השתגענו???

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעלאטיוו
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:26 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעלאטיוו »

איר קענט דאס אנרופן וויאזוי איר ווילט, משוגע, צודרייט,קעירלעס, נאאיוו, אימוויסענד, א.א.וו.

איך וויל נאר צוצייגן צו א ריספאנד פון אן אפסטעטער פארשוין צו א פשוטע נייעס בנוגע אנטי באדיס, (אגב, דאס איז לעצטענס ליידער די נארם).
אטעטשמענטס
Screenshot.png
Screenshot.png (111.82 KiB) געזען 1254 מאל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

רעלאטיוו האט געשריבן:איר קענט דאס אנרופן וויאזוי איר ווילט, משוגע, צודרייט,קעירלעס, נאאיוו, אימוויסענד, א.א.וו.

איך וויל נאר צוצייגן צו א ריספאנד פון אן אפסטעטער פארשוין צו א פשוטע נייעס בנוגע אנטי באדיס, (אגב, דאס איז לעצטענס ליידער די נארם).

וואס האלט אפ א פרייע איד פון העצען אויף זיין פעיזש,
וואס איך ברענג ארויס איז אז סאשעל מידיא איז א זימפ א מאראסט צי מוויל עס מודה זיין צי נישט,
מיין שאלה אויב יעדער גייט גיין מיט א מאסק אדער גייט מיט א מאסק דארטען גייט עס העלפען לגבי דעם פראבלעם פון אזא רישטארד ראטענבערג טוויט אדער איז דא אנדערע זאכען וואס מדארף אויך טון, ווי למשל זיין ווי ווייניגער אין די נייעס בכלל איינמאל פאר אלעמאל,

סאיז געווען אן אראבער אין ב"פ א זון פון א אייסיס אנהענגער עפעס א פייערלעשער וואס האט געזאגט אז דריי אידען (ער ווייסט נאכנישט די סוד פון זשעיקאב אין זב ברענער אז מדארף צילייגען האסידיק) האבען אים אנגעשפיגען מיט קאראנע, נו וואס טוט מען אין אזא צייט?
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

איך האב זייער נישט געוואלט אריינרעדן אין די גאנצע נושא, אבער איין זאך פארוואס זאל מען נישט גיין אין די שטאט מיט מאסקעס, און אפסטעיט, גייסט אריין אין א געשעפט,
א אידישע אדער נישט אידישע, טוה אן דיין מאסק, איז עס טאקע אזוי שווער? איז אזוי שווער צו האלטן סאושעל דיסטענס? יא שולן זאלן זיין אפן, חדדים און ישיבות אויך, מען דארף תפילה און תורה, און דאס זאל מען אויך טון אויף די מערסטע אויסגעהאלטענע אופן וואס איז שייך. אבער פארוואס ווען די שמועסט אויפן גאס, קענסטו נישט זיין אפגעריקט איינעם פון אנדערן?

ווייסט וואספארא קידוש השם די קענסט גורם זיין ווען די היטסט אפ די רעגולאציעס, און וואסארא חילול השם אויב נישט. יעצט ענטפער נישט אז די גוי גייט אויך נישט, ווייל מיר זענען נישט קיין גוים, מיר זענען אידן, און ליידער זענען מיר אין גלות.

ענטפער מיר נישט אז עס איז דא מוסרים, און זיי זענען שולדיג, ווייל אויב איז דא מוסרים, דארפן מיר ניצן אונזער שכל, און זיך מער אבאכט געבן, אז זיי זאלן נישט האבן וואס אונז צו מסר'ן.

און לאמיר טראכטן ווען מען שפילט אונז אויף אויף סאושעלן מידיא, וואסארא שעדליכע עפעקט דאס האט אויף די דאקטוירם/נוירסעס אין די שפיטעלער, ווי פיל פון אונזער אידישע ברודער ווארטן אויף גרויס רחמי שמים, און ווען מען וועט אונז נישט אויפשפילן, ווייל מיר וועלן זיך צושטעלן, קען מען דורכדעם ראטעווען אידישע נפשות

נאכאמאל, מיר זענען גרייט מיט מסי"נ צו עפענען חדרים, ישיבות אין באהאלטענע מקומות, ווייל מיר וויסן דאס איז וויכטיג, און דאס וועט אונז אפהיטן, און פון דעם וועט קיין שלעכטס נישט ארויסקומען, אפשר וועט מען אונז מסר'ן און חלילה גורם זיין א חילול השם, אבער תלמוד תורה כנגד כולם, און אוודאי תורה פון תשב"ר, אבער זאכן וואס מיר קענען יא טוהן, פארוואס דארף עס זיין אזוי שווער?

און דאס אלעס בנוגע חילול השם, און לאמיר רעדן בנוגע די עצם ווירוס, ב"ה עס האט זיך בארואיגט, אבער ליגט נישט אויף אונז ערליכע אידן א חיוב מן התורה זיך ווייטער אפצוהיטן וויפיל עס איז שייך? דארפן מיר נישט פאלגן דאקטורים, אדער אונזער געטרייע הצלה לייט? איז אזוי ווייט פון מציאות אז מען זאל אנשטעקן איינעם, און יענער זאל עס טראגן צו איינער וואס פאר עם איז מסוכן די וויירוס, מען בעט נישט פון דיר אסאך, פלעין שטיי אביסל ווייט ווען די רעדסט צו דיין חבר, טוה דיר אן א מאסק ווען די גייסט צווישן מענטשן, אזוי וועסטו קענען רואיג זאגן אז בלוט איז נישט אויף מיין האנט.

דאס איז נישט נוגע דייקא אין די שטאט, אין אנדערע מקומות אויך, מאנרוי מאנסי אפסטעיט וכו. וכו. ביסט א איד, זיי שטאלץ ביסט א איד אין גלות, און די טוסט וואס עס פארלאנגט זיך, בקרויב ממש וועט משיח קומען און מיר וועלן ארויסגיין פון גלות, און דאן וועלן מיר אויסנוצן אונזער חכמה, יעצט דארפן מיר אויסהערן וואס די דאקטורים זאגן, דאס איז אונזער חיוב
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יאך בין געווען און טארגעט און אלע. אלע מייניך טאקע אלע אידן וואס זענען דארט געווען האבן אנגעהאט א מאסק
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

השתגענו? דא האט איר א חלק פונעם תירוץ...
בילד
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

סטיטשינער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:די תירוץ איז, ניין מיר זענען נישט משוגע...

לייג דיר אריין א רגע אין א בחור'ס שיך, פון ווי זאלן די בחורים/אידן אן קיין עקסעס וויסן די נייעס? פון ווי זאלן בחורים/אידן אן קיין עקסעס צו נייעס וויסן וואס עס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג? פארוואס זאלן זיי נישט גיין צו לויות ווען זיי זעהן די גראסעריס זענען געהעריג אפען? אז מ'האט א מאסק איז דאך גוט, פארוואס ביי א לוי' נישט? מ'זעהט אז ס'איז שוין אסאך בעסער פארוואס געבן זיי יעצט טיקעטס פארן נישט טראגן א מאסק? די בהמות קומען ארויס איעדן טאג מיט פרישע גזירות, שיקן זיי צעטליך צו איעדעם אונדערהיים צו מודיע זיין?

מיר זענען נישט געוואוינט צו נייע גזירות איעדן טאג.

כ'מיין אז בשעת די לוויה האט Twitter Text נאך געארבעט... וואס האקסטו אין קאפ אריין. דיין בחור קען נישט קולמע'ס נאמבער? ער איז נישט פארטריבען געווארען ביים שאפראנער לוויה?


און ווען מען הערט אז די פאליציי האט באשטעטיגט די לוי'? און מען האט אויסגעארבעט א סיסטעם, א זאך וואס איז געווען א פאקט.

נ.ב. אני הקטן האב שוין מוחה געווען דא אויף אייוועלט אויף די עצם לוי', ווען מען פרעגט מען מיך פארדעם וואלט איך געזאגט אז מען זאל עס נאר מאכן ביים פעלד און פארטיג.

באשטעטיגען א לוי' האט נישט באשטעטיגט צו שטיין צאמגעקוועטשט, און קומען אהן מאסקעס.


איך האב נישט יעצט צייט צו מסדר זיין מיינע ווערטער ממילא שרייב איך אביסל צומישט און בקיצור נמרץ, אבער ישמע חכם ויוסיף לקח.

דאס נישט צו טוהן מיט השתגענו בכלל. איך וואס איך האב שוין געהאט די וויירוס א לאאנגע צייט צוריק האלט זיך נישט צוריק פון קומען נאנט צו אינגע מענטשן, צוליב כמה סיבות, קודם כל איך האב שוין זיכער נישט די וויירוס, און איך קום נאר נעבן אינגע מענטשן וואס פאר זיי אליין איז עס אויך א חששא דמיעוטא דמיעוטא. אין פובליק היט איך זיך אלס דינא דמלכותא און אלס חילול השם. דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס די בחורים זענען ארויס אויף די גאס בכלל, און ווען מען האט נישט געהערט איז מען געווארן פארלוירן און געקומען נענטער ווייל בעצם דארפן זיי נישט צופיל מורא האבן, די איינציגסטע סיבה פארוואס "זיי" האבן געדארפט חושש צו זיין איז וועגן דינא דמלכותא, נו אי משום הא האבן זיי געטראכט אז נאר איך און נאר איך וועל קומען צו לויפן, און ווען עס איז געווארן א שטיפעניש האט מען נישט געטראכט פון ווי מען קומט.

ווען סטיטשינער וואלט געווען א בחור וואלט ער אויך געקומען צו לויפן נענטער צו הערן די הספדים. מיט השתגענו האט דאס נישט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פיין האט עס מיט השתגענו, אז מ'האט מתחילה געמיינט אז די בחורים גייען נישט קומען פארנט, איז שוין איינמאל השתגענו. יא ספיקערס נישט ספיקערס, בחורים זענען בחורים. דאס האט מען שוין געמעגט וויסן.

וועמענ'ס איידיע איז געווען בכלל צו מאכן הספדים? פארוואס קען מען נישט באגלייטן און שפעטער מספיד זיין אויפ'ן פעלד? אבער חלילה נישט השתגענו...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

טראק דרייווער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:די תירוץ איז, ניין מיר זענען נישט משוגע...

לייג דיר אריין א רגע אין א בחור'ס שיך, פון ווי זאלן די בחורים/אידן אן קיין עקסעס וויסן די נייעס? פון ווי זאלן בחורים/אידן אן קיין עקסעס צו נייעס וויסן וואס עס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג? פארוואס זאלן זיי נישט גיין צו לויות ווען זיי זעהן די גראסעריס זענען געהעריג אפען? אז מ'האט א מאסק איז דאך גוט, פארוואס ביי א לוי' נישט? מ'זעהט אז ס'איז שוין אסאך בעסער פארוואס געבן זיי יעצט טיקעטס פארן נישט טראגן א מאסק? די בהמות קומען ארויס איעדן טאג מיט פרישע גזירות, שיקן זיי צעטליך צו איעדעם אונדערהיים צו מודיע זיין?

מיר זענען נישט געוואוינט צו נייע גזירות איעדן טאג.

כ'מיין אז בשעת די לוויה האט Twitter Text נאך געארבעט... וואס האקסטו אין קאפ אריין. דיין בחור קען נישט קולמע'ס נאמבער? ער איז נישט פארטריבען געווארען ביים שאפראנער לוויה?


און ווען מען הערט אז די פאליציי האט באשטעטיגט די לוי'? און מען האט אויסגעארבעט א סיסטעם, א זאך וואס איז געווען א פאקט.

נ.ב. אני הקטן האב שוין מוחה געווען דא אויף אייוועלט אויף די עצם לוי', ווען מען פרעגט מען מיך פארדעם וואלט איך געזאגט אז מען זאל עס נאר מאכן ביים פעלד און פארטיג.

באשטעטיגען א לוי' האט נישט באשטעטיגט צו שטיין צאמגעקוועטשט, און קומען אהן מאסקעס.


איך האב נישט יעצט צייט צו מסדר זיין מיינע ווערטער ממילא שרייב איך אביסל צומישט און בקיצור נמרץ, אבער ישמע חכם ויוסיף לקח.

דאס נישט צו טוהן מיט השתגענו בכלל. איך וואס איך האב שוין געהאט די וויירוס א לאאנגע צייט צוריק האלט זיך נישט צוריק פון קומען נאנט צו אינגע מענטשן, צוליב כמה סיבות, קודם כל איך האב שוין זיכער נישט די וויירוס, און איך קום נאר נעבן אינגע מענטשן וואס פאר זיי אליין איז עס אויך א חששא דמיעוטא דמיעוטא. אין פובליק היט איך זיך אלס דינא דמלכותא און אלס חילול השם. דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס די בחורים זענען ארויס אויף די גאס בכלל, און ווען מען האט נישט געהערט איז מען געווארן פארלוירן און געקומען נענטער ווייל בעצם דארפן זיי נישט צופיל מורא האבן, די איינציגסטע סיבה פארוואס "זיי" האבן געדארפט חושש צו זיין איז וועגן דינא דמלכותא, נו אי משום הא האבן זיי געטראכט אז נאר איך און נאר איך וועל קומען צו לויפן, און ווען עס איז געווארן א שטיפעניש האט מען נישט געטראכט פון ווי מען קומט.

ווען סטיטשינער וואלט געווען א בחור וואלט ער אויך געקומען צו לויפן נענטער צו הערן די הספדים. מיט השתגענו האט דאס נישט.

נישט אז בחורים איז בכלל א תירוץ, אבער קום מיר נישט פארקויפען אז דעס אלעס איז ''בחורים''...
הלווייתתולעת יעקב - חוסר אחריות.jpg
הלווייתתולעת יעקב - חוסר אחריות.jpg (52.93 KiB) געזען 855 מאל
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

גיימיר פון פריש אנהייבן די רינג עראנגע ראוזי, ארום די לוויה?

מען מעג שטיין נאנט איינער צום צווייטן ווען מ'איז געקליידעט אין א מאסק, פינטל!
יעצט ברענג מיר א בילד פון פארנט , וויפיל פון די צוזאמגענומענע ציבור דארט גיין נישט מיט קיין מאסק?

סטוטשינער, יא איך זאג דיר אז דאס איז מיינסטנס בחורים
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פאנגט זיך נישט אהן! זאל מען עפענען אלע שולען און אנטוען מאסקעס?!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אזוי טוט מען טאקע!

איך האב פאר דיר נייעס, אז רוב פאליציאנטן הייבן נישט אן צו וויסן וואס די געזעץ איז היינט!
(אליינס מיטגעהאלטן)
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מאסקעס איז פאר בדיעבד. א פלאץ ווי מען מוז גיין און מען קען נישט היטען סאשעל דיסטענסינג. א לוויה מוז מען נישט גיין (עכ''פ לדעת די רבנים פון רובא דרובא פון די משתתפים)מאון מען קען היטען סאשעל דיסטענסינג. מאסק איז נישט קיין שום תירוץ דארט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ניס קראכער האט געשריבן:גיימיר פון פריש אנהייבן די רינג עראנגע ראוזי, ארום די לוויה?

מען מעג שטיין נאנט איינער צום צווייטן ווען מ'איז געקליידעט אין א מאסק, פינטל!
יעצט ברענג מיר א בילד פון פארנט , וויפיל פון די צוזאמגענומענע ציבור דארט גיין נישט מיט קיין מאסק?

סטוטשינער, יא איך זאג דיר אז דאס איז מיינסטנס בחורים

פארזאמלונגען איז פארבאטן. נישט קיין חילוק מאסקעס אדער אן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

ביטע נעם דאס נישט פערזענליך (כהאפשוט נישט א בעסערע וועג דאס ארױס צו ברענגען)...דאס זאגן אז איך האב דאס שוין לאנג געהאט ממילא האב איך נישט קיין פראבלעם צו גיין נאנט צו פרעמדע יונגע איז איין שטיק אראגאנאץ און לייכטזיניגקייט פאר אנדערע...אויב איר פארשטייט דאס נישט איזעס מיי בעד ווייל כגייעס נישט פראבירן מסביר זיין נאכאמאל
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

ווען די בדיעבד ווערט א לכתחילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

צוויי ענליכע פראגעס

א. אויב בשר וחלב ווערט בטל בשישים, פארוואס זאל מיין ב"ב נישט אריינפרעגלען א ביסל פוטער אין די טשולענט יעדע וואך ווייניגער ווי א זעכציגסטל?

ב. אויב מען דארף טראגן א מאסקע, זאל מען עפענען אלע אינסטיטוציעס און יעדער זאל טראגן א מאסק?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: ווען די בדיעבד ווערט א לכתחילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שטיגליץ האט געשריבן:צוויי ענליכע פראגעס

א. אויב בשר וחלב ווערט בטל בשישים, פארוואס זאל מיין ב"ב נישט אריינפרעגלען א ביסל פוטער אין די טשולענט יעדע וואך ווייניגער ווי א זעכציגסטל?

ב. אויב מען דארף טראגן א מאסקע, זאל מען עפענען אלע אינסטיטוציעס און יעדער זאל טראגן א מאסק?

אראפ געלייגט ווי א געשמאקער שטיקל שטיגליץ.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך ווייס ניט צי איינער האט געשריבן.

אין קראון הייטס איז געווען דריי לויות פון זייער חשובה פון די קהילה, הראש ישיבה הגאון הרב ישראל פרידמן, חבר הב"ד הרב יעקב שוויי, מיט דער גבאי פון רבי זי"ע הרב לייבל גראנער.

אין נארמאלע צייטן וואלט געווען גרויסע לויות, אבער מען קאן דאך ניט, האט די ארוטן ארומגעפארען אלע גאסן אין קראון הייטס און אלע זיינען ארויס פון זייער טיר באגלייטען דעם ארון.

פארוואס קאן מען דאס ניט טאן טאין ווילימסבורג?

טזוי וועט יעדער קאנען באיגלייטען, און ניט פארזאמלען.
אוועטאר
פאלם טרי
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 9:53 am

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלם טרי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מיר זענען אלעמאל געוועהן ניינציג פראצענט פאלגערס און צען פראצענט אויבער חכמים סאו די ענטפער אויף השתגענו איז לכאורה ניין! מיר זענען אלעמאל געוועהן אזוי.

און איך דאנק דעם באשעפער אז איך בין א טייל פון די חשובע געמיינדע מיט אלע ביליגע טיטלען וואס סאו קאלד חשובע עמך אידען באזארגערס באטיטלען אונז, מיר דארפען זיין בעסער ווייל מיר דארפען אלעמאל זיין בעסער און נישט ווייל דער איד מיט די גויאישע קאפ פילען פאר ריכטיג אונז צו פארבעסערען.

גייט אראפ פון אונזערע געמיינדע! אבער שוין!


;l;p-

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

הארמאניע האט געשריבן:ביטע נעם דאס נישט פערזענליך (כהאפשוט נישט א בעסערע וועג דאס ארױס צו ברענגען)...דאס זאגן אז איך האב דאס שוין לאנג געהאט ממילא האב איך נישט קיין פראבלעם צו גיין נאנט צו פרעמדע יונגע איז איין שטיק אראגאנאץ און לייכטזיניגקייט פאר אנדערע...אויב איר פארשטייט דאס נישט איזעס מיי בעד ווייל כגייעס נישט פראבירן מסביר זיין נאכאמאל

אראגאנאץ? לייכטזיניגקייט? קאמאן סענס! איך האב זיך איינגעהאלטן ביז יעצט אריינצורעדן אין די נושא ווייל איך האב מורא געהאט אז אפשר דאך ליגט עפעס אמת אין די שרעקעדיגע ווארענונגען אז מען קען נישט וויסן גארנישט בלא בלא בא, אבער their time is up, עס איז שוין היינט צו טאגס דא מיליאנען באשטעטיגטע וויירוס פעלער אין ניו יארק און 0 באשטעטיגטע פעלער פון איינעם וואס האט עס באקומען א צווייטע מאל נאכ'ן זיין אינגאנצן אויסגעהיילט. איך ווארט נאך צו זעהן די באווייזן אז מען קען נאך אנשטעקן א צווייטן לאנג נאך וואס די סימפטאמען זענען אוועקגעגאנגען. איך זוך נאך ארום די הונדערטער היימישע אידן וואס ווערן טעגליך אנגעשטעקט אין ניו יארק פון די טויזענטער ארום זיי וואס האבן עס שוין געהאט און געווארן אויסגעהיילט.
דאנט געט מי ראנג, איך גיי אויך ארום מיט א מאסק דארט וואו מען דארף, פשוט נישט אופצורעגן די שכנים און ווי אויך פאר די רואיגקייט פון די מענטשן ארום מיר וואס האבן יא מורא אבער סענס מאכט עס נישט.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אגב, ווי מער אינגע בחורים וועלן יעצט ווערן אנגעשטעקט אלץ מער וועט זיין די הערד אימיוניטי אויב זאל די וויירוס חלילה קומען א צווייטע מאל. יעצט זענען נאך די אלטע מענטשן איינגעשפארט, קומענדיגע מאל חלילה וועט זיין זייער שווער איינצושפארן מענטשן נאכאמאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארשער האט געשריבן:אגב, ווי מער אינגע בחורים וועלן יעצט ווערן אנגעשטעקט אלץ מער וועט זיין די הערד אימיוניטי אויב זאל די וויירוס חלילה קומען א צווייטע מאל. יעצט זענען נאך די אלטע מענטשן איינגעשפארט, קומענדיגע מאל חלילה וועט זיין זייער שווער איינצושפארן מענטשן נאכאמאל.

איז פארוואס טאקע זאגן עס זיי נישט? זיי האבן נישט אזויפיהל שכל? אפשר קוקסטו נאר אויף איין חלק פונעם בילד? ווער זאגט דיך אז אויב מ'וועט לאזן יונגע ווערן אנגעשטעקט וועלן זאכן זיין סעיף? דאס איז נאר געזאגט געווארן אז דו ביסט זיכער אז אלע וואס קענען שטארבן אדער וועלן האבן פערמאנענטע שאדן דערפון וועלן עס זיכער נישט בעקומען פון די וואס ווערן טאקע יעצט אנגעשטעקט. פון וואו נעמסטו דיין זיכערקייט צו ארויסלאזן אזא מעסעדש, פון וואו?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פארשער האט געשריבן:
הארמאניע האט געשריבן:ביטע נעם דאס נישט פערזענליך (כהאפשוט נישט א בעסערע וועג דאס ארױס צו ברענגען)...דאס זאגן אז איך האב דאס שוין לאנג געהאט ממילא האב איך נישט קיין פראבלעם צו גיין נאנט צו פרעמדע יונגע איז איין שטיק אראגאנאץ און לייכטזיניגקייט פאר אנדערע...אויב איר פארשטייט דאס נישט איזעס מיי בעד ווייל כגייעס נישט פראבירן מסביר זיין נאכאמאל

אראגאנאץ? לייכטזיניגקייט? קאמאן סענס! איך האב זיך איינגעהאלטן ביז יעצט אריינצורעדן אין די נושא ווייל איך האב מורא געהאט אז אפשר דאך ליגט עפעס אמת אין די שרעקעדיגע ווארענונגען אז מען קען נישט וויסן גארנישט בלא בלא בא, אבער their time is up, עס איז שוין היינט צו טאגס דא מיליאנען באשטעטיגטע וויירוס פעלער אין ניו יארק און 0 באשטעטיגטע פעלער פון איינעם וואס האט עס באקומען א צווייטע מאל נאכ'ן זיין אינגאנצן אויסגעהיילט. איך ווארט נאך צו זעהן די באווייזן אז מען קען נאך אנשטעקן א צווייטן לאנג נאך וואס די סימפטאמען זענען אוועקגעגאנגען. איך זוך נאך ארום די הונדערטער היימישע אידן וואס ווערן טעגליך אנגעשטעקט אין ניו יארק פון די טויזענטער ארום זיי וואס האבן עס שוין געהאט און געווארן אויסגעהיילט.
דאנט געט מי ראנג, איך גיי אויך ארום מיט א מאסק דארט וואו מען דארף, פשוט נישט אופצורעגן די שכנים און ווי אויך פאר די רואיגקייט פון די מענטשן ארום מיר וואס האבן יא מורא אבער סענס מאכט עס נישט.

פארשער איז דיין נאמען, אבער איך דארף נישט טראכטן צוויי מאל צו טראכטן אז דו ביסט נישט קיין פארשער און דו האסט קיין מידנסטע אנונג ווי אזוי פארשעריי גייט צו. ווען יא וואלט די וועלט שלעכט אויסגעזעהן.

אבער יאמר לזכותך אז עטליסט מאכסטו נישט אן קיין שלעכטס און דו לאזט נישט איבער קיין חילול ה׳ אדער אנגעווייטיגטקייט ביי ארומיגע

סבלייבט נאר די חלק פון דעבאטירן, לאמיר טאקע הערן

ווי אזוי איז מעגליך אז די וויירוס איז אזוי אנשטעקיק אויף נישט א נארמאלע אופן און אונז זענען געווען אפן פורים און דאך האט נישט יעדער גלייך באקומען דעם וויירוס?

ווי אזוי קען זיין אז אין ארץ ישראל האט זיך דאס נישט אזוי פאשפרייט כאטש זיי האבן געלאזט די מענטשן אהיים פארן פון עירפאורט מיט די טרעינס און טעקסיס (און די בידוד איז נאר געווען אינדערהיים)?

ווי אזוי איז מעגליך אז גאנצע פאמיליעס וואס כמעט יעדער דארט האט שוין געהאט די וווירוס פאר פסח, איז דא איינער צוויי וואס זענען נאר אריין אין בעט נאך פסח?

סאיז דאך תרתי דסתרי: אדער איז דאס זייער אנשטעקוג אדער נישט?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

נשמה האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:אגב, ווי מער אינגע בחורים וועלן יעצט ווערן אנגעשטעקט אלץ מער וועט זיין די הערד אימיוניטי אויב זאל די וויירוס חלילה קומען א צווייטע מאל. יעצט זענען נאך די אלטע מענטשן איינגעשפארט, קומענדיגע מאל חלילה וועט זיין זייער שווער איינצושפארן מענטשן נאכאמאל.

איז פארוואס טאקע זאגן עס זיי נישט? זיי האבן נישט אזויפיהל שכל? אפשר קוקסטו נאר אויף איין חלק פונעם בילד? ווער זאגט דיך אז אויב מ'וועט לאזן יונגע ווערן אנגעשטעקט וועלן זאכן זיין סעיף? דאס איז נאר געזאגט געווארן אז דו ביסט זיכער אז אלע וואס קענען שטארבן אדער וועלן האבן פערמאנענטע שאדן דערפון וועלן עס זיכער נישט בעקומען פון די וואס ווערן טאקע יעצט אנגעשטעקט. פון וואו נעמסטו דיין זיכערקייט צו ארויסלאזן אזא מעסעדש, פון וואו?

מיין תגובה הייבט זיך אן מיט דעם ווארט "אגב" דער עיקר איז וואס איך האב געשריבן אין דעם פריערדיגן תגובה.
צי עס איז דא צווייטע זייט? זיכער איז דא:
    קען זיין אז נעקסטע יאר וועט שוין זיין א רפואה
    אפילו ביי גאר יונגע מענטשן זענען פארהאן אזעלכע וואס עס קען ביי זיי זיין פאטאל
    מען דארף פלעטענען דעם קורב כדי די שפיטעלער זאלן עס קענען דערהייבן (די סיבה האט שוין עקספייערט אין ניו יארק)
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

דממה דקה האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:אנפאנג ווען דער עולם האט זיך גענומען טעסטן אין גרויסן אין די נאמבערס ביים היימישן ציבור האט זיך געהויבן, די מידיע האט עס אויפגעכאפט און זיך גענומען שרייען אז די מחלה איז שרעקליך פארשפרייט ביי אונז האט יעדער געשריגן ״אנטיסעמיטן״ גייט נישט דורך קיין דריי וואכן און מיר נעמען זיך זינגען א צווייטע ניגון ״ביי אונז האבן עס שוין רוב געהאט! עס איז שוין נישט וויכטיג צו גיין מיט מאסקעס״ העלאו..... וואס טוסטו דא?? וועלכע ווערסיע נעמסטו דא?

איך רעד נישט לגבי השתגענו, אבער לגבי מאכן די טעסטס איז נישט געווען קיין טענות צו די מידיע, נאר צו די היימישע אורדשענט קעירס, און טאקע ווייל אונז האב מיר שוין דעמאלטס געוויסט אז יעדער האט עס, און נאך די מיזעלס סומאטוכע האבן זיי שוין געמעגט וויסן נישט צו מאכען קיין טעסטס, און נישט זיכען קיין איבריגע כבוד.

ווען מ'קען מאכן געלט איז אן אנדערע מעשה...
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: השתגענו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

שרייב-פעדער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:אנפאנג ווען דער עולם האט זיך גענומען טעסטן אין גרויסן אין די נאמבערס ביים היימישן ציבור האט זיך געהויבן, די מידיע האט עס אויפגעכאפט און זיך גענומען שרייען אז די מחלה איז שרעקליך פארשפרייט ביי אונז האט יעדער געשריגן ״אנטיסעמיטן״ גייט נישט דורך קיין דריי וואכן און מיר נעמען זיך זינגען א צווייטע ניגון ״ביי אונז האבן עס שוין רוב געהאט! עס איז שוין נישט וויכטיג צו גיין מיט מאסקעס״ העלאו..... וואס טוסטו דא?? וועלכע ווערסיע נעמסטו דא?

איך רעד נישט לגבי השתגענו, אבער לגבי מאכן די טעסטס איז נישט געווען קיין טענות צו די מידיע, נאר צו די היימישע אורדשענט קעירס, און טאקע ווייל אונז האב מיר שוין דעמאלטס געוויסט אז יעדער האט עס, און נאך די מיזעלס סומאטוכע האבן זיי שוין געמעגט וויסן נישט צו מאכען קיין טעסטס, און נישט זיכען קיין איבריגע כבוד.

נאך גוט אז ס'געווען א צווייטער אויף וועמען צו האבן טענות, אבי נישט איך...

דאס טוט נישט בארעכטיגן דעם טעות (עוולה)...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”