פאניק אין וואס מ'האט אריינגעלייגט דעם עולם

איך ווייס אויך פון עטליכע וואס האבן עס געהאט אין די לעצטע וואך צוויי (געטעסט), געהאט אויף א מילדע פארנעם און ס'איז דורך ב"ה, אזוי ווי א פלו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פארשער » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:35 am

שאגת ארי האט געשריבן:איך וויל צולייגן אז איך האב שוין לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע, און איך האב עס יעצט נאכאמאל באקומען.
ווי אויך האב איך יעצט פארלוירן מיין חוש הטעם, אבער פאריגע מאל נישט.

פארוואס קלערסטו אז דו האסט עס לכאורה געהאט ביי די ערשטע כוואליע? וואספארא סימפטאמען האסטו געהאט?

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יאיר גאלד » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:40 am

שאגת ארי האט געשריבן:גוד מארנינג, באלד ווערסטו די צווייטע (תרתי משמע) שלמה הילדעסהיימער, מען וועט פארמעקן דיינע שרעקעדיגע תגובות וועגן די צווייטע כוואליע פארן אנווארפן א שרעק אויף די עולם און מאכן די עולם נערוועז און אנגעצויגן...

אבער אויב עפעס, דארף יעצט צו זיין אויב עפעס אלעס פונקט ווי ביי די ערשטע.
יעדער וואס האט נאר א חשש זאל זיך איינשפארן אדער זיך גיין אינטערזוכן, אלעס פונקט ווי ביי די ערשטע.

חוץ אויב מען זאגט ווי איך האב געשריבן אז דאס מאל איז עס טאקע שוואכער.
אויב איינער ווייסט מער ווערט ער געבעטן צו קומען דא.

פארוואס זיך אונטערזוכן?? סתם פאר נייגעריגקייט? די טעסטס טוען גארנישט אויף אויסער געבן סטאטיסטיקס פאר די שטאטישע באאמטע.

זיך טעסטן קען גורם זיין צומאכן חתונה זאלן, מוסדות, בתי מדרשים, און פריוואטע ביזנעסער און אז די פאוסט זאל ווייטער האבן שמוציגע ארטיקלען נאך יעדע לויה. קיין שום בענעפיט קען נישט ארויסקומען, נאר קאפ וויי.

רבותי, זייטס נישט משוגע, שפארטס ענק איין און גייטס נישט נעמען קיין טעסט וואס העלפט דיר גארנישט!! אויב דארפסטו מעדיצינישע הילף רוף הצלה.

א טעסט גייט דיר גארנישט העלפן נאר שאדן מאכן פאר יעדן איינעם!!!!
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

פארשער
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פארשער » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:46 am

א טעסט העלפט צו וויסן צי מען דארף זיך איינשפארן. דו ווילסט זיך איינשפארן אינדערהיים פאר א וואך פאר א ספק?
ס'איז טאקע א גוטע געדאנק אז מען זאל שטופן געזונטע מענטשן אויך זיך צו טעסטן אזוי זאל מען אונז צורו לאזן.
לעצט פאראכטן דורך פארשער אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:49 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:47 am

איין פראבלעם ווילאנג א מענטש זוכט זיך נישט אונטער לעבט ער אין דענייעל, נע איך האב עס נישט עכט, און ער גייט ארום פארשפרייטן פאר אנדערע אומוואוסענדע אומשולדיגע אידן.

האט הצלה כאטש געדארפט ארויסקומען מיט שטרענגע ווארענונגען זיך איינצושפארן מיט סימפטאמען אדער אויב איינער אינדערהיים פילט נישט גוט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:48 am

דאס זע איך קלאר יעצט ביי עטליכע. און יעצט הער איך פון עטליכע אמתדיג עלטערע אידן וואס האבן עס שוין געכאפט ווייל קיינער האט זיי נישט געזאגט אז עס דרייען זיך און פרייען זיך מענטשן מיט די וויירוס
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:53 am

פארשער האט געשריבן:א טעסט העלפט צו וויסן צי מען דארף זיך איינשפארן. דו ווילסט זיך איינשפארן אינדערהיים פאר א וואך פאר א ספק?
ס'איז טאקע א גוטע געדאנק אז מען זאל שטופן געזונטע מענטשן אויך זיך צו טעסטן אזוי זאל מען אונז צורו לאזן.

אז מאסן געזונטע זאלן טעסטן איז א גאלדענע פלאן
שויתי ה' לנגדי תמיד

בערל עושר
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך בערל עושר » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:54 am

מי יודע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ווייס איך פון א שיינע פאר אידן אין קרית יואל וואס האבן עס יעצט. איך ווייס נישט פארוואס די עמטליכע ארגענעזאציעס דא מאכן א שווייג

סברא פשוטה, ווייל איינס פון די גרעסטע חורבנות לעצטע מאל איז געווען די געפערליכע פאניק אין וואס מ'האט אריינגעלייגט דעם עולם

איך ווייס אויך פון עטליכע וואס האבן עס געהאט אין די לעצטע וואך צוויי (געטעסט), געהאט אויף א מילדע פארנעם און ס'איז דורך ב"ה, אזוי ווי א פלו

;l;p- אויך האט מען זיך אויסגעלערנט (האפענטליך) אז מען איז זיי ווי נישט בעל הבית און גא-ט וועט טוהן וואס אים געפעלט און די איינציגסטע זאל וואס מיר קענען טוהן איז אים בעטן ס׳זאל זיין מיט רחמים, און זיך אביסל אכטונג געבן ווייל ער האט געהייסן

Programming
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Programming » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:57 am

צ"ל זייער אכטונג געבן כמ"ש ונשמרתם מאוד לנפשותיכם


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט