בלאט 1 פון 10

מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:29 am
דורך lebediger berel
protest1.png
protest1.png (179.55 KiB) געזען 1806 מאל

דער אשכול זאל דינען אלץ המשך פון דא viewtopic.php?f=104&t=42195&start=125
ביטע ממשיך זיין נאר אין דעם אשכול. כ'האב נישט געקענט טוישן דעם קעפל בין איך אהער געקומען

איך וואלט באמת זייער געוואלט בעטן די חברים דא וואס האבן (מיט א היתר פון א רב) די כלים וואס מ'קען זען ווער אין די נישט אידישע גאס וואלט מיטגעהאלטן - אדער זיך ארויסגעשטעלט אלץ פירער - (לפנים) פון אזא סארט דעמאנסטראציע.
ווי מער איך הער און ליין סיי פון אפענע און סיי פון באהאלטענע באריכטן זע איך (און אנדערע עוסקי בצורכי ציבור - אויך מיין עכטע נאמען נישט מיין ניק - וואס מוז געניצט ווערן אלץ "שתדלנות" און די זעלבע נעמען קענען נישט אפען רעדן פון די אנדערע אפציע) אז אויב "חס ושלום" ס'וועט קומען נאך א וועיוו וכדו' ווען זיין סך סך וויכטיגער "צו האבן איינעם אין שפיטאל מיטן חולה"
דע "נישט משפחה" ארדער פון קאומאו'ס העלט קאמישענער צוקער (כ'האלט מיך איין פון אים גיבן א ימח שמו) "מוז" אראפגיין פאר יעדן פרייז - אז נישט קען מען חס ושלום באצאלן גאר גאר א טייערן פרייז וואס מ'וועט שפעטער באוויינען!
איין קליינע ביישפיל.
היינט ארויס געקומען א קלארע באריכט אז סאיז דא א מאנגל אין דייאליסיס מאשינען, אויב קיינער שטייט נישט ביים בעט קעמפן פאר זיין חולה - קענען די נירן אויפהערן צו ארבעטן און דערנאך, וכו' וכו' יעדע באריכט וואס וועסט ליינען וועסטו זען מער און מער וואו וויכטיג דאס איז
די גאנצע אנטיבאדי בריוועריי איז א נחמה פורתא למאוד מען טוט עס אלץ פארצווייפלטע פרואוו צו ברעכן דעם אייז, מיט איין ווארט קענען זיי זאגן אז זיי האלטן אנטיבאדי זאגט נישט גענוג זיכער, וחסל, עס "מוז" ווערן א געשריי מקצה העולם ועד סופו מתהום רבה עד רום רקיע!!!!!!!!!!!! מיר דארפן פארלאנגען א פארקערטע ארדער אז שפיטאל ארבעטער "מוזן" געבן רעכט אפילו פאר קאראנא פאציענטן צו האבן משפחה וכדו' העכסטענס מיט א רייע באווארענונגען!
מ'הערט נאך גארנישט תכלית, מהאט באשטימט א דעיט אויב ס'נישטא קיין טויש!

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:33 am
דורך פריילאך
בערעלע טייערע. עני אפדעיט פון די עסקנים?

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:36 am
דורך וואס עפעס?
די עולם איז מיט דיר
תכלית , וואס קען די המון עם טוהן ?

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:43 am
דורך lebediger berel
פריילאך האט געשריבן:בערעלע טייערע. עני אפדעיט פון די עסקנים?

סאיז דא אויף דעם א אנדערע אשכול, אבער, יעצט האט מען געלייגט דעם עיקר דגוש אויף די אנטיבאדי געטעסטע א זאך וואס זיי קענן מיט איין ווארט פון איין סטאדי איבערדרייען איבערהויפט אויב ח"ו מ'וועט האבן אפילו נאר איין געפראווטע קעיס איבער די גאנצע וועלט (א זאך וואס קען געשען מיט יעדע סארט אישו, קיין איין זאך איז נישט 100 פראצענט, 99 פראצענט און אפילו היפש ווייניגער איז נארמאל אויך אנגענומען אין די מעדיצינישע וועלט, זע עני מעדיצינישע סטאדי, אבער דא איז נשתנו העתים והדינים רח"ל) אז איינער האט געהאט א געהעריגע אנטיבאדי טעסט און נאכדעם ווייטער געטראגן דעם וויירוס צו אנדערע, איז די גאנצע מעשה אויס.
מען האט עס אנגענומען אלץ מהלך - ווייל מיט דעם האט מען געשפירט די באקוועמסטע צו ארבעטן - נאכן מיטגיין מיט די שקר פון די "מסירת נפש" פון די דאקטוירים נוירסעס - וואסערע העלדן זיי זענען און מ'מוז נאר ארבעטן לטובתם, און לאזן פייפן די חולים ומשפחתיהם ה"י רח"ל - דאס איז די פראפעגאנדע מהלך פון די מידיע וכל הנלוים עליהם און יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט אנדערש, אפילו מיט פאקטן פון שמש בצהרים.
האט מען נישט געקענט גיין מיט פאליטיקאנטן אין אנדערן מהלך.
אויך איז דא שטילע שתדלנות וואס העלפט אין פריוואטע פעלער משפחה ומשפחה וכו' שפיטאל ושפיטאל וכו'
דאס אלעס איז פארן עבר און הוה, הגם מיר גלייבן אין די וויכטיקייט פון "נפש אחת" אבער יעצט נאכן איינשטילן דעם מצב, ארבעט עס כמעט אייביג עי' אשכולות אחרים

אבער יעצט רעד איך בעיקר פון דעם [אום]פארויסגעזעענעם עתיד
איבער דעם "עצם גזירה" פון קאומאו/צוקער. אויב ח"ו זאל קומען נאך כוואליע, וואס מער און מער זאגן אז ס'איז דא א מעגליכקייט דערויף, אויב רופן מיר נישט אפ די גזירה יעצט" און מיר ווייזן נישט פאר'ן גאווערנער מיטן העלט קאמישענער און פאר די פאליטישענס (און פאר די עסקנים) אז דער "ציבור" דער כח הרבים וכח היחיד לאזט זיך נישט פארדרייען א קאפ און שפייען אין די קאשע, אונז רופט מען צו וואטען, און אונז האב מיר ב"ה א כח, מיר פארלאנגען, א פארקערטע דירעקטיוו פון די העלט דעפארטמענט!

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:45 am
דורך lebediger berel
דער עולם האלט אז ל"ג בעומר איז א גוטע צייט? יעדער וועט אנצינדן זיין רבינ'ס טיש אויפן טעלעפאן, אריין זעצן די משפחה אין קאר, ויסעו?

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:44 am
דורך lebediger berel
קוקט למשל דעם אשכול וועגן די בארד, א איד וואס איז צוגעבינדן צו זיין צלם אלקים קען דאס אליין אים גורם זיין אזא חלישות הדעת אין א שוואכע צייט קען דאס אליין אים אוועק לייגן ח"ו.
איך געדענק ווען מ'האט עס געטון מיט משפחה ביי די זייט, מ'האט געשניטן די מינימום מינימום וואס מ'האט געמוזט, און איבערגעלאזט גענוג האר פון פארנט. מיין זיידע ע"ה האט געהאט א טרעיק א לאנגע צייט. אוי וויי ווען וועט מען זיך אויפוועקן

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:46 am
דורך lebediger berel
Annotation 2020-05-07 093921.png
Annotation 2020-05-07 093921.png (238.23 KiB) געזען 3028 מאל

סעמפל פון א היימישע טאוועל, [אויסגעשטעלט נישט מיט א אידישע נאמען] דער עולם קען אנפאנגען צוצגרייטן סיינס מיט די קינדער, אויב מ'וועט עס נישט ניצן למעשה (לאמיר האפן ס'וועט זיין שינויים גדולים לטובה) וועט מען קענען מאכן בילדער און פאוסטן דא וכו'

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:10 am
דורך פרוביר אויך
מיר בעטן די גראפיקער אריינקומען מיט ענגלישע שרייעדיגע צעטלעך.
בערעלע שרייב קלאר וואס עס זאל שטיין.

די מעלה פון א קאר פיקעטינג איז, אז עס טראגט נישט די נאמען BLACK HATS

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:26 am
דורך קהל עדתינו
ביטע שרייבן אויפן קעפל וואספארא פראטעסט

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:32 am
דורך מחנך
פרוביר אויך האט געשריבן:מיר בעטן די גראפיקער אריינקומען מיט ענגלישע שרייעדיגע צעטלעך.
בערעלע שרייב קלאר וואס עס זאל שטיין.

די מעלה פון א קאר פיקעטינג איז, אז עס טראגט נישט די נאמען BLACK HATS

פיין וועט' עס טראגען די נאמען בלעק העטס!

ס'יז אזוי שווער צו זעהן ווער ס'זיצט אין די קארס און ווי די פראטעסט קומט פון? אלע מידיע אוטלעטס וועלען שרייבען מיט ריזיגע העדליינס חאריידי זשאס פראטעסטינג....האסידיק זשאס... בלא בלא....
און די דעמידש וועט זיין אסאך מער ווי די אויפטועהן, אז דו קענסט אנדרייען לואיס פארראקאן אדער אנדערע טינקעלע גרידער מאכערס צו הייבען די קול, דעמאלט ביסטו אין ביזנעס

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:35 am
דורך יידישע קהילות
איך בין נישט אינפארמירט אזוי וואס די מציאות איז ביי די נישט-יידישע וועלט איידער די קאראנע תקופה.
האבן רוב פאציענטן צו זייער זייט א משפחה מיטגליד אדער נישט?
אויב יא, הער איך אז מ'קען איצט שרייען, אבער מ'וואלט געדארפט אויך אריינברענגען נישט-יידישע גרופעס. עס איז דאך נישט קיין יידישע זאך.
אויב נישט, האט נישט קיין שום פשט צו שרייען. אלע ראיות דיינע ווערן אפג'ווארפן מיט איין פשוט'ע פאקט, רוב פאציענטן האבן נישט קיין משפחה מיטגלידער ביי זייער בעט.

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:51 am
דורך פרוביר אויך
יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין נישט אינפארמירט אזוי וואס די מציאות איז ביי די נישט-יידישע וועלט איידער די קאראנע תקופה.
האבן רוב פאציענטן צו זייער זייט א משפחה מיטגליד אדער נישט?
.

יא
קען זיין נישט 24 שעה ווי ביי אונז
אבער זיי האבען שטארק וויזיטערס

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:01 am
דורך lebediger berel
מחנך האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:מיר בעטן די גראפיקער אריינקומען מיט ענגלישע שרייעדיגע צעטלעך.
בערעלע שרייב קלאר וואס עס זאל שטיין.

די מעלה פון א קאר פיקעטינג איז, אז עס טראגט נישט די נאמען BLACK HATS

פיין וועט' עס טראגען די נאמען בלעק העטס!

ס'יז אזוי שווער צו זעהן ווער ס'זיצט אין די קארס און ווי די פראטעסט קומט פון? אלע מידיע אוטלעטס וועלען שרייבען מיט ריזיגע העדליינס חאריידי זשאס פראטעסטינג....האסידיק זשאס... בלא בלא....
און די דעמידש וועט זיין אסאך מער ווי די אויפטועהן, אז דו קענסט אנדרייען לואיס פארראקאן אדער אנדערע טינקעלע גרידער מאכערס צו הייבען די קול, דעמאלט ביסטו אין ביזנעס

אפשר ליינסטו קודם די ערשטע תגובה?
עס מוז (זאל) נישט זיין קיין לואיס פארקאן, עס דארף זיין א משפחה פון א געפאלענעם טונקעלער אדער לאטינא, מ'דארף זוכן אויף די כלים ווער ס'רודערט, און זיך צושטעלן "אבער בגדול"!

Re: זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט, מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:02 am
דורך lebediger berel
פרוביר אויך האט געשריבן:מיר בעטן די גראפיקער אריינקומען מיט ענגלישע שרייעדיגע צעטלעך.
בערעלע שרייב קלאר וואס עס זאל שטיין.

די מעלה פון א קאר פיקעטינג איז, אז עס טראגט נישט די נאמען BLACK HATS

די סטייל לעצטנס איז "היימישע צעטלעך"

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:07 am
דורך lebediger berel
צוויי פראגעס צום ציבור. איינס וועלכע דעיט איז גוט? ל"ג בעומר נאכמיטאג?
צווייטנס א גוטע נאמען ס'זאל גוט אויסנעמען סיי ביים היימישען עולם - און (דאס בעסטע מעגליך) ביי די ברייטע גאס

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:09 am
דורך מחנך
בערעל, הבנתי!

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:15 am
דורך פארשער
lebediger berel האט געשריבן:צוויי פראגעס צום ציבור. איינס וועלכע דעיט איז גוט? ל"ג בעומר נאכמיטאג?
צווייטנס א גוטע נאמען ס'זאל גוט אויסנעמען סיי ביים היימישען עולם - און (דאס בעסטע מעגליך) ביי די ברייטע גאס

יאסי געשטעטנער נוצט די העשטעגס #NoPatientLeftAlone און CompanionsSaveLives#

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:17 am
דורך lebediger berel
פארשער האט געשריבן:

נא, איז גוט! יעצט חברה א דעיט?
צווייטנס, טרעפט מיר (אפשר דורך יוסי) ? א נישט אידישע פירער פאר אזא זאך א טונקעלע אדער לאטינא זיבעצן יעריגע וואס האט פארלוירן טאטע אדער מאמע וואלט געווען די בעסטע "אפטיקס"

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:17 am
דורך קאלט
lebediger berel האט געשריבן:צוויי פראגעס צום ציבור. איינס וועלכע דעיט איז גוט? ל"ג בעומר נאכמיטאג?
צווייטנס א גוטע נאמען ס'זאל גוט אויסנעמען סיי ביים היימישען עולם - און (דאס בעסטע מעגליך) ביי די ברייטע גאס

איך פערזענליך (פאר פערזענליכע סיבות) וואלט נישט געטשאסט ל"ג בעומר, און איך מיין אז עס וועט אויך פארקומען מעמדים אויפ'ן טעלעפאון סאו דער עולם וועט ווילן זיצן אינדערהיים.

אבער סיי וויאזוי, מוז מען מאכן א מורא'דיגע PR נישט נאר אין אונזערע קרייזן (רבנים ודיינים, ראשי הציבור, עסקני העדה, ראשי משפחות פאר זייערע קינדער, קול מבשר וכו') נאר פאר די גוי'אישע וועלט, אויב וועט זיין א ריזיגע אנוועזענהייט פון נישט אידן, וועט עס לכאורה האבן סאך א בעסערע אימפעקט.

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:19 am
דורך lebediger berel
קאלט האט געשריבן:

מסכים, אבער וואו טרעפט מען זיי, נישט אין אייוועלט, און קולמבשר זעמיר ממילא סאמהאוי אויף צרות, אפשר ברענגט ברייער נאכאמאל צוקער מיט א קאל אין ליין?

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:22 am
דורך יואל שרייבער
איך מיין אז מען דארף זיכער מאכן נישט צו באשולדיגן די דאקטוירים און נוירסעס, מען דארף באשולדיגן די מענעדזשמענט פון די האספיטעלס, און אראפלייגן אז די דאקטוירים און נוירסעס זענען אויך וויקטימס פון די מענעדזשמענט.
עס זענען געווען צענדליגער רעפארטס וועגן האספיטעלס וואס סטראשענען זייערע ארבעטער צו באשטראפן ווער עס רעדט צו די מידיא, הגם רוב רעדן וועגן די קאנדישענס פון די ארבעטערס און נישט וועגן די פעישענטס, איז עס אבער אויך א חלק דערפון.

דא איז דא א ארטיקל אין ניו יארק טיימס וואס רעדט אויך אביסל וועגן פעישענטס.

https://www.nytimes.com/2020/04/21/opin ... itals.html

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:24 am
דורך קאלט
יואל שרייבער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף זיכער מאכן נישט צו באשולדיגן די דאקטוירים און נוירסעס, מען דארף באשולדיגן די מענעדזשמענט פון די האספיטעלס, און אראפלייגן אז די דאקטוירים און נוירסעס זענען אויך וויקטימס פון די מענעדזשמענט.
עס זענען געווען צענדליגער רעפארטס וועגן האספיטעלס וואס סטראשענען זייערע ארבעטער צו באשטראפן ווער עס רעדט צו די מידיא, הגם רוב רעדן וועגן די קאנדישענס פון די ארבעטערס און נישט וועגן די פעישענטס, איז עס אבער אויך א חלק דערפון.

דא איז דא א ארטיקל אין ניו יארק טיימס וואס רעדט אויך אביסל וועגן פעישענטס.

https://www.nytimes.com/2020/04/21/opin ... itals.html

צו וואס באהאלטן די אמת??

מיר ווייסן אלע אז זיי, און טאקע זיי זענען שולדיג און וואס עס האט זיך אפגעטון!!

די מענעדשמענט זענען אויך שולדיג, אבער די נורסעס און דאקטוירים אויך!

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:27 am
דורך שׁעמעדיגער
איז דאס ערענסט אדער א בלויז זיך צו ליפטערן?
א
ויב איז דא אפילו א ספק שבספיקא אז מגייט דאס קענען לינקען אז חסידישע אידן האבן דאס אנגעפירט אדער עניטינג וואס דאס גייט האבן צוטין מיט אידן גייט דעיס מאכן מער דעמעזש ווי אויפטון

פאר די טוסט עפעס זאלסטו דיך אדורך שמיעסן מיט ערענסטע אחריותדיגע עסקנים וואס טיען און די טעג פאר חולי ישראל

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:34 am
דורך maybeeynot
קאלט האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף זיכער מאכן נישט צו באשולדיגן די דאקטוירים און נוירסעס, מען דארף באשולדיגן די מענעדזשמענט פון די האספיטעלס, און אראפלייגן אז די דאקטוירים און נוירסעס זענען אויך וויקטימס פון די מענעדזשמענט.
עס זענען געווען צענדליגער רעפארטס וועגן האספיטעלס וואס סטראשענען זייערע ארבעטער צו באשטראפן ווער עס רעדט צו די מידיא, הגם רוב רעדן וועגן די קאנדישענס פון די ארבעטערס און נישט וועגן די פעישענטס, איז עס אבער אויך א חלק דערפון.

דא איז דא א ארטיקל אין ניו יארק טיימס וואס רעדט אויך אביסל וועגן פעישענטס.

https://www.nytimes.com/2020/04/21/opin ... itals.html

צו וואס באהאלטן די אמת??

מיר ווייסן אלע אז זיי, און טאקע זיי זענען שולדיג און וואס עס האט זיך אפגעטון!!

די מענעדשמענט זענען אויך שולדיג, אבער די נורסעס און דאקטוירים אויך!

ביסט גערעכט אבער דעס קענסטו יעצט נישט זאגן פאר די ברייטע גאס

Re: מאסן קאר פראטעסט צוריק ארויף אויף די אגענדע - זאכן (מיט אינפארמאציע) ריקן זיך צו שטייט,

געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:44 am
דורך יואל שרייבער
קאלט האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף זיכער מאכן נישט צו באשולדיגן די דאקטוירים און נוירסעס, מען דארף באשולדיגן די מענעדזשמענט פון די האספיטעלס, און אראפלייגן אז די דאקטוירים און נוירסעס זענען אויך וויקטימס פון די מענעדזשמענט.
עס זענען געווען צענדליגער רעפארטס וועגן האספיטעלס וואס סטראשענען זייערע ארבעטער צו באשטראפן ווער עס רעדט צו די מידיא, הגם רוב רעדן וועגן די קאנדישענס פון די ארבעטערס און נישט וועגן די פעישענטס, איז עס אבער אויך א חלק דערפון.

דא איז דא א ארטיקל אין ניו יארק טיימס וואס רעדט אויך אביסל וועגן פעישענטס.

https://www.nytimes.com/2020/04/21/opin ... itals.html

צו וואס באהאלטן די אמת??

מיר ווייסן אלע אז זיי, און טאקע זיי זענען שולדיג און וואס עס האט זיך אפגעטון!!

די מענעדשמענט זענען אויך שולדיג, אבער די נורסעס און דאקטוירים אויך!

פון וואו ווייסטו?

עס זענען זיכער דא דאקטוירים און נוירסעס וואס קעירן נישט, און עס זענען זיכער אויך דא אסאך וואס שטרענגען זיך וויפיל זיי קענען, דער רוב איז לכאורה אינמיטן, זיי וועלן זיך נישט איבערשטרענגען קעיר צו נעמען פון פופצן פעישענטס, אנשטאט זייערע געווענליכע פיר פינעף, קענסטו האבן טענות אויף זיי פארן זיך נישט איבערשטרענגען? אפשר, אבער די עיקר טענה איז אויף די מענעדזשמענט וואס לאזט נישט אריין נאך הילף , נישט משפּחה אדער וואלונטירן, און אפילו נישט נאך נוירסעס אין אסאך פעלער.