קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אנע פשרות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנע פשרות »

פעיק נוז האט געשריבן:
אנע פשרות האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
כאטש עס וועט מסתמא נישט גיין אזוי ווייט און אזוי שנעל ווי לעצטע מאל וויבאלד א שיינער חלק עולם (פיל ווייניגער ווי מען מיינט, אבער נאכאלס א שיינע פראצענט) איז שוין אימיונד,

אויף וואס פאר א באזיס שרייבט איר דאס?

די טבע העולם איז אז ווען א אנשטעקיגע מחלה דרייט זיך ארום און ס'איז די געשפרעך פון טאג וועלן פיל מיר מענטשן מיינען אז זיי האבן עס געהאט ווי די וואס האבן טאקע.

אנטי באדי טעסטס ווייזן אז מיליאנען ניו יארקער האבן עס שוין געהאט.

מיליאנען מיינט יעדער? אדער כמעט יעדער? אדער א רוב? אדער אפילו נאענט צו דעם?

די סאמע אנטי באדי טעסטס פון וואס דו רעדסט ווייזן אז בלויז איינס אין אכט ניו יארקער האבן עס שוין געהאט, וואס דאס אליינס פראווט די פוינט וואס איך האב געשריבן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איינער ווייסט פאר זיכער אז עס גייט נישט צוריק קומען? קיינער ווייסט נישט! דאס טאר אבער נשיט זיין קיין סיבה נישט פרובירען צו עפענען! מען דארף האלטען און איין עפענען געוואוסע זאכען און זעהן צו עס ווערט ערגער אדער נישט, אויב פרובירט מען נישט צו עפענען און מען טראכט נאר פון פחד פון פורים דאן גייסטו בלייבען פארמאכט לעולמי עד.

דער גוי קען נישט פארשטיין אז כאטש זאל דער סקול זיך עפענען מיט 5 קינדער היינט און 10 קינדער נעקסטע וואך און אזוי ווייטער, נאר פארמאך אן קיין עפענען פלאן און דאס איז פונקט אזא גרויסע סכנה פאר די לעבן ווי די וויירוס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

הונדערט פראצענט. טאקע דערפאר האבן אלע אחריות'דיגע רעגירונג'ס לייט איינגעשטעלט א סיסטעם אין פלאץ, מיט מעטריקס אויסצורעכענען פונקטליך ווי דער מצב האלט, און לויט דעם זעהן צי מען קען - און וואס מען קען - שוין עפענען. זיך רעכענענדיג מיט די טענות אז די סטעיט'ס זענען ריזיג גרויס, האבן די גובערנאטארן געמאכט א סיסטעם וואס צוטיילט די סטעיט אין פילע חלקים, און מען באטראכט יעדן חלק עקסטער.

סאו יעדער איינער פרובירט צו עפענען. איינער טוט עס מער אחריות'דיג, און געוויסע טראמפיען'ס טוען עס דורך פייערן די דאטא מענעזשער אדער לכתחילה ארויסלייגן פאלשע פארפירערישע דאטא.

איך זעה נישט וויאזוי ניו יארק טרייבט איבער קעגן עני אנדערע אחריות'דיגע לאנד. (טראמפ סטיל גאווערנער'ס און לאנד פירער - ווי בראזיל'ס באלסענארא - זענען א מסכתא בפני עצמם. אבער צו מזל זענען כמעט אלע וועלט פירער, רעכטע און לינקע צוגלייך, מער ראציאנאל און שכל'דיג).

די עכטע קריטיק וואס איז דא אויף קאומא איז אז ער האט געווארט צו לאנג ארויסצוגעבן דעם לאקדאון ארדער. בעת אנדערע ווינטשן זיך צו האבן דא ברייען קעמפ אדער דעסאנטיס פאר גאווערנאר, וואלט ווען באמת געווען א טובה צו האבן דא געווין נוסאם פאר גאווערנאר. אסאך היימישע אידן וואלטן נאך געלעבט היינט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ביי אונז אידען האט מען באהאלטענערהייט צוריק אנגעפאנגען צוזאם נעמען די קינדער פאר א שעה א טאג בערך און עס האט נישט געשאדט ״ברוך השם״ דער קאומאו טוהט דען דאס אין די פאבליק סקולס? דאס מיינט אז ער נעמט נישט די מינימאלסטע שריט פון פרובירען צוריק צו עפענען און דאס איז א חורבן.

עס איז נישט אחריותדיג צו האלטען סקולס און ביזנעסער אינטער לאקדאון פאר א פאטענשאל ספייק!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

זארג נישט האט געשריבן:רעדענדיג פון עקסטרעמקייט, וואלט איך געמאכט א סטעיטמענט, אז די עקסטרעמקייט פון ביידע זייטן האט געהארגעט מענטשן. איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן ווי איינער צווינגט אריין זיין האנט און גלעט יעדן אויפן פנים און לאכט זיך אינטער, (און נישט פון שלעכטקייט, נאר פון צודרייטקייט, ער האט נעבעך געמיינט אז עס איז פאני), און איך וואלט נישט געווען סורפרייזד אז יענער (א 65 יעריגער) לעבט שוין נישט. אבער די עקסטרעמקייט פון דער מעיאר און גאווערנאר און שפיטעלער (און די "תוצאות דערפון") האט זיכער געהארגעט א סאך מענטשן און אפשר אפילו מער ווי האלב פון די נפטרים!

עקסטרעמקייט איז קיינמאל נישט גוט, און עקסטרעמע לשונות אויך נישט. לאמיר שוין זיין ריאליסטיש.

די שאלה ווער שטעלט אוועק וואס הייסט דרך הממוצע אז מ׳זאל קענען מעסטן וואס הייסט קיצוני?
למשל, טויזענטער אידן וואס האבן שוין געהאט די וויירוס האבן וואכן לאנג געדאווענט אן מנין, מבטל געווען טבילת עזרא, אנגעבליך ווייל אפשר קען מען עס כאפן נאכאמאל.
איי די גוף איז אימיונעד? אבער מ׳ווייסט נישט... איי פון די אלע מיליאנען וואס האבן עס געכאפט האבן עס נישט צירוק באקומען?
און לכבוד דעם גע׳הרגעט טויזענטער פרנסות, ביטול תורה של תשב״ר, תפילה בציבור.
לכשתתבונן וועסטו זען אז ס׳איז עקסטרעם ביז גאר (הגם ס׳קען זיין אז ס׳איז ריכטיג).
אבער דעס איז א אנגענומענע מיינונג, אנדערש איז עקסטרעם.
פארוואס?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Programming האט געשריבן:
איך זעה נישט וויאזוי ניו יארק טרייבט איבער קעגן עני אנדערע אחריות'דיגע לאנד. (טראמפ סטיל גאווערנער'ס און לאנד פירער - ווי בראזיל'ס באלסענארא - זענען א מסכתא בפני עצמם. אבער צו מזל זענען כמעט אלע וועלט פירער, רעכטע און לינקע צוגלייך, מער ראציאנאל און שכל'דיג).

זייער אן אמת'ע נקודה. אמעריקאנער האבן סתם ליב צו קאמפלעינען. רוב אנדערע לענדער זענען נאך מער פארמאכט ווי נ''י און קיינער מאכט נישט קיין מוק'ס.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

למעשה איז עס טאקע א שווערע קשיא. דעס איז זיכער אז כפי הידועה לנו עכשיו האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה. וויזוי קען זיין אז עס פלאקערט נישט צוריק אויף? פעלט דען אידען וואס דרייען זיך צווישען גוים? Something in our data and/or knowledge must be really off!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

Programming האט געשריבן:
יא איך האב א קלארע אגענדע. איך בין אין די מאסקעס ביזנעס... (פאר איינער נעמט עס ערנסט. איך בין נישט).

אז די ביסט אין די מאסקעס ביזנעס דארפסטו וועלען אז סזאל בלייבען ווי מער פאזיטיוו!
אבער למען האמת אפצישפארען די לאנד אין איינשפארען מענטשען מיט רוט קאנאלס אין אנדערע אישוס פאר וואכען אין חדשים, אין קינדער זאלען באקומען קאוואסאקי סימפטאמס פון זיין איינגעשפארט חדשים אין נישט מאכען עקסערזייס אין זיין אויף דער זון,
האט מען זיך יא גערעכענט מיט די טעסטס לחומרא סא סדארף זיין א טו וועי סטריט
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

פ' לך לך האט געשריבן:מען שטייט שוין ב"ה ביים ענדע פונעם קריזיס. אין די לעצטע פאר וואכן הערט מען שוין ב"ה נישט פון קיין פרישע קעיסעס ביים היימישן ציבור. די וואונדער איז אבער וויאזוי די וויירוס איז אונטערגעגאנגען. נאכנישט יעדער האט עס שוין געהאט, קיין וואקסין איז נאכנישט פארהאן, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?
דער עולם דרייט זיך אינדרויסן, בתי מדרשים, ישיבות, ת"ת, זענען ב"ה אפען, און אין דערצייט וואס מען הערט נאך פון פרישע פעלער ביי די גוים, איז ביי אונז ב"ה שטיל. דאס דארף א הסבר וויאזוי דאס האט פאסירט. סאשעל דיסטענס, מאסקעס, די אלע זאכן קענען אפשר העלפן מינמיזירן קעיסעס, אויף צו אינגאנצן אונטערברענגן איז דאס נישט קיין מיטל.

ביי פרומע אידן פארשפרייט זיך עס שנעלער, וועגן גרויסע משפחות, בתי מדרשים, שמלות וכו', ממילא האט עס שוין יעדער געכאפט ביי די היימישע עולם.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

סטיטשינער האט געשריבן:למעשה איז עס טאקע א שווערע קשיא. דעס איז זיכער אז כפי הידועה לנו עכשיו האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה. וויזוי קען זיין אז עס פלאקערט נישט צוריק אויף? פעלט דען אידען וואס דרייען זיך צווישען גוים? Something in our data and/or knowledge must be really off!

איך מיט נאך צענדליגער וואס איך קען אויך נישט געהאט און טאקע נישט אנטיבאדיס. סא איך בין אביסל באזארגט... די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף, אזוי זעט אויס. פארוואס קען מען נישט אין די שולן חדרים האלטן מינימאלע סעיפטי פארזיכערונגען איך זאל מיר נישט דארפן שעמעען צו קומען אין שול מיט א מאסק?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:למעשה איז עס טאקע א שווערע קשיא. דעס איז זיכער אז כפי הידועה לנו עכשיו האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה. וויזוי קען זיין אז עס פלאקערט נישט צוריק אויף? פעלט דען אידען וואס דרייען זיך צווישען גוים? Something in our data and/or knowledge must be really off!

איך מיט נאך צענדליגער וואס איך קען אויך נישט געהאט און טאקע נישט אנטיבאדיס. סא איך בין אביסל באזארגט... די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף, אזוי זעט אויס. פארוואס קען מען נישט אין די שולן חדרים האלטן מינימאלע סעיפטי פארזיכערונגען איך זאל מיר נישט דארפן שעמעען צו קומען אין שול מיט א מאסק?

ווער זאגט אז די האסט עס נישט געהאט אפשר האסט עס געהאט אויף זייער א לייכטע פאל אין די האסט נישט געפילט קיין סיפטאמס ?
א היימישע איד וואס וואינט אין די היימישע געגענטער אין איז געווען אין ביה"מ ביזן שפארן איז זיכער געווען עקספאסט צי עס.
ששון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2008 3:55 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ששון »

Programming האט געשריבן: די סאמע בעסטע וועג פארן וויירוס זיך צו פארשפרייטן איז די אומלעגאלע חדרים, און די בתי מדרשים. דאס הייסט א קליינע פלאץ מיט ווייניג לופט צירקולאציע ווי אסאך מענטשן זיצן צוזאמען און זינגען אדער שרייען הויך אויפן קול, כ"ש אויב א אנגעשטעקטער גיבט דארט א היס אדער א ניס, קען איין מענטש אין א משך פון אפאר מינוט אנשטעקן א גאנצע עולם. אפילו אויב רוב זענען שוין באמת אימיונד זענען די פאר וואס נישט אין א פולקאמע סכנה, ווייל עס פעלט נישט אויס אז אלע זאלן עס איבערכאפן, פארקערט עס נעמט א פאר טאג נאכן ווערן אנגעשטעקט מען זאל עס קענען פארשפרייטן ווייטער.

בקיצור דאס אז א שיינע פראצענט איז שוין אימיונד איז א מעלה אין געווענליכע סיטואציעס. אבער ביי א וויירוס וואס איז אזוי שטארק אנשטעקיג איז דא א גרויסע מעגליכקייט פאר פילצאליגע אינדיווידועלע פעלער. סאו כאטש עס קען זיך נישט אזוי שנעל און אזוי גרינג און אזוי ווייט פארשפרייטן, איז מען נאכנישט ארויס מכלל ספק. הלואי זאלן אלע רבנים מחייב זיין - און אינפארסירן - צו זיצן מיט מאסקעס אין שול.

די רבנים וואס פסק'ן דורכן יאר הלכות פיקוח נפש דארפן וויסן פון דעם אויך, און זיי זענען די וואס זענען מחמיר ביי נפשות. און אויב מיט דעם אלעם ווילן זיין די חדרים און בתי מדרשים איז משמע אז זיי האבן נישט מורא אז מען איז "נאכנישט ארויס מכלל ספק" אזוי ווי פראגראמינג, און די רבנים דיינים קענען יא איינגיין אויף דעם אז מען וועט זינגען דעם אהבה רבה ניגון אן א מאסקע.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אבל מה אעשה אז זיי ווייסן דאס נישט. אדרבה ווער עס וויל דאס ברענגען לתשומת לבם תבוא עליו ברכה. אגב רבנים פון אנדערע קרייזן זענען טאקע נאכאלס זייער מחמיר, זיי פארלאנגען מאסקעס, קליינע מנינים און געהעריגע סאשעל דיסטענסינג א.א.וו.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:למעשה איז עס טאקע א שווערע קשיא. דעס איז זיכער אז כפי הידועה לנו עכשיו האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה. וויזוי קען זיין אז עס פלאקערט נישט צוריק אויף? פעלט דען אידען וואס דרייען זיך צווישען גוים? Something in our data and/or knowledge must be really off!

איך מיט נאך צענדליגער וואס איך קען אויך נישט געהאט און טאקע נישט אנטיבאדיס. סא איך בין אביסל באזארגט... די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף, אזוי זעט אויס. פארוואס קען מען נישט אין די שולן חדרים האלטן מינימאלע סעיפטי פארזיכערונגען איך זאל מיר נישט דארפן שעמעען צו קומען אין שול מיט א מאסק?

גלייבסט טאקע עכט אז די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף?!

קום אריין אין שוהל מיט א מאסק, אןון ביז א טאג צוויי וועסטו עס אראפ נעמען און וועסט שוין אויך האבען דא תירוץ פארוואס די סעפטי פארזיכערונגען ווערן נאכגעלאזט, און דאס איזי דערפאר ווייל יעדער קען זען באשיינפורליך מיט די אייגענע אויגן ווי דער געפאר איז ב"ה פאראיבער, אדער כאטש שוין נישט דער געפאר וואס עס איז אמאל געווען.

ביזט אוט אוו טאט, איז קום אריין און ווער אין טאטש און וועסט שוין אלעס פארשטיין און נישט זיין באזארגט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

Programming האט געשריבן:אבל מה אעשה אז זיי ווייסן דאס נישט. אדרבה ווער עס וויל דאס ברענגען לתשומת לבם תבוא עליו ברכה. אגב רבנים פון אנדערע קרייזן זענען טאקע נאכאלס זייער מחמיר, זיי פארלאנגען מאסקעס, קליינע מנינים און געהעריגע סאשעל דיסטענסינג א.א.וו.

ביזט אויך קאמפליטלי אוט אוו טאטש. קום ארויס פון שטוב (קערפולי פארשטייט זיך) און זעה פאר זיך אליין וואס גייט פאר, און וועסט שוין נישט האבן מער קיין קשיות.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

maybeeynot האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:למעשה איז עס טאקע א שווערע קשיא. דעס איז זיכער אז כפי הידועה לנו עכשיו האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה. וויזוי קען זיין אז עס פלאקערט נישט צוריק אויף? פעלט דען אידען וואס דרייען זיך צווישען גוים? Something in our data and/or knowledge must be really off!

איך מיט נאך צענדליגער וואס איך קען אויך נישט געהאט און טאקע נישט אנטיבאדיס. סא איך בין אביסל באזארגט... די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף, אזוי זעט אויס. פארוואס קען מען נישט אין די שולן חדרים האלטן מינימאלע סעיפטי פארזיכערונגען איך זאל מיר נישט דארפן שעמעען צו קומען אין שול מיט א מאסק?

ווער זאגט אז די האסט עס נישט געהאט אפשר האסט עס געהאט אויף זייער א לייכטע פאל אין די האסט נישט געפילט קיין סיפטאמס ?
א היימישע איד וואס וואינט אין די היימישע געגענטער אין איז געווען אין ביה"מ ביזן שפארן איז זיכער געווען עקספאסט צי עס.

איך און מיין וייב האבן נישט אנטיבאדיס, פון מט סיני און נאך איינס. סא... איך בין געווען אביסל קעירפול די וואך נאך פורים נאר געדאווענט פארטאגס
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

זארג נישט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:למעשה איז עס טאקע א שווערע קשיא. דעס איז זיכער אז כפי הידועה לנו עכשיו האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה. וויזוי קען זיין אז עס פלאקערט נישט צוריק אויף? פעלט דען אידען וואס דרייען זיך צווישען גוים? Something in our data and/or knowledge must be really off!

איך מיט נאך צענדליגער וואס איך קען אויך נישט געהאט און טאקע נישט אנטיבאדיס. סא איך בין אביסל באזארגט... די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף, אזוי זעט אויס. פארוואס קען מען נישט אין די שולן חדרים האלטן מינימאלע סעיפטי פארזיכערונגען איך זאל מיר נישט דארפן שעמעען צו קומען אין שול מיט א מאסק?

גלייבסט טאקע עכט אז די אלע וואס האבן עס געהאט גלייב איך קעירן נישט עכט אויב עס פלאקערט אויף?!

קום אריין אין שוהל מיט א מאסק, אןון ביז א טאג צוויי וועסטו עס אראפ נעמען און וועסט שוין אויך האבען דא תירוץ פארוואס די סעפטי פארזיכערונגען ווערן נאכגעלאזט, און דאס איזי דערפאר ווייל יעדער קען זען באשיינפורליך מיט די אייגענע אויגן ווי דער געפאר איז ב"ה פאראיבער, אדער כאטש שוין נישט דער געפאר וואס עס איז אמאל געווען.

ביזט אוט אוו טאט, איז קום אריין און ווער אין טאטש און וועסט שוין אלעס פארשטיין און נישט זיין באזארגט.

איך גיי אין שול און איך שיק קינדער און די טעמפארערי חדרים אבער איך האלט נאך אלץ אז מען מעג אנהאלטן סאשעל דיסטענסינג טראץ די האפענונג אז עס קען נישט צוריקומען
שויתי ה' לנגדי תמיד
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

זארג נישט האט געשריבן:אכטונג געבן דארף מען אלעמאל אפילו ווען עס איז א איין פערצענט סכנה,

איין פראצענט? איינס פון הונדערט? קיינמאל נישט געווען.
וואס איז יא דעם שיעור ווייס איך נישט.
מאידך, נישט ארבייטן לפחות כדי מחייתו, ביז קיינער קען שוין נישט שטארבן? דארפסטו אויך נישט פיר'ן קיין קאר ביז קיינער גייט שוין נישט קענען כאפן קיין עקסידענט.

ה"י משניהם.

כ"ז בדרך שאלה, ולא בדרך פסק, כי לא הגעתי להוראה, ואלו המכירים אותי יודעים, שאי אפשר לסמוך כלל וכלל להלכה על שיקול דעתי הקצרה, ואם היית יודע מי אני, אולי לא היית מעיז לדבר איתי מטוב ועד רעה, כדי שלא תתבייש.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

לעב און שטרעב האט געשריבן:
אגב, ווען האסטו געהערט א ליבעראלע גאווערנאר שרייען אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט?

פון גאווערנאר קאומו האט איהר געהערט?

ער זאגט נישט ממש אז עס איז נישטא קיין גאט, ער זאגט אז דער צרה קומט פון גאט, אבער דאס אז עס ווערט שוין בעסער האט גארנישט מיט ....... עפ"ל. נאר ער אליין האט עס אראפגעברענגט.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Programming האט געשריבן: די סאמע בעסטע וועג פארן וויירוס זיך צו פארשפרייטן איז די אומלעגאלע חדרים, און די בתי מדרשים.

הלואי זאלן אלע רבנים מחייב זיין - און אינפארסירן - צו זיצן מיט מאסקעס אין שול.

א גאווערנאר וואס לאזט עפענען, קען זיך עס נישט צושפרייטן? אפשר שתדל'ט מען ביי קאומאו?

רבנים זאלן וואס? א רב וואס האט דעת תורה האלט דאך אנדערש ווי אייך. והראי'ה, אז זיי זענען נישט ארויס מיט א פסק כדעתך.

כ'מיין נישט דוקא דיר אדער דא.
לעצטענס הער איך צופיל דעם נוסח....
די רבנים זאלן, אדער דארפן, מוזען, בכלל, פארוואס הערט מען בכלל אויס רבנים? ווייל זיי האבן עפעס וואס איך מיט דיר האבן נישט.
עס הייסט דעת תורה.

איז פארוואס ווייסט איהר וואס ער דארף? ער האט עס, און ווייסט דאך בעסער ווי אונז וואס ער דארף.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:...האט א גרויסע עולם עס נישט געהאט, ואני הק' בתוכם ב''ה.
. פארוואס קען מען נישט אין די שולן חדרים האלטן מינימאלע סעיפטי פארזיכערונגען איך זאל מיר נישט דארפן שעמעען צו קומען אין שול מיט א מאסק?

פארוואס דארף איך זיך מוטשענען מיט מיין פרנסה/ מוסדות פאר קינדער/ גיין מיט א מאסק/ ועוד ועוד ועוד ווייל איהר האט עס נאך נישט געהאט, און איהר גלייבט אז מ'קען עס נאך כאפן (נישט אז איך האלט פארקערט), און איהר שעמט זיך.

עס איז א פראבלעם? יא.
אבער מאך מיר נישט משוגע, פאר אייער באקוועמליכקייט.

פארוואס זאל דער גאנצער שטאט זיין פארמאכט ווייל איהר ווילט נישט זיין דער איינציגסטער?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פארווייטאגט האט געשריבן:
Programming האט געשריבן: די סאמע בעסטע וועג פארן וויירוס זיך צו פארשפרייטן איז די אומלעגאלע חדרים, און די בתי מדרשים.

הלואי זאלן אלע רבנים מחייב זיין - און אינפארסירן - צו זיצן מיט מאסקעס אין שול.

א גאווערנאר וואס לאזט עפענען, קען זיך עס נישט צושפרייטן? אפשר שתדל'ט מען ביי קאומאו?

רבנים זאלן וואס? א רב וואס האט דעת תורה האלט דאך אנדערש ווי אייך. והראי'ה, אז זיי זענען נישט ארויס מיט א פסק כדעתך.

כ'מיין נישט דוקא דיר אדער דא.
לעצטענס הער איך צופיל דעם נוסח....
די רבנים זאלן, אדער דארפן, מוזען, בכלל, פארוואס הערט מען בכלל אויס רבנים? ווייל זיי האבן עפעס וואס איך מיט דיר האבן נישט.
עס הייסט דעת תורה.

איז פארוואס ווייסט איהר וואס ער דארף? ער האט עס, און ווייסט דאך בעסער ווי אונז וואס ער דארף.

די פוינט איז אז די פארקוועטשטע בעיסמענט חדרים זענען פיל ערגער אויף צו פארשפרייטן דעם וויירוס ווי די גרויסע לופטיגע קלאס צימערן. ווען די באאמטע האלטן ווען מיט וואס דא טוט זיך וואלטן זיי מסתמא געהאלטן מען זאל עפענען די חדרים אנשטאט.

רבנים מיין איך נישט דוקא די מורי הוראות, ת"ח וואס האבן געהארעוועט אויף תורה, צי דער פוסק הדור דער חד בדרא וואס מען פאלגט אים צוליב זיין דעת תורה. רבנים מיין איך וואס מען רופט אין די אמעריקאנע שולן דער פרעזידענט פון די שול. יעדער פארשטייט אז ווען מען קומט אין א פלאץ שטעלט מען זיך צו צו די פארלאנגען פון די אנפירער פונעם מקום. ביי אונז גייט דאס אז די גרינגער און פירער פון די שולן זענען באטיטלט רבנים צי אדמו"רים. צומאל זענען זיי יחסנים, בנש"ק'לעך, מאכט זיך אמאל זיי זענען גאר ת"ח, און אמאל זענען זיי סתם גראבע בעלי בתים מיט אפאר טאלער ווי ס'איז לעצטנס אין סטייל. הצד השווה שבהם אז מען פאלגט זיי אין די ד' אמות פון זייער שול, און לאו דוקא מחמת זייער אויסגערופענע כח התורה.

דאס איז אויסער דעם אז די אמת'ע גדולי תורה ווייסן אויך נישט פונקטליך די פרטים ופרטי פרטים. ווען איך ווייס אז א רב א גדול בתורה וואס איז קטנו עבה ממתני איז באקאנט מיט אלע פרטים און דעטאלן און ער האט אויך די נויטיגע בעקגראונד אינפארמאציע און די כלים וויאזוי צו פראסעסן די אינפארמאציע און קומען צו די מסקנות על פי תורה באזירט אויף וואס ער ווייסט, קען מען דען אים זאגן וואס ער זאל פסק'ענען? פאר דעם איז מען דאך אים געקומען פרעגן צו הערן זיין מיינונג און נישט מיין.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

נו, ווען האט עס אויפגעלאקערט? פארוואס זאגט ODA אז ס'איז נאכנישט צוריקגעקומען "קיין איין" פאזיטיוו די לעצטע חודש-צוויי?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

פונקט יעצט געהערט בשם א מאנסי דאקטאר וואס זאגט אז ער האט געהאט עטליכע פרישע קעיסעס ביים היימישן ציבור די לעצטע וואך. און זיי וכל אשר להם דרייען זיך געהעריג אין ביהמ"ד און אין די מוסדות התורה.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

פאפיגיי האט געשריבן:נו, ווען האט עס אויפגעלאקערט? פארוואס זאגט ODA אז ס'איז נאכנישט צוריקגעקומען "קיין איין" פאזיטיוו די לעצטע חודש-צוויי?

שקר איך האב א חבר וואס האט געטעסט פאזיטיוו פאר א חודש צוריק.
צום ערשטען מאל, נאכן ארויסקומען פין זיין לאך.
ער האט זיך געדרייט אובעראל, שול מקוה ווי נישט. וואס איז זיכער נישט ריכטיג.
קיינער פין מיין שול אדער זיי משפחה האט עס נישט באקומען נאכאמאל.
די אומיונעטי ארבעט בה פאר א שיינע שטיק צייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”