בלאט 1 פון 25

פארלירן חוש הריח אדער טעם

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 9:56 am
דורך פארשער
רבותי, ס'איז צייט ארויסצוקומען פון די קלאזעט.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 10:19 am
דורך זעירא
איך פיהל בכלל נישט קיין טעם און ריח.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 11:16 am
דורך maybeeynot
ב"ה בכלל נישט געליטן

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 11:52 am
דורך מונאוויטש
פארשער האט געשריבן:רבותי, ס'איז צייט ארויסצוקומען פון די קלאזעט.

וועלכע קלאזעט?
וועלכע גערוך?
וועלכע טעם?
קום אריין קלאר.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 11:56 am
דורך בעקעלע.הפוכה
עמך אנוכי
ב"ה אזוי ווי מזאגט ביי יוכ"ק
"יד פה ועין" איז ב"ה פיין
אבער "אין לי טעם וריח"

הודו לשם אז סאיז נישט ח"ו פארקערט - א אמת'דיגן חסד השם

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 11:59 am
דורך כשר סעל
איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 11:59 am
דורך עכט היימיש
איך שפיר א טעם אין געוויסע עסן, און אויך א שמעק ביי בשמים, און נאך עסן, אבער פארשידענע עסן האט א געפערליכע פארברענטע טעם, אזא מאדנע שמעק, אויך די קאווע צופרי, און נאך זאכן. ווייסעך נישט וואס עס מיינט, פארשידענע זאכן יא, און פארשידענע זאכן נישט, בינעך נייגעריג צי נאך האבן די סיפטאמען. אויכעט די פאות ווערט דינער און דינער.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 12:09 pm
דורך צייט שטיפער
איך האב באקומען א שרעקליכער אנגעלייגטער טריקענער נאז, און ווען מען מאכט ביעור חמץ דארף מען מקיים זיין כיסו הדם,
נאך עמיצער דערמיט?

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 12:13 pm
דורך איש חשוב
כשר סעל האט געשריבן:איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע


איך האב די זעלבע אישו האסט אן אהנונג עפעס מער? איינער געפרעגט א דאקטער?

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 12:13 pm
דורך בר דעת
יאפ, אזא מאדנע אלקאהאל/ געזעלין גערוך.

איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, די חוש הטעם והריח האבן מער ווייניגער געמערדזשט, און זיי שפאצירן צוזאמען געמיטלעך פונעם נאז צו די האלז...

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 12:26 pm
דורך כשר סעל
איש חשוב האט געשריבן:
כשר סעל האט געשריבן:איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע


איך האב די זעלבע אישו האסט אן אהנונג עפעס מער? איינער געפרעגט א דאקטער?


נאך קיינעם נישט געפרעגט

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 12:33 pm
דורך פארשער
כשר סעל האט געשריבן:איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע

ביי מיר איז עס געווען אויפן זעלבן אופן, ס'איז געשען לאנג נאכדעם וואס מיין חוש הריח איז שוין צוריקגעקומען.
צי ס'האט מיט קאראנע? דערווייל פון אלע מענטשן וועם איך האב געפרעגט און זיי האבן געזאגט אז זיי האבן דעם פראבלעם האבן 100% פון זיי געהאט קאראנע.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:08 pm
דורך שטיגליץ
געשטימט יא.

דערווייל בלויז ביי די קאווע, געמיינט קודם אז די קאווע איז נישט גוט האב איך געקויפט א נייע פלעשל, ווען דאס איז אויך נישט געווען גוט האב איך שוין געוואלט ארגאניזירן א מאסן דעמאנסטראציע פארנט פון די באקאנטע טעיסטערס טשויס הויפטקווארטיר. פונקט דאן האט עמיצער דערמאנט דא אויפן וועלטל אז זינט קאראנע פילט ער א מעטאלענע טעם אין די קאווע, האב איך מיר געכאפט אז ביי מיר האט זיך עס אויך אנגעהויבן ערגעץ אין די קאראונע עפאכע נאכן צוריקבאקומען די טעם און ריח פון אלעס חוץ די קאווע.

נאכאמזל איך בין דאס געוואויר געווארן, האב איך כאטש געסעיווט די געלט פון טאוולען, מעדזשיק מארקערס, און א טראק אייער ביים קארנער.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:11 pm
דורך חוח בין השושנים
געשטימט ניין. מ'האמיר פיין טועם געווען דעם בייזן קושמאר, און ס'איז ב"ה פאריבער!

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:14 pm
דורך פליטה גדולה
שפיר אויך לעצטענס א מאדנע טעם אין די קאווע, איך האב עס תולה געווען אין די מילך וואס לעצטענס דער עולם ברענגט די איבריגע אין ביהמ"ד אמאל גאר פון פריזער מיט עקספייערטע דעיט'ס, אבער יעצט פאנג איך אהן טראכטן אז יש דברים בגו.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:19 pm
דורך ס׳וועט זיין בעסער
עכט היימיש האט געשריבן:איך שפיר א טעם אין געוויסע עסן, און אויך א שמעק ביי בשמים, און נאך עסן, אבער פארשידענע עסן האט א געפערליכע פארברענטע טעם, אזא מאדנע שמעק, אויך די קאווע צופרי, און נאך זאכן. ווייסעך נישט וואס עס מיינט, פארשידענע זאכן יא, און פארשידענע זאכן נישט, בינעך נייגעריג צי נאך האבן די סיפטאמען. אויכעט די פאות ווערט דינער און דינער.

קאפי פעיסט. ביי מיר די זעלבע מעשה, מער וויניגער צוריק באקומען די טעם וריח אבער ביי די קאווע און נאך אפאר זאכן איז די טעם ומפעם לפעם די שמעק אזוי טעריבעל, איים גאוינג קרעזי. אויך די פאות פאלט ארויס ווי פון פריש ביי יעדע שויער.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:19 pm
דורך פארשער
פליטה גדולה האט געשריבן:שפיר אויך לעצטענס א מאדנע טעם אין די קאווע, איך האב עס תולה געווען אין די מילך וואס לעצטענס דער עולם ברענגט די איבריגע אין ביהמ"ד אמאל גאר פון פריזער מיט עקספייערטע דעיט'ס, אבער יעצט פאנג איך אהן טראכטן אז יש דברים בגו.

ביטע שמעק א באטל קאווע און קום צוריק מיט די רעזולטאטן.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:22 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
עני שארפע עסן פארמאגט אן אומדערטרעגליכע גרוך, וכן א מאדנע עקלהאפטיגע טעם. בשמים שמעקט זיך בדוחק, גאר זיסע גרוכן לדוגמא באנאנעס, שמעקן זיך די מערסטע נארמאל.
איך נעם שוין זינק פאר עטליכע וואכן, און דערווייל נאכנישט דא קיין גרויסע שינוים, איין זאך יא, עס פלעגט זיך מיר פלוצלינג קענען אנטוויקלען א גרויזאמע גרויליגע טעם אין מויל. דאס האב איך שוין נישט בקומען זינט איך נעם זינק.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:55 pm
דורך בראנפן גלעזל
צייט שטיפער האט געשריבן:איך האב באקומען א שרעקליכער אנגעלייגטער טריקענער נאז, און ווען מען מאכט ביעור חמץ דארף מען מקיים זיין כיסו הדם,
נאך עמיצער דערמיט?

נישט ממש ביז כיסוי הדם, אבער זינט קאראנע לייד איך פון א היבש טרוקענע נאניע...

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 1:58 pm
דורך קלאָצקאָפּ
חוח בין השושנים האט געשריבן:געשטימט ניין. מ'האמיר פיין טועם געווען דעם בייזן קושמאר, און ס'איז ב"ה פאריבער!

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 2:00 pm
דורך הערשקא
איך האב געמיינט אז נאר איך האב די פראבלעם,
יעצט זעה איך אז די עולם איז געווען באהאלטען אין די קלאזעטס.
רוב עסן / טרינקען וואס האס האבן אן אנדערע טעם, האבן באקומען כמעט די זעלבע גאנג טעם,
איך וועל דא אויסרעכענען א קורצע ליסטע ביי וועלעכע עסן די טעם אדער שמעק עס האט זיך געפילט מאדנע, און די עולם ווערט געבעטן צוצילייגען,

קאווע,
מינט, ציין פוץ,
פינאט באדער,
פאפקארען, (נאר די שמעק)
עני סמאוק שמעק, (ציגרעטל, פייער, סתם רויעך)
עני סאדע,
אראנזש זשוס,
וויין,
וויסקי/שליוואוויץ,
ועוד.

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 2:00 pm
דורך שאהן הענניטי
מײן פיאות איז מיר געווארן האלב די דיקקייט, און איינער האט מיר געזאגט אז קאראנע קען גורם זיין צו פארלירן האר. נאך איינער?

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 2:04 pm
דורך יוד אלף
בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 2:05 pm
דורך בראנפן גלעזל
הערשקא האט געשריבן:איך האב געמיינט אז נאר איך האב די פראבלעם,
יעצט זעה איך אז די עולם איז געווען באהאלטען אין די קלאזעטס.
רוב עסן / טרינקען וואס האס האבן אן אנדערע טעם, האבן באקומען כמעט די זעלבע גאנג טעם,
איך וועל דא אויסרעכענען א קורצע ליסטע ביי וועלעכע עסן די טעם אדער שמעק עס האט זיך געפילט מאדנע, און די עולם ווערט געבעטן צוצילייגען,

קאווע,
מינט, ציין פוץ,
פינאט באדער,
פאפקארען, (נאר די שמעק)
עני סמאוק שמעק, (ציגרעטל, פייער, סתם רויעך)
עני סאדע,
אראנזש זשוס,
וויין,
וויסקי/שליוואוויץ,
ועוד.

וועך! א שוידער און א גרויל...

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2020 2:09 pm
דורך די דיזיינער
25C8D77E-F573-4396-AA63-42195462B950.jpeg
25C8D77E-F573-4396-AA63-42195462B950.jpeg (325.99 KiB) געזען 12269 מאל



טוט עפעס צו אייער האר ווי לאנג מען קען נאך, די בעסטע צייט איז קער נעמען ווען מען האט נאך עפעס.

Find it in your local Health Food Stores and Pharmacies.

Get $10 off the Kit + Free shipping when you shop on lavenluv.com add code myhair


Shop on Amazon https://rebrand.ly/qhtdfuq