שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא "סימפטאם"

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 06, 2020 10:18 pm

שוין איבער א וואך וואס איך ווייס פון דעם אבער איך האב געמיינט אז סאיז געווען אויף א איינגעצוימטע אופן.
נעכטן בין איך געוואר געווארן אז סאיז ליידער דא צענדליגער וואס סאיז געשען מיט זיי.
אבער מצד שני איז דא עפעס א שווייגענישט איבער די נושא.
איך ווייס נישט אויב סאיז שייך צו טוען עפעס בכלל כיון שנעשה הדבר, אבער דאך וואלט דאס געדארפט שוידערן דעם ציבור.

נישט קיין ווערטל און נישט קיין דזשאוק, קעראנא האט ארויס געלאזט נאך א שרעקליכן סימפטם:
אז נאך ..... בלייבט מען אן קיין האר.


נישט קיין ווערטל, אבער וויבאלד איך ווייס סאיז האקל שרייב איך דאס אזוי.
אדרבה ווער סהאט גאטס זאל מסביר זיין.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג מאי 07, 2020 12:11 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 06, 2020 10:23 pm

נאך ספירה?

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 06, 2020 10:26 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:נאך ספירה?

אויב סאיז א רמז, יא איבער די נושא.

אינטערסאנט אז דער עולם ווייסט נישט פון דעם
שוין באקומען 3 אישיס.

איך מאך נישט קיין ווערטל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

עוד הם מדברים
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך עוד הם מדברים » מיטוואך מאי 06, 2020 10:33 pm

איינס האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:נאך ספירה?

אויב סאיז א רמז, יא איבער די נושא.

אינטערסאנט אז דער עולם ווייסט נישט פון דעם
שוין באקומען 3 אישיס.

איך מאך נישט קיין ווערטל


קענסט ביטע קומען צום ווארט??

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:34 pm

איך הייב נאר אן צו חלומ'ן. האר פארלוסט ווייזט צומאל אויף א מאנגל אין ווייטעמין D, ביי קאראנא איז דא וואס זאגן אז מען דארף נעמען ווייטעמין D דאס צו פייטן. ממילא איינער וואס זיין ביסל ווייטעמין D איז געווען פארנומען צו פייטן די וויירוס טרעפט זיך דערנאך מיט א מאנגל אין האר רח"ל.

השערה בעלמא
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 06, 2020 10:34 pm

אזוי ווי מיין אישי איז פארפלייצט געווארן (12 אישיס) לאמיר נאר קלאר מאכן איך מיין זייער הערנסט און נישט געמאכט דא עפעס אנצודרייען.

איך האב נישט ליב ווען איך הער אז דאקטורים זענען נאציס, איך האלט אז א איד טאר אזוי נישט רעדן, ביותר ווען סאיז נישט אמת.

אבער אזוי פיל קען מען זאגן אז די נאציס האבן די זאך געטון.

....

בין איך טאקע דער איינציגסטער וואס ווייסט איבער דעם?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:35 pm

איינס אפשר הערסטו אויף אנציציען מיט רמזים? רעד צו דער זאך און פארטיג.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

עוד הם מדברים
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך עוד הם מדברים » מיטוואך מאי 06, 2020 10:37 pm

איינס האט געשריבן:אזוי ווי מיין אישי איז פארפלייצט געווארן (12 אישיס) לאמיר נאר קלאר מאכן איך מיין זייער הערנסט און נישט געמאכט דא עפעס אנצודרייען.

איך האב נישט ליב ווען איך הער אז דאקטורים זענען נאציס, איך האלט אז א איד טאר אזוי נישט רעדן, ביותר ווען סאיז נישט אמת.

אבער אזוי פיל קען מען זאגן אז די נאציס האבן די זאך געטון.

....

בין איך טאקע דער איינציגסטער וואס ווייסט איבער דעם?!


וואס איז די ענין פון אנציען? אז איר שמועסט נישט אויס קען מען אפשפארן דעם אשכול, סתם אנציען האט זיכער נישט קיין פשט.

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 06, 2020 10:41 pm

ופאת זקנם לא יגלחו אזהרה למקיף
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך מאי 06, 2020 10:44 pm

ער פליקט זיך די בארד, איך טוה עס פאר קאראנע אויך

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:45 pm

איינס האט געשריבן:ופאת זקנם לא יגלחו אזהרה למקיף

וואס? ווען? ווי?
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

עוד הם מדברים
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך עוד הם מדברים » מיטוואך מאי 06, 2020 10:45 pm

איינס האט געשריבן:ופאת זקנם לא תגלחו אזהרה למקיף


פארוואס טוהסטו דאס?? באמת, האסט א פארגעניגן צו דרייען מענטשנ'ס נערוון, הער אויף ברענגען פסוקים און זאג וואס דו ווילסט זאגן. אדער מעק דעם אשכול. גענוג איז גענוג, מ' האט שוין גענוג געהאט די לעצטע חדשים.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך מאי 06, 2020 10:45 pm

הרב איינס, פראבירט אנצוקומען צו פיר טויזענט תגובות

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:46 pm

איינס האט געשריבן:ופאת זקנם לא יגלחו אזהרה למקיף


עס האט עפעס מיט די אור מקיף?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך דייקן » מיטוואך מאי 06, 2020 10:46 pm

הרב איינס, אפשר ציסטו נישט אן די עולם אזוי שטארק, און זיי זיך קלארער מסביר, איז דאס א קאראנע סימפטאם אדער א שפיטאל סימפטאם...

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:47 pm

דייקן האט געשריבן:הרב איינס, אפשר ציסטו נישט אן די עולם אזוי שטארק, און זיי זיך קלארער מסביר, איז דאס א קאראנע סימפטאם אדער א שפיטאל סימפטאם...


די מהלך וויאזוי איינס ציט דא אן די נערוון איז זיכער א קאראנא סימפטאם....
לעצט פאראכטן דורך טראק דרייווער אום מיטוואך מאי 06, 2020 10:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 06, 2020 10:47 pm

דייקן האט געשריבן:הרב איינס, אפשר ציסטו נישט אן די עולם אזוי שטארק, און זיי זיך קלארער מסביר, איז דאס א קאראנע סימפטאם אדער א שפיטאל סימפטאם...

עקזעקטלי

סאיז זייער אומבאטעמט צו הערן און דערפאר האב איך דאס אזוי געשריבן (איך בין שוין 3 טעג נישט ביי מיר..)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך מאי 06, 2020 10:48 pm

אקעי, 3998.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך מאי 06, 2020 10:49 pm

ווער איז שולדיג דערויף? טראמפ? קאומא? דיבלאזיא? הצלה? שפיטעלער? שומרים? טשיינע? וכו' וכו'

עוד הם מדברים
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך עוד הם מדברים » מיטוואך מאי 06, 2020 10:49 pm

מר. איינס, ס'איז דא אידן וואס זענען זייער סעסיטיוו צו אזאנע געשרייבאכטסער, ואני בתוכם פאר פארשידענע סיבות, און וואס דו טוהסט איז א דבר מגונה. אנטשולדיגט פאר מיין שפראך.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:51 pm

איינס האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:הרב איינס, אפשר ציסטו נישט אן די עולם אזוי שטארק, און זיי זיך קלארער מסביר, איז דאס א קאראנע סימפטאם אדער א שפיטאל סימפטאם...

עקזעקטלי

סאיז זייער אומבאטעמט צו הערן און דערפאר האב איך דאס אזוי געשריבן (איך בין שוין 3 טעג נישט ביי מיר..)


אז די ביסט נישט ביי דיר דעמאלס הער אויף דא צו שרייבן און צודרייט מאכן כל הקהל הקודש מיט דיינע איבערגעקלוגטע רמזים. רמזים וועל איך טרעפן אין זרע קודש, דא איז אייוועלט מיין פריינט
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

שרייב-פעדער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך שרייב-פעדער » מיטוואך מאי 06, 2020 10:51 pm

ציגעלע האט געשריבן:ווער איז שולדיג דערויף? טראמפ? קאומא? דיבלאזיא? הצלה? שפיטעלער? שומרים? טשיינע? וכו' וכו'

לכאורה איז די "קנאבל זאפט" שולדיג אין די גאנצע סומאטוכע.
וואס גייט דא פאר? טאטע אין הימל וואס וועל דער איד?
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך איינס » מיטוואך מאי 06, 2020 10:52 pm

עוד הם מדברים האט געשריבן:מר. איינס, ס'איז דא אידן וואס זענען זייער סעסיטיוו צו אזאנע געשרייבאכטסער, ואני בתוכם פאר פארשידענע סיבות, און וואס דו טוהסט איז א דבר מגונה. אנטשולדיגט פאר מיין שפראך.

פאר ווער סהאט נאכנישט פארשטאנען און מיינט אז איך האב געמיינט דא אנצודרייען איז מכובד צו אריינגיין אין שמייכל קעראנא אשכול.
איך האב געהערט פון דעם, א טאג צוויי נאכדעם געהערט אז עטליכע איז דאס געשעהן אבער איך האב געזעהן אז קיינער וויל נישט רעדן.

סא אדער בין איך פונקט נאנט מיט די עטליכע אדער וויל מען נישט רעדן אין פאבליק,
איבערדעם האב איך טאקע אויפגעמאכט די אשכול מזאל קענען רעדן איבער דעם דא.

דערווייל זעהט אויס אז אדער דערציילט מען ענק נישט וואס גייט פאר מיט ענקער נאנטע אדער איז דאס אזוי אומבאטעמט אז אפילו אנאנים וויל מען נישט רעדן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך מאי 06, 2020 10:53 pm

די אשכול איז נאר דא א האלבע שעה, און עס האט שוין איבער זיבן הונדערט!!! קליקס. און קיינער ווייסט נאך נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך דא

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: שוידערליך!!! א שרעקליכע קעראנא סימפטם

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך מאי 06, 2020 10:53 pm

איינס האט געשריבן:
עוד הם מדברים האט געשריבן:מר. איינס, ס'איז דא אידן וואס זענען זייער סעסיטיוו צו אזאנע געשרייבאכטסער, ואני בתוכם פאר פארשידענע סיבות, און וואס דו טוהסט איז א דבר מגונה. אנטשולדיגט פאר מיין שפראך.

פאר ווער סהאט נאכנישט פארשטאנען און מיינט אז איך האב געמיינט דא אנצודרייען איז מכובד צו אריינגיין אין שמייכל קעראנא אשכול.
איך האב געהערט פון דעם, א טאג צוויי נאכדעם געהערט אז עטליכע איז דאס געשעהן אבער איך האב געזעהן אז קיינער וויל נישט רעדן.

סא אדער בין איך פונקט נאנט מיט די עטליכע אדער וויל מען נישט רעדן אין פאבליק,
איבערדעם האב איך טאקע אויפגעמאכט די אשכול מזאל קענען רעדן איבער דעם דא.

דערווייל זעהט אויס אז אדער דערציילט מען ענק נישט וואס גייט פאר מיט ענקער נאנטע אדער איז דאס אזוי אומבאטעמט אז אפילו אנאנים וויל מען נישט רעדן

געהערט וואס? טאטע אין הימל


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט