הארצרייסנדע בריוו בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

הארצרייסנדע בריוו בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

[align=center]Mom survived COVID-19 but died of hopelessness, all alone[/align]


This is an open letter to Governor Cuomo, President Trump, the medical community, or anyone else who cares:

My siblings and I are now sitting shiva for mom. Mom survived COVID-19 but died of hopelessness, all alone. We are not bitter about it and we’re not here to point fingers at anyone. We believe that mom’s passing was the will of God and we fully accept it. We would like to publicize this letter simply to let the world know what’s going on in hospitals in the hopes that it brings about change, fast, so that more needless deaths can be avoided.

Mom was 62 and had underlying medical issues. She fought like a tiger and survived many medical battles. She was full of life and full of hope. She was there for others and was a source of hope to many.

Despite being quarantined for several weeks, mom woke up with a fever on Friday, March 27, and was advised by her doctor to report immediately to the nearest emergency room. Despite mom being very forlorn due to the chaos around her in the hospital, we were still able to communicate with her via her cellphone. She was very weak, but we stayed in touch. By Monday, March 30, her breathing regressed and she needed to be intubated and placed on a ventilator. She stayed on the ventilator for 18 long days, and finally on April 16 we received the great news that she was removed from the ventilator.

Mom continued her progress and after a few days she was able to communicate with us verbally. Not more than a word or two, but we heard her voice, and more importantly she heard ours. We had sent the hospital a device to be clipped on her bed which would allow us to see mom the whole time and talk to her.

The plan was a good one. We would continue being with mom virtually through the device and keep on injecting her with care and hope, while we would stay in touch with the nurses (and bring them chocolate) on a daily basis.

But the plan didn’t work out.

The device was on the hospital’s Guest WiFi which kept on refreshing and kicking off devices, and we were advised that we cannot connect to the hospital’s more stable internal WiFi. We had lost contact with mom. Then mom stepped off the ICU and now only had a nurse in her room once every hour or two! We were then advised that mom is no longer communicating verbally but she still communicates with her eyes. Mom was regressing.

On Wednesday, April 22, I spoke with the hospital social worker and said quite frankly that if this keeps up mom will not make it. While based on the charts, mom was “progressing”, I knew that given her underlying medical issues her secret to survival was the joy of her family (3 children, 18 grandchildren, and 1 great grandchild). Without being in touch with her family, hopelessness would set in which would aggravate her underlying medical issues. I pleaded with the social worker to give mom the therapies she needs in order for the NG tube to be removed so that we could transfer her to a high care nursing facility or even home with a nursing aide. I pleaded with the nurses to reconnect the device so that we could have some kind of human connection with mom. I sent a text to the hospital liaison saying “Compassion please. My mother is laying like rag and a nurse goes in only every hour and a half.”

Later that night I started hitting the redial button to the nurses’ station. I had sent in a MiFi card (again, with chocolate) and begged them to reconnect the device so that I can talk to mom. It took many attempts. At one point one nurse said, “please call back later, it’s a zoo here.” At another point the nurse said that they are still doing their rounds giving out medication. This was at 1 am and they came on shift at 7 pm. Finally, at 1:15 am the nurse called me saying that she connected the device.

I saw mom but for one second and then mom’s device tilted away, and I just saw the bed. Before I could ask the nurse to adjust it, the nurse was gone. I was happy to be able to talk to mom. “Mommy, I hope you can hear me,” I said, “we’re here for you and we’re trying the best we can to care for you. We’re in touch with the nurses and we’re working on a plan to get you to a place where we can take better care of you.” Then I sang mom a lullaby, and only then went to sleep.

An hour later, I saw the hospital number on my caller ID again. This time the doctor on the other side of the phone informed me that mom had just passed away.

In the days after mom was removed from the ventilator we were in touch with doctors, nurses, hospitalists, social workers, chaplains and liaisons. We were pleading with them that survival could not be expected just by pumping meds. The medical literature if full of hard evidence that hopefulness and emotional wellbeing plays as large a role as medical interventions. Many cared, others offered to do something, some made some efforts, but the overall situation remained the same. My family was shocked with the news considering mom’s recent progress, but I was not shocked.

I’m not blaming I’m just beseeching policy makers to please bring about change, fast. I ask that family members who had tested positive for COVID-19 and are 14 days post symptoms should be allowed to stay with their loved one. I likewise ask that hospitals that can’t provide humane care should close their doors to new patients who can be sent to less busy hospitals (or to the Javits hospital or to the military hospital ship). It just makes sense.

True, COVID-19 caught us by surprise, but right now we no longer have any excuses to continue with medieval practices. If inmates on death row are given rights, so should my mom and others like her.


Sincerely,
Mordechai Neuman
Licensed Clinical Social Worker
[email protected]



Mom’s name: Lea Neuman. Hospital: Good Samaritan Hospital. Room: Loria 305. Date of death: April 23.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: הארץ רייסענדע אפענע בריף פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריין לאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הארצרייסנד.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די בריוו איז דייקא געשריבן געווארן אין ענגליש צו אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. שולדיגט איך האב נישט כח עס איבערטייטשן.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

די טרערן רינען....

נישט דא קיין ווערטער....

זאל דער אייבערשטער ענק אלע מנחם זיין בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, און מ'זאל נישט וויסן מער קיינמאל פון קיין צער ויגון ואנחה.
---
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

בשבילי נברא האט געשריבן:זאל דער אייבערשטער ענק אלע מנחם זיין בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, און מ'זאל נישט וויסן מער קיינמאל פון קיין צער ויגון ואנחה.
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש צווישן מענטשן »

הארצרייסענד.
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

היימישער הייקער האט געשריבן:די בריוו איז דייקא געשריבן געווארן אין ענגליש צו אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. שולדיגט איך האב נישט כח עס איבערטייטשן.

לאמיר האפן ס'וועט טאקע אנקומען ווי עס דארף, הגם עס איז שוין אביסל צו שפעט, אבער אפשר קען מען נאך עפעס ראטעווען...

אין פאקט זענען צענליגער געשטארבן אזוי, פון דער פאריקטער שפיטאל סיסטעם וועלכע זארגן זיך מכלומר'יש פאר די "סעפטי" און "געזונטהייט" פון די פאציענטן.

בדרך הטבע, האט דער גזירה קיין עקלערנוג, מה נפשך, מעגן שפיטאל ארבעטערס אריינקומען מיט די אלע באפאנצערונגען? איז פארוואס מעג איך נישט ווען מיין מאמע ליגט טויט קראנק?

בכלל, די חברה האלטן אין איין שרייען ווי ביטע שווער זיי ארבעטן... ממש א רחמנות אויף זיי..... בהמות וואס ענק זענען, ענק זענען אליינס שולדיג, ענק לאזן נישט צו הילף, די משפחה שטייט אינדרויסן ביים טיר און וויינען און שרייען מיט זודיגע טרערן אז זיי ווילן אאריינקומען, זיי זענען יונג, זיי זענען אמיונט, זיי ווילן העלפן באדינען זייערע טויט קראנקע נענטסטע משפחה מיטגלידער!, פארוואס לאזן ענק נישט? פארוואס? רוצחים וואס עטס זענטס, זינלאז, הארץלאז, פאריקטע חברה. נאכדעם שרייט מען אז מ'קומט נישט נאך, מ'אטעמט נישט....

ווען זיי וואלטן אריינגעלאזט, וואלט מען אך שנעלער געקענט אהיימשיקן די פאציענטן, און זיי וואלטן נישט געדארפט ארבעטן אזוי שווער.

נאכדעם איז מען ביז שרייען אז די אידן פארשפרייטן די וויירוס, זאלן זיי אויפהערן הארגענען די מענטשהייט, וועלן די jews אויפהערן פארשפרייטן די וויירוס, אויב בכלל. אבער די פלעדערמויז מארקעט אין כינע זאל ווייטער אנגיין ווי כאילו לא היה.

אפשר אביסל זיך צולאזט מיט מיינע דיבורים, אבער קול דמי אחינו צועקים אלי מן האדמה.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

היימישער הייקער האט געשריבן:די בריוו איז דייקא געשריבן געווארן אין ענגליש צו אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. שולדיגט איך האב נישט כח עס איבערטייטשן.

א פדף פליז. אבער שנעל. סהעט אנקימען ווייט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך אין קאומא'ס שיך וואלט נישט געווארן אזוי שנעל בארירט.
זייער שיין האסט געשיקט א שאכטל שאקאלאד. דו ווייסט וואס עס טוט זיך אין די ICU עס זענען דארט פאראן נאך 100 אזוינע מענטשן ווי דיין מאמע וועלכע ראנגלען זיך בין חיים למות. וואס ווילסטו, איך זאל זיי איבערלאזן און לויפן קאננעקטן דיין מאמע'ס פאון?
פון וואנעט ווייסטו אז דיין מאמע איז געשטארבן פון איינזאמקייט? איך וואלט געזאגט אז זי איז ל"ע נאך א קרבן פון קאראנע, אזוי ווי איבער טויזענט אנדערע מאחב"י. דער צער איז גאר גרויס. איך ווייס. און איך מאך עס נישט אוועק.
איך זאג נאר אז אין דער בריוו שטייט נישט עפעס חידושים אדער סיי וועלכע איבערוויגענדע טענה וואס זאל מיך מאך טוישן די פאליסי "ווען די האספיטאל איז ווי א ZOO"
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

mosheyahoo האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:די בריוו איז דייקא געשריבן געווארן אין ענגליש צו אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. שולדיגט איך האב נישט כח עס איבערטייטשן.

א פדף פליז. אבער שנעל. סהעט אנקימען ווייט


מיט הצלחה!
אטעטשמענטס
Mom survived COVID.pdf
(160.33 KiB) געווארן דאונלאודעד 169 מאל
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך אין קאומא'ס שיך וואלט נישט געווארן אזוי שנעל בארירט.
זייער שיין האסט געשיקט א שאכטל שאקאלאד. דו ווייסט וואס עס טוט זיך אין די ICU עס זענען דארט פאראן נאך 100 אזוינע מענטשן ווי דיין מאמע וועלכע ראנגלען זיך בין חיים למות. וואס ווילסטו, איך זאל זיי איבערלאזן און לויפן קאננעקטן דיין מאמע'ס פאון?


נו טאקע דארפאר בעט מען, לאז אריין משפחה וועסטו נישט זיין אזוי איבערגעשטרענגט מיט איבריגע ארבעט און זיך קענען אפגעבן מיט וויכטיגערס!

יידישע קהילות האט געשריבן:פון וואנעט ווייסטו אז דיין מאמע איז געשטארבן פון איינזאמקייט? איך וואלט געזאגט אז זי איז ל"ע נאך א קרבן פון קאראנע, אזוי ווי איבער טויזענט אנדערע מאחב"י. דער צער איז גאר גרויס. איך ווייס. און איך מאך עס נישט אוועק.


פון וואנעט ווייסט איר פון וואס די אלע (עכ"פ א חלק) א. ג. קאראנע קרבנות זענען געשטארבן? על הא אנו דנין! מענטשן וויינען (ביודעי ומכירי קאמינא) אז זייער קרוב איז געשטארבן אין שפיטאל צוליב נעגלעקציע.
יידישע קהילות האט געשריבן:איך זאג נאר אז אין דער בריוו שטייט נישט עפעס חידושים אדער סיי וועלכע איבערוויגענדע טענה וואס זאל מיך מאך טוישן די פאליסי "ווען די האספיטאל איז ווי א ZOO"

ליין עס איבער נאכאמאל, דא ליגן לכאורה זאכן צווישן די שורות ודי

דא שטטיט גאנץ קלאר אז די משפחה איז איבערצייגט אז זי איז געווארן נעגלעקטעד עטליעסט בשוגג און אפשר גאר במזיד!

חוץ מזה וואס דארף מען זעהן "חידושים" אינעם בריוו? דאס אז א משפחה שרייבט אראפ אזא בלוטיגע מציאות וואס טוט זיך אפ דארף אבסאלוט צונעמען סיי וועם אינקלודינג קאומא! נישט דא קיין תירוץ בעולם אזאנס צו איגנארירן! ביי אונז אידן הייסט דאס לא תעמוד על דם רעך און להבדיל דער גוי פארשטייט אויך אזא מושג
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

PDF
אטעטשמענטס
open letter survived covid19 but died of hopelesness.pdf
(72.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 116 מאל
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

pdf in 1 page
אטעטשמענטס
Mom survived COVID-19 but died of hopelessness-all alone.pdf
(120.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 111 מאל
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

mosheyahoo האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:די בריוו איז דייקא געשריבן געווארן אין ענגליש צו אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. שולדיגט איך האב נישט כח עס איבערטייטשן.

א פדף פליז. אבער שנעל. סהעט אנקימען ווייט

געלייגט הייקער'ס PDF אין א PNG פאר וואצעפ, סאושעל מידיע
אטעטשמענטס
Mom survived COVID-19 but died of hopelessness-all alone.png
Mom survived COVID-19 but died of hopelessness-all alone.png (494.9 KiB) געזען 4149 מאל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

האט איינער געשיקט אביסעל אויסגעשטעלט
אטעטשמענטס
Mom survived COVID.pdf
(186.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 120 מאל
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

היימישער הייקער האט געשריבן:האט איינער געשיקט אביסעל אויסגעשטעלט

PNG
אטעטשמענטס
Mom survived COVID-19.png
Mom survived COVID-19.png (321.55 KiB) געזען 3957 מאל
Mom survived COVID-19 (2).png
Mom survived COVID-19 (2).png (628.31 KiB) געזען 3957 מאל
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

אידיש ביטע
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

צדיקים האט געשריבן:אידיש ביטע

גא״מ
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

היימישער הייקער האט געשריבן:די בריוו איז דייקא געשריבן געווארן אין ענגליש צו אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. שולדיגט איך האב נישט כח עס איבערטייטשן.
נותן התורה
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2020 5:20 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נותן התורה »

a zoo by definition treating humans as animals
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

ס׳איז נישט קיין ספק אין מיינע אויגען אז די עכטע סיבה פאר נישט אריין לאזן משפחה - אדער כאטשיק לאמיר זאגן ווייניגסטענס איין מענטש אויף א גאצע פלאר אין שפיטאל וואס זאל קענען קאמיוניקירן מיט משפחה ווען זייערע נאנטע ספענדן די לעצטע טעג אין שעות אויף דעם עולם - איז צו לאזן די שפיטאל סטעף די דאקטוירים צו די נורסעס באשליסן מי יחיה ומי ימות אהן פרעמדע זאלן זיך אומקוקען אויף זיי.

ליידער איז נישט מעגליך בדרך הטבע אהנציגיין מיט די ווירטשאפט דארטן אין אזא מצב אזוי ווי מידי יום יום, און אוודאי ברויך מען טון דאס מערסטע השתדלות וואס שייך אבער מ׳טאר נישט פארגעסען אז דאס איז ליידער אויך מן השמים.

זאל דער אייבישטער טרייסטען די משפחה און גאנץ כלל ישראל און פון איצטערט הערן נאר הערן בשורות טובות.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דא האסטו אידיש פאר הרב הייקער

Mom survived COVID-19 but died of hopelessness, all alone.

די מאמע איז בייגעקומען קאראנע, אבער איז געשטארבען פון פארלירן האפענונג, איינזאם אליין.

דאס איז א בריוו צום גאווערנאר קאומא, פרעזידענט טראמפ, די מעדיצינישע געמיינדע, און צו סיי וועם עס אהרט.

מיינע געשוויסטער און איך זיצען איצט שבעה נאך אונזער מאמע. אונזער מאמע האט איבערגעגעלעבט קאראנע אבער איז געשטארבען פון האפענונגסלאזיגקייט, איינזאם אליין. מיר זיינען נישט אנגעגעסן איבער דעם און מיר זיינען נישט אויסן צו צייגען פינגערס צו באשולדיגען סיי וועם. מיר גלויבן אז אונזער מאמע'ס פטירה איז געווען ג-ט'ס ווילען און מיר נעמען דאס אזוי אן. מיר וויל אבער יא בעקאנט מאכען דעם בריוו, פאר די איינפאכע סיבה, צעוויסען טוהן די וועלט וואס עס גייט פאר אין די שפיטעלער, מיט די האפענונג אז דאס וועט ברענגן צו ענדערונגען, און טאקע שנעל, אז נאך אומנויטיגע טויטן זאלען פארמיטן ווערן

אונזער מאמע איז געווען צוויי און זעכציג יאהר אלט און זי האט געהאט געוויסע געזונטהייט פראבלעמען. זי האט אבער געקעמפט און איבערגעלעבט היבשע מעדיצינישע אןו געזונטהייט קאמפן. זי איז געווען גרייט צו העלפן אנדערע און איז געווען א קוואל פון האפענונג פאר פילע.

טראץ דאס זיין אפגעזונדערט פאר עטליכע וואכען, איז אונזער מאמע אויפגעשטאנען פרייטאג, דעם זיבען און צוואנציגסטן מערץ מיט א פיבער, און איר דאקטאר האט איר געראטען זאפארט צו גיין צו די נאענטסטע עמערדזשענסי רום. טראץ וואס אונזער מאמע איז געווען איינזאם און פארלוירן צוליב די כאאס וואס איז פארגעגאנגען אין שפיטאל, האבען מיר נאכאלץ געהאט די מעגליכקייט צו זיין אין פארבינדונג מיט איר, דורך איר סעללפאון. זי איז געווען זייער שוואך, אבער מיר האבען אנגעהאלטן די פארבינדונג. מאנטאג, דעם דרייסיגסטן מערץ, איז איר אטעם שוואך געווארען, און מען האט איר געדארפט מאכען אטעמען דורך א פייפ און מען האט איר געלייגט אויף א ווענטילעיטאר. זי איז געווען אויף דעם ווענטילעיטאר פאר לאנגע אכצען טאג, און ענדליך אום אפריל דעם 16'ן האבען מיר געקריגען די גוטע נייעס אז מען האט איר אראפגענומען פון דעם ווענטילעיטאר.

אונזער מאמע האט געמאכט פארשריט און נאך עטליכע טעג איז זי געווען אומשטאנד זיך צו פארבינדן מיט אונז מונדליך. טאקע נישט מער ווי איינצעלנע ווערטער, אבער מיר האבען געהערט איר שטומע, און נאך וויכטיגער, אז זי האט אונז געהערט. אונז האבען אפגעשיקט אין שפיטאל אן אפאראט וואס מען זאל באהעפטן אויף איר בעט וואס וואלט ערמעגליכט אז אונז זאלען קענען זעהן אונזער מאמע איבער די גאנצע צייט און ערמעגליכן צו קענען רעדן צו איר.

די פלאן איז געווען זייער גוט. מיר וועלן פארזעצן צו זיין מיט אונזער מאמע ווירטואל מיט דעם אפאראט און פארזעצן איר אונטערהאלטן מיט באזארגונג און האפענונג, בשעת מיר וועלן אויך דערמיט זיין אין פארבינדונג מיט די נוירסעס (אןו זיי ברענגען טשאקאלאדען) אויף א טעגליכען פארנעם.

אבער די פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט.

די אפאראט האט געארבעט די אויף די GUEST WIFI פון די שפיטאל וואס האט געהאלטן אין איין איבערפרישען און אראפווארפן אפאראטען, און מען האט זיך מיט אונז פארשטענדיגט אז אונז קאנען זיך נישט באהעפטן צו די מער דויערהאפטע INTERNAL WIFI פון די שפיטאל. מיר האבען דאן פארלוירן די פארבינדונג מיט אונזער מאמע. אונזער מאמע איז ארויס פון די ICU און א נוירס איז נאר אריינגעקומען איינמאל צו יעדע עטליכע שטונדען. מען האט זיך דאן מיט אונז פארשטענדיגט אז אונזער מאמע קאן זיך מער נישט פארבינדען מונדליך אבער זי קאן נאך זיך פארבינדען מיט די אויגן. אונזער מאמע האט אנגעהויבן צוריקצופאלען.

מיטוואך, דעם 22'סטן אפריל, האב איך גערעדט מיט די סאשעל ווארקער פון די שפיטאל און אים געזאגט זייער אפען אז אויב דאס זעצט אזוי פאר דאן וועט עס אונזער מאמע נישט דורכמאכען. טראץ וואס אויף דעם טאוועל איז געשטאנען אז אונזער מאמע מאכט פארשריט, האב איך געוואוסט אז מיט אירע אנדערע אונטערליגענדע געזונטהייט פראבלעמען, אז די געהיימניס אז זי זאל דאס איבערלעבן איז נאר די פרייד און לוסט צו זיין מיט איר פאמיליע (3 קינדער, 18 אייניקלעך, און איין אור-אייניקל). אויב וועט זי פארלירן די פארבינדונג מיט איר פאמיליע, דאן וועט זי שפירן הילפלאזיג און דאס וועט אויפוועקן אירע אנדערע געזונטהייט פראבלעמען. איך האב מיך איינגעבעטן ביים סאושעל ווארקער אז מיין מאמע זאל קריגען אירע נייטיגע טעראפיס, אזוי אום מען זאל קענען ארויסנעמען די נאז פייפ אזוי אז מער זאלען איר קאנען אריבערפירן צו א גוטע נוירסינג אנשטאלט, אדער גאר אהיים נעמען מיט א נוירס געהילף. איך האב מין איינגעבעטן ביי די נוירסעס אז מען זאל צוריק באהעפטן די אפאראט אזוי אז מער זאלען האבען עפעס א מענטשליכע פארבינדונג מיט אונזער מאמע. איך האב געשיקט א טעקסט מעססעדש צו די שפיטאל פארבינדונגס-מאן "ביטע האב מיטגעפיל. מיין מאמע ליגט אוואו א שמאטע און א נוירס גייט אריין זיך אומקוקען נאר ארום יעדע שטונדע אדער אנדערהאלבן שטונדע."

שפעטער ביינאכט האב איך אנגעהויבן צו דריקען די רעדייעל באטטאן צו די נוירסעס סטעישאן. איך האב אריינגעשיקט א MIFI קארד (מיט שאקאלאדען) און זיך איינגעבעטן אז זיי זאלען ביטע צוריק באהעפטן די אפאראט אז איך זאל קאנען רעדן צו מיין מאמע. עס האט גענומען עטליכע פארזיכן. בי איין פונקט האט מיר א נוירס געזאגט, ביטע רוף צוריק שפעטער, עס איז דא ממש א זו. ביי א אנדערע געלעגענהייט האט די נוירס געזאגט אז זיי גייען נאך אלץ ארום אויסטיילען די מעדיקעישאן. דאס איז געווען 1 אזייגער ביינאכט און זיי האבען אנגעהויבן זייער ארבעט אום 7 אזייגער נאכמיטאג. ענדליך, אום 1:15 אינמיטן די נאכט האט מיך די נוירס אנגעקלינגען און געזאגט אז זי האט באהאפטן דעם אפאראט.

איך האב געזעהן מיין מאמע פאר איין סעקונדע און דאן האט זיך די אפאראט אוועקגערוקט און איך האב נאר געזעהן די בעט. נאך פאר איך האב געקענט בעטן די נוירס עס צו אנשטעלן, איז זי מער נישט דארט געווען. איך בין געווען גליקליך צו רעדן צו מיין מאמע. "מאמי, איך האף אז דו הערסט מיך" האב איך געזאגט, "אונז זעמען דא פאר דיר און מיר פרובירן די בעסט וואס מיר קענען טוהן דיך צו באזארגן. אונז זענען אין פארבינדונג מיט די נוירסעס און אונז ארבעטן אויף א פלאן דיך צו נעמען צו א פלאץ ווי מיר קענען דיך בעסער אפגעבן מיט דיר". דאן האב איך געזונגען א גוט נאכט לידל, און נאר דאן בין איך געגאנגען שלאפען.

א שטונדע שפעטער האב איך נאכאמאל געזעהן די נומער פון די שפיטאל אויף מיין CALLED ID. דאס מאל האט מיר די דאקטאר אויף די אנדערע זייט פון די טעלעפאן איינגעמאלדן אז מיין מאמע איז נארוואס נפטר געווארען.

אין די נאכפאלגענדע טעג פון ווען מען האט אראפגענומען אונזער מאמע פון די ווענטילעיטאר זענען מיר געווען אין פארבינדונג מיט דאקטוירים, נוירסעס, האספיאליסטן, סאושעל ווארקערס, גייסטליכע, און פארבינדונגס מענטשן. מיר האבען זיך איינגעבעטן ביי זיי, אז מען קאן נישט ערווארטן אז מען זאל איבערלעבן נאר מיט אריינשיסן מעדיצינען. די מעדיצינישע ליטעראטור איז פול מיט שטארקע באווייזען אז האפענונג און זעהלישע וואוילזיין שפילט אזא גרויסע ראלע אוואו מעדיצינישע אינטערווענירונג. מאנכע האבען איר באזארגט, אנדערע האבען אנגעטראגען צו טוהן עפעס, געוויסע האבען געטוהן געוויסע אנשטרענגונג, און מען האט זיך געמיהט, אבער די לאגע איז געבליבן די זעלבע. מיין פאמיליע איז געווען שאקירט מיט די נייעס, ווען מיר האבען געוואוסט אז אונזער מאמע מאכט פארשריט.

אבער איך בין נישט געווען שאקירט.

איך באשולדיג נישט קיינעם, איך טוה נאר איינבעטן די פאליסי מאכער אז מען זאל ביטע מאכען א טויש, און שנעל. איך פארלאנג אז פאמיליע מיטגלידער וואס האבען זיך אונטערזוכט און זענען פאזיטיוו פאר קאראנע און זענען שוין פערצן טאג נאך האבען סיי וועלכע סימפטאמען זאלען ערלויבט ווערן צו בלייבן מיט זייערע באליבטע. גלייכציייטיג טוה איך בעטן אז שפיטעלער וואס קאנען נישט אהערשטעלן מענטשליכע פארזארגונג זאלען פארמאכען זייערע טויערן פאר נייע פאציענטן וואס מען קאן אריבערשיקען צו ווייניגער פארנומענע שפיטעלער. דאס איז פשוט'ע פארשטאנד.

עס איז וואהר, קאראנע האט אונז געכאפט אין א איבערראשונג, אבער איצטערט האבען מיר מער נישט קיין אנטשולדיגונג אויף פארזעצן מיט די מיטל-אלטער פראקטיקן. אויב ארעסטאנטען אויף די טויט רייע האבען געוויסע רעכטן, דאן פונקט אזוי זאל עס מיין מאמע און אנדערע אין איר צושטאנד האבען.

אויפריכטיג אייערס
מרדכי ניימאן
לייסענסד קליניקל סאושעל ווארקער
[email protected]

Mom’s name: Lea Neuman. Hospital: Good Samaritan Hospital. Room: Loria 305. Date of death: April 23
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

א לינק צו קאנטעקטן דעם בירגערמייסטער מר קאומא
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... NuhsCLwULY
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: הארצרייסנדע אפענע בריוו פון א יתום בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

גאווערנערס אפיס נאמבער
15184748390
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: הארצרייסנדע בריוו בנוגע די הארצלאזע פאלעסי פון נישט אריינלאזן משפחה אין שפיטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אנטשולדיגט מיר. אבער איך כאפ נישט די הארצריינסדיגקייט פון די בריוו, די שפיטאל וואלט דא גרינג געקענט פארענטפערן. לדוגמא, די נורס איז נאר געקומען איינמאל א פאר שעה, עס איז שוין גאלד, עס איז דא פילע מעשיות וואס די נורס איז געקומען בלויז איינמאל א טאג, און דעמאלס אויך נישט געגעבן מער ווי א לעק וואסער. עס איז דא סאך ערגערע מעשיות ביודעי ומכיריי, פארוואס מאכט מען נישט קיין בריוו פון יענץ?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”