קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

עס איז גאנץ אינטערעסאנט ווי פארשידנארטיג די קאראנא האט באטראפן דעם ציבור, אסאך מענטשן וויינען ממש בדמעות שליש אז די ביזנעס איז אין דער ערד און עס איז אויס וועלט, פון די אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס זענען נישט קיין סאך בארירט געווארן פון דעם גאנצן סומאטאכע, ווידער זענען דא אזעלכע וואס האבן גאר גוט אריינגעקעשט אויף דעם געשעפט..

עס איז פארשטענדליך אז די גרעסטע פליק האבן אריינגענומען די פשוט'ע ארבייטער, וואס זייער ביזנעס האט זיך געמוזט צייטווייליג פארמאכן אדער שניידן ארבייטער, און אזעלכע וואס האבן פערמענאנט געשניטן פון די ארבעטס קראפט, לאזנדיג אומצאליגע מענטשן אן קיין דזשאב, נאנט צו 30 מיליאן אמעריקאנער האבן איינגעגעבן פאר אנעמפלוימענט!..

מאידך, טוען די ארבייטער געניסן פון אנעמפלוימענט בענעפיטן, וואס די בעלי בתים און ארבייטסגעבער זענען נישט אייביג קוואליפיצירט דערצו, ליידן צומאך די בעלי בתים מער ווי די הארפאשנע ארבייטער, אבער דאס גייט זיך אויך אמאל ענדיגן..

די וואס האבן געליטן פארלוסטן:

"ריטעיל געשעפטן", זיי זענען פארמאכט אויף שלאס און ריגל, זייערע הוצאות גייען אן, קיין הכנסה קומט נישט אריין, אויך צוליב די לאק דאון גייען מענטשן ווייניגער ארויס, און מענטשן זענען נישט אין די גוסטע יעצט סתם צו גיין איינקויפן.. דאס נעמט אריין הונדערטער סארטן געשעפטן און אינדוסטריעס, פון אפלייענסעס, עלעקטראניקס, קליידונג, רויע מאטריאל, צירונגען, זילבער און גאלד..

"אנליין סעלערס", אין די צייט וואס פיל אנליין סעלערס זענען געווארן אויפגעראכטן דוקא יעצט, זענען אסאך אנליין מוכרים געווארן שטארק אנגעשלאגן, סיי עמעזאן און איבעי הענדלער, ווי אויך די מיט פריוואטע ביזנעסער אויף די געוועב, ספעציעל ביוטי און לאקזשערי חפצים, מעבל, אד"ג..

"לענדלארדס", די טענענטס האבן באקומען אורלויב פון דארפן צאלן רענט פאר א וויילע, יעצט וויל מען עס גאר אויסציען אויף א לענגערע טערמין, די גרויסע גבירים קענען איינזאפן דעם רוק, אבער די וואס זענען אנגעוויזן אויף די רענטס צו דעקן זייערע הויכע מארגעדזשעס, פריוואטע הלואות און אנדערע הוצאות זענען אין הייס וואסער..

"קאנסטראקשאן", איז פארקנאקט, פיל פון די האלטן אויף טייערע מענעדזשערס און פראפעסיאנעלן, און קענען נישט ערלויבן זיי צו פארלירן, און די געהאלטן מוזן אנגיין, טייל האבן אין זייער באזיץ טייערע עקוויפמענט פון רענטלס און ליסינג קאמפעניס, אויך סקעפאלדס וכוד' וואס מ'צאלט מאנאטליכע צאלונגען, פערמיטן וואס קענען עקספייערן און נאך, אלעס אויף האלד..

"דענטל, ארטאדאנטיסטס און ספעשעלטי דאקטוירים" האבן גענומען א גרויסן פארלוסט פון די לאק דאון, כמובן..

"קאנטראקשאן סופלייס", פון לאמבער יארדס, ביז טולס, פעינט, און נאך..

"ריעל עסטעיט און מארטגעדזש", ווייניג מענטשן קויפן יעצט אין די שווערע טעג, געבנדיג א דאזע שלאף פילן פאר די ריעל עסטעיט מארקעט..

"גראפיקער און מארקעטער", אז ביזנעסער זענען געשלאסן, דער עולם איינגעשפארט, איז נישט דא קיין געברויך פאר די אלע גרעפיקס און אדווערטייזמענט, פון דריי "דינערס אינדערהיים" קען מען נאך נישט מאכן קיין לעבן..

"קאר ליסינג און סעילס, און מעכאניקער - באדי שאפס", גאר ווייניג מענטשן זענען יעצט טונד אין אדער אין די מוד פון נייע אויטאס, אין א צייט וואס די קאר פירמעס גיבן נאך אפאר חדשים פריי..


די וואס האבן גאר מצליח געווען:

"ווייטעמינען און העלט פראדוקטן", די געשעפטן זענען "עסענשועל", און אפילו די וואס זענען אנליין קענען נישט גענוג דעריאגן צוצושטעלן פאר'ן עולם גענוג סחורה..

"פארמאסיס און מעדיעצין פראדוצירער", דארף נישט קיין הסברים, זיי ארבעטן "אווערטיים" צו ערפולן די לאנגע רייעס פון באשטעלונגען..

"שפיטעלער, קליניקס, אורדזשענט קעיר, דאקטוירים, לאבאראטאריעס, מעדיקל בילינג, סטעפינג אד"ג", די אינדוסטריעס טרייבט יעצט אויף ביליאנען, דארף נישט קיין איבעריגע הסברים..

"מעדיקל סופלייס", קענען נישט נאכקומען די פלייץ פון ארדערס, ווער רעדט נאך פון די שטעלן צו פאר האומס און שפיטעלער, פשוט א ברכה אריין אין די ביזנעס..

"אנליין עמעזאון און איבעי וכדו'", פיל נויטיגע פראדוקטן, ספעציעל פראדוקטן וואס זענען העלט פארבונדן, אזוי אויך די זאכן וואס איז שווער צו באקומען ריטעיל, האבן געזען א גרויסן שפרונג אין סעילס..

"אכילה", די עסן אינדורסטרי האט גארנישט פארלוירן, דער עולם לאזט נישט נאך, סיי די וואס לאזן זיך דעליווערן אזוי אויך די וואס גייען קויפן אין געשעפט, טוען אפלאדענען די פאליצעס פון די געשעפטן אויף כח, אזוי אויך די סופלייער און פראדוצירער האבן יעצט נישט קיין וואקאציע, די ביזנעס גייט אן "עז יוזשועל"..

"טוילעט פאפיר", נישט פארגעסן פון די גאר טייערע און זעלטן געזוכטע פראדוקט איז גאר שטארק ארויפגעשאסן, די פראדוצירער קענען נישט גענוג שנעל צושטעלן ווי גרויס די פארלאנג איז, ווי פארשטענדליך..
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

טאויס און שפילצייג געשעפטן זענען ביזי ווי משיגע
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קעדילעק האט געשריבן:די וואס האבן גאר מצליח געווען:

...

"אכילה", די עסן אינדורסטרי האט גארנישט פארלוירן, דער עולם לאזט נישט נאך, סיי די וואס לאזן זיך דעליווערן אזוי אויך די וואס גייען קויפן אין געשעפט, טוען אפלאדענען די פאליצעס פון די געשעפטן אויף כח, אזוי אויך די סופלייער און פראדוצירער האבן יעצט נישט קיין וואקאציע, די ביזנעס גייט אן "עז יוזשועל"..

פלייש אינדוסטריע האט גראדע געליטן. די היימישע זיכער

מ'נאשט אגאנצן טאג און ווען ס'קומט צו נאכטמאל איז מען נישט אין די גיסטע פון בהמה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אפילו די סארט ביזנעסער וואס זענען אויפן מאמענט מצליח, ווי העלט-קעיר און עסן, גייען גאנץ שנעל שפירן די עקענאמישע נאכווייען.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

פרייוועט טוטערס, מחנכים, אפילו ספעשעליסטס האבען געכאפט א פראסק,
איך קען זיך נישט אפרעדען, פון מיין קביעותדיגער זשאב איז עס געוועהן שוואכער, אבער דעי צוויי חדשים'דיקע בין הזמנים האט מיר געגעבען אסאך ארבעט אין די זייט
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

מחנך האט געשריבן:פרייוועט טוטערס, מחנכים, אפילו ספעשעליסטס האבען געכאפט א פראסק,
איך קען זיך נישט אפרעדען, פון מיין קביעותדיגער זשאב איז עס געוועהן שוואכער, אבער דעי צוויי חדשים'דיקע בין הזמנים האט מיר געגעבען אסאך ארבעט אין די זייט

בתים-מאכער ברויכן זיין פיין פארנומען, ניין?
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

קעדילעק האט געשריבן:"אכילה", די עסן אינדורסטרי האט גארנישט פארלוירן, דער עולם לאזט נישט נאך, סיי די וואס לאזן זיך דעליווערן אזוי אויך די וואס גייען קויפן אין געשעפט, טוען אפלאדענען די פאליצעס פון די געשעפטן אויף כח, אזוי אויך די סופלייער און פראדוצירער האבן יעצט נישט קיין וואקאציע, די ביזנעס גייט אן "עז יוזשועל"..


די פראבלעם איז נאר, אז מ'האט אלעס געקויפט אויף בארג, "אויפשרייבן" בלשון הגר, דער געשעפטסמאן האט געמוזט מער מקיל זיין ווי געווענליך, ווייל ס'דאך קאראנע צייטן, און איין באשעפער אין הימל ווייסט ווען מ'וועט דאס באצאלן.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

באקומען אין אישי:

אסאך מלמדים, טיטשערס און מחנכים האבן שטארק געשפירט אז זיי האבן כמעט נישט באקומען קיין טיפס פאר פסח, ס'איז א שיינע הכנסה אויף וואס זיי קוקן ארויס
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:אפילו די סארט ביזנעסער וואס זענען אויפן מאמענט מצליח, ווי העלט-קעיר און עסן, גייען גאנץ שנעל שפירן די עקענאמישע נאכווייען.

דו האלסט באמת אז עס קומט א עקענאמישע צאמברוך?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

די קלאדינג געשעפטן וועלן מסתם שיין מצליח זיין ווען זיי עפענען צוריק אויף אפיציעל, דער עולם איז ב״ה אויסגעוואקסן די בגדים :lol: :lol:
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

וואס האלטן די עקאנאמיסטן, וועט די פראדוקציע פון טשיינע צוריק קומען אויך אמעריקע ?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

shalsheles האט געשריבן:די קלאדינג געשעפטן וועלן מסתם שיין מצליח זיין ווען זיי עפענען צוריק אויף אפיציעל, דער עולם איז ב״ה אויסגעוואקסן די בגדים :lol: :lol:


:lol:
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

אין ליידער אסאך ארבעטערס האבן פררלוירן די טשאב, ווי באקאנט האט B&H אויפגעזאגט 800 ארבעטערס
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: קאראנא עפאכע: ביזנעסער וואס זענען מצליח אדער ליידן פארלוסטן אין די טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

j718 האט געשריבן:אין ליידער אסאך ארבעטערס האבן פררלוירן די טשאב, ווי באקאנט האט B&H אויפגעזאגט 800 ארבעטערס


זייער ריכטיג, כאמור לעיל תחילת המאמר סעיף ב':

קעדילעק האט געשריבן:
עס איז פארשטענדליך אז די גרעסטע פליק האבן אריינגענומען די פשוט'ע ארבייטער, וואס זייער ביזנעס האט זיך געמוזט צייטווייליג פארמאכן אדער שניידן ארבייטער, און אזעלכע וואס האבן פערמענאנט געשניטן פון די ארבעטס קראפט, לאזנדיג אומצאליגע מענטשן אן קיין דזשאב, נאנט צו 30 מיליאן אמעריקאנער האבן איינגעגעבן פאר אנעמפלוימענט!..

מאידך, טוען די ארבייטער געניסן פון אנעמפלוימענט בענעפיטן, וואס די בעלי בתים און ארבייטסגעבער זענען נישט אייביג קוואליפיצירט דערצו, ליידן צומאך די בעלי בתים מער ווי די הארפאשנע ארבייטער, אבער דאס גייט זיך אויך אמאל ענדיגן..

..
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”