קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:36 am

מען שטייט שוין ב"ה ביים ענדע פונעם קריזיס. אין די לעצטע פאר וואכן הערט מען שוין ב"ה נישט פון קיין פרישע קעיסעס ביים היימישן ציבור. די וואונדער איז אבער וויאזוי די וויירוס איז אונטערגעגאנגען. נאכנישט יעדער האט עס שוין געהאט, קיין וואקסין איז נאכנישט פארהאן, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?
דער עולם דרייט זיך אינדרויסן, בתי מדרשים, ישיבות, ת"ת, זענען ב"ה אפען, און אין דערצייט וואס מען הערט נאך פון פרישע פעלער ביי די גוים, איז ביי אונז ב"ה שטיל. דאס דארף א הסבר וויאזוי דאס האט פאסירט. סאשעל דיסטענס, מאסקעס, די אלע זאכן קענען אפשר העלפן מינמיזירן קעיסעס, אויף צו אינגאנצן אונטערברענגן איז דאס נישט קיין מיטל.

אוועטאר
טוב לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך טוב לב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 2:46 am

די ווארעמע וועטער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:02 am

ס'איז געגאנגען - די זעלבע וועג ווי אזוי ס'איז געקומען

מן השמים!

הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:08 am

דער לאקדאון. די וואס האבן עס געהאט האבן עס נישט געקענט פארשפרייטן ווייטער ווייל עס איז נישט געווען צו וועמען. די אלע וואס האבן עס שוין געהאט, האבן עס שוין נישט יעצט. ממילא אפילו אויב מען קומט זיך שוין אביסל צוזאמען איז נישטא קיין אנגעשטעקטע וואס זאלן עס צושפרייטן. אויב אבער עס זאל אנקומען אפאר נייע קעיסעס זיך ארום דרייען צווישן דעם ציבור, און דער עולם זאל ווייטער זיין מפטירין כדאתמול, ברויך מען גרויס רחמים.

אוועטאר
שתקן
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:35 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך שתקן » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:43 am

הלשון האט געשריבן:ס'איז געגאנגען - די זעלבע וועג ווי אזוי ס'איז געקומען

מן השמים!

הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!

זייער ריכטיג געזאגט..ווער עס האט אביסל דעת זעהט דאס קלאר, דער אויבישטער האט קלאר געוויזען אז ער איז דער איינציגסטער בעל הבית אויף דער וועלט,

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מאי 21, 2020 3:46 am

הלשון האט געשריבן:ס'איז געגאנגען - די זעלבע וועג ווי אזוי ס'איז געקומען

מן השמים!

הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:10 am

ס'איז קיין ספק, אז יעדע ריר - אלעס קומט פון אייבערשטן!

אבער דאך, איז די טבע העולם אז מען פארגעסט זיך אמאל. עולם כמנהגו נוהג - ווען איך רוק ארויף דעם סוויטש ווערט לעכטיג. ווען איך קוועטש די ברעיק, פארט מיין קאר. מען שטעלט אן א וועקער זייגער, און מ'ווייסט זיכער אז ס'גייט קלונגען גענוי יענע מינוט. יא, מ'דארף געדענקן און גלייבן אז ס'וועט קלונגען בעתו ובזמנו, נאר בתנאי "אם ירצה השם". ווייל יעדע בלאז און שאקל, געשעהט נאר אויב מען איז מכריז אזוי אין הימל...

דאס איז אין געווענליכע אומטשענדן...

אבער אצינד אין "קאראנע טיים", דארף מען פשוט זיין בלינד און דום, נישט צו זעהן און אנערקענען אז ס'גאנצע מייסע, אלעס אלעס, ווערט געפירט פון אויבן.

דער הויכגעשפריצטער פירער פון סיי וועלכע לאנד, קען גארניקס טוהן צו באשיצן זיינע געטרייע בירגער פון דעם אנשיקעניש. די גרעסטע מייסטער קעפ פון אלע פארטייען. די סאמע אנערקענסטע דאקטוירים און העלט דעפארטמענטס. די שפיציגסטע ביאלאגיסטן. אלע אלע שטייען לעקיש...

אחוץ צו געבן אינטערוויאס, פרעסע קאנפערענצן, אפ-עדס, בריעפינגס, און העדליינס - ווי מ'טוישט מיינונגען און פאראויסשאצוגען, שנעלער ווי מ'טוישט די ווינדלען פון א ניי-געבוירן בעיבי - טויגן זיי אלע אויף כפרות וואס סרח'ט גאר ווייט.

------

די ליבעראלע גאווערנאר שרייט - אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט

אבער מיר, אידישע קינדער, שרייען - יתגדל... ויתקדש... שמיה רבא!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:58 am

כאשר בא כן ילך! אוי קאראנע קאראנע ווען גייסטו שוים אהיים
אוי קאראנע קארנע צוריק צו טשיינע גיין

עפ״י ניגון הידוע אבא אבא מלך העולם
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 8:01 am

מיט די פליישיגע אויגן איז עס פשוט אפגעשוואכט געווארן נישט האבענדיג פון ווי צו לעבן
ער האט זיך שוין אנגעכאפט אויף וועם ער האט געקענט
און צוליב דעם וואס מאנכע זענען געווען גענצליך איינגעשפארט און א גרויס חלק האט זיך באהיטן פון קומען אין בארורינג מיט אנגעשטעקטע (סאשעל דיסטענסינג בלע״ז) האט ער נישט קיין פריש בלוט און אפגעשטארבן
כן יאבדו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23684
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:02 am

הלשון האט געשריבן:ס'איז געגאנגען - די זעלבע וועג ווי אזוי ס'איז געקומען

מן השמים!

הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!

לכו חזו מפעלות ה' אשר שם שמות בארץ וכו' הרפו ודעו כי אנכי אלקים וגו'.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:30 am

הלשון האט געשריבן:ס'איז קיין ספק, אז יעדע ריר - אלעס קומט פון אייבערשטן!

אבער דאך, איז די טבע העולם אז מען פארגעסט זיך אמאל. עולם כמנהגו נוהג - ווען איך רוק ארויף דעם סוויטש ווערט לעכטיג. ווען איך קוועטש די ברעיק, פארט מיין קאר. מען שטעלט אן א וועקער זייגער, און מ'ווייסט זיכער אז ס'גייט קלונגען גענוי יענע מינוט. יא, מ'דארף געדענקן און גלייבן אז ס'וועט קלונגען בעתו ובזמנו, נאר בתנאי "אם ירצה השם". ווייל יעדע בלאז און שאקל, געשעהט נאר אויב מען איז מכריז אזוי אין הימל...

דאס איז אין געווענליכע אומטשענדן...

אבער אצינד אין "קאראנע טיים", דארף מען פשוט זיין בלינד און דום, נישט צו זעהן און אנערקענען אז ס'גאנצע מייסע, אלעס אלעס, ווערט געפירט פון אויבן.

דער הויכגעשפריצטער פירער פון סיי וועלכע לאנד, קען גארניקס טוהן צו באשיצן זיינע געטרייע בירגער פון דעם אנשיקעניש. די גרעסטע מייסטער קעפ פון אלע פארטייען. די סאמע אנערקענסטע דאקטוירים און העלט דעפארטמענטס. די שפיציגסטע ביאלאגיסטן. אלע אלע שטייען לעקיש...

אחוץ צו געבן אינטערוויאס, פרעסע קאנפערענצן, אפ-עדס, בריעפינגס, און העדליינס - ווי מ'טוישט מיינונגען און פאראויסשאצוגען, שנעלער ווי מ'טוישט די ווינדלען פון א ניי-געבוירן בעיבי - טויגן זיי אלע אויף כפרות וואס סרח'ט גאר ווייט.

------

די ליבעראלע גאווערנאר שרייט - אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט

אבער מיר, אידישע קינדער, שרייען - יתגדל... ויתקדש... שמיה רבא!!!

;l;p- הוא לבדו.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:47 am

איך וואלט נישט געזאגט אז ס'איז שוין אינטערגעגאנגן וויבאלד אין די אלגעמיינע גאס איז עס נאך דא און מ'דארף גרויס רחמי שמים אז די אידן וואס זענען וואלנערעבל און געווען איינגעשפארט פאר די לעצטע 10 וואכן זאלן עס חלילה נישט כאפן.
און צו די וואס זעהן דא פלוצלינג די יד ה' וויל איך פרעגן וואס איז דאס אנדערש ווי די זין אויפגאנג און אינטערגאנג אדער שטורעמעס, האריקעין טורנעדאס, וואס די גרעסטע סייענטיסטן זענען מאכטלאז און קענען נישט טון די מינדסטע עס צו קאנטראלירן. דאס אז הקב"ה איז עשה ועושה ויעשה לכל המעשים זעהט מען טאג טעגליך מיט אביסול התבוננות

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:51 am

אמת
מי חכם וישמר אלה ויתבוננו חסדי ד'..
您需要整理导致这个病毒世界的中文。

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:52 am

גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

יעצט נעמען די ליבעראלן אונטער א מאסיוו טרעיסינג אבלאווע מיטן ציהל צו קאנטראלירן די באפעלקערונג און ארויפלייגן נאך א שיכט ביוקראטישע גאווערמענט עמפלוימענט. נאכדעם גייט מען פייערן זיג אז בלויז צוליב דעם איז די וויירוס אונטערגעגאנגען......
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:36 am

דריידל האט געשריבן:איך וואלט נישט געזאגט אז ס'איז שוין אינטערגעגאנגן וויבאלד אין די אלגעמיינע גאס איז עס נאך דא און מ'דארף גרויס רחמי שמים אז די אידן וואס זענען וואלנערעבל און געווען איינגעשפארט פאר די לעצטע 10 וואכן זאלן עס חלילה נישט כאפן.
און צו די וואס זעהן דא פלוצלינג די יד ה' וויל איך פרעגן וואס איז דאס אנדערש ווי די זין אויפגאנג און אינטערגאנג אדער שטורעמעס, האריקעין טורנעדאס, וואס די גרעסטע סייענטיסטן זענען מאכטלאז און קענען נישט טון די מינדסטע עס צו קאנטראלירן. דאס אז הקב"ה איז עשה ועושה ויעשה לכל המעשים זעהט מען טאג טעגליך מיט אביסול התבוננות


וואס פארשטייט איר נישט קיין חילוק פון א זאך וואס איז רוטין יעדן טאג, און אפילו שטורעמעס וואס מאכט נישט אז א גאנצע וועלט זאל זיך אפשטעלן אויף איינמאל, צו די וויירוס וואס האט פארכאפט די גאנצע וועלט אין איין שאס און עס צייטווייליג פאראליזירט!!!

דאס איז זיכער אז די אלע אנדערע זאכן זענען אוודאי מעשה ידי ה' און מען קען זעהן דערין אז הקב"ה איז עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, אבער אין אזא מצב גיבט דאס א עקסטערע קיצל פארן מענטש.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:37 am

ר' יום טוב האט געשריבן:גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

יעצט נעמען די ליבעראלן אונטער א מאסיוו טרעיסינג אבלאווע מיטן ציהל צו קאנטראלירן די באפעלקערונג און ארויפלייגן נאך א שיכט ביוקראטישע גאווערמענט עמפלוימענט. נאכדעם גייט מען פייערן זיג אז בלויז צוליב דעם איז די וויירוס אונטערגעגאנגען......

יוי זאגט ער גוט!!!
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך אלופי אדום » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:43 am

הלשון האט געשריבן:ס'איז קיין ספק, אז יעדע ריר - אלעס קומט פון אייבערשטן!

אבער דאך, איז די טבע העולם אז מען פארגעסט זיך אמאל. עולם כמנהגו נוהג - ווען איך רוק ארויף דעם סוויטש ווערט לעכטיג. ווען איך קוועטש די ברעיק, פארט מיין קאר. מען שטעלט אן א וועקער זייגער, און מ'ווייסט זיכער אז ס'גייט קלונגען גענוי יענע מינוט. יא, מ'דארף געדענקן און גלייבן אז ס'וועט קלונגען בעתו ובזמנו, נאר בתנאי "אם ירצה השם". ווייל יעדע בלאז און שאקל, געשעהט נאר אויב מען איז מכריז אזוי אין הימל...

דאס איז אין געווענליכע אומטשענדן...

אבער אצינד אין "קאראנע טיים", דארף מען פשוט זיין בלינד און דום, נישט צו זעהן און אנערקענען אז ס'גאנצע מייסע, אלעס אלעס, ווערט געפירט פון אויבן.

דער הויכגעשפריצטער פירער פון סיי וועלכע לאנד, קען גארניקס טוהן צו באשיצן זיינע געטרייע בירגער פון דעם אנשיקעניש. די גרעסטע מייסטער קעפ פון אלע פארטייען. די סאמע אנערקענסטע דאקטוירים און העלט דעפארטמענטס. די שפיציגסטע ביאלאגיסטן. אלע אלע שטייען לעקיש...

אחוץ צו געבן אינטערוויאס, פרעסע קאנפערענצן, אפ-עדס, בריעפינגס, און העדליינס - ווי מ'טוישט מיינונגען און פאראויסשאצוגען, שנעלער ווי מ'טוישט די ווינדלען פון א ניי-געבוירן בעיבי - טויגן זיי אלע אויף כפרות וואס סרח'ט גאר ווייט.

------

די ליבעראלע גאווערנאר שרייט - אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט

אבער מיר, אידישע קינדער, שרייען - יתגדל... ויתקדש... שמיה רבא!!!

דאס טראכט יעדער אין מחשבה, זייער גוט אראפגעלייגט!

יישר כח
מיין לופי'לע........

אוועטאר
זבולון ווייס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זבולון ווייס » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:08 am

אינטערסאנט איז אז ווארעמקייט מאכט שוואכער דעם ויירוס, און היי יאר האט די קעלט אנגעהאלטן אסאך לענגער ווי יעדעס יאר

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:16 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך וואלט נישט געזאגט אז ס'איז שוין אינטערגעגאנגן וויבאלד אין די אלגעמיינע גאס איז עס נאך דא און מ'דארף גרויס רחמי שמים אז די אידן וואס זענען וואלנערעבל און געווען איינגעשפארט פאר די לעצטע 10 וואכן זאלן עס חלילה נישט כאפן.
און צו די וואס זעהן דא פלוצלינג די יד ה' וויל איך פרעגן וואס איז דאס אנדערש ווי די זין אויפגאנג און אינטערגאנג אדער שטורעמעס, האריקעין טורנעדאס, וואס די גרעסטע סייענטיסטן זענען מאכטלאז און קענען נישט טון די מינדסטע עס צו קאנטראלירן. דאס אז הקב"ה איז עשה ועושה ויעשה לכל המעשים זעהט מען טאג טעגליך מיט אביסול התבוננות


וואס פארשטייט איר נישט קיין חילוק פון א זאך וואס איז רוטין יעדן טאג, און אפילו שטורעמעס וואס מאכט נישט אז א גאנצע וועלט זאל זיך אפשטעלן אויף איינמאל, צו די וויירוס וואס האט פארכאפט די גאנצע וועלט אין איין שאס און עס צייטווייליג פאראליזירט!!!

דאס איז זיכער אז די אלע אנדערע זאכן זענען אוודאי מעשה ידי ה' און מען קען זעהן דערין אז הקב"ה איז עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, אבער אין אזא מצב גיבט דאס א עקסטערע קיצל פארן מענטש.


וכמו שהאריך הרמב"ן ז"ל סו"פ בא בתכלית ניסי יציאת מצרים, כי מן הנסים המפורסמים אדם מודה בנסתרים שכל מקרינו נסים אין בהם טבע, עיי"ש.
רצונינו לעשות רצוניך.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:24 am

מטעמים האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

יעצט נעמען די ליבעראלן אונטער א מאסיוו טרעיסינג אבלאווע מיטן ציהל צו קאנטראלירן די באפעלקערונג און ארויפלייגן נאך א שיכט ביוקראטישע גאווערמענט עמפלוימענט. נאכדעם גייט מען פייערן זיג אז בלויז צוליב דעם איז די וויירוס אונטערגעגאנגען......

יוי זאגט ער גוט!!!


פונקט פארקערט עס איז נאר אוועק וייל מען האט זיך אפגעטיילט האט עס זיך נישט געקענט אנכאפן אין גארנישט ממילא ווערט עס שוואך אזוי ווי א פייער מען זעהט קלאר אז די פלעצער ווי מען האט זיך נישט אפגעטיילט איז עס געוועהן שטערקער
פארשטטיט זיך אלעס פון הימעל אבער מען רעדט פון השתדלות

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:42 pm

העלאו האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:גוט מארגן!

וואכן לאנג שרייען מיר אז דאס גייט נישט אוועק פון סאשעל דיסטענס אדער טרעיסינג. און די היימישע געגנטער יוכיח.
יעצט געשעט גענוי וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט פאראויסגעשאצט. דאס איז דער נאטור פון א וויירוס. עס גייט אוועק ווען גענוג פאפולאציע ווערט אימיונט.

יעצט נעמען די ליבעראלן אונטער א מאסיוו טרעיסינג אבלאווע מיטן ציהל צו קאנטראלירן די באפעלקערונג און ארויפלייגן נאך א שיכט ביוקראטישע גאווערמענט עמפלוימענט. נאכדעם גייט מען פייערן זיג אז בלויז צוליב דעם איז די וויירוס אונטערגעגאנגען......

יוי זאגט ער גוט!!!


פונקט פארקערט עס איז נאר אוועק וייל מען האט זיך אפגעטיילט האט עס זיך נישט געקענט אנכאפן אין גארנישט ממילא ווערט עס שוואך אזוי ווי א פייער מען זעהט קלאר אז די פלעצער ווי מען האט זיך נישט אפגעטיילט איז עס געוועהן שטערקער
פארשטטיט זיך אלעס פון הימעל אבער מען רעדט פון השתדלות

ארץ ישראל יוכיח

עס איז נישט קיין דרך הטבע
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

שמחם בבנין
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך שמחם בבנין » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:47 pm

איז עס שוין בכלל אינטערגעגאנגען
כ'בין גארנישט אזוי זיכער..

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:50 pm

העלאו האט געשריבן:פונקט פארקערט עס איז נאר אוועק וייל מען האט זיך אפגעטיילט האט עס זיך נישט געקענט אנכאפן אין גארנישט ממילא ווערט עס שוואך אזוי ווי א פייער מען זעהט קלאר אז די פלעצער ווי מען האט זיך נישט אפגעטיילט איז עס געוועהן שטערקער
פארשטטיט זיך אלעס פון הימעל אבער מען רעדט פון השתדלות

עס כאפט זיך נישט אן אזוי שנעל? קען זיין. ווייניגער מענטשן ווערן אפעקטירט? מן הסתם.

אבער איר האלט באמת אז די וויירוס גייט אוועק בלויז דורכן איינהאלטן די היימישע סאשעל געדיסצעכער?...
איין קינד גייט זיך שפילן אין גאס אדער ביי א שכן, און עס איז אווער. עס איז נישט מעגליך צו קאנטראלירן. דעיס איז אזוי קאנטעידזשעס אז אסאך מענטשן וואס זענען געווען איינגעשפארט וואכן לאנג האבן דאס באקומען!
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:53 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:אינטערסאנט איז אז ווארעמקייט מאכט שוואכער דעם ויירוס, און היי יאר האט די קעלט אנגעהאלטן אסאך לענגער ווי יעדעס יאר

דעי ווארעמקייט וואס מען רעדט אז עס דארף שוואכער צו מאכן דעם וויירוס איז 130 דעגרי....
דעס איז נישט דעי 60 70 פון וואס סיז ביי אונז אויף די גאס
צ/ק
סיז זיכער דער יד השם אבער לפי דרך הטבה איז עס אינטערגעגאנגען צלוב דעם וואס די פארשפרייטונג איז געווען שנעל סוי דער עולם איז שוין אימינט
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: קאראנא, וויאזוי איז דאס אונטערגעגאנגען?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:55 pm

טוב לב האט געשריבן:די ווארעמע וועטער

עס איז שוין אינטער געגאנגען "פאר" די ווארעמע וועטער איז אן געקומען.

און אויב טאקע יא ווארעמע וועטער, וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וויאזוי עס ארבעט אז א ווארעמע וועטער ווערט פון דעם פטור.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט