צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

דעבאטע צווישן געזונטהייט באאמטע צו קליינע קינדער קענען אריבערפירן די וויירוס צו עלטערע מענטשן
ד' אח"ק פ'
שווייץ האט דערקלערט אז קינדער אינטער 10 יאר אלט קענען קומען אין נאנטע בארירונג מיט זייערע זיידעס און באבעס, א שטייגער ווי קושן די הענט און רעדן מיט זיי. די לאנד'ס אינפעקשאן דיזיס הויפט דעניעל קאַטש זאגט אז סייענטיסטן זענען געקומען צום אויספיר אז אינגע קינדער טראגן נישט ארום די וויירוס. אנדערע עקספערטן זענען מחולק מיט אים, צווישן זיי א הויפט עקספערט פון דייטשלאנד, וועלכע זאגט אז אויפ'ן מינוט איז נאך נישט פארהאן קלארע אינפארמאציע אויב אינגע קינדער טראגן ארום די וויירוס. דאקטער דראסטען זאגט אז עס זענען פארהאן געמישטע שטודיעס און מען ווייסט נאך נישט קלאר.

מדינת ישראל שטודיע צייגט אז קינדער קענען אינפעקטירן אנדערע מיט קאראנא אבער נישט אזוי שטארק ווי ערוואקסענע‎
ה' אח"ק פ'
די שטודיע האָט נאָכגעפאָלגט 562 פאַמיליעס מיט א סך הכל פון 2,823 מענטשן אין בני ברק, און עס האָט קלאָר געצייגט אַז קינדער קענען טאַקע אינפעקטירן אַנדערע, אָבער ערוואַקסענע אַפעקטירן זיך איינער דעם צווייטן פיל מער.
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

אין מדינת ישראל לערנט מען (אין משרד הבריאות) בקיאות.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ביי מיין זוהן איז געבורען אן אייניקעל (פאר מיר אן אוראייניקעל) בערך א חודש פאר פסח. דער ברית האט געדארפט זיין שבת פרשת תשא אבער דאס קונד איז געווען געהל.
דערווייל האט די בעיבי געכאפט 'קאראנע' ווען ער איז געווען 10 טעג אלט.
ער איז געווען און שפיטאל א 2 טעג ביז די היטץ האט זיך נאכגעלאזט און מען האט אוהם אהיים געשוקט.
צום סוף איז דער ברית מיטען פדיון הבן געווען צוזאמען, א טאג פאר בדיקת חמץ.
עס זענען געווען דארט נאר 10 מענטשען, אריינגערעכנט דער מוהל מיטען כהן.
איך בין נישט געווען דארט. איך האב מיטגעהאלטען אויפען טעלעפאון.

א טאג נאכען ברית האט דאס קונד נאכאמאל געקרוגען היטץ, און נאכאמאל אריין און שפיטאל.
ער האט געטעסטעט פאזיטיו פאר קאראנע.
די היטץ האט געבראכען נאך איין טאג און מען האט אוהם אהיים געשיקט.
יעצט איז ער שוין אינגאנצען אויסגעהיילט, געלויבט דער בורא.

זעהט אויס אז קאראנע כאפט אפילו ביי אזוי קליין אויך.
the SCY is the limit
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך בין זייער נייגעריג צו די סיבה פארוואס קינדער טראגן נישט אזוי שטארק ארום דעם וויירוס איז, ווייל זייער מויל איז נידעריגער ווי די מויל פונעם ערוואקסענער.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

scy4851 האט געשריבן:ביי מיין זוהן איז געבורען אן אייניקעל (פאר מיר אן אוראייניקעל) בערך א חודש פאר פסח. דער ברית האט געדארפט זיין שבת פרשת תשא אבער דאס קונד איז געווען געהל.
דערווייל האט די בעיבי געכאפט 'קאראנע' ווען ער איז געווען 10 טעג אלט.
ער איז געווען און שפיטאל א 2 טעג ביז די היטץ האט זיך נאכגעלאזט און מען האט אוהם אהיים געשוקט.
צום סוף איז דער ברית מיטען פדיון הבן געווען צוזאמען, א טאג פאר בדיקת חמץ.
עס זענען געווען דארט נאר 10 מענטשען, אריינגערעכנט דער מוהל מיטען כהן.
איך בין נישט געווען דארט. איך האב מיטגעהאלטען אויפען טעלעפאון.

א טאג נאכען ברית האט דאס קונד נאכאמאל געקרוגען היטץ, און נאכאמאל אריין און שפיטאל.
ער האט געטעסטעט פאזיטיו פאר קאראנע.
די היטץ האט געבראכען נאך איין טאג און מען האט אוהם אהיים געשיקט.
יעצט איז ער שוין אינגאנצען אויסגעהיילט, געלויבט דער בורא.

זעהט אויס אז קאראנע כאפט אפילו ביי אזוי קליין אויך.

דאס איז זיכער אז זיי קענען עס כאפן, דער דיון איז צו זיי קענען אנשטעקן ערוואקסענע.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

scy4851 האט געשריבן:ביי מיין זוהן איז געבורען אן אייניקעל (פאר מיר אן אוראייניקעל) בערך א חודש פאר פסח. דער ברית האט געדארפט זיין שבת פרשת תשא אבער דאס קונד איז געווען געהל.
דערווייל האט די בעיבי געכאפט 'קאראנע' ווען ער איז געווען 10 טעג אלט.
ער איז געווען און שפיטאל א 2 טעג ביז די היטץ האט זיך נאכגעלאזט און מען האט אוהם אהיים געשוקט.
צום סוף איז דער ברית מיטען פדיון הבן געווען צוזאמען, א טאג פאר בדיקת חמץ.
עס זענען געווען דארט נאר 10 מענטשען, אריינגערעכנט דער מוהל מיטען כהן.
איך בין נישט געווען דארט. איך האב מיטגעהאלטען אויפען טעלעפאון.

א טאג נאכען ברית האט דאס קונד נאכאמאל געקרוגען היטץ, און נאכאמאל אריין און שפיטאל.
ער האט געטעסטעט פאזיטיו פאר קאראנע.
די היטץ האט געבראכען נאך איין טאג און מען האט אוהם אהיים געשיקט.
יעצט איז ער שוין אינגאנצען אויסגעהיילט, געלויבט דער בורא.

זעהט אויס אז קאראנע כאפט אפילו ביי אזוי קליין אויך.

ב׳ה פאר די גוטע נייעס !!! אויך א מזל טוב... נאר נחת געזינטערהייט... נישט געוויסט אז אויפן וועלטעל האמיר עלטע זיידעס !!! איי לייק איט!!!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

scy4851 האט געשריבן:ביי מיין זוהן איז געבורען אן אייניקעל (פאר מיר אן אוראייניקעל) בערך א חודש פאר פסח. דער ברית האט געדארפט זיין שבת פרשת תשא אבער דאס קונד איז געווען געהל.
דערווייל האט די בעיבי געכאפט 'קאראנע' ווען ער איז געווען 10 טעג אלט.
ער איז געווען און שפיטאל א 2 טעג ביז די היטץ האט זיך נאכגעלאזט און מען האט אוהם אהיים געשוקט.
צום סוף איז דער ברית מיטען פדיון הבן געווען צוזאמען, א טאג פאר בדיקת חמץ.
עס זענען געווען דארט נאר 10 מענטשען, אריינגערעכנט דער מוהל מיטען כהן.
איך בין נישט געווען דארט. איך האב מיטגעהאלטען אויפען טעלעפאון.

א טאג נאכען ברית האט דאס קונד נאכאמאל געקרוגען היטץ, און נאכאמאל אריין און שפיטאל.
ער האט געטעסטעט פאזיטיו פאר קאראנע.
די היטץ האט געבראכען נאך איין טאג און מען האט אוהם אהיים געשיקט.
יעצט איז ער שוין אינגאנצען אויסגעהיילט, געלויבט דער בורא.

זעהט אויס אז קאראנע כאפט אפילו ביי אזוי קליין אויך.

מזל טוב!
האט מען אים געטעסט צי ער איז נאך פאזיטיוו בעפאר דעם ברית? אויב יא ווייזט דאס אז מען קען עס באקומען א צווייטע מאל.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: צי פארשפרייטען קינדער די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב שוין געשריבן די שפעקולאציע דא אין קרית יואל געהענגל מיט עטליכע וואכן צוריק, אז קינדער שטעקן אן פיל שוואכער וויבאלד זיי האבן דאס פיל שוואכער.

סייענטיסטן קוקן ערנסט אריין צו דאס איז די סיבה פארוואס געוויסע געגנטער האבן דאס פיל שטארקער, וויבאלד די סטרעינס פון די ערשטע אנגעשטעקטע זענען געווען דארט גאר שטארק. בכלל הערט מען אז זייער אסאך מיט ערנסטע סימפטאמען זענען דאקטוירים, נוירסעס, און פוירסט ריספאנדערס וכדו' וואס זיי זענען די מערסטע אויסגעשטעלט עס איבערצוכאפן פון ערנסט אפעקטירטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”