א חלום פון א שבת!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אלופי אדום
- שר האלף
- תגובות: 1670
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
- לאקאציע: אויפן טיש
א חלום פון א שבת!
א חלום פון א שבת!
אין יעדען'ס קאפ דרייט זיך שוין גרויסע חלומות און פאנטאזיעס וויאזוי עס גייט אויסקוקן די ערשטע שבת נאך די וועלט מלחמה, וויאזוי די עולם גייט זיך טרעפן אין שוהל וכדו'
קומט אריין און ליפטערט אויס די טוץ פון בילדער אין אייער מח, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.

Re: א חלום פון א שבת!
עס וועט זיין א גרויסע קידוש - לכבוד סעודת הודאה
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: א חלום פון א שבת!
איך בין א אויסנאם? כ'האב גארנישט געטראכט וויזוי די ערשטע שבת אין די פריי וועט אויסקוקן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- אזוי גאר!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6330
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע: עולם השפל
Re: א חלום פון א שבת!
nmi האט געשריבן:איך בין א אויסנאם? כ'האב גארנישט געטראכט וויזוי די ערשטע שבת אין די פריי וועט אויסקוקן.
ניין
- ליידיג גייער
- שר חמש מאות
- תגובות: 581
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm
Re: א חלום פון א שבת!
ס וועט קומען צוביסלעך קודם וועלן געוויסע עפענען ווי אויך וועלן געוויסע אנהייבן קומען אן אנדערע וועלן דאווענען אויף די פארטשעס און אפילו נאכדעם וועט מען מסתם בעטן די עלטערע זאלן נאך דערווייל בלייבן אינדערהיים ביז יעדער וועט ענדליך קענען קומען אין שוהל.
- ב שלום
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8629
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
- לאקאציע: טשענל 12
Re: א חלום פון א שבת!
וועט לכאורה נישט זיין קיין ערשטע שבת...
אלעס גייט זיך עפענען צוביסלעך.. 50 מענטשן, 100 מענטשן, נאר יונגע.. ביז אלס וועט זיך צוריק שטעלן און פלאץ... ס'וועט נישט זיין קיין טאג ווי יעדער וועט קומען און שוהל און מ'וועט מאכן א גרויסע ברוך הבא און זיך געבן שלום עליכם, ווי אויך וועט מען לכאורה נישט קענען מאכן קיין קדישים (עכ"פ אויף א גרויסע פארנעם..) די ערשטע שטיק צייט.
אויב וועט יא זיין א ערשטע שבת... מיין איך ס'איז שוין געווען.. רוב שוהל זענען דאך שוין אפען למחצה לשליש ולרביע...
סאו איך מיין מ'קען פארמאכן די אשכול....

רבי! פליז פאקעס...
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: א חלום פון א שבת!
ביי מיר איז שוין געווען די שבת אין די פריי....
#נאר א ווערטל
---
ב שולם האקט
#נאר א ווערטל
---
ב שולם האקט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: א חלום פון א שבת!
ב שולם האט געשריבן:וועט לכאורה נישט זיין קיין ערשטע שבת...
אלעס גייט זיך עפענען צוביסלעך.. 50 מענטשן, 100 מענטשן, נאר יונגע.. ביז אלס וועט זיך צוריק שטעלן און פלאץ... ס'וועט נישט זיין קיין טאג ווי יעדער וועט קומען און שוהל און מ'וועט מאכן א גרויסע ברוך הבא און זיך געבן שלום עליכם, ווי אויך וועט מען לכאורה נישט קענען מאכן קיין קדישים (עכ"פ אויף א גרויסע פארנעם..) די ערשטע שטיק צייט.
אויב וועט יא זיין א ערשטע שבת... מיין איך ס'איז שוין געווען.. רוב שוהל זענען דאך שוין אפען למחצה לשליש ולרביע...
סאו איך מיין מ'קען פארמאכן די אשכול....
ליידיג גייער האט געשריבן:ס וועט קומען צוביסלעך קודם וועלן געוויסע עפענען ווי אויך וועלן געוויסע אנהייבן קומען אן אנדערע וועלן דאווענען אויף די פארטשעס און אפילו נאכדעם וועט מען מסתם בעטן די עלטערע זאלן נאך דערווייל בלייבן אינדערהיים ביז יעדער וועט ענדליך קענען קומען אין שוהל.
עטס זענטס יודע מחשבות? אט דעי ווערטער האב איך געהאט געשריבן און עס פארמעקט בעפארן שיקן ווייל כ'האב געהאט א חשד אז ס'וועט בעק פייערן... זעהט זיך אויס אז עטס זענטס יודע מחשבות פון אנדערע אויך...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
Re: א חלום פון א שבת!
אזוי ווי דער עולם זאגט, וועט מסתמא נישט זיין קיין ערשטע שבת, אבער...
פילע חידושים וועלן צוקומען. איך גלויב אז פילע שטיבלעך עפענען זיך יעצט, אזעלכע שטיבלעך וואס זענען געגרינדעט געווארן צוליב די קראונע, וועט שוין בלייבן אפן, די מתפללים זענען צופרידן און מען געוואוינט זיך שוין צו אזוי. פילע בתי-מדרשים וועלן צובאקומען מתפללים, אנדערע וועלן פארלירן מתפללים, עס וועט זיך טוישן עטוואס די מתפללים פון די בתי-מדרשים.
אויב עס וועט יא זיין אן ערשטער שבת; וואלט איך געגליכן א קנאקעדיגן לא-תבשו, מען זאל זיך ארויסלאזן אין א רינג און טאנצן א דריי-פערטל שעה מיט א פייער, והביאותים אל הר קדשי, זה השער לה'.... קנאקעדיגע הודאה ניגונים, אז מען איז צוריקגעקומען לבית-השם... ווער רעדט נאך פון א זאפטיגן קידוש, אינאיינעם מיט דרשות און ניגוני הודאה וכו'.
פילע חידושים וועלן צוקומען. איך גלויב אז פילע שטיבלעך עפענען זיך יעצט, אזעלכע שטיבלעך וואס זענען געגרינדעט געווארן צוליב די קראונע, וועט שוין בלייבן אפן, די מתפללים זענען צופרידן און מען געוואוינט זיך שוין צו אזוי. פילע בתי-מדרשים וועלן צובאקומען מתפללים, אנדערע וועלן פארלירן מתפללים, עס וועט זיך טוישן עטוואס די מתפללים פון די בתי-מדרשים.
אויב עס וועט יא זיין אן ערשטער שבת; וואלט איך געגליכן א קנאקעדיגן לא-תבשו, מען זאל זיך ארויסלאזן אין א רינג און טאנצן א דריי-פערטל שעה מיט א פייער, והביאותים אל הר קדשי, זה השער לה'.... קנאקעדיגע הודאה ניגונים, אז מען איז צוריקגעקומען לבית-השם... ווער רעדט נאך פון א זאפטיגן קידוש, אינאיינעם מיט דרשות און ניגוני הודאה וכו'.
- ליידיג גייער
- שר חמש מאות
- תגובות: 581
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm
Re: א חלום פון א שבת!
שטיבלעך מאכן זיך צו און שיינע אידן וואס וואלטן געהאפט אז דער עולם זאל ווייטער קומען דאווענען צו זיי האבן נישט וואו און גייען נעבעך פארלירן זייער בעק יארד שוהל...
(זיי קענען זיך צאמשטעלן...)
(זיי קענען זיך צאמשטעלן...)
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: א חלום פון א שבת!
מיין שכן וואס האצעך ערקלערט אלס משפיע די ערשטע שבת, זעהט שוין אויך איין אז מען איז נאר געקומען אין זיין פארקינג לאט שול, ווייל עס איז געווען גרויס און פראקטיש. קיינער האט נישט אפגעקויפט פאר לאנג טוירם זיינע דרשות אום פסח, תורות ביי שלש סעודות, און סתם שיינע רמזים ווען דער עולם האט זיך געיאגט און שוין געוואלט אהיימגיין...
אלזא. עס וועט צוריקגיין אז עולם כמנהגו נוהג און ווארשיינליך וועט אלעס צוריקגיין צום אלטן, לכה"פ 95 פראצענט.

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: א חלום פון א שבת!
ב שולם האט געשריבן:ווי אויך וועט מען לכאורה נישט קענען מאכן קיין קדישים (עכ"פ אויף א גרויסע פארנעם..) די ערשטע שטיק צייט.
קדישים וועט ליידער זיין אויף א גאר גרויסע פארנעם די קומענדיגע 11 חודשים, קידושים אפשר נישט
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: א חלום פון א שבת!
כ'האב נאך גארנישט געטראכט, אבער לכאורה גייט זיך עס אנהייבן נאך ערב שבת קודש ביים גיין אין מקוה.
א הייסע שויער אין מקוה וואס שוין לאנג נישט געהאט
א טינק און דעם הייסן בור פאר א שיינע פאָר מינוט.... אההה ווען האט מען דאס ס'לעצטע מאל געהאט?... ווען האט מען זיך געקענט אזי ווייקן... אההה הוי!!!
שבת ביינאכט צום דאווענען גלייב איך נישט איך וועל זיין פון די עשרה ראשונים... אבער כ'וועל מיר פראבירן זיך צו איילן אנצוקומען אין צייט... כ'גלייב נישט ס'וועט זיך אבער באנקען ווען מ'באט געשפירט דעם ירננוכל עצי יער...
נאכן דאווענען וועט מען לכאורה בלייבן פארברענגען כנהוג...מ'מיז דאך הערן פון יעדן וואס ער האט צופארציילן... ווען מ'דערקענט די פריילעך'קייט אויף יעדנס פנים אז ב"ה מ'איז שוין דא צוריק בבית ד'
גיין זאגן גוט שבת פאר מיין רב פון די בהמ"ד,
אבער שבת צופרי קומט א צווייטע מסכתה... ווען מ'גרייט זיך צו זאגן א נשמת כל חי אלע אויף אמאל!!! לויבן דעם מלך מלכי המלכים אז מ'איז שוין דא.... מ'איז געזינט... מ'קען שוין קומען אין בהמ"ד... שוין לאנג נישט אזא נשמת מיט אלע טעמים... עד הנה עזרונו רחמיך... הוי!! ס'שרייט זיך שוין יעצט...
לאמיר האפן אז נאכן דאווענען וועט געפראוועט ווערן א קידש אזאנס און א זעלעכס וואס וועט אפקלינגען און מ'וועט געדענקען... (און אויך שפירן דעם גאנצן נאכמיטאג)...
אבער דאס איז נאר מיין חלום... וואס און ריאליטי גייט זיין ווייסט איין איינציקער באשעפער!

ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: א חלום פון א שבת!
אוי! כ'האב איין זאך פארגעסן... די ערשטע זאך וואס איך וועל טוהן, איך וועל צו לויפן צו יענקל וואס טיילט א שמעק טאביק אטון געבן א שמעק הההההםםםםםם אההההה שוין לאנג נישט געהאט קיין טאביק...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
-
- שר האלף
- תגובות: 1759
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
Re: א חלום פון א שבת!
כ'ווייס נישט וואס אבער די ערשטע נאכט פסח דארט אויפן דאך פונעם בנין זיבן שטאק ארויף מיטהאלטענדיג די מנין פון אלע פארטשעס האלטענדיג מיין מחזור'ל אין איין האנט און די אנדערע האנט אויפן שטריימעל ס'זאל נישט פליען פונעם ווינטל אזוי אין דער טונקל ביים ערשטן קאפיטל הלל האט זיך אראפ געלאזט מערערע טראפן טרערען אויפן בעקעלע מיינע און דער קול'כל מיינע האט נישט געקענט ענדיגן דעם ערשטן קאפיטל געהעריג אויפן נוסח ווייל די האלז האט געשטיקט (כ'וויין זייער זעלטען)
פעסט פארווארד זיבן וואכן שפעטער אין שול די ערשטע נאכט שבועות ווען דער בעל תפלה האט אנגעהויבן הא הא הא א הא הא הא ברכו וכ'ו האט זיך דער קערפער גענומען טרייסלען פאר א האלבע מינוט
#נעווער העד דיס אין מיי לייף

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: א חלום פון א שבת!
אלעס עפנט זיך אזוי צעביסלעך דריפ דריפ... און ביז וואס ווען ווערן אלע חלומות אינגאנצן פאר'וואכ'טעט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: א חלום פון א שבת!
אלטער האט געשריבן:כ'האב נאך גארנישט געטראכט, אבער לכאורה גייט זיך עס אנהייבן נאך ערב שבת קודש ביים גיין אין מקוה.
א הייסע שויער אין מקוה וואס שוין לאנג נישט געהאט
א טינק און דעם הייסן בור פאר א שיינע פאָר מינוט.... אההה ווען האט מען דאס ס'לעצטע מאל געהאט?... ווען האט מען זיך געקענט אזי ווייקן... אההה הוי!!!
שבת ביינאכט צום דאווענען גלייב איך נישט איך וועל זיין פון די עשרה ראשונים... אבער כ'וועל מיר פראבירן זיך צו איילן אנצוקומען אין צייט... כ'גלייב נישט ס'וועט זיך אבער באנקען ווען מ'באט געשפירט דעם ירננוכל עצי יער...
נאכן דאווענען וועט מען לכאורה בלייבן פארברענגען כנהוג...מ'מיז דאך הערן פון יעדן וואס ער האט צופארציילן... ווען מ'דערקענט די פריילעך'קייט אויף יעדנס פנים אז ב"ה מ'איז שוין דא צוריק בבית ד'
גיין זאגן גוט שבת פאר מיין רב פון די בהמ"ד,
אבער שבת צופרי קומט א צווייטע מסכתה... ווען מ'גרייט זיך צו זאגן א נשמת כל חי אלע אויף אמאל!!! לויבן דעם מלך מלכי המלכים אז מ'איז שוין דא.... מ'איז געזינט... מ'קען שוין קומען אין בהמ"ד... שוין לאנג נישט אזא נשמת מיט אלע טעמים... עד הנה עזרונו רחמיך... הוי!! ס'שרייט זיך שוין יעצט...
לאמיר האפן אז נאכן דאווענען וועט געפראוועט ווערן א קידש אזאנס און א זעלעכס וואס וועט אפקלינגען און מ'וועט געדענקען... (און אויך שפירן דעם גאנצן נאכמיטאג)...
אבער דאס איז נאר מיין חלום... וואס און ריאליטי גייט זיין ווייסט איין איינציקער באשעפער!
איך ווייס נישט וואס דער עולם רעדט זיך דא אפ... ס'איז אלעס געווען מער ווי געראכטן... חוץ די קידוש האב ערווארטעט אז ס'וועט זיין עפעס מער... למעשה האב איך עס משלים געווען אינדערהיים!..