"עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך מאי 27, 2020 6:20 pm

;l;p-
אורח הכבוד האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:דער אשכול סימבאלאזירט דעם באקאנטן ווערטעל.
ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו
על ידינו איז א תנאי,
איז עס דורך אונז איז גוט,
אז נישט וועט מען עס אינטערברענגען

גוט ווארט,
אבער דא האלט מען נאכנישט ביים יא על ידינו צו נישט,
מ'איז נאך דערווייל דן אויפען ערשטן העלפט פסוק צו דא רעדט זיך טאקע פון שיתקדש ש"ש אדער חלילה פארקערט.
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך מאי 27, 2020 6:24 pm

הער איך אז עס קומט א ערענסטע רעוואלט אסרו חג...

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 6:31 pm

8022
submissions
representing
17746
children

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך lazy » מיטוואך מאי 27, 2020 6:36 pm

הער מיר אז סאטמאר מהרי"י וומ"ס ארויסגעשיקט אי מעילס אז זיי האפן צו קענען עפענען "לעגאל" פאר א טייל קינדער אנגעהויבן קומענדע וואך. ב"ה!
האף מיר צום אייבירשטען אז "די" מערכה זאל נישט עספייען קאליע צומאכן.

מיושב'דיגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 23, 2018 12:45 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך מיושב'דיגער » מיטוואך מאי 27, 2020 6:52 pm

עס פעלט נישט אויס איבערצילייגען די זעלבע מיינונג איינמאל אין נאכאמאל נאך יעדע נייע תגובה.

סאם האו פיל איך אז אסאך תגובות דא זענען שטארק בעיסד איוף אגענדעס אין נישט אויף לגופו של עניין.

ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידנו.... אן אייזערנע ווארט!
לעצט פאראכטן דורך מיושב'דיגער אום מיטוואך מאי 27, 2020 6:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גוט פאריקט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך גוט פאריקט » מיטוואך מאי 27, 2020 6:56 pm

רבותי יעדער דא ווערט אטאמאטיש אפגעסטעמפלט ווי ער האט א צד ע''כ טייערע ברידער ווער עס נאלט נישט פון די מהלך פון אונטערשרייבן זאל מוחל זיין און טוען איין זאך שרייב נישט אינטער אבער זאגן אז עס קען שאטן
למעשה די אנדערע צד זאגט אז עס קען אויפטוען און די וואס אז זאגן נישט קומט נישט פון האבן דורכגעטוען די נושא נאר פון אן אייגענע מייניג משא''כ די אנדערע וואס פירן אן די קאמפיין זענען געזיצן מיט לויערס און דורכגעטוען די נושא און אויסגעארבעט די נוסח ווארט ביי ווארט געגעבן פאר אלע קהילות דורכצוקוקן און געטוישט אויב האלטסטו אז די ביסט נאך אלס גערעכט איז כאטשיג שטער נישט יענעם צו טוען
און געדענק נעם נישט קיין קרעדיט אויב עס ארבעט זיך אויס

מיושב'דיגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 23, 2018 12:45 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך מיושב'דיגער » מיטוואך מאי 27, 2020 7:03 pm

lazy האט געשריבן:הער מיר אז סאטמאר מהרי"י וומ"ס ארויסגעשיקט אי מעילס אז זיי האפן צו קענען עפענען "לעגאל" פאר א טייל קינדער אנגעהויבן קומענדע וואך. ב"ה!
האף מיר צום אייבירשטען אז "די" מערכה זאל נישט עספייען קאליע צומאכן.



פאלט אייך נישט ביי אז אפשר הא גופא האט געגעבן א שטיפ צו קענען עפענען לעגאל?

אז די באהערדע הערן אז דער עולם איז אנגעווייטאגט גאר גאר שטארק, אוטומאטיש לייגט עס דריק צו נאכגעבן. קיין איין פאליטישאן ברויך נישט די פ.ר. פין נישט זיין סענסיטיוו צי קינדערס געברויכען. ווי לאנג די עלטערען זיצן פאסיוו ארט זיי נישט ארום צו שלעפן

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 7:06 pm

lazy האט געשריבן:הער מיר אז סאטמאר מהרי"י וומ"ס ארויסגעשיקט אי מעילס אז זיי האפן צו קענען עפענען "לעגאל" פאר א טייל קינדער אנגעהויבן קומענדע וואך. ב"ה!
האף מיר צום אייבירשטען אז "די" מערכה זאל נישט עספייען קאליע צומאכן.


אינטערסאנט ווי 8 טויזנט פעטישענס האבן נאכנישט קאליע געמאכט די פלענער (נאר געהאלפן) נאר 50 טויזנט גייט שוין הרגענען די זאך און די גאווערנער וועט שוין נישט האבן קיין ברירה נאכדעם וואס עלטערן האבן געשריבן פאר מנהלים דאס וועט אים שוין מאכן בייז בלוט און ער וועט בלית ברירה טוישן די געזעץ אויף ערגער און אויך פארמאכן דעי קער..
האסט אגענדעס מסכים, אבער קום כאטש מיט לאגיק.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך הלשון » מיטוואך מאי 27, 2020 7:10 pm

די מנהלי המוסדות ארבייטן שוין אויף קעסל און כלים צו עפענען די מוסדות - נאך איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן פעטיציעס.

איינמאל די לאיער גיבט א גרין-לייט, גייט מען אריין אין די בנינים.

קיין שייכות מיט די עטליכע טויזענט חתימות (צושפרייט פון אלע געגענטער און אלע קרייזן)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 7:20 pm

הלשון האט געשריבן:די מנהלי המוסדות ארבייטן שוין אויף קעסל און כלים צו עפענען די מוסדות - נאך איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן פעטיציעס.

איינמאל די לאיער גיבט א גרין-לייט, גייט מען אריין אין די בנינים.

קיין שייכות מיט די עטליכע טויזענט חתימות (צושפרייט פון אלע געגענטער און אלע קרייזן)

ווער זאגט אז קיין שייכות? למעשה זענען רוב עסקנים געקומען מיט די החלטה אז מדארף דאס האבן וויכטיג פאר אלע פעולות ארום און ארום

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך מאי 27, 2020 7:22 pm

געוואלטיג האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די מנהלי המוסדות ארבייטן שוין אויף קעסל און כלים צו עפענען די מוסדות - נאך איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן פעטיציעס.

איינמאל די לאיער גיבט א גרין-לייט, גייט מען אריין אין די בנינים.

קיין שייכות מיט די עטליכע טויזענט חתימות (צושפרייט פון אלע געגענטער און אלע קרייזן)

ווער זאגט אז קיין שייכות? למעשה זענען רוב עסקנים געקומען מיט די החלטה אז מדארף דאס האבן וויכטיג פאר אלע פעולות ארום און ארום

.
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך הלשון » מיטוואך מאי 27, 2020 7:45 pm

געוואלטיג האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די מנהלי המוסדות ארבייטן שוין אויף קעסל און כלים צו עפענען די מוסדות - נאך איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן פעטיציעס.

איינמאל די לאיער גיבט א גרין-לייט, גייט מען אריין אין די בנינים.

קיין שייכות מיט די עטליכע טויזענט חתימות (צושפרייט פון אלע געגענטער און אלע קרייזן)

ווער זאגט אז קיין שייכות? למעשה זענען רוב עסקנים געקומען מיט די החלטה אז מדארף דאס האבן וויכטיג פאר אלע פעולות ארום און ארום

נישט געפלאנט צו שרייבן...

געהערט (נישט בשם) פון א חשובע כלל-טוער וואס ארבייט מטעם מיינע קינדערס מוסדות און נאך אנדערע מוסדות - ווי ער האט זיך שטארק אפגערעדט אויף די "לאו-סוט" קאמפיין (וואס איז מכלומר'שט אונטערגענומען מיט די גוטהייסונג פון "אלע" לאנג-יעריגע עסקנים און "אלע" רבנים).

ער האט מיר נאכגעזאגט פון נאך גרעסערע עסקנים, אז זיי זענען באזארגט אז עס וועט האבן די פונקט פארקערטע אפעקט, פון פארשטייפן נאכמער די פאר'עקשנ'טע גאווערנאר.

ניין, עס איז נישט קיין געמיינזאמע ארבייט.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פרישע קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך מאי 27, 2020 7:49 pm

הלשון האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די מנהלי המוסדות ארבייטן שוין אויף קעסל און כלים צו עפענען די מוסדות - נאך איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן פעטיציעס.

איינמאל די לאיער גיבט א גרין-לייט, גייט מען אריין אין די בנינים.

קיין שייכות מיט די עטליכע טויזענט חתימות (צושפרייט פון אלע געגענטער און אלע קרייזן)

ווער זאגט אז קיין שייכות? למעשה זענען רוב עסקנים געקומען מיט די החלטה אז מדארף דאס האבן וויכטיג פאר אלע פעולות ארום און ארום

נישט געפלאנט צו שרייבן...

געהערט (נישט בשם) פון א חשובע כלל-טוער וואס ארבייט מטעם מיינע קינדערס מוסדות און נאך אנדערע מוסדות - ווי ער האט זיך שטארק אפגערעדט אויף די "לאו-סוט" קאמפיין (וואס איז מכלומר'שט אונטערגענומען מיט די גוטהייסונג פון "אלע" לאנג-יעריגע עסקנים און "אלע" רבנים).

ער האט מיר נאכגעזאגט פון נאך גרעסערע עסקנים, אז זיי זענען באזארגט אז עס וועט האבן די פונקט פארקערטע אפעקט, פון פארשטייפן נאכמער די פאר'עקשנ'טע גאווערנאר.

ניין, עס איז נישט קיין געמיינזאמע ארבייט.

נו? ווי זענען די ניקס מיט די פערציג עסקנים און די גענאגעלטע תגבות?
זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ביסט געווען קליין און די האסט געמאלן א זין איז עס געווען א האלבע (אדער פערטל) באלי ביי די עק פון די פעיפער?
יא יא צו דיר רעד איך....

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מאי 27, 2020 8:22 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב איך האלט אז די מהלך גייט "שאדן מאכן מיינע מוסדות" וואו איך שיק מיינע קינדער, וואס איז שייך צו זאגן "ווער פארשוואונדען פון האריזאנט"?!

איך זאג נישט אז די מהלך גייט שאדן מאכן, איך פרוביר נאר צו פארשטיין אייער לאגיק.


הוא אשר דיברנו, דו האסט אלע רעכטן צו האלטן וואס דו ווילסט, און פארשטיי אז יענער האט אויך די רעכט, און טאמער דו האלטסט אז די מהלך טויג נישט, פיין, וויש דיך אפ די נאניע און גיי ווייטער, קיינער וועט נישט ברוגז זיין אויף דיר, (איך מיין נישט דיר, כ'מיין די קאנצעפט).

אבער קומען פארפירן און איבערקייען יעדע מינוט די זעלבע טענות, - אפילו ס'איז בארעכטיגטע טענות - האט נישט קיין זינען, די אשכול גייט לשיטת די ציבור וואס שעצט אזא שריט, סתם קומען איבערדרייען און מעלה גרה זיין, מאכט עס עפעס אויסזען כאילו גאנץ כלל ישראל מוז פארשטיין זאכן אין איין ריכטונג, און טאמער האלט איך אז די מהלך שאדט, מוז איך מרעיש עולמות זיין.

א איש מבוגר פארשטייט נישט אריינצוגיין אין דורכגעפאלענע מערכה, וועלכע איד ס'פילט אז דאס איז א ריכטיגע מהלך וועט מילא נישט טוישן זיין מיינונג, אפילו יא איז גענוג איין מאל, און טאמער יענער גייט ווייטער אן מיינט אז ער האט געהערט דיין טענה און ביי איהם איז עס קיין טענה ניט... אבער דאס איבערקייען און איבער שפייען שמעקט פון א רצון צו צווינגען יענעם צו געבן אטענטשן פאר איין פוינט אף וויו. און ס'פועל נאר די פארקערטע.

דו שרייבסט דא צוויי באזונדערע זאכן. די ערשטע זאגט איר סתם (לויט ווי איך פארשטיי) אז מ'דארף פארשטיין אז די אשכול איז פאר די אידן וואס שעצן יא די זאך, ממילא האט מען נישט וואס אריינצוקומען דא מוחה זיין.

אבער דאס פארשטיי איך נישט, ווי איך האב פריער געפרעגט. מילא אז עס גייט נאר זיי אפעקטירן פארשטיי איך, אבער אז ס'גייט אפעקטירן (לשיטת המתנגדים) מיינע מוסדות, פארוואס זאל איך זיין שטיל?

נאכדעם פארט איר אריין אין א אנדערע פונקט, אז היות ס'גייט ממילא נישט אויפטוען ממילא האט נישט קיין פשט צו פארפירן.

למעשה איז דאס טאקע א שטיקל פונקט, אבער למעשה ווי איך פארשטיי איז דאס א נאטורליכע אינסטינקט פון א מענטש אז ווען ער זעהט איינעם וואס וויל אים בא'עולה'ן וועט ער שרייען און פארפירן וויפיל ס'לאזט זיך אפילו אויב ער גייט גארנישט אויפטוען... סתם זיך בייזערן איז אויך גוט.. און ס'איז א נאטורליכע נאטור.. (זיכער וועט א קלוגער מענטש ענדערש פארשטיין זיך צו האלטן פראדאקטיוו און נישט טוען זאכן סתם אזוי זיכער נישט ווען ס'שטערט אנדערע, מ'רעדט אבער בדרך כלל) מ'דארף נאר נעמען אין חשבון די געפילן פון אנדערע... און דאס ווענדט זיך שוין יעדער לויט זיינע מידות..
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך מאי 27, 2020 8:25 pm

די מעשה איז דער גאווערנער האט מורא צו עפענען סקולס
וולאנג ער וועט נישט האבען פרעשור אדער א קאורט ארדער וועט ער נישט עפענען
אז יענער קען קענסטו אויך

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך lazy » מיטוואך מאי 27, 2020 8:58 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:די מנהלי המוסדות ארבייטן שוין אויף קעסל און כלים צו עפענען די מוסדות - נאך איידער מען האט אנגעהויבן שרייבן פעטיציעס.

איינמאל די לאיער גיבט א גרין-לייט, גייט מען אריין אין די בנינים.

קיין שייכות מיט די עטליכע טויזענט חתימות (צושפרייט פון אלע געגענטער און אלע קרייזן)

ווער זאגט אז קיין שייכות? למעשה זענען רוב עסקנים געקומען מיט די החלטה אז מדארף דאס האבן וויכטיג פאר אלע פעולות ארום און ארום

נישט געפלאנט צו שרייבן...

געהערט (נישט בשם) פון א חשובע כלל-טוער וואס ארבייט מטעם מיינע קינדערס מוסדות און נאך אנדערע מוסדות - ווי ער האט זיך שטארק אפגערעדט אויף די "לאו-סוט" קאמפיין (וואס איז מכלומר'שט אונטערגענומען מיט די גוטהייסונג פון "אלע" לאנג-יעריגע עסקנים און "אלע" רבנים).

ער האט מיר נאכגעזאגט פון נאך גרעסערע עסקנים, אז זיי זענען באזארגט אז עס וועט האבן די פונקט פארקערטע אפעקט, פון פארשטייפן נאכמער די פאר'עקשנ'טע גאווערנאר.

ניין, עס איז נישט קיין געמיינזאמע ארבייט.

נו? ווי זענען די ניקס מיט די פערציג עסקנים און די גענאגעלטע תגבות?

כהאף די ערוואטסט נישט קיין (נארמאלער) ענטפער... געפעלט דיך נישט? ״פלי אוועק פון דא!....

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 9:22 pm

מרעדט דא נישט פון די לאוסוט און אויך איז עס נישט געשריבן צום גאווערנאר דעריבער פעהלט נאך הסבר אראפצורייסן די הייליגע מערכה

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 10:53 pm

באקומען יעצט די אפדעיט אז אי"ה נאך יו"ט קומט מען ארויס מיט די לעגעטימע נעמען פון עסקנים ביי אלע קרייזן אי"ה

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 10:54 pm

עשרים אלף לצבאותם!!!
9441
submissions
representing
20981
children

אוועטאר
טוב לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך טוב לב » מיטוואך מאי 27, 2020 11:38 pm

די קאמפיין גייט זיך לכאורה ענדיגען אויף די זעלבע וועג ווי ס'האט זיך געענדיגט די קאמפיין קעגן די שפיטעלער.
נאך דריי חדשים זיין פארשפארט גייט זיך יעדער קלאפען אין פלייצע אז דאס וואס מ'האט צוריק געעפענט די מוסדות איז נאר א דאנק "אונזער" שווערע הארעוואניע. און פארשטייט זיך די צייטונגען וועלן האבען ריזיגע יישר כח'ס פאר די אלע עסקנים.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך מאי 27, 2020 11:44 pm

טוב לב האט געשריבן:די קאמפיין גייט זיך לכאורה ענדיגען אויף די זעלבע וועג ווי ס'האט זיך געענדיגט די קאמפיין קעגן די שפיטעלער.
נאך דריי חדשים זיין פארשפארט גייט זיך יעדער קלאפען אין פלייצע אז דאס וואס מ'האט צוריק געעפענט די מוסדות איז נאר א דאנק "אונזער" שווערע הארעוואניע. און פארשטייט זיך די צייטונגען וועלן האבען ריזיגע יישר כח'ס פאר די אלע עסקנים.

אדער מיט א סטעי פון א ריכטער ביז א וואך צוויי
אז יענער קען קענסטו אויך

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך מאי 27, 2020 11:53 pm

טוב לב האט געשריבן:די קאמפיין גייט זיך לכאורה ענדיגען אויף די זעלבע וועג ווי ס'האט זיך געענדיגט די קאמפיין קעגן די שפיטעלער.
נאך דריי חדשים זיין פארשפארט גייט זיך יעדער קלאפען אין פלייצע אז דאס וואס מ'האט צוריק געעפענט די מוסדות איז נאר א דאנק "אונזער" שווערע הארעוואניע. און פארשטייט זיך די צייטונגען וועלן האבען ריזיגע יישר כח'ס פאר די אלע עסקנים.


דאס וואס דער עולם כאפט נישט אז ביי ביידע אויב בלייבט מען שטיל קען עס נעמען חדשים

דא וועט מען עס קלאר זעהן אז די גויים וועלן נאכנישט עפענען אבער ביי די שפיטעלער האט איינער א ספק אז עס וואלט ווען געבליבן אזוי אויף כאטש א האלב יאר און מעגליך אויף אייביג

אויף די אינטערוויא מיט ר' נפתלי משה רעדט ער עפעס אז סאיז שוין געווען כתוב וחתום אויף 18 חדשים סזאל חלילה בלייבן אזוי אין די שפיטעלער

און יעצט ווען מיר רעדן לאזן נאך רוב שפיטעלער נישט אריין אפילו קיין סקונדע און דו רעדסט שוין כאילו סוואלט שוין געווען אפען ווען נישט די מסירת נפשדיגע ארבעט פון די עסקנים און פון כלל ישראלס מיטארבעט

דעריבער ווילן מיר אייך איינמעלדן אז יא מגייט אי"ה ברעכן די אייז מיט אונזער השתדלות די שאלה איז נאר צי איר זענט א חלק דערפון אדער נישט

כאפט אייך מיט און מאכט זיכער אז יעדער שרייבט אונטער https://www.openschoolsny.com/

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך מאי 27, 2020 11:56 pm

געוואלטיג האט געשריבן:באקומען יעצט די אפדעיט אז אי"ה נאך יו"ט קומט מען ארויס מיט די לעגעטימע נעמען פון עסקנים ביי אלע קרייזן אי"ה

אויפן לאוסוט אויך?

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:09 am

KMW האט געשריבן:
רעלאטיוו האט געשריבן:

ווי קען מען הערן די גאנצע דרשה?


6312648122
פון דבר יום היינט

אויס געהערט די גאנצע דרשה ביזן סוף. ממש קילורין לעינים. עס לוינט צו הערן. נאר א שאד נישט געהערט פריער. אויב האט מען געהאט א ספק וואס די גדולי הרבנים האלטן האט איר קלארע ווערטער.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: "עפן אונזערע מוסדות" - כלל ישראל קאמפיין

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:44 am

טוב לב האט געשריבן:די קאמפיין גייט זיך לכאורה ענדיגען אויף די זעלבע וועג ווי ס'האט זיך געענדיגט די קאמפיין קעגן די שפיטעלער.
נאך דריי חדשים זיין פארשפארט גייט זיך יעדער קלאפען אין פלייצע אז דאס וואס מ'האט צוריק געעפענט די מוסדות איז נאר א דאנק "אונזער" שווערע הארעוואניע. און פארשטייט זיך די צייטונגען וועלן האבען ריזיגע יישר כח'ס פאר די אלע עסקנים.


אמן, הלואי! מען דארף נאך מתפלל זיין עס זאל זיך נאר חלילה נישט ענדיגן ווי די Reopen NY קאמפיין פון די סטארס. ה״י.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט