ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך העלאו » מיטוואך מאי 06, 2020 3:52 pm

די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך מאי 06, 2020 3:53 pm

העלאו האט געשריבן:די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס

אויב איך מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 06, 2020 3:55 pm

העלאו האט געשריבן:די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס

קענסט בלייבן איינגעשפארט. דער עולם דרייט זיך שוין אינדרויסן און ס'ווערט מער פון טאג צו טאג.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך אור » מיטוואך מאי 06, 2020 3:58 pm

העלאו האט געשריבן:די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס

נישט גיין נאר לויפן.. -y-

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 06, 2020 4:03 pm

די שטאט האט גענומען אזא שטרענגע לאוק דאון

(וואס פאר א לאנגע צייט איז דא ערענסטע קאנסטוטצאלע פראגעס! 2 וואכען 30 טעג מילא)

צוליב די העלט קעיר סיסטעם קען קראכען, אין איך מיין יעדע בר דעת קען דעס פארשטיין, ווען די גאווערמענט שרייט sos רח"ל,
אבער נאכדעם דארף מען קוקען אויף דעם די ערשטע זאך, כמיין א גאווערמענט קען נישט ווערען געפירט מיט געפילען, נאר מיט שכל אין פאקטען, סא לענינינו

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך מאי 06, 2020 4:06 pm

איך ווארט שוין טאקע אויף די דראמא קווינס וואס זאלן קומען מיט פלאקאטן מיט שרייעדיגע אותיות אז די סכנה איז נאכנישט פאריבער...

די איינציגסטע עכטע סכנה אין די וויירוס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די דאקטורים כלפי מינאריטעטן ווי עס איז היינט קלארער נתברר געווארן ווען ר' אליעזר האגער שליט"א איז געפלויגן פון מאונט סיני.

מען קען שרייבן קלאר השם ינקום דמם אויף די טויזענטע מתים!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 06, 2020 4:25 pm

טישטוך האט געשריבן:איך ווארט שוין טאקע אויף די דראמא קווינס וואס זאלן קומען מיט פלאקאטן מיט שרייעדיגע אותיות אז די סכנה איז נאכנישט פאריבער...

די איינציגסטע עכטע סכנה אין די וויירוס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די דאקטורים כלפי מינאריטעטן ווי עס איז היינט קלארער נתברר געווארן ווען ר' אליעזר האגער שליט"א איז געפלויגן פון מאונט סיני.

מען קען שרייבן קלאר השם ינקום דמם אויף די טויזענטע מתים!

נישט מעגליך צי וויסען גארנישט פאר זיכער ביז די שטויב זעצט זיך

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 06, 2020 4:42 pm

העלאו האט געשריבן:די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס



:lol: :lol: :lol:

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס כהאב שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס....???

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך מאי 06, 2020 4:48 pm

העלאו האט געשריבן:די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס

כהאב געמיינט איך בין דער איינציגער נאך אינדערהיים. איך זע יעדן ארויסגיין כאילו לא היה
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 06, 2020 5:09 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:די עולם שטייט און ווארט די לאק דאון זאל זיך ענדיגען
אבער למעשה וועט דען די עולם ארויס גיין אדער בלייבן פארשפארט נאכן זעהן ליידער ויפיל קרבנות די קאראנא האט געקאסט ל''ע ?
ווער וועט זיך דען גיין איינשטעלען און גיין אין ביהמ''ד אין שיקען די קינדער אין חדרים ?
לכאורה וועט מען מוזן ווארטן נאך א פאר וואכען עס זאל ארויס קומען א וואקסין דאס איז לכאורה די איינציגע וועג ארויס



:lol: :lol: :lol:

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס כהאב שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס....???

כ'מיין אז ער האט געשריבן דעם תגובה א וואך פאר פסח און יעצט געדריקט "שיק"
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך מאי 06, 2020 5:25 pm

אדער האט ער געדריקט שיק פאר פסח און צוליב די שטייטע סיסטעם האבן מיר יעצט זוכה געווען צו די אשכול...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 06, 2020 5:27 pm

:lol:
טישטוך האט געשריבן:אדער האט ער געדריקט שיק פאר פסח און צוליב די שטייטע סיסטעם האבן מיר יעצט זוכה געווען צו די אשכול...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מאי 06, 2020 5:29 pm

געפאקטע גאסן און שילן בה

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך העלאו » מיטוואך מאי 06, 2020 5:36 pm

אה''נ די אלע וואס האבן שוין געהאט די קאראנא האבן נישט וואס מורא צו האבן און די אלע געשטאפטע גאסן וואס דו זעהסט איז פון מענטשען וואס האבן עס שוין געהאט
אבער איינער וואס האט עס נאכנישט געהאט און גייט ארויס איז דאך א מאבד עצמו לדעת איך האב ליידער א גוטע חבר וואס איז שוין פינעף וואכן אויפן רעספערעיטער לרפו''ש
ממילא זעה איך נישט וואס איד די גרויסע חכמה ארויס צו גיין ?

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך מאי 06, 2020 5:38 pm

ער איז גאנץ גערעכט. די עלטערע אידן זענעען נאך פארשפארט. מענטשן מיט קאנדישאנס זענען נאך פארשפארט. די מיידל שולעס זענען נאך פארמאכט. ס'איז דא א לאנגע וועג צו גיין.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך העלאו » מיטוואך מאי 06, 2020 6:16 pm

פ' לך לך האט געשריבן:ער איז גאנץ גערעכט. די עלטערע אידן זענעען נאך פארשפארט. מענטשן מיט קאנדישאנס זענען נאך פארשפארט. די מיידל שולעס זענען נאך פארמאכט. ס'איז דא א לאנגע וועג צו גיין.


און די חדרים און ישיבות זענען שוין אפען ?

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך א קאנאדער » מיטוואך מאי 06, 2020 6:29 pm

טישטוך האט געשריבן:איך ווארט שוין טאקע אויף די דראמא קווינס וואס זאלן קומען מיט פלאקאטן מיט שרייעדיגע אותיות אז די סכנה איז נאכנישט פאריבער...

די איינציגסטע עכטע סכנה אין די וויירוס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די דאקטורים כלפי מינאריטעטן ווי עס איז היינט קלארער נתברר געווארן ווען ר' אליעזר האגער שליט"א איז געפלויגן פון מאונט סיני.

מען קען שרייבן קלאר השם ינקום דמם אויף די טויזענטע מתים!

ליידער ליידער ביסטו גערעכט, מען קען לכתחילה שרייבן הי" ד

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 06, 2020 6:50 pm

ליידער ליידער רעדט עטס פאר פייער און פאר וואסער, און עס וואלט מיר נישט אנגעגאנגען סתם אזוי אבער די עדיטוט איז מסוכנ'דיג, עס הארגעט מענטשן כפשוטו.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך מאי 06, 2020 6:52 pm

א קאנאדער האט געשריבן:ליידער ליידער ביסטו גערעכט, מען קען לכתחילה שרייבן הי" ד

אויף די מענטשן וואס האבן געהאט א חלק אין דעם וואס די שפיטעלער זענען געווען אין א קריזיס,

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך מאי 06, 2020 7:01 pm

טישטוך האט געשריבן:איך ווארט שוין טאקע אויף די דראמא קווינס וואס זאלן קומען מיט פלאקאטן מיט שרייעדיגע אותיות אז די סכנה איז נאכנישט פאריבער...

די איינציגסטע עכטע סכנה אין די וויירוס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די דאקטורים כלפי מינאריטעטן ווי עס איז היינט קלארער נתברר געווארן ווען ר' אליעזר האגער שליט"א איז געפלויגן פון מאונט סיני.

מען קען שרייבן קלאר השם ינקום דמם אויף די טויזענטע מתים!

וואס איז די מעשה מיט ר’ לעזער האגער??

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך העלאו » מיטוואך מאי 06, 2020 7:10 pm

א קאנאדער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך ווארט שוין טאקע אויף די דראמא קווינס וואס זאלן קומען מיט פלאקאטן מיט שרייעדיגע אותיות אז די סכנה איז נאכנישט פאריבער...

די איינציגסטע עכטע סכנה אין די וויירוס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די דאקטורים כלפי מינאריטעטן ווי עס איז היינט קלארער נתברר געווארן ווען ר' אליעזר האגער שליט"א איז געפלויגן פון מאונט סיני.

מען קען שרייבן קלאר השם ינקום דמם אויף די טויזענטע מתים!

ליידער ליידער ביסטו גערעכט, מען קען לכתחילה שרייבן הי" ד


נא לאמיר שוין זאגן זיי זענען רוצחים נא דארף מען דאך ערשט אכטונג געבן נישט אנצוקומען צו די רוצחים
ווען דו זאגסט מיר אז היינט איז שוין דא אייגענע שפיטעלער אדער היינט קען מען שוין אריינגין ביסטו אפשר גערכט אבער די מצב האט זיך נישט געשטוישט קיין איין טראפ פון פאר פסח נא איז וואס איז די חכמה ארויסצוגיין

Haklal
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך Haklal » מיטוואך מאי 06, 2020 7:10 pm

nmi האט געשריבן::lol:
טישטוך האט געשריבן:אדער האט ער געדריקט שיק פאר פסח און צוליב די שטייטע סיסטעם האבן מיר יעצט זוכה געווען צו די אשכול...

:lol: :lol:

Haklal
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך Haklal » מיטוואך מאי 06, 2020 7:11 pm

העלאו האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ער איז גאנץ גערעכט. די עלטערע אידן זענעען נאך פארשפארט. מענטשן מיט קאנדישאנס זענען נאך פארשפארט. די מיידל שולעס זענען נאך פארמאכט. ס'איז דא א לאנגע וועג צו גיין.


און די חדרים און ישיבות זענען שוין אפען ?


שששששששש
אזנים לכותל

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך מאי 06, 2020 7:21 pm

טישטוך האט געשריבן:איך ווארט שוין טאקע אויף די דראמא קווינס וואס זאלן קומען מיט פלאקאטן מיט שרייעדיגע אותיות אז די סכנה איז נאכנישט פאריבער...

די איינציגסטע עכטע סכנה אין די וויירוס איז די פארנאכלעסיגקייט פון די דאקטורים כלפי מינאריטעטן ווי עס איז היינט קלארער נתברר געווארן ווען ר' אליעזר האגער שליט"א איז געפלויגן פון מאונט סיני.

מען קען שרייבן קלאר השם ינקום דמם אויף די טויזענטע מתים!

כמיין אז הצלה איז שולדיג פארן אריינפירן מענטשען אין שפיטאל


די שפיטאל איז שולדיג ווייל זיי האבן אריינגענומען מער פאציענטען וויפיל זיי קענען פאר טראגן

די דאקטורים זענען שולדיג פארן לייגן מענטשען אויף ווענטיליטארס וויבאלד זיי האבן געמיינט אז דאס איז די איינציגסטע וועג עס צו באהאנדלען

די נוירסעס זענען שולדיג ווייל זיי וואלטן ליגאל געקענט בלייבן אינדערהיים און באקומען באצאלט און זיך נישט אריינלייגן יעדן טאג אין א סכנה, און אפילו ווען זיי זענען יא געקומען צו די ארבייט האבן זיי געארבעט אווערטיים און נישט געהאט צופיל צייט פאר יעדע פאציענט באזינדער ווייל זיי זענען געלאפן פון איין בעט צום צווייטן

הצלה איז שולדיג ווייל זיי האבן פון אנהייב געמיינט אז מדארף יעדן אריינפירן אין שפיטאל, וואס היינט ווייסט שוין הצלה פון עקספיריענס ווען יא און ווען נישט

אבער איך קלוגער יונגערמאן וואס האט גלייך פון אנהייב ארויסגעהאט די גאנצע פראבלעם

און כהאב פארשטאנען אז די גאנצע סאשעל דיסטענסינג
איז א אנטיסעמיטשע זאך פון דעבלאזיא

איך האב געוויסט צו זאגן אז א מקוה שאדט נישט אפילו סאיז אנגעפילט מיט זשערמס

איך האב גערעדט צו א דיין וואס האט מיר קלאר געזאגט אז די רבנים זענען אונטער געקויפט פון בערקאוויטש און מטאר נישט פארמאכן שוהלן

איך יונגערמאן וואס האט געהאלטן אז יעדער האט עס שוין ממילא באקומען און די גאנצע מצב איז סתם א זייפן בלאז

איך יונגערמאן וואס האט ארומגעטראגן די ווירוס פון מקוה צום ביהמ״ד און פון ביהמ״ד צום גראסערי און פון גראסערי צו מיין אלטע טאטע

איך בין גארנישט שולדיג
א יעדער נאר נישט איך
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: ווען די לאק דאון גייט זיך ענדיגען גייט איר ארויס גיין?

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך מאי 06, 2020 7:41 pm

הנאה געהאט צו זען אזא לאנגע מעסעדזש אן א פוינט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרידן און 4 געסט