שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ציגרעטל האט געשריבן:בעפאר קראנע האט מען שוין אויך געהערט אזאנס? מ'זאל דארפן אפשניי.. (כ'קען נישט צוענדיגן) די בורד צו לייגן א רעספארעטער? אדער איז דאס א ספעציעלע 'קראונע רעספארעטער' וואס מ'דארף ..

איך האב שוין געזעהן מענטשען ליגן מיט רעספארעטערס און טרעיקס רח''ל מיט גאנצע בערד

עס איז טאקע שוידערליך צו טרעפן קרובים אן קיין בערד. איך קען מיך נישט פארשטעלן אזאנס אויף מיינע קרובים, אבער איך גלייב נישט אז דער ציל איז געווען שמד. זיי ווייסן טאקע אז אידן גייען מיט בערד, אבער זיי ווייסן נישט אז דאס שניידט מען ממש קיינמאל נישט אפ. די אראבערס האבן אויך בערד, אבער אמאל ארויף און אמאל אראפ.

דאס איז א טייל פונעם פראבלעם אז משפחה האט נישט געקענט זיין דארט צו זאגן ניין. די דאקטוירים און נורסעס האבן געטון וואס זיי ווילן אן פרעגן קיינעם, און מען דארף נעמען שריט אז דאס זאל חלילה נישט פארקומען נאכאמאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: שוידערליך!!! א אקעישרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איינס האט געשריבן:איך מיין סאיז גענוג איבער די אשכול
ווער סמיינט סאיז א ווערטל איז מכובד ארויס צו גיין פון דא

יתכן איך האב דאס געמאכט צו דראמאטיש אבער יעצט צום פוינט ווער סהאט אינפארמעישן אדער שמועסן ארום די נושא.

די קעפל שוידערליך
איך הער אז געוויסע האלטן אז סאיז נישט שוידערליך, איך האלט אז סאיז יא.
סאיז נישט ווי ביי יענע מעשה אז ספאלט ארויס סאיז א באווייזוויליגע אקט, און דאס שוידערט.
אויב איינער האלט אז נישט, אדרבה יעדער מעג לאזן הערן זיין מיינונג.
אבער פליז אלע ווערטלעך אין צווייטן אשכול.

דרך אגב איך האב נישט געהאט קיין טענות אויף קיינעם (איך וואלט געטון די זעלבע...)
און יעצט צום פוינט


אפשערן די האר אין די שפיטעלער, צו מאכן גרינגער די ארבעט, איז נישט מער ווי א נארמאלע זאך. ביי די אידן איז עס א גרויסער עסק, זיי שטעלן זיך דערויף ווי ווייט מעגליך. דאס מאל אבער איז ליידער דער גזירה געווען אז מ'האט נישט געקענט זיין מיט די חולים, מ'האט געהערט אסאך אסאך ערגערע זאכן ווי דאס אז מ'האט אראפגענומען בארד אין פיאות.

אגב, כ'האב דערווייל נישט געהערט פון אזא ביישפיל, הגם עס זענען דא מערערע אידן וואס האבן זיך ב"ה שוין אהיימגעקערט געזונטערהייט.

דיין אפשרעקן דעם עולם דא איז אבער געקומען מתוך TOUGH LOVE, וואס?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

מחשב האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:הרב איינס איך בין מיט דיר

איך פארשטיי נישט, פארוואס דער עולם דא איז דא וואס נעמען דאס אן פאר א וויץ, אדער עפעס אנדערש

זאל זיך יעדער פארשטעלן, ווען מ'נעמט אים אריין אין שפיטאל פאר עפעס, און ער קומט אהיים צוויי וואכן דערויף אן א בארד, אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דאס ב"ב
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי די קינדער
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי די שכנים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי די חברים

און איך רעד נישט פון סתם מה יאמרו הבריות, נאר באמת, דער פילט זיך ווי אן א האנט רח"ל, און ער דארף יעדן אנהייבן פון פריש דערציילן, אז מ'האט אים אפגעגאלט די בארד, מיט א נארישע תירוץ, רח"ל,

ווען אזא איינער, זאל ליינען דעם אשכול, קען אים דאס ממש שעדיגן דאס הארץ, זעהן ווי גלייך גילטיג דער עולם נעמט אויף אזא נייעס.

אפי' אויב ס'האט זיך נאר געמאכט איינ'ס פון טויזנט, איז דאס אויך שרעקליך.

דאס איז א חלק פון אונזער תש"פ גלות, זאל דער רבוש"ע זיך שוין מרחם זיין אויף אונז, און שיקן דעם גואל צדק
און ביזן קרעטשמע אונז אויך צושיקן א גלעזל בראנפן.

אמת יעדע ווארט.

אבער ביטע פארשטיי אז אין א צייט ווען מענטשן פאלן ליידער ווי די פליגן, און ער עפנט א אשכול איבער א קאראנא "סימפטאם", און איך ווער שוין אנגעצויגן אז דאס איז טאקע א סימפטאם כפשוטו, און דא הער איך אז עס איז בלויז איינצעלנע פעלער, פארלירט עס אביסל דאס ערנסקייט, כאטש דאס איז באמת א ערנסטע נושא.

זאל השי"ת זיך מרחם זיין. ווער ווייסט אפשר זענען די אידן אפגעקומען מיט דעם צער?

הבנתי
קען טאקע זיין אז הרב איינס וואלט אלעס געדארפט ארויס שרייבן אינעם ערשטן תגובה, וואלט אלעס אנדערש געווען.
אבער דער גוף המעשה איז שוידערליך כפשוטו ממש.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ציגרעטל האט געשריבן:בעפאר קראנע האט מען שוין אויך געהערט אזאנס? מ'זאל דארפן אפשניי.. (כ'קען נישט צוענדיגן) די בורד צו לייגן א רעספארעטער? אדער איז דאס א ספעציעלע 'קראונע רעספארעטער' וואס מ'דארף ..

איך האב שוין געזעהן מענטשען ליגן מיט רעספארעטערס און טרעיקס רח''ל מיט גאנצע בערד

עס איז טאקע שוידערליך צו טרעפן קרובים אן קיין בערד. איך קען מיך נישט פארשטעלן אזאנס אויף מיינע קרובים, אבער איך גלייב נישט אז דער ציל איז געווען שמד. זיי ווייסן טאקע אז אידן גייען מיט בערד, אבער זיי ווייסן נישט אז דאס שניידט מען ממש קיינמאל נישט אפ. די אראבערס האבן אויך בערד, אבער אמאל ארויף און אמאל אראפ.

דאס איז א טייל פונעם פראבלעם אז משפחה האט נישט געקענט זיין דארט צו זאגן ניין. די דאקטוירים און נורסעס האבן געטון וואס זיי ווילן אן פרעגן קיינעם, און מען דארף נעמען שריט אז דאס זאל חלילה נישט פארקומען נאכאמאל.

איך האב פאר דיר נייעס אז זיי טוען עס פון מאל צי מאל (אויף קיין שום איד געזאגט) ווען ספעלט אויס, אין די משפחה פאלט נישט איין פאר א מינוט צי זאגען ניין,
סאיז דא נאך פארשידענע טערעפיס וואס מאכען ליידער ארויספאלען די בארד
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דע איינס האט האט דא אנגעדרייט א סומאטוכע, כהאף אז ער האט א גוטע רעזומע,
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

קול מבשר געט איבער אויף אינטערוויא אז ב"ה סקומען שוין אריין ווייניגער תגובות -א מינוט- דא אין דעם אשכול
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך געדענק ווען איך האב באקומען 'בעלץ-פאוזי' אויף גאנץ א שווערער אופן (פאר ווער ס'ווייסט נישט, א האלבער פנים ווערט פאלאזירט. געווענליך גייט עס אוועק ביז אפאר וואכן, אין געוויסע פעלער בלייבט עס האלבוועגס אדער אמאל חלילה גענצליך), און איך האב געדארפט מאכן א געוויסע טעראפי אויף מיין פנים, אז די מוסקלען אין פנים זאלן צוריק אנהויבן פונקציאנירן געהעריג. דעמאלס האב איך געדארפט גיין אין שפיטאל מאכן די טעראפי, אבער דער דאקטער האט גע'טענה'ט אז מיין בארד לאזט דאס נישט טון גענצליך. ער האט גע'עצה'עט אז איך זאל אפשערן דאס בארד ביז מען וועט ענדיגן דערמיט. ער האט דאס געזאגט מיט אזא פשטות, ער האט געהאלטן אז דער בארד איז אמאל יא און אמאל נישט... זיי ווייסן נישט פונקטליך.

ווען ס'קומט צו אזא מצב, מען האט נישט קיין קשר מיט די משפחה אינדרויסן, קען אזאנס פארקומען, היל"ת.

אבער א ויצעקו מוז מען מאכן... ס'איז נישט קיין הפקר וועלט!

...
נ.ב. אז מען רעדט שוין... אין די יעצטיגע קעראונע תקופה, האט זיך מיין בעלץ פאוזי פארשטארקערט. כ'ווייס נישט צי ס'האט א קשר מיט דעם, אבער אויב איינער האט אן עצה, ווייסט וואו מען קען זיך ווענדן פאר הילף, ווייל ס'שטערט מיר זייער שטארק, איך לייד אויף מיין אויג און אויף מיין מויל אויף איין זייט. געזוכט שוין צו טון וואס איך קען, אבער אן ערפאלג. עני עצה? - יישר כח.
לעצט פארראכטן דורך חסדי אבות אום מיטוואך מאי 06, 2020 11:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איינס האט געשריבן:שוין איבער א וואך וואס איך ווייס פון דעם אבער איך האב געמיינט אז סאיז געווען אויף א איינגעצוימטע אופן.
נעכטן בין איך געוואר געווארן אז סאיז ליידער דא צענדליגער וואס סאיז געשען מיט זיי.
אבער מצד שני איז דא עפעס א שווייגענישט איבער די נושא.
איך ווייס נישט אויב סאיז שייך צו טוען עפעס בכלל כיון שנעשה הדבר, אבער דאך וואלט דאס געדארפט שוידערן דעם ציבור.

נישט קיין ווערטל און נישט קיין דזשאוק, קעראנא האט ארויס געלאזט נאך א שרעקליכן סימפטם:
אז נאך ..... בלייבט מען אן קיין האר.


נישט קיין ווערטל, אבער וויבאלד איך ווייס סאיז האקל שרייב איך דאס אזוי.
אדרבה ווער סהאט גאטס זאל מסביר זיין.

כ'האב נישט קיין געדולד צו ליינען גאנצע פינף עמודים כדי געוואויר צו ווערן וואס די פינטעלעך מיינען

לאמיר פרובירן צוטרעפן:

נאך "די מקוה" בלייבט מען אן קיין צוגעקלעבטע האר, ווייל ווינציגער מענטשן נוצן יעצט די מקואות און מען גייט אריין-און-ארויס, איבערלאזנדיג די בורות אנע האר.

האב איך גוט צוגעטראפן?

----
(בלויז א וויץ. איך האב דאס געשריבן נאכ'ן ליינען די גאנצע אשכול, מיט'ן ציל צו אפקילן די געמיטער)
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

עטליכע יאר צוריק האב איך געהערט פון א חשובע עלטערע איד וואס מען האט עם אפגעשניטען די בארד מיט רשות פון די משפחה (און פון די גוטע איד צו וועמען זיי זענען מקושר), דאס הייסט אז עטליכע מאל איז עס יא וויכטיג, נאר דא אין די כאאטישע מצב אין וועלכע די שפיטעלער (און די נורסעס...) האבען זיך געפינען האט מען לכאו' נישט איבערגעטראכט צו סאך (אויב בכלל) פארן גאלען, און אודאי נישט געבעטען רשות פון די משפחה.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אהרן הלוי האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....


חלילה.... דעם באשעפער קען איך נישט ארויסלאזן פון ערגעץ נישט, אם אסק שמים שם אתה..
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נו שוין, ב"ה אז איינס האט נאך קיינמאל נישט עקספיריענסט וואס מען דארף צומאל אלץ טון אין שפיטאל. ס'איז טאקע א שוידערליכע זאך פאר דעם באטרעפענדן, אבער בכלל נישט קיין נייעס אז אזעלכעס דארף מען צומאל טון.


אהרן הלוי האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....

כ'פארשטיי ריכטיג? ווילסט ברענגן א ראיה פון דא אז ס'איז נישט עק וועלט כשמגלחים? כ'ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר זענט, אבער דאן לשיטתך דארף מען זיך פילן גוט כלפי דעם באשעפער מיטן אפשניידן די פיאות אויך וויייל עי' ערך תגלחת לויים ונזירים... א מין מאדנע גזירה שוה.
אוועטאר
ציגרעטל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגרעטל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ציגרעטל האט געשריבן:בעפאר קראנע האט מען שוין אויך געהערט אזאנס? מ'זאל דארפן אפשניי.. (כ'קען נישט צוענדיגן) די בורד צו לייגן א רעספארעטער? אדער איז דאס א ספעציעלע 'קראונע רעספארעטער' וואס מ'דארף ..

איך האב שוין געזעהן מענטשען ליגן מיט רעספארעטערס און טרעיקס רח''ל מיט גאנצע בערד

עס איז טאקע שוידערליך צו טרעפן קרובים אן קיין בערד. איך קען מיך נישט פארשטעלן אזאנס אויף מיינע קרובים, אבער איך גלייב נישט אז דער ציל איז געווען שמד. זיי ווייסן טאקע אז אידן גייען מיט בערד, אבער זיי ווייסן נישט אז דאס שניידט מען ממש קיינמאל נישט אפ. די אראבערס האבן אויך בערד, אבער אמאל ארויף און אמאל אראפ.

דאס איז א טייל פונעם פראבלעם אז משפחה האט נישט געקענט זיין דארט צו זאגן ניין. די דאקטוירים און נורסעס האבן געטון וואס זיי ווילן אן פרעגן קיינעם, און מען דארף נעמען שריט אז דאס זאל חלילה נישט פארקומען נאכאמאל.


שוין איבער א חודש וואס איך ווייס פון דעם אבער איך האב געמיינט אז סאיז געווען אויף א איינגעצוימטע אופן.
לעצטענס בין איך געוואר געווארן אז סאיז ליידער דא צענדליגער וואס סאיז געשען מיט זיי.
אבער מצד שני איז דא עפעס א שווייגענישט איבער די נושא.
איך ווייס נישט אויב סאיז שייך צו טוען עפעס בכלל כיון שנעשה הדבר, אבער דאך וואלט דאס געדארפט שוידערן דעם ציבור.

נישט קיין ווערטל און נישט קיין דזשאוק, קעראנא האט ארויס געלאזט נאך א שרעקליכן סימפטם:
אז נאך ..... בלייבט מען אן גארנישט.


נישט קיין ווערטל, אבער וויבאלד איך ווייס סאיז האקל שרייב איך דאס אזוי.
אדרבה ווער סהאט גאטס זאל מסביר זיין.
-
כ'האב נישט קיין כח צו קיין קאר פיקעטינג קעגן מיין אפיס מארגן, לאמיר צוגיין צום פוינט,

כ'שרייב נאר ברמז (....) ווייל כ'ווייס נישט אויב די משפחה איז באקוועם מיט פרטים,

א איד א מענעדשער אין א גרויסע ביזנעס האט מען ליידער אריינגעפירט אין שפיטאל מיט קאראונע פאר פסח, א צייט וואס די ביזנעס איז שטארק פארנומען, דער געטרייע מענעדשער האט געהאט א שטייפע האנט אויפן ביזנעס, און ער אויסשליסלעך ער האט געפירט די חשבונות פונעם ביזנעס, ניטאמאל די קינדער וואס פלעגן אים צוהעלפן האבן געהאט צוטריט צו די חשבונות וכו'
ער פלעגט דאס האלטן אויף עטליכע USB'ס וואס איז געליגן אויף זיין שליסל האלטער,

ביים אריינפירן אין שפיטאל האט ער מיגענומען זיין טלית ותפילין מיט די שליסל האלטער, אבער ליידער נאך יציאת נשמה האט מען צוריק געגעבן פאר די משפחה בלויז זיינע בגדים אן די טלית ותפילין און אן די שליסל האלטער! שפיטאל טענה'ט זיי טרעפן עס שוין נישט

די בעלי בתים שטייען יעצט אובד עצות, אלע חשבונות אלע אינפראמעשן פון יארן איז פשוט פארלוירן געגאנגען! (און די טלית ותפילין דארף מען אראפארן קיין ראטשעסטער אויפזוכן.. רח''ל)

דאס איז א מעשה שהיה ליידער וואס מסתם אנדערע האבן שוין אויך געהערט דערפון, אבער צוליב די סענסיוויטיפקייט פונען ענין קען איך נישט אריינגיין אין קיין פרטים!

אוי טאטע לייז אונז אויס!
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

טראק דרייווער האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....


חלילה.... דעם באשעפער קען איך נישט ארויסלאזן פון ערגעץ נישט, אם אסק שמים שם אתה..

;l;p-
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ציגרעטל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ציגרעטל האט געשריבן:בעפאר קראנע האט מען שוין אויך געהערט אזאנס? מ'זאל דארפן אפשניי.. (כ'קען נישט צוענדיגן) די בורד צו לייגן א רעספארעטער? אדער איז דאס א ספעציעלע 'קראונע רעספארעטער' וואס מ'דארף ..

איך האב שוין געזעהן מענטשען ליגן מיט רעספארעטערס און טרעיקס רח''ל מיט גאנצע בערד

עס איז טאקע שוידערליך צו טרעפן קרובים אן קיין בערד. איך קען מיך נישט פארשטעלן אזאנס אויף מיינע קרובים, אבער איך גלייב נישט אז דער ציל איז געווען שמד. זיי ווייסן טאקע אז אידן גייען מיט בערד, אבער זיי ווייסן נישט אז דאס שניידט מען ממש קיינמאל נישט אפ. די אראבערס האבן אויך בערד, אבער אמאל ארויף און אמאל אראפ.

דאס איז א טייל פונעם פראבלעם אז משפחה האט נישט געקענט זיין דארט צו זאגן ניין. די דאקטוירים און נורסעס האבן געטון וואס זיי ווילן אן פרעגן קיינעם, און מען דארף נעמען שריט אז דאס זאל חלילה נישט פארקומען נאכאמאל.


שוין איבער א חודש וואס איך ווייס פון דעם אבער איך האב געמיינט אז סאיז געווען אויף א איינגעצוימטע אופן.
לעצטענס בין איך געוואר געווארן אז סאיז ליידער דא צענדליגער וואס סאיז געשען מיט זיי.
אבער מצד שני איז דא עפעס א שווייגענישט איבער די נושא.
איך ווייס נישט אויב סאיז שייך צו טוען עפעס בכלל כיון שנעשה הדבר, אבער דאך וואלט דאס געדארפט שוידערן דעם ציבור.

נישט קיין ווערטל און נישט קיין דזשאוק, קעראנא האט ארויס געלאזט נאך א שרעקליכן סימפטם:
אז נאך ..... בלייבט מען אן גארנישט.


נישט קיין ווערטל, אבער וויבאלד איך ווייס סאיז האקל שרייב איך דאס אזוי.
אדרבה ווער סהאט גאטס זאל מסביר זיין.
-
כ'האב נישט קיין כח צו קיין קאר פיקעטינג קעגן מיין אפיס מארגן, לאמיר צוגיין צום פוינט,

כ'שרייב נאר ברמז (....) ווייל כ'ווייס נישט אויב די משפחה איז באקוועם מיט פרטים,

א איד א מענעדשער אין א גרויסע ביזנעס האט מען ליידער אריינגעפירט אין שפיטאל מיט קאראונע פאר פסח, א צייט וואס די ביזנעס איז שטארק פארנומען, דער געטרייע מענעדשער האט געהאט א שטייפע האנט אויפן ביזנעס, און ער אויסשליסלעך ער האט געפירט די חשבונות פונעם ביזנעס, ניטאמאל די קינדער וואס פלעגן אים צוהעלפן האבן געהאט צוטריט צו די חשבונות וכו'
ער פלעגט דאס האלטן אויף עטליכע USB'ס וואס איז געליגן אויף זיין שליסל האלטער,

ביים אריינפירן אין שפיטאל האט ער מיגענומען זיין טלית ותפילין מיט די שליסל האלטער, אבער ליידער נאך יציאת נשמה האט מען צוריק געגעבן פאר די משפחה בלויז זיינע בגדים אן די טלית ותפילין און אן די שליסל האלטער! שפיטאל טענה'ט זיי טרעפן עס שוין נישט

די בעלי בתים שטייען יעצט אובד עצות, אלע חשבונות אלע אינפראמעשן פון יארן איז פשוט פארלוירן געגאנגען! (און די טלית ותפילין דארף מען אראפארן קיין ראטשעסטער אויפזוכן.. רח''ל)

דאס איז א מעשה שהיה ליידער וואס מסתם אנדערע האבן שוין אויך געהערט דערפון, אבער צוליב די סענסיוויטיפקייט פונען ענין קען איך נישט אריינגיין אין קיין פרטים!

אוי טאטע לייז אונז אויס!

א שר העשר זאל אזוי גוט שרייבען?
כהאב מורא די האסט נאך א ניק
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

למעלה משבעים האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....

כ'פארשטיי ריכטיג? ווילסט ברענגן א ראיה פון דא אז ס'איז נישט עק וועלט כשמגלחים? כ'ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר זענט, אבער דאן לשיטתך דארף מען זיך פילן גוט כלפי דעם באשעפער מיטן אפשניידן די פיאות אויך וויייל עי' ערך תגלחת לויים ונזירים... א מין מאדנע גזירה שוה.

ר' למעלה, ביסט ב"ה א גוטע בעל הבנה, און איך בין מיט דיר אינעם זעלבן דערפל איינגעשפארט...
א יוד טאר זיך נישט שערן (באופן האסור), אויב האט מען אים געשוירן האט ער זיך אבער נישט וואס זיך צו שעמען פון השי"ת!!!!!!
די גז"ש איז נועד צו קאנווינסן דער וואס קלערט אז מען דארף זיך אפשר יא פילן פארשעמט פאר השי"ת
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שכוח איינס פארן געוואלדיגען אשקול. וואלט כדאי געווען צו לייגען א קאפי אין פאברענגען...
איך זאג א קאפי ווייל דא דארף אויך זיין איינס (pun unintended) לעצם הענין.
און שכויח שמחה'לע פארן עס צוצייכענען.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אהרן הלוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....

כ'פארשטיי ריכטיג? ווילסט ברענגן א ראיה פון דא אז ס'איז נישט עק וועלט כשמגלחים? כ'ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר זענט, אבער דאן לשיטתך דארף מען זיך פילן גוט כלפי דעם באשעפער מיטן אפשניידן די פיאות אויך וויייל עי' ערך תגלחת לויים ונזירים... א מין מאדנע גזירה שוה.

ר' למעלה, ביסט ב"ה א גוטע בעל הבנה, און איך בין מיט דיר אינעם זעלבן דערפל איינגעשפארט...
א יוד טאר זיך נישט שערן (באופן האסור), אויב האט מען אים געשוירן האט ער זיך אבער נישט וואס זיך צו שעמען פון השי"ת!!!!!!
די גז"ש איז נועד צו קאנווינסן דער וואס קלערט אז מען דארף זיך אפשר יא פילן פארשעמט פאר השי"ת

ופשוט. איינער וואס שעמט זיך יא דארף ארבעטען אויף זיין אמונה.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

נו, פארדעם האט מען דאך מאסקעס, מען זאל קענען באדעקן די פנים ביז די בארד וואקסט צוריק....

ס'גוט פאר א ווערטל, אבער די ווייטאג און די בושה פון אזא איינער איז אין לשער.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

סטיטשינער האט געשריבן:שכוח איינס פארן געוואלדיגען אשקול. וואלט כדאי געווען צו לייגען א קאפי אין פאברענגען...
איך זאג א קאפי ווייל דא דארף אויך זיין איינס (pun unintended) לעצם הענין.
און שכויח שמחה'לע פארן עס צוצייכענען.

טעות. געמיינט האב איך
טראק דרייווער האט געשריבן:.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
געהאפט
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געהאפט »

די בושה און עוולה איז ביטער אבער
אויב דעס האט געראטעוועט איינעמס לעבען איז עס לכאורה ווערט
און איך גלייב שווער אז מען זאל "יעצט" מאכען א מצב דערפון (עס קען לכאורה געבען נאך א סיבה זיך נישט אפציגעבן צו שטארק מיט אידישע פעשענס)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אהרן הלוי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אן א צלם אלקים
ווי אזוי פילט ער זיך כלפי דעם באשעפער

לאז ביטע ארויס דעם באשעפער פון דאנעט
ועי' ערך תגלחת לויים ונזירים....

כ'פארשטיי ריכטיג? ווילסט ברענגן א ראיה פון דא אז ס'איז נישט עק וועלט כשמגלחים? כ'ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט איר זענט, אבער דאן לשיטתך דארף מען זיך פילן גוט כלפי דעם באשעפער מיטן אפשניידן די פיאות אויך וויייל עי' ערך תגלחת לויים ונזירים... א מין מאדנע גזירה שוה.

ר' למעלה, ביסט ב"ה א גוטע בעל הבנה, און איך בין מיט דיר אינעם זעלבן דערפל איינגעשפארט...
א יוד טאר זיך נישט שערן (באופן האסור), אויב האט מען אים געשוירן האט ער זיך אבער נישט וואס זיך צו שעמען פון השי"ת!!!!!!
די גז"ש איז נועד צו קאנווינסן דער וואס קלערט אז מען דארף זיך אפשר יא פילן פארשעמט פאר השי"ת

לגבי שעמען קען מען דן זיין, ווייל די רעדסט דאך פון די מענטש אליין וואס קען טראכטן אז דאס האט אים פאסירט צוליב זיינע עוונות.

אבער א ראיה פון א זאך וואס דער באשעפער האט קלאר מצווה געווען צו טון אנדערש ווי די תורה פארלאנגט נארמאל? פאר די לוים און נזירים איז דאך דאס געווען א מצוה, א לכתחילה, דאס איז ניטאמאל א הו"א פון א ראיה. צו עסן אום יו"כ צוליב פקוח נפש קענסטו ברענגן פון דא א ראיה... אבער אויף א זאך וואס מען טאר נישט טון, און ס'איז געשען? לא הבנתי.

אגב, די נזירים האט מען בכלל נישט געשוירן די בארד, נאר די פיאות [כן מבואר בגמרא דכשדן לענין מצורע דנו גם בענין הלאו של לא תשחית פאת זקנך, אבל כשדנו לענין נזיר לא דנו רק בענין לאו דלא תקיפו].

שוין לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

למעלה משבעים האט געשריבן:.

שוין לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול.

נישט דא וואס צו פארדרייען, ס'איז סיי ווי פארדרייט...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

סאיז אביסל אנדערש אויב סאיז געווען במזיד ווייל אויב יא איז עס שנאת הדת וואס מיינט א העיט קריים וואס איז ערגער אויך בעיני הגוי

אבער די עסקנים געבן איבער אז צווישן די 500 מעסעדשעס פון מעשי רציחה אין שפיטעלער איז "דערווייל" נישט אריינגעקומען אזא מעשה
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באריכט »

חסדי אבות האט געשריבן:איך געדענק ווען איך האב באקומען 'בעלץ-פאוזי' אויף גאנץ א שווערער אופן (פאר ווער ס'ווייסט נישט, א האלבער פנים ווערט פאלאזירט. געווענליך גייט עס אוועק ביז אפאר וואכן, אין געוויסע פעלער בלייבט עס האלבוועגס אדער אמאל חלילה גענצליך), און איך האב געדארפט מאכן א געוויסע טעראפי אויף מיין פנים, אז די מוסקלען אין פנים זאלן צוריק אנהויבן פונקציאנירן געהעריג. דעמאלס האב איך געדארפט גיין אין שפיטאל מאכן די טעראפי, אבער דער דאקטער האט גע'טענה'ט אז מיין בארד לאזט דאס נישט טון גענצליך. ער האט גע'עצה'עט אז איך זאל אפשערן דאס בארד ביז מען וועט ענדיגן דערמיט. ער האט דאס געזאגט מיט אזא פשטות, ער האט געהאלטן אז דער בארד איז אמאל יא און אמאל נישט... זיי ווייסן נישט פונקטליך.

ווען ס'קומט צו אזא מצב, מען האט נישט קיין קשר מיט די משפחה אינדרויסן, קען אזאנס פארקומען, היל"ת.

אבער א ויצעקו מוז מען מאכן... ס'איז נישט קיין הפקר וועלט!

...
נ.ב. אז מען רעדט שוין... אין די יעצטיגע קעראונע תקופה, האט זיך מיין בעלץ פאוזי פארשטארקערט. כ'ווייס נישט צי ס'האט א קשר מיט דעם, אבער אויב איינער האט אן עצה, ווייסט וואו מען קען זיך ווענדן פאר הילף, ווייל ס'שטערט מיר זייער שטארק, איך לייד אויף מיין אויג און אויף מיין מויל אויף איין זייט. געזוכט שוין צו טון וואס איך קען, אבער אן ערפאלג. עני עצה? - יישר כח.


קען זיין אז בעלץ פאוזי, קומט פון סטרעסס?
( לעצטע יאהרן האט מען אנטפלעקט אסאך פיזישע שינויים/ווייטאגען אינעם גוף איז פון סטרעסס [סארנא mathod])

ממילא די קרונה תקופה וואס איז זייער סרעספול קען זיין וועגען דעם איז דאס יעצט פארשטערקערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”